עשרת ימי תשובה

ליקוטים וטעמים על ענינים שונים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

עשרת ימי תשובה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

רבי נהוראי האט געזאגט פארוואס האט דער אויבערשטער געגעבען פאר די אידן דער מעגליכקייט תשובה צו טוהן אין די צעהן טעג צווישען ראש השנה אין יום כיפור? איז דער תירוץ, צוליב די צעהן נסיונות וואס דער אויבערשטער האט געפרובט אברהם אבינו און ער איז זיי אלע בייגעשטאנען.

רבי אבא זאגט: צוליב דער ליבשאפט פון דעם אויבערשטען צו יעקב אבינו וואס ער האט אפגעשייט מעשר (א צעהנטל) פון אלע זיינע פארמעגענס ווי דער פסוק זאגט "וכל אשר תתן לי עשר אעשרנו לך" (יעקב אבינו האט געזאגט פאר דעם אויבערשטער אלעס וואס די וועסט מיר געבען וועל איך געבען א צעהנטל פאר דיר).
(פסיקתא, יד יוסף, וילך)

די עשרת ימי תשובה זענען געגעבן געווארען צו די אידן אלס שכר פאר די עשרת הדיברות וואס די אידן האבען געהערט אויפ'ן בארג סיני אויב די אידן וועלן תשובה טוהן פון ראש השנה ביז יום כיפור וועט דער אויבערשטער אהנעמען זייער תשובה מיט ליבשאפט אין דער זכות וואס זיי האבען מקבל געוועהן די עשרת הדיברות אויף די בארג סיני.
(תנא דבי אליהו, חלק ב', פרק כ"ב)

דער גרויסער כח התשובה:
מנשה בן חזקיהו מלך יהודה: איז געוועהן א גרויסער רשע, דאס מיליטער פון אשור האט מיט איהם מלחמה געהאלטען, און ווען זיי האבען איהם געפאנגען האבען זיי איהם אריינגעלייגט אין א געלעכערטע כלי פון קופער, און אהנגעצינדען א פייער אינטער די כלי.

זעהנדיג זיין גרויסער צרה, האט מנשה זיך גענימען שרייען צו זיינע אפגעטער זיי זאלען איהם העלפן, אזוי ווי ער האט געזעהן אז זיינע אפגעטער העלפן איהם נישט, האט מנשה אויסגעריפען: "מיין פאטער (חזקיהו מלך יהודה) האט מיט מיר געלערנט דעם פסוק(דברים ד', ל') "בצר לך ומצאוך כל הדברים האלה באחרית הימים ושבת עד ה' אלקיך" ווען עס וועט דיר זיין ענק און עס וועט דיך טרעפן די אלע זאכען (צרות ח"ו) זאלסטו זיך צירוק קערען צום אויבערשטען (דאס מיינט תשובה טוהן).

אזוי האט מנשה זיך גענימען מתפלל זיין און בעהטען ביים אויבערשטען, אבער די מלאכי השרת די הייליגע מלאכים האבען פארשפארט די הימלען כדי מנשה'ס תפילה זאל נישט קענען ארויפקימען פאר דעם אויבערשטען, די מלאכים האבען גע'טענה'ט: רבון העולמים! א מענטש וואס האט אוועק געשטעלט א צלם אין דיין היכל אין דעם הייליגען בית המקדש איז דען דא פאר איהם א תשובה?

האט דער אויבערטשער זיי גענטפערט: "אויב איך וועל נישט אהנעמען מנשה'ס תשובה וועט דאך די טויער פון תשובה זיין פארמאכט פאר אלע בעלי תשובה און דער אויבערשטער האט אהנגענימען מנשה'ס תשובה.
(סנהדרין דף ק"א)

אחאב מלך ישראל:
דעם גרויסען כח התשובה קען מען זעהן פין אחאב מלך ישראל. דער קעניג אחאב האט געטוהן זעהר אסאך עבירות, ער האט גע'גזל'ט, געגלוסט, און גע'הרג'ט אסאך מענטשען, אבער צום סוף איז ער געווארען א בעל תשובה. עער האט געשיקט ריפען יהושפט מלך יהודה און איהם געבעהטען ער זאל מיט איהם תשובה טוהן, יהושפט האט איהם געגעבן 40 שמיץ (מלקות) יעדן טאג און אחאב האט געפאסט און מתפלל געוועהן צום אויבערשטען געלערנט תורה דאס רעשט פון זיין לעבן און זיך מער נישט צירוק געקערט צו זיינע שלעכטע מעשים.

דער אויבערשטער האט טאקע אהנגענימען זיין תשובה ווי מיר געפינען אין פסוק "יען כי נכנע לפני לא אבו הרעה בימיו" ווייל ער האט תשובה געטוהן וועל איך נישט ברענגען די שלעכטץ אין זיינע טעג.

רבי שמעון בן לקיש: האט פארברענגט זיינע יונגע יארען צווישען רויבערס, און איז געגאנגן אין זייערע וועגען ביז ער איז אפילו געווארען א הויפט פין די רויבערס, צום סוף האט דער אמורא רבי יוחנן איהם מחזיר בתשובה געוועהן און ריש לקיש האט אפילו חתונה געהאט מיט רבי יוחנן'ס שוועסטער, און ריש לקיש איז געווארען איינער פון די גרעסטער אמוראים.

אין דעם זעלבן טאג וואס ריש לקיש איז נסתלק געווארען זענען אויך געשטארבען צוויי פין זיינע אמאהליגע פריינד די רויבערס, ווען זיי זענען ארויפגעקימען צום בית דין של מעלה האבען זיי געזעהן ווי מ'פירט אריין ריש לקיש אין גן עדן, און זיי די רויבערס האט מען פאר'משפט צו גיין אין גיהנם, האבען זיי זיך גענימען טענה'ן פאר'ן בית דין של מעלה פארוואס ריש לקיש וואס איז געוועהן אונזער חבר האסטו געגעבן גן עדן, און אונז גיהנם? האט דער אויבערשטער גענטפערט ריש לקיש האט תשובה געטוהן ביי זיין לעבן, אבער איהר האט נישט תשובה געטוהן.

האבען זיי גע'טענה'ט לאז אונז יעצט תשובה טוהן, האט דער אובערשטער גענטפערט, תשובה קען מען נאר טוהן ביים לעבן, נאך דעם וואס א מענטש שטארבט קען מען מער נישט תשובה טוהן. דאס איז געגליכען צו א מענטש וואס פארט מיט א שיף אויפ'ן ים אויב וועט ער זיך מיט נעמען ברויט און וואסער וועט ער האבען וואס צו עסען אויפ'ן וועג, אויב אבער ער וועט נישט מיט נעמען צו עסען אויפ'ן גרויסען ים וועט ער גארנישט האבען צו עסען אזוי אויך א מענטש וואס גייט אין מדבר אויב וועט ער נישט מיטנעמען צו עסען וועט ער הונגערען.

דאס זעלבע איז מיט תשובה, אויב א מענטש טוט נישט תשובה ביי זיין לעבען, קען ער מער נישט תשובה טוהן נאכ'ן שטארבען.

יוסף משיתא:
איינער פון די גרעסטער בעלי תשובה ביי אידן איז געוועהן יוסף משיתא. דער דאזיגע יוסף משיתא איז געוועהן פון די גרעסטער רשעים און די תקופה פון בית המקדש. בשעת דעם חורבן הבית, האט יוסף משיתא זיך באהאפטען מיט די שונאי ישראל, די רוימער, און זיי געהאלפען חרוב מאכען די בית המקדש.

די רוימער האבען אבער מורא געהאט אריינצוגיין אין בית המקדש צו, צונעמען די כלים, האבען זיי געזאגט זאל איינער פין די אידן אריין גיין צום ערשט און בית המקדש און ארויס נעמען די כלים.

זיי האבען אויסגעקליבען יוסף משיתא פאר דעם דאזיגען רשות'דיגע אקט. יוסף משיתא איז אריין אין היכל און ער האט ארויס געברענגט די גאלדענע מנורה און דאס איבער געגעבן פאר די רוימער א מינוט שפעטער האט ער אבער חרטה געהאט אויף דעם געפערליכע עבירה וואס ער האט געטוהן.

די רשעים האבען אבער נישט געוואלט נעמען די מנורה זאגנדיג אז זיי האבען נישט קיין שום ניצן פון דעם מנורה. דעריבער האבען די רשעים געהייסען יוסף משיתא זאל נאך אמאהל אריין גיין און ארויס ברענגען די כלים וואס זיי קענען יא ניצן.

יוסף משיתא האט אבער נישט געוואלט אריין גיין מער אין בית המקדש. די רשעים האבען איהם צו געזאגט פארשידענע פריוועליגיעס ווי למשל זיי וועלען איהם באפרייען פון שטייערען אבער ער האט בשום אופן נישט געוואלט אריין גיין אין בית המקדש ער האט געזאגט "נישט גענוג איך האב דערצערנט מיין באשעפער איינמאהל זאל איך איהם דערצערענן נאכאמאהל?"

וואס האבען די רומיים געטוהן? זיי האבען איהם אוועקגעזעצט אויף א בארג און געלעכערט זיין פלייש מיט נעגל אזוי ווי מ'האקט אריין נעגל אין א האלץ צוליב די גרויסער יסורים האט יוסף משיתא געשריגען "וויי וויי אוי! אוי! איך האב דאך אזויפיהל דערצערנט מיין באשעפער"!

זאגען אונז די חז"ל "אז פאר יוסף משיתא האט זיך געפענט די טויערען פון תשובה און זיין נשמה איז ארויף געקימען אין הימל א געלייטערטע".
(בראשית רבה)

דער אמורא ר' ביבי בר אביי האט געזאגט: ווי אזוי דארף א מענטש זאגען ווידוי ערב יום כיפור? ער זאל זאגען: מודה אני איך בין מודה מיט אלעם וואס איך האב געטוהן, איך בין געגאנגען אין שלעכטען וועג. וואס איך האב געטוהן וועל איך מער נישט טוהן זאל זיין דער ווילען פון פאר דיר ג-ט אז די זאלסט מיר מוחל זיין אויף אלע מיינע עבירות און פארגעבן אלע מיינע זינד.

אויף דעם זאגט דער נביא "יעזוב רשע דרכו ואיש און מחשבותיו וישוב אל ה' וירחמיהו ואל אלקינו כי ירבה לסלוח".

דער ראדאשיצער רבי, ר' ישכר דוב זצ"ל איז אמאהל אריינגעקימען מיט א געוויין צו זיין רבי'ן דער הייליגע חוזה מלובלין און האט אויס געריפען:

"הייליגע רבי ווייזט מיר א וועג תשובה צו טוהן!"
האט דער חוזה איהם געפרעגט: "אויף וואסערע עבירות ווילסטו א תשובה?"
האט דער ראדאשיצער גענטפערט איך בין אזוי זינדיג אז איך ווייס אפילו נישט אויסצורעכענען אלע מיינע חטאים.
האט דער חוזה געענטפערט:
אויב אזוי זענען מיר דאך ביידע אויף איין מדרגה, איז לאמיר אויב אזוי ביידע צוזאמען תשובה טוהן.

בין אדם לחבירו:
די חז"ל דערציילען אונז א מעשה מיט ר' אבא וואס איז געזעצן אין טויער פון לוד, און געזעהן ווי א מענטש קומט מיד פון וועג, גייט אריין אין א חורבה זעצט זיך נעבען א שאקעלדיגע וואנט און איז איינגעשלאפען, ר' אבא האט געקוקט אויף דעם מענטש און פלוצלונג באמערקט ר'אבא ווי א שלאנג קריכט ארויס פון זיין בעהאלטעניש און גייט צו, צו דעם איינגעשלאפענעם מענטש און וויל איהם בייסן, פלוצלונג איז געקימען א צווייטע חי' און האט גע'הרג'ט דעם שלאנג.

ווען דער מענטש איז אויפגעשאנען און געזעהן די טויטע שלאנג לעבן איהם האט ער זיך אויפגעשטעלט צון גיין ווייטער ווי באלט ער איז נאר אוועק איז די שוואכע וואנט באלט איינגעפאלן פונקט אויף דעם זעלבן ארט ווי דער מענטש האט זיך געהאט אראפ געלייגט. האט ר' אבא איהם געפרעגט: זאג מיר וואס זענען דיינע מעשים? דער אויבערשטע האט פאר דיר יעצט געמאכט צוויי ניסים און נישט בחנם איז מען צו דעם זוכה  האט דער מענטש געענטפערט: עס איז קיינמאהל נישט פארגעקימען אז א מענטש זאל מיר עפעס שלעכטץ טוהן און איך זאל מיך נישט לאזען באלט איבערבעהטן, און איך האב קיינמאהל נישט געטראכט אויף די שלעכטץ וואס מ'האט מיר געטוהן נישט נאר דאס נאר פון יענעם טאג און ווייטער האב איך מיך באמוהט נאר צו טוהן א טובה פאר יענעם מענטש האט ר' אבא געזאגט אזא מענטש איז ווערד עס זאל געטוהן ווערן פאר איהם א נס אויף אנס.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

בין כסא, לעשור

א) אין די טעג צווישען ראש השנה אין יום כפור, זאגט מען סליחות יעדן אינדערפרי אזוי ווי פאר ראש השנה, און עס ווערט געברענגט אין ספרים אז אין די טעג זאל מען פארמערן מיט לערנען מוסר. און אפילו אזעלכע זאכען וואס לויט די הלכה מעג מען טוהן, זאל מען אין די טעג מחמיר זיין (ווי למשל, עסן ברויט פון א גוי'שע בעקעריי, דארט ווי עס איז נישט דא קיין אידישע ברויט).

ב) אין די טעג צווישען ראש השנה אין יום כפור איז דא זיבען טעג, קעגן די זיבען טעג פון די וואך, דאס איז כדי מען זאל יעדן טאג תשובה טוהן, אויף די עבירות וואס מען האט געטוהון יענע טאג (זונטאג אויף אלע זונטאג'ס פון א גאנץ יאר א. א. וו.).

ג) אין די עשרת ימי תשובה גייט מען צו "תשליך" דאס מיינט מען גייט צו א וואסער, און מען זאגט פסוקים, וואס מען בעט אז דער באשעפער זאל אריין ווארפען אלע אונזערע עבירות אין וואסער.

ד) אויב מען האט א מעגליכקייט זאל מען גיין צו א וואסער וואס האט אין זיך לעבעדיגע פיש, ווייל מיר אידען זענען צוגעגליכען אזוי ווי די פיש.

ה) נאך א טעם פארוואס מיר גייען צום וואסער זאגען תשליך, ווייל עס ווערט געברענגט אין מדרש, אז ווען אברהם אבינו איז געגאנגען צו עקדת יצחק, האט דער שטן געמאכט א טייך אינמיטן וועג ווייל ער האט געוואלט אז אברהם אבינו זאל נישט קענען אדורך גיין, דערפאר גייען מיר צו א וואסער צו דערמאנען די זכות פון עקדת יצחק.

ו) די שבת צווישען ראש השנה און יום כפור, ווערט אנגערופען "שבת שובה", און מען פירט זיך צו גיין הערן א דרשה פון א ערליכן איד, וואס איז מעורר אז מען זאל תשובה טוהן.

ז) צווישען ראש השנה און יום כפור, פירט מען זיך אז מען גייט שלאגען "כפרות", מען נעמט א האן, אויב עס איז מעגליך זאל מען נעמען א ווייסע האן, און מען דרייט דאס ארום דעם קאפ און מען זאגט זה חליפתי, און מען שחט דאס און מען גיט די פלייש פאר צדקה.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

תְּשׂוּבָה

וואס הייסט תשובה טוהן? תשובה, איז טייטש צוריקקערן. תשובה טוהן, מיינט מיט'ן הארץ, מיט'ן גאנצן רצון, וויל מען זיך צוריקקערן צו השי"ת און צו זיין תורה הקדושה.

דער הייליגער רמב"ם ערקלערט (רמב"ם הלכות תשובה פרק שני הלכה ב' והלכה ט') די הויפּט יסודות פון תשובה זענען ווי פאלגנד: 1) עַזִיבַת הַחֵטא, אויפהערן צו זינדיגן. 2) קַבָּלָה עַל הָעָתִיד, פאָרנעמען זיך, קיינמאל מער נישט צו זינדיגן. 3) חַרָטָה, עס זאל לייד טון און וויי טון אז מען האט געטוהן אן עבירה. 4) וִידוּי בְּפֶּה, אויך דארף מען דאס מיט'ן מויל ארויסזאגן.

ביי עבירות שבין אדם לחבירו איז דא נאך א יסוד, א פינפטע זאך: 5) אפצאלן און איבערבעטן.

1. עַזִיבַת הַחֵטא: קודם, פאר אלעם, אויפהערן צו זינדיגן, נישט טון מער עבירות, די נישט גוטע מעשים וואס מען האט ביז יעצט געטוהן.

2. קַבָּלָה עַל הָעָתִיד: נעמען אויף זיך אמת'דיג, קיינמאל מער נישט צו טון די עבירה, אדער קיין שום אנדערע עבירה, וואס א איד טאר נישט טוהן.

3. חַרָטָה: מען דארף חרטה האבן, עס זאל אמת'דיג לייד טוהן און וויי טוהן מיט'ן גאנצן הארץ אז מען האט געזינדיגט קעגן אזא גרויסן באשעפער, מען האט געטוהן זאכן וואס די תורה הקדושה ערלויבט נישט, מען זאל פארשטיין ווי שלעכט און ביטער עס איז, וואס מען האט פארלאזט דעם באשעפער, מיט זיין תורה און מצוות.

4. וִידוּי בְּפֶּה: מען דארף מיט'ן מויל ארויסזאגן, מודה ומתודה צו זיין פאר השי"ת, אז מען האט געזינדיגט, און מען וועט שוין קיינמאל נישט זינדיגן.

5. בֵּין אָדָם לְחַבֵירוֹ: די אלע אויסגערעכנטע זאכן זענען נאר ביי עבירות שבין אדם למקום, ווען מען האט געזינדיגט נאר קעגן באשעפער. אויב אבער מען האט געזינדיגט קעגן א מענטש, געשעדיגט, געשאלטן, פארשעמט אדער מצער געווען, אדער געלט שאדן געמאכט, דארף מען קודם פאר אלעם: אפצאלן דעם געלט שאדן פאר די מענטשן, דאס איז נאך נישט גענוג, נאר מען דארף איבערבעטן, מפייס זיין, דעם מענטש, דעם חבר, דערנאך בעטן השי"ת אז ער זאל אויך מוחל זיין.

די אנשי כנסת הגדולה האבן אריינגעשטעלט אין דאווענען, אז השי"ת איז א פותח יד בתשובה לקבל פושעים וחטאים, השי"ת עפנט א טיר, לייגט צו א האנט, צו העלפן תשובה טוהן, ער איז שנעל מוחל מיט תשובה, פאר פושעים און פאר זינדיגע, ער לאזט זיך שנעל איבערבעטן, מיט תפלה ותחנונים. כי לך מיחלות עינינו, מיר האפן, מיר ווענדן זיך אונזערע אויגן, נאר צו אונזער דערבארעמדיגן באשעפער, ווער עס שטייט און ווארט אויף אידישע תפלות, וואס קומען פון ערליכע אידישע הערצער, אונטער איין רגע קען מען אמת'דיג תשובה טוהן.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

צוויי יונגעלייט אין בית המדרש האבן געשמועסט אז זיי האבן קיינמאל נישט פארשטאנען דעם ענין פון כפרות שלאגן, וויאזוי גייען די עבירות אריבער פון מענטש צום הינדל? ביז די היינטיגע טעכניק איז אויפגעקומען מיט בלויע-ציינדל טעכנאלאגיע וואס קען אריבער'ביעמ'ן אינפארמאציע פון איין מאשינקע צום צווייטן, דאס העלפט זיי פארשטיין די גאנצע כפרה געדרייעכץ.

האב איך זיך אנגערופן צו זיי אז דאס איז אבער נאכנישט גענוג פטור צו ווערן פון די עבירות, ווייל ווילאנג מען DELETE נישט די אינפארמאציע פון הארד-דרייוו (הארץ) ווערט דאס בלויז קאפירט צו יענעם, אבער די אריגיענעלע פארבלייבט ליידער ביים מענטש.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15320
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

טייער ווארט הרב קרעמער.
גבאי ביהמד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 11, 2009 2:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבאי ביהמד »

דרשו ה' בהמצאו, קראוהו בהיותו קרוב: אלו י' ימים שבין ר"ה ליוה"כ
אוועטאר
ווארום
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 24, 2007 11:40 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארום »

דרשו ה' בהמצאו, קראוהו בהיותו קרוב: אלו י' ימים שבין ר"ה ליוה"כ

סאיז מיר אינטערעסאנט די לשון הגמרא, ווייל צווישן ר"ה ויוה"כ איז נאר דא 7 טאג, וואלט געדארפט שטיין שמר"ה עד יוה"כ, און צוזאמען איז 10 טעג.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35244
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

גבאי ביהמד האט געשריבן:דרשו ה' בהמצאו, קראוהו בהיותו קרוב: אלו י' ימים שבין ר"ה ליוה"כ
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

קרעמער האט געשריבן:צוויי יונגעלייט אין בית המדרש האבן געשמועסט אז זיי האבן קיינמאל נישט פארשטאנען דעם ענין פון כפרות שלאגן, וויאזוי גייען די עבירות אריבער פון מענטש צום הינדל? ביז די היינטיגע טעכניק איז אויפגעקומען מיט בלויע-ציינדל טעכנאלאגיע וואס קען אריבער'ביעמ'ן אינפארמאציע פון איין מאשינקע צום צווייטן, דאס העלפט זיי פארשטיין די גאנצע כפרה געדרייעכץ.

האב איך זיך אנגערופן צו זיי אז דאס איז אבער נאכנישט גענוג פטור צו ווערן פון די עבירות, ווייל ווילאנג מען DELETE נישט די אינפארמאציע פון הארד-דרייוו (הארץ) ווערט דאס בלויז קאפירט צו יענעם, אבער די אריגיענעלע פארבלייבט ליידער ביים מענטש.

אוי זאגט איר גוט! ;l;p-
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

זיידעניו האט געשריבן:נאך א טעם פארוואס מיר גייען צום וואסער זאגען תשליך, ווייל עס ווערט געברענגט אין מדרש, אז ווען אברהם אבינו איז געגאנגען צו עקדת יצחק, האט דער שטן געמאכט א טייך אינמיטן וועג ווייל ער האט געוואלט אז אברהם אבינו זאל נישט קענען אדורך גיין, דערפאר גייען מיר צו א וואסער צו דערמאנען די זכות פון עקדת יצחק.

לויט דעם טעם קען מען אפשר פארשטיין פארוואס א טייל חסידים ואנשי מעשה זענען מקפיד צו גיין צו תשליך דייקא שלש עשרה מדות, ווייל ס'שטייט אין מדרש אז די עקידה איז געווען יוהכ"פ, און די וועג האט דאך געדויערט דריי טעג, ממילא קען אפשר זיין אז די טייך וואס די שטן האט געמאכט אז אברהם אבינו זאל נישט קענען אדורכגיין איז געווען אינעם טאג פון שלש עשרה מדות.
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

געהערט היינט נאכזאגן א טייטש פון ר' מאיר'ל פרעמישלאנער

הממממ, עס שטייט שוין דא!

viewtopic.php?p=122786#p122786
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
א דרויסענדיגע
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2020 4:57 pm

Re: עשרת ימי תשובה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א דרויסענדיגע »

נאך א שיין שטיקעל
וויל וועלן
שר חמש מאות
תגובות: 663
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 01, 2016 1:18 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל וועלן »

זיידעניו האט געשריבן:תְּשׂוּבָה

וואס הייסט תשובה טוהן? תשובה, איז טייטש צוריקקערן. תשובה טוהן, מיינט מיט'ן הארץ, מיט'ן גאנצן רצון, וויל מען זיך צוריקקערן צו השי"ת און צו זיין תורה הקדושה.

4. וִידוּי בְּפֶּה: מען דארף מיט'ן מויל ארויסזאגן, מודה ומתודה צו זיין פאר השי"ת, אז מען האט געזינדיגט, און מען וועט שוין קיינמאל נישט זינדיגן.

.


מען דארף זאגן פאר'ן אייבערשטן וואס מען האט געטון, בפרטיות, נישט זאגן פאר'ן אייבערשטן "איך האב געזינדיגט".
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4410
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

זיידעניו האט געשריבן:
תְּשׂוּבָה

וואס הייסט תשובה טוהן? תשובה, איז טייטש צוריקקערן. תשובה טוהן, מיינט מיט'ן הארץ, מיט'ן גאנצן רצון, וויל מען זיך צוריקקערן צו השי"ת און צו זיין תורה הקדושה.

4. וִידוּי בְּפֶּה: מען דארף מיט'ן מויל ארויסזאגן, מודה ומתודה צו זיין פאר השי"ת, אז מען האט געזינדיגט, און מען וועט שוין קיינמאל נישט זינדיגן.

.
עס איז דא וואס זאגן (דרך פיקודיך בהקדמה מנחת חינוך מ' שסד) אז וידוי איז נישט קיין חלק פין תשובה נאר א עקסטערע מצוה מן התורה
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
ידען בקורות הדורות
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 04, 2023 11:09 pm

Re: עשרת ימי תשובה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידען בקורות הדורות »

מיר זאגן ביי סליחות יעדן טאג די ווערטער "הלבן חטאינו כשלג וכצמר"...
געהערט א טייער ווארט נאכזאגן פון הרב וואזנער ז"ל בעל שבט הלוי, לכאורה דארף מען פארשטיין פארוואס שטייט ביידע סיי צמר אין סיי שלג, לכאורה איז איינס גענוג.
נאר עס איז ידע אז שלג איז מער ווייסער ווי צמר (כידוע בהלכות נגעים), נאר שלג אז עס ווערט שמוציג קען מען עס נישט אפריינען, משא"כ צמר וואשט מען אויס אין עס ווערט ריין, דאס איז פשט "כשלג וכצמר", מיר זאלן האבן ביידע מעלות סיי ווייס ווי שלג, אין סיי עס זאל קענען ווערן ריין ווי צמר, און עס זאל נישט בלייבן קיין שום פלעק...
שרייב תגובה

צוריק צו “ליקוטים וענינים”