מאכלי חודש תשרי: רינדעכיגע/ראזינקע חלות, געקעסטלטע לאקשן, כריין, קיטן, און נאך
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
מאכלי חודש תשרי: רינדעכיגע/ראזינקע חלות, געקעסטלטע לאקשן, כריין, קיטן, און נאך
ווען דארף מען עסן רינדעכיגע חלות, און ווען קען מען עסן די לינגלעכיגע חלות?
וואס איז די טעם פון אריין לייגן ראדזשינקעס אין די חלות?
וואס איז די טעם פון עסן באקסעדיגע לאקשן, און ביז ווען עסט מען עס?
ביז ווען טינקט מען איין די חלה אין די האניג?

עס זענען מסתמא פארהאן פארשידענע מנהגים אין יעדע זאך.
ביי אונז אין די קרעמער פאמיליע (ולמעלה בקודש.. פונעם אלטן קרעמער אנגעהויבן) פירט מען זיך צו טינקן די חלה אין האניג פון ראש השנה ביז נאך שבת בראשית (אויך אינדערוואכן!), אזוי אויך עסט מען ביי די אלע סעודות רינדעכיגע חלות מיט פירקאנטיגע לאקשן.
ראזשינקעס לייגט מען אריין אין די חלה בלויז שמחת תורה זעלבסט (מען זאגט אז דאס קומט צייגן אז אין די תורה איז באהאלטן גוטע זאכן).
בנוגע א טעם אויף רינדעכיגע חלות: יש אומרים אז די גוטס זאל נישט האבן קיין עק.

- יגרסהדותא
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 3687
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
- לאקאציע: קאר וואש
ביי אונז אין די סהדותא-פאמיליע ווייסט מען, אז דער מנהג פון חלה מיט האניג ביז נאך שבת בראשית שטאמט פון בעלז
אויך ווייסט יעדער פון אונז, אז מ'דארף נישט שרייבן פון ווען מ'טינקט, ווייל אזוי פירן זיך "אלע קרייזן" אז ס'איז פון ראש השנה.
ביי מיין טאטען און זיידן וואס לעבן לאורך ימים ושנים טובות, פירט מען זיך אז מ'טינקט ביז נאך שמחת תורה, דאכטזיכמיר (אזוי שרייבט מען דא אין קרעטשמע? איך בין שוין לאנג נישטא געווען) אז אזוי שטייט אויך אין מחזור דברי יואל.
רינדכיגע חלות, קרעמער יישר כח פאר דיין טעם, ושמעתי או קריתי, א' אזוי ווי א קרוין, וואס דעם חודש ובפרט אום ר"ה שרייעט מען כסדר אויס "מלכיות". ב' אז דער באשעפער איז איין איינציג.
אויך ווייסט יעדער פון אונז, אז מ'דארף נישט שרייבן פון ווען מ'טינקט, ווייל אזוי פירן זיך "אלע קרייזן" אז ס'איז פון ראש השנה.
ביי מיין טאטען און זיידן וואס לעבן לאורך ימים ושנים טובות, פירט מען זיך אז מ'טינקט ביז נאך שמחת תורה, דאכטזיכמיר (אזוי שרייבט מען דא אין קרעטשמע? איך בין שוין לאנג נישטא געווען) אז אזוי שטייט אויך אין מחזור דברי יואל.
רינדכיגע חלות, קרעמער יישר כח פאר דיין טעם, ושמעתי או קריתי, א' אזוי ווי א קרוין, וואס דעם חודש ובפרט אום ר"ה שרייעט מען כסדר אויס "מלכיות". ב' אז דער באשעפער איז איין איינציג.
- יגרסהדותא
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 3687
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
- לאקאציע: קאר וואש
גוט געפרעגט, יאנאש, ס'דערקענט זיך אז מיר האבן יום הקדוש געדאווענט אין איין שול, עפעס האט זיך אין דיר אנגעקלעבט אז די קענסט שוין פרעגן כענין.
תשובה: ביים יום טוב פסח, ברענגן כמה מפרשים דעם טעם פון באקן דייקא רינדיגע מצות, ווייל ביי די אומה"ע איז געווען א מנהג אז זיי פלעגן מאכן זייערע טייג, קוקיס און אנדערע מאכלים, מיט אזויפיל שפיצן וויפיל געטשקעס זיי האבן פארמאגט, לדוגמא איינער וואס האט געהאט דריי אפגעטער האט אלעמאל געבאקן זיינע קיכלעך, מיט דריי שפיצן. והיינו טעמא אז פסח מאכן מיר א רינדיגע מצה, צו ווייזן אז מיר האבן איין איינציגן טאטן אין הימעל.
דאס האב איך געזעהן אויף פסח, והיינו טעמא דמצה היינו טעמא דרינדיגע חלות.

- שוועמל
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14263
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
- לאקאציע: גידולו בכל מקום
ביי אונז, ביי די שוועמלעך האט מען זיך געפירט אז יא , מען עסט טאקע חלה מיט האניג פון ראש השנה ביז נאך שמחת תורה, אבער אנדערש ווי די קרעמער פאמיליע פירן מיר זיך נאר צו טינקן די חלה אין האניג אין די שבתים און אין ימים טובים - דייקא נישט אינדערוואכן.
בנוגע רונדיגע חלות, דאכזיכמיר אין מחזור דברי יואל שטייט אז שבת שובה האט מען נישט געגעסן רונדיגע חלות . הגם ביי די שוועמלעך האט מען יא געגעסן.
און צום לעצט די ראזשינקעס, אין העלטה פוד סטאר איז דא צו באקומען ספעלט ברויט מיט ראזשינקעס. איך האב עס איינמאל געגעסן איך ראט עס נישט פאר שמחת תורה.
יאנאש;
אויב דו ווייסט פארוואס א קאפ פון א מענטש איז רונדיג וועסטו דאס אויך פארשטיין

שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
איך_הער;
אז מען ווייסט נישט, ענטפערט מען נישט. די פיר קאנטיגע לאקשן מנהג איז א שטיקל מיסטעריע וואס איר טעם איז קיינמאל געהעריג אנטפלעקט געווארן פאר אונזער דור.
בנוגע די רינדיגע חלות שבת שובה; טייל פירן זיך טאקע נישט צו עסן רינדיגע חלות אין שבת שובה, אנדערש ווי די קרעמער'ישע מנהג.
בנוגע איינטונקן די חלה/ברויט אין האניג אינדערוואכן; עס קען זיין אז ביי די קרעמער'ס איז פשוט א גאנצע וואך בבחינת שבת...

טאגליכט האט געשריבן:די טעם פארוואס מעסט באקסעדיגע לאקשן איז אזוי, אזוי ווי א גאנץ יאר עסט מען דינע לאקשן, מלשון דין, ממילה פירט מען זיך נישט צו עסן דינע לאקשן, איי פארוואס דוקא באקסעדיגע, זעהט אויס אז די סטאר פארקויפט נישט דריי עקיגע.
אם קבלה הוא נקבל, ואם ל'דין' יש תשובה.
איך גלייך זייער נישט צו פרעגן קיין קשיות אויף מנהגי ישראל, אבער דער דאזיגער טעם קוקט מיר אויס אביסל 'דחוק' (דין).
-
- שר מאה
- תגובות: 129
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2006 4:52 pm
איך זעה אז קיינער חוץ קרעמער ווייסט נישט פון קיין ראזינקעס אין די חלות, איך האב דאס טאקע אויך נישט געוואוסט ווייל ביי מיינע עלטערען האט מען זיך נישט אזוי געפירט אבער נאך מיין חתונה בין איך געוואר געווארען דערפון.
לעצט פארראכטן דורך shtilerheit אום מיטוואך אקטאבער 04, 2006 7:27 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
shtilerheit האט געשריבן:איך זעה אז קיינער חוץ קרעמער ווייסט נישט פון קיין ראזינקעס אין די חלות, איך האב דאס טאקע אויך נישט געוואוסט ווייל ביי מיינע עלטערען זראלג"ע האט מען זיך נישט אזוי געפירט אבער נאך מיין חתונה בין איך געוואר געווארען דערפון.
זאלן רוען אין לעכטיגן גן עדן?
השם ישמרנו, ביידע עלטערן היטן שוין אויף דיר פון אויבן? (איך האף אז עס איז נאר א וויץ, אזוי ווי "שמילי").
קרעמער האט געשריבן:shtilerheit האט געשריבן:איך זעה אז קיינער חוץ קרעמער ווייסט נישט פון קיין ראזינקעס אין די חלות, איך האב דאס טאקע אויך נישט געוואוסט ווייל ביי מיינע עלטערען זראלג"ע האט מען זיך נישט אזוי געפירט אבער נאך מיין חתונה בין איך געוואר געווארען דערפון.
זאלן רוען אין לעכטיגן גן עדן?
השם ישמרנו, ביידע עלטערן היטן שוין אויף דיר פון אויבן? (איך האף אז עס איז נאר א וויץ, אזוי ווי "שמילי").
וואו עס קוקט אויס איז דאס געווען א פאטאלע טעות פון שמילי'ס זייט, ער האט שוין עורך געווען זיין הודעה.
טאגליך האסט נישט געהעריג אויסגעפירט משא"כ די פיר עקעדיגע איז דיק און נישט דין ? יא דאס האסטי געוואלט ארויסברענגעןטאגליכט האט געשריבן:די טעם פארוואס מעסט באקסעדיגע לאקשן איז אזוי, אזוי ווי א גאנץ יאר עסט מען דינע לאקשן, מלשון דין, ממילה פירט מען זיך נישט צו עסן דינע לאקשן, איי פארוואס דוקא באקסעדיגע, זעהט אויס אז די סטאר פארקויפט נישט דריי עקיגע.