שלש עשרה מידות

ליקוטים וטעמים על ענינים שונים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

שלש עשרה מידות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

יום שלש עשרה מידות:
איין טאג פאר ערב יום כיפור ווערט אהנגעריפען "שלש עשרה מידות" ווייל דער טאג ביי סליחות זאגט מען די פיוט פון די י"ג מידות של רחמים.

עס זענען געוועהן אסאך צדיקים און אזוי אויך היינט זענען דא אסאך קהילות וואס ליינען די פרשת פון קרבנות פון א ספר תורה אין דעם טאג, איינער פון די טעמים איז ווייל שלמה המלך האט דעם טאג מחנך געוועהן די בית המקדש עס איז געוועהן דער ערשטער טאג וואס מ'האט מקריב געוועהן קרבנות אין די בית המקדש און עס איז געוועהן א גרויסע עת רצון די תפלת פין שלמה המלך זענען אין דעם טאג נתקבל געווארען דערפאר איז דער טאג זעהר חשוב און מ'דארף דאס זעהן גוט אויסצוניצען.

און די ווואס זענען נישט געגאנגען צוו תשליך ראש השנה גיין אין דעם טאג.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

שלש עשרה מדות של רחמים

נאך דעם וואס די אידען האבען געזינדיגט ביי די חטא העגל, האט משה רבינו געטראכט אז דער אויבערטשער וועט ח"ו זיי נישט מוחל זיין אויף די עבירה. זאגט ר' יוחנן אין מסכת ראש השנה דף י"ז ע"ב, אז השי"ת האט אויסגעלערענט פאר משה רבינו די י"ג מדות של רחמים, און השי"ת האט געזאגט פאר משה רבינו, "כל זמן שישראל חוטאין", אז ווען די אידען וועלען זינדיגען "יעשו לפני כסדר הזה", זאלען זיי מתפלל זיין דעם סדר פון די י"ג מדות, "ואני מוחל להם", און איך וועל זיי מוחל זיין. אויך זאגט די גמרא "ברית כרותה", אז דער אויבערשטער האט צוגעזאגט אז ווען מען וועט זאגען די י"ג מדות, "שאינן חוזרת ריקם", אז זייערע תפלות וועלן נישט צוריק געוויזען ווערען ליידיג אהן אויסצו'פועל'ן אויף דעם וואס זיי זענען מתפלל.

וועגען דעם איז זייער וויכטיג אז מען זאל עס זאגען מיט גרויס כוונה.

עס איז אבער דא א מחלוקת צווישען די מפרשים וואס איז פשט פון די ווערטער "יעשו לפני כסדר הזה". עס זענען דא וואס זאגען אז די כוונה איז אז א איד זאל טוהן אזוי ווי די מדות פון דער אויבערשטער וואס זענען מרומז אין די י"ג מדות של רחמים, "מה הוא רחום אף אתה רחום", מה הוא חנון אף אתה חנון".

אנדערע זאגען אבער, אז די כוונה איז נישט דוקא נאכצומאכען און טוהן די זעלבע מדות, נאר עס איז גענוג צו זאגען די י"ג מדות של רחמים, און אויב מען וועט נאר זאגען די י"ג מדות של רחמים, וועט דער אויבערשטער מוחל זיין די עבירות.

מען קען ברענגען א ראיה צו די צווייטע וועג אז די כוונה פון "יעשו לפני" איז צו זאגען מיט'ן מויל, פון די מדה "א-ל", וואס דאס איז דאך נישט שייך נאכצומאכען, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (במדבר כ"ג י"ט) "לא איש א-ל" אז די מדה פון א-ל קען א מענטש נישט נאכמאכען, מוז דאך זיין אז די כוונה איז צו זאגען די י"ג מדות של רחמים מיט'ן מויל.

מיט דעם קען מען זאגען פשט אין די ווערטער וואס מיר זאגען "א-ל", פון די מדה "א-ל" "הורית לנו" האסטו אונז געלערנט, "לומר שלש עשרה", עס איז גענוג צו זאגען די שלש עשרה מדות של רחמים, און דורך זאגען איז דער אויבערשטער מוחל אונזערע עבירות.


ה', ה', א-ל, רחום, וחנון, ארך אפים, ורב חסד, ואמת, נוצר חסד לאלפים, נושא עון, ופשע, וחטאה, ונקה
(שמות ל"ד פסוק ו' ז'):


1) ה' - השי"ת פירט זיך מיט דעם מענטש מיט מדת הרחמים, נאך פאר דער מענטש האט געזינדיגט. (זעה שפעטער דעם הסבר פארוואס מען דארף רחמים פון השי"ת נאך פאר מען האט געזינדיגט).

2) ה' - השי"ת פירט זיך מיט דעם מענטש מיט מדת הרחמים, אויך נאכדעם וואס דער מענטש זינדיגט און טוהט תשובה.

3) א-ל - דאס איז אויך א שם פון רחמים, אז השי"ת געבט שכר פאר טוהן מצות, כאטש מיר זענען מחויב דאס צו טוהן.

4) רחום - השי"ת פירט זיך מיט רחמנות אז די מענטשען זאלען נישט קראנק ווערען אדער אנדערע צרות; ווייל אזוי האבען זיי נאך די מעגליכקייט און כח תשובה צו טוהן.

5) וחנון - השי"ת געבט פאר מענטשען מתנות, ער היילט די קראנקע, און נעמט ארויס מענטשען פון צרות, כאטש זיי זענען נישט ראוי פאר דעם.

6) ארך אפים - השי"ת פארלענגערט זיין צארען פאר די בעלי עבירה, אז זיי זאלען קענען תשובה טוהן נאך פאר עס איז צו שפעט.

7) ורב חסד - השי"ת טוהט פיהל חסד - אפילו אויב די זכותים און עבירות זענען העלפט אויף העלפט, טוהט השי"ת איבער בייגען די וואג אויף גוט.

8) ואמת - די מדה פון השי"ת איז אמת - דאס מיינט, אז השי"ת איז באגלייבט צו מקיים זיין דאס וואס ער האט צוגעזאגט, צו געבען שכר טוב לעושי רצונו.

9) נוצר חסד לאלפים - ער צאלט דעם שכר פאר די מצוה, פאר די דורות שפעטער (ביז צוויי טויזענט) אפילו פאר די וואס האבען נישט געטוהן די מצוה.

10) נושא עון - השי"ת איז מוחל די עבירות וואס הייסט "עון"; דאס זענען די עבירות וואס א מענטש זינדיגט במזיד.

11) ופשע - השי"ת איז מוחל די עבירות וואס הייסט "פשע"; דאס זענען די עבירות וואס א מענטש זינדיגט במזיד, און האט אינזינען צו דערצערענען השי"ת.

12) וחטאה - השי"ת איז מוחל די עבירות וואס הייסט "חטא"; דאס זענען די עבירות וואס א מענטש זינדיגט בשוגג.

13) ונקה - השי"ת מאכט אינגאנצען ריין דעם מענטש וואס טוהט תשובה.

א-ל ארך אפים
אֵ-ל אֱרֶךְ אַפֲּיִם אַתָּה דו ביסט א ג-ט וואס פארלענגערט דעם צארן השי"ת געבט א מעגליכקייט פאר'ן מענטש תשובה צו טוהן
וּבֲעַל הָרַחֲמִים נִקְרֵאתָ און א "בעל הרחמים" ווערסטו אנגערופען (א דערבארימדיגער) וְדֱרֶךְ תְּשׁוּבָה הוֹרֵיתָ און די וועג פון תשובה האסטו געוויזען גְּדֻלַּת רַחֲמֱיךָ וַחֲסָדֱיךָ דאס גרויס קייט פון דיין רחמנות און חסד תִּזְכּוֹר הַיּוֹם זאלסטו געדענקען היינט וּבְכָל יוֹם און יעדען טאג לְזֱרַע יְדִידֱיךָ צו די קינדער פון דיינע באליבטע צו די קינדער פון אברהם יצחק און יעקב
תֵּפֶן אֵלֵינוּ בְּרַחֲמִים קער דיך צו אונז מיט רחמנות כִּי אַתָּה הוּא בֲּעַל הָרַחֲמִים וויבאלד דו ביסט דאך דער "בעל הרחמים" בְּתַחֲנוּן מיט געבעט (פון מתנת חנם) וּבִתְפִלָּה און מיט תפלה פָּנֱיךָ נְקַדֵּם טוהן מיר דיין פנים פעדערען -מיט די י"ג מדות של רחמים כְּהוֹדֲעְתָּ אזוי ווי דו האסט געמאכט וויסען לֶעָנָיו פאר דעם עניו - משה רבינו מִקֱּדֶם שוין לאנג צוריק אז ווען מען וועט זאגען די י"ג מדות של רחמים "שאינן חוזרת ריקם", אז זייערע תפלות וועלן נישט צוריק געוויזען ווערען ליידיג - בעטען מיר יעצט .....
מֵחֲרוֹן אַפְּךָ שׁוּב פון דיין צארן זאלסטו צוריק קערען כְּמוֹ בְתוֹרָתְךָ כָּתוּב אזוי ווי עס שטייט געשריבען אין דיין תורה משה רבינו האט מתפלל געווען "שוב מחרון אפך" (שמות ל"ב י"ב) און דערנאך שטייט "וינחם ה' על הרעה" (שמות ל"ב י"ד)
וּבְצֵל כְּנָפֶיךָ און אין די שאטען פון דיינע פליגעל אזוי ווי א אדלער באשיצט מיט זיינע פליגעל זיינע פייגלעך
נֶחֱסֶה זאלען מיר באשיצט ווערען וְנִתְלוֹנָן און שטענדיג קענען נעכטיגען (שטענדיג באשיצט זיין פון צרות) כְּיוֹם אזוי ווי דעם טאג וַיֵּרֶד ה' בֶּעָנָן וואס דער אויבערשטער האט גענידערט מיט א וואלקן (שמות ל"ד ה') "וירד ה' בענן" תַּעֲבוֹר עַל פֶּשַׁע זאלסט אוועק פירען די זינד דאס מיינט מען די עבירות וואס מען האט געטוהן במזיד - זאלסטו נישט יעצט שטראפען - נאר אוועק לייגען, אזוי ווי דער אויבערשטער האט געזאגט ביי די חטא העגל "ואדעה מה אעשה לך" (שמות ל"ג ה')
וְתִמְחֶה אָשָׁם און מעק אויס (אינגאנצען) די עבירות וואס מען האט געטוהן בשוגג כְיוֹם אזוי ווי דער טאג וַיִּתְיַצֵּב עִמּוֹ שָׁם וואס ער (הקב"ה) האט זיך געשטעלט מיט איהם (משה רבינו) אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (שמות ל"ג כ"א) "ויאמר ה' הנה מקום אתי ונצבת על הצור" און דערנאך שטייט (שמות ל"ד ה') "ויתיצב עמו שם"
תַּאֲזִין שַׁוְעָתֵנוּ הער צו אונזער געשריי וְתַקְשִׁיב מֶנּוּ מַאֲמַר און פארנעם פון אונז וואס מיר זאגען כְּיוֹם אזוי ווי דער טאג וַיִּקְרָא בְשֵׁם וואס דער אויבערשטער האט אויסגערופען אין זיין נאמען מיט וועלכע נאמען האט ער אויסגערופען ?
ה' מיט'ן נאמען ה' (מדת הרחמים) [עיין במשנה ברורה סימן תקפ"א ס"ק ד' "יש להפסיק בין בשם ובין ה']
נאך א פשט
וַיִּקְרָא בְשֵׁם ה' און משה האט גערופען אין דער אויבערשטער'ס נאמען
וְשָׁם נֶאֱמַר און דארט שטייט אין פסוק .....
א-ל מלך יושב
אֵ-ל מֱלֶךְ דער ג-ט דער קעניג פון די וועלט יוֹשֵׁב עַל כִּסֵּא רַחֲמִים זיצט אויף די שטוהל פון רחמנות (ווען ער משפט די אידען) מִתְנַהֵג בַּחֲסִידוּת ער פירט זיך מיט חסד מוֹחֵל עֲוֹנוֹת עַמּוֹ ער איז מוחל די עבירות פון זיין פאלק מַעֲבִיר ער נעמט אוועק רִאשׁוֹן רִאשׁוֹן די ערשטע צוויי עבירות - און לייגט זיי נישט אויף די וואגשאהל, כדי די מצות זאלען איבער וועגען די עבירות מַרְבֶּה מְחִילָה לְחַטָּאִים ער פארמערט מחילה פאר די וואס זינדיגען בשוגג וּסְלִיחָה לַפּוֹשְׁעִים און ער פארגעבט פאר די וואס זינדיגען במזיד עֹשֶׂה צְדָקוֹת ער טוט גערעכטיגקייט (ער געבט שכר) עִם כָּל בָּשָׂר וָרוּחַ מיט יעדען באשעפעניש לֹא כְרָעָתָם נישט לויט זייער שלעכטקייט תִּגְמוֹל טוסטו זיי באלוינען - אפילו א רשע באקומט שכר פאר די מצות וואס ער טוט אֵ-ל הוֹרֵיתָ לָּנוּ דו ג-ט האסט אונז געלערענט לוֹמַר שְׁלֹשׁ עֶשְׂרֵה צו זאגען די 13 מדות של רחמים וּזְכוֹר לָנוּ הַיּוֹם און געדענק פאר אונז היינט בְּרִית שְׁלֹש עֶשְׂרֵה דעם בונד פון די 13 מדות כְּמוֹ שֶׁהוֹדַעְתָּ לֶעָנָיו אזוי ווי דו האסט געמאכט וויסען פאר דעם עניו - משה רבינו מִקֱּדֶם שוין לאנג צוריק כְּמוֹ שֶׁכָּתוּב אזוי ווי עס שטייט אין פסוק וַיֵּרֶד ה' בֶּעָנָן השי"ת האט גענידערט אין א וואלקען וַיִּתְיַצֵּב עִמּוֹ שָׁם און ער (השי"ת) האט זיך געשטעלט מיט איהם (משה) דארט וַיִּקְרָא בְשֵׁם און דער אויבערשטער האט אויסגערופען אין זיין נאמען מיט וועלכע נאמען האט ער אויסגערופען ?
ה' מיט'ן נאמען ה' (מדת הרחמים) [עיין במשנה ברורה סימן תקפ"א ס"ק ד' "יש להפסיק בין בשם ובין ה']
נאך א פשט
וַיִּקְרָא בְשֵׁם ה' און משה האט גערופען אין דער אויבערשטער'ס נאמען
וַיַּעֲבֹר ה' און דער אויבערשטער איז פאר ביי געגאנגען עַל פָּנָיו פאר משה רבינו וַיִּקְרָא און דער אויבערשטער האט אויסגערופען .....
ה' - אני הוא קודם שיחטא האדם


דער רא"ש פרעגט, פארוואס דארף מען רחמים, נאך איידער מען האט געזינדיגט ? ענטפערט דער רא"ש כאטש השי"ת ווייסט אז דער מענטש וועט נאך אמאהל זינדיגען, פון דעסט וועגען טוהט נישט השי"ת משפט'ן דעם מענטש לויט וואס וועט זיין שפעטער, נאר "באשר הוא שם" לויט ווי דער מענטש איז יעצט.

נאך ענטפערן די מפרשים, וויבאלד ווען א מענטש זינדיגט, האט ער דאך קודם געהאט א מחשבה צו זינדיגען, און על פי דין וואלט מען געדארפט געשטראפט ווערען אויף די מחשבה אליין'ס, אזוי ווי מיר געפונען אז ביי די גוים איז "מחשבה רעה הקב"ה מצרפה למעשה" אז השי"ת רעכענט די מחשבה אזוי ווי א מעשה (תוס' קידושין ל"ט:), נאר דאס וואס ביי אידען איז מחשבה רעה אין הקב"ה מצרפה למעשה, איז רחמים פון השי"ת, איז שוין זייער פארשטענדיג, "אני ה' קודם שיחטא האדם" אז אויף די מחשבה וואס מען האט געהאט פאר'ן זינדיגען טוהט נישט אויף דעם השי"ת שטראפען.

מיר געפונען אויך אין די גמרא מסכת בבא בתרא (קס"ד ע"ב) אז דריי עבירות ווערט יעדער מענטש נכשל דערפון יעדען טאג, און איינער פון די עבירות איז "הרהור עבירה", טראכטען פון טוהן א עבירה. נאר דאס וואס מען שטראפט נישט אויף דעם איז א טובה פון השי"ת.

דאס קען זיין די כוונה וואס מיר זענען מתפלל, "אל תבא במשפט את עבדך" זאלסט אונז נישט משפט'ן לויט דעם דין, ווייל "כי לא יצדק לפניך כל חי" ווייל קיין שום מענטש וועט נישט ארויס גיין מיט גערעכטיגקייט, ווייל יעדער מענטש האט מחשבות פון עבירות. דעריבער זענען מיר מתפלל אז השי"ת זאל זיך פירען מיט אונז מיט מדת הרחמים, און זאל נישט שטראפען אויף די מחשבות וואס מיר האבען געהאט נאך איידער מיר האבען געזינדיגט.

מען קען עס אויך פארשטיין, מיט דעם וואס די גמרא זאגט אין מסכת קידושין דף ל' ע"א, "יצרו של אדם מתגבר עליו בכל יום", אז דער יצר הרע טוהט זיך שטארקען יעדען טאג אויף דעם מענטש, "ואלמלא הקב"ה עוזרו אין יכול לו" און ווען נישט וואס השי"ת העלפט דעם מענטש צו באזיגען דעם יצר הרע, וואלט דער מענטש נישט געקענט איהם ביי קומען. דאס אליין'ס איז מדת הרחמים וואס השי”ת העלפט דעם מענטש צו באזיגען דעם יצר הרע, ער זאל נישט זינדיגען. און דאס איז פשט אין די גמרא, "אני ה' קודם שיחטא" איך האב מיר געפירט מיט דעם מענטש די גאנצע צייט וואס ער האט נישט געזינדיגט מיט מדת הרחמים, ווייל איך האב איהם געהאלפען אז ער זאל נישט זינדיגען.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

שלש עשרה מדות של רחמים
נאך יעדן קאפיטל פון סליחות זאגט מען די י"ג מדות של רחמים, ד.מ. די דרייצן מדות מיט וואס השי"ת ווערט געלויבט אויף זיין מדת רחמנות, דאס איז די תפלה פון א) ד', ב) ד', ג) א-ל, ד) רחום ה) וחנון ו) ארך אפים, ז) ורב חסד, ח) ואמת, ט) נוצר חסד לאלפים, י) נושא עון, יא) ופשע, יב) וחטאה, יג) ונקה, דאס דארף מען זאגן מיט גרויס כוונה, אינזינען האבן די טייטש פון די י"ג מדות של רחמים. (יסוד ושורש העבודה, כף החיים סי' תקפ"א אות ו')

דער "כף החיים" ברענגט "ואסור להזכיר י"ג מדות שלא בכוונה" מען טאר נישט זאגן די י"ג מדות אן כוונה.

די י"ג מדות של רחמים טאר מען נישט זאגן ווען מען זאגט סליחות ביחידות. נאר מ'דארף אויסלאזן פון וַיעבוֹר ד' ביז וְסָלַחְתָּ לְעוֹנֵינוּ, אויסער אז מ'זאגט עס אויפ'ן ניגון פון טראפן איז דאס גלייך ווי ער ליינט דאס אין די תורה.
"וזכר לנו היום ברית שלש עשרה"
די גמרא ברענגט: רב יהודא האט געזאגט, אז השי"ת האט צוגעזאגט פאר משה רבינו עליו השלום אז ער לערנט איהם אויס דעם סדר ווי אזוי צו דאווענען און בעטן, מעורר רחמים צו זיין אז די תפלה זאל אנגענומען ווערן, דאס איז דורכדעם וואס מען דערמאנט די י"ג מדות של רחמים, דורכדעם וואס מען וועט דערמאנען פאר מיר רחום וחנון - האט דער באשעפער געזאגט - וועלן זיי געענטפערט ווערן, און איך וועל זיי מוחל זיין אויף די עבירות, אפילו ווען זיי וועלן שוין נישט האבן קיין זכות אבות, מיין רחמנות לאזט זיך נישט אויס און עס וועט זיך קיינמאל נישט אויסלאזן, און זייערע תפלות וועלן נישט צוריקגעוויזן ווערן ליידיג אן אויסצו'פועל'ן די תפלה אויף וואס זיי זענען מתפלל. (מס' ר"ה דף י"ז. רש"י פ' תשא)
גבאי ביהמד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 11, 2009 2:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבאי ביהמד »

שלש עשרה מדות האמורות בחנינה
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

עס איז דא אן א שיעור שיטות וויאזוי מען רעכנט די שלוש עשרה מדות, עס איז דא א גאנץ ספר אויף דעם, אין סליחות המפורשות אין אנהויב האט ער א טשארט פון אסאך שיטות, כמדומה 13
ע"פ אר"י רעכנט מען ארך אפים פאר צוויי, י"א אומרים ווייל אפים אז לשון רבים לצדיקים ולרשעים, וי"א ע"פ קבלה ארך און אפים צוויי ווערטער
יש אומרים עוד עצה לומר ביחידות לומר במקום ה' ה' רחמנא רחמנא
יש עוד הרבה דברים של מספר י"ג, מדות שהתורה נדרשת, מילה נכרתו עלי' י"ג בריתות, (וי"א שזה פירוש תמכתי יתידותי בשלש עשרה תיבות, כי שלש עשרה מדות אינם י"ג תיבות, ערוה"ב הקדמון), י"ג עיקרים (כידוע שזה המספר הי' בקבלה הרבה קודם הרמב"ם.
וידוע שאצל הגויים להבדיל י"ג אינו בר מזל, (ובפשטות מפני שיאשקע נהרג י"ג ניסן, ולכן פרייטאג דער 13ענטער הוא געפערליך משום שאותה שנה שבת ערב פסח הי', וא"כ נהרג י"ג בע"ש), אבל אע"ג דאיהי לא חזי מזלייהו חזי
באידרא איז ער מאריך און די י"ג תיקוני דיקנא, ויש ספר קבלה שמבאר הכל בארוכה איזה מידה מרומז באיזה חלק של הזקן,
ואומרים שהבעש"ט כשהי' אומר י"ג שבחים בישתבח, הזקן שלו הי' מתחלק לפי הי"ג מדות, והוא מבאר ג"כ הי"ג צירופי הוי"ה מובא באגד"כ כמ"פ
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
מאטעס
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 15, 2008 12:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטעס »

איפה מוזכר י"ג עיקרים לפני הרמב"ם?
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

החת"ס בתשובתו הידועה מביא ר' טביומי גאון המוזכר בשל"ה, וכן ביאר דבריו בארוכה הגהות מהרי"פ על תשו' מהר"י מינץ
ושהי"ג עיקרים מקבילות לי"ג מדות כבר ביאר המהרש"א בנדרים דף מ"א והשל"ה באמת ואמונה
ועיקר הדברים שי"ג עיקרים הי' במסורה להרמב"ם חידשו הארבבנאל, ורוצה לומר שזה הי"ג נהרי אפרסמון
והדברים ידועים עיקר המחלוקת אם יש עיקרים ומה משמעותם
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

פונקט נעכון געזעהן א נייע ספר איבער די י"ג מדות של רחמים שוין פארגעסן דעם נאמען, אויך ר' דניאל דוד שטיינבערג דער בעל השעטנז האט אין זיין חיבור א ליקוט איבער די י"ג מדות.

איבער דעם ענין פון די י"ג מדות שהתורה נדרשת בהן שמקבילות הנה לי"ג מדות של רחמים ווערט אסאך גערעדט בספרי חסידות (מיר האבן שוין אויך געשריבען דא אביסל דערוועגן) דער בני יששכר ברענגט עס עטליכע מאל, אויך ר' יוסף ענגיל בספרו בית האוצר ביים ענין פון 'אין עונשין מן הדין' רעדט דער דערוועגן.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

והוא פלאי האט געשריבן:יש עוד הרבה דברים של מספר י"ג, מדות שהתורה נדרשת, מילה נכרתו עלי' י"ג בריתות, (וי"א שזה פירוש תמכתי יתידותי בשלש עשרה תיבות, כי שלש עשרה מדות אינם י"ג תיבות, ערוה"ב הקדמון), י"ג עיקרים (כידוע שזה המספר הי' בקבלה הרבה קודם הרמב"ם.

פונקט נעכטן האבן מיר געלערנט א מהרש"א בחידושי אגדות עמ"ס נדרים דף מא. די גמ' זאגט אז רבינו הקדוש האט אויף יעדע ענין געלערנט בתלת עשרי אפי (בי"ג פנים) און אויסגעלערנט ר' חייא זיבען דערפון, זאגט דער מהרש"א בזה"ל: בכמה דברים קדושים מצינו מספר הזה י"ג, כגון י"ג מדותיו של הקב"ה וי"ג מדות שהתורה נדרשת בהם, כם הרמב"ם הניח עיקרים כמנין הזה וכו' עיי"ש באריכות.
אטעטשמענטס
hebrewbooks_org_14307_212.jpg
אוועטאר
moshele11211
שר האלף
תגובות: 1271
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 26, 2010 2:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moshele11211 »

זייער שיין !!

קען איינער אפשר ארויפלייגן אזא צעטל ווי עס שטייט אלע קרבנות א שכח למפרע
אוועטאר
moshele11211
שר האלף
תגובות: 1271
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 26, 2010 2:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moshele11211 »

געטראפן

דא

איך האב געטרייט עס ארויפצולייגן אין א פי די עף ער זאגט עס איז צו גרויס סוי ווער עס קען זאל עס ארויפלייגן
אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

ווי איז דער מקור צו פאסטן א האלבע טאג היינט ביום שלוש עשרה מדות?
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
יונה
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה »

דער קצה המטה שרייבט אז דער רבי ר' בער פון מעזריטש האט אזוי געזאגט. און געמאכט א חשבון אז ס'איז ווי געפאסט א דרייערל. ערב יוה"ק זאגט דאך די גמ' אז דאס עסן איז ווי געפאסט און איבערמארגן פאסט מען בפועל, צוזאמען מיט די האלבע תענית היינט איז עס דריי טאג רציפות וואסי א גרויסע תיקון.

אין אלף המגן שטייט אויך אז אזוי איז דער מנהג.
elefHamugen.PNG
קדוש ונורא
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 16, 2017 4:58 pm

בקשה נחוצה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קדוש ונורא »

איינער האט אפשר די "סליחות ליום שלש עשרה מדות"

איך ווייס עס שטייט און סליחות
אבער איך פרעג צו איינער האט עס אויף א PDF וואס איך קען ארויס פרינטען
סוואליעווער אייניקל
שר האלף
תגובות: 1825
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 12, 2015 3:09 pm
לאקאציע: אין מערב אירופה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סוואליעווער אייניקל »

פונקט היי יאהר האב איך געשריבן א קלארע טשארט אינעם נושא

נ.ב. איבערגעשריבן פון א כת"י פון א זיידע, נישט אליין דורך געטוהן.
אטעטשמענטס
שיטות י''ג מדות.jpg
שיטות י''ג מדות.jpg (105.67 KiB) געזען 4750 מאל
סוואליעווער אייניקל
שר האלף
תגובות: 1825
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 12, 2015 3:09 pm
לאקאציע: אין מערב אירופה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סוואליעווער אייניקל »

פאסיג דא אפירצוברענגן אן אלטע תפלה וואס דער של"ה הק' ברענגט פון 'טביומי' (ר' יו"ט ליפמאן מילהויזן, אכהמ"ל עליו), וואו מען בעט אז מען זאל אונז נישט קענען שטערן די י"ג עיקרים אין זכות די י"ג מגות:
יְהִי רָצוֹן מִלְפָנֶיךָ הַשֵׁם הַמְקוּדָשׁ שְׁלֹש עֶשְׂרֵה, לְמַעַן אַבְרָהָם יִצְחָק הָרִאשׁוֹנִים בִּבְרִיתֹות שְׁלֹש עֶשְׂרֵה, וּלְמַעַן יַעַקֹב אִישׁ תָּם וְצֶאצָאָיו שְׁלֹש עֶשְׂרֵה, תְּחָנֵינִי עִם מְקַיְימַי תֹורָתֶךָ הַנִדְרֶשֶׁת בְּמִדֹות שְׁלֹש עֶשְׂרֵה, וּבָּרְכֵנִי לְדַבֵק לְשָׁמְרֵנִי מִמִקְרֵה וְלֹא יִמָנְעוּ מִמֶנִי מִדֹותֶיךָ הַשְׁלֹש עֶשְׂרֵה, וְהָאֵר פָנֶיךָ אֵלַי וְהֹוצִיא שִׂכְלִי לְפֹועַל תֹּורָה וּתְחָנֵנִי וְאֵדָעַךָ בְשֵׁם עִם יֹושֶׁר עִיקָרָם שְׁלֹש עֶשְׂרֵה, וְתִשָא זִיו שְׁכִינָתְךָ אֵלַי וְעָלַי תִשְׁרֶה וְתָשִׂים לִי שָׁלֹום מֵהַמֹונְעִים בְּאֵלוּ הַשְׁלֹש עֶשְׂרֵה.
פראצעדור
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 23, 2018 8:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראצעדור »

איטרעסאנט אז די מפרשים ברענגן א ראיה צו רבינו תמ'ס מספר אין די חשבון פון י"ג מידות פון די היינטיגע פייט אין סליחות
ביללער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 10, 2018 1:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביללער »

סוואליעווער אייניקל האט געשריבן:פונקט היי יאהר האב איך געשריבן א קלארע טשארט אינעם נושא

נ.ב. איבערגעשריבן פון א כת"י פון א זיידע, נישט אליין דורך געטוהן.

ע"פ אר"י איז ארך אפים 2 מדות
אוועטאר
yoy
שר חמש מאות
תגובות: 991
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 12:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yoy »

moshele11211 האט געשריבן:זייער שיין !!

קען איינער אפשר ארויפלייגן אזא צעטל ווי עס שטייט אלע קרבנות א שכח למפרע

moshele11211 האט געשריבן:געטראפן

דא

איך האב געטרייט עס ארויפצולייגן אין א פי די עף ער זאגט עס איז צו גרויס סוי ווער עס קען זאל עס ארויפלייגן

ביטע לייג עס ווידער ארויף ווי א PDF
its BLOCKED
$2200 הם שכר שידוך לגיל 18 ולכל עוד ששה חדשים, ראוי להוסיף $500, כדי לשלם עבור השעות החדשות, שהשדכנים משקיעים כסדר בשוק
אוועטאר
yoy
שר חמש מאות
תגובות: 991
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 12:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yoy »

אטעטשמענטס
סדר הקרבנות.pdf
(93.14 KiB) געווארן דאונלאודעד 118 מאל
$2200 הם שכר שידוך לגיל 18 ולכל עוד ששה חדשים, ראוי להוסיף $500, כדי לשלם עבור השעות החדשות, שהשדכנים משקיעים כסדר בשוק
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9580
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

יונה האט געשריבן:דער קצה המטה שרייבט אז דער רבי ר' בער פון מעזריטש האט אזוי געזאגט. און געמאכט א חשבון אז ס'איז ווי געפאסט א דרייערל. ערב יוה"ק זאגט דאך די גמ' אז דאס עסן איז ווי געפאסט און איבערמארגן פאסט מען בפועל, צוזאמען מיט די האלבע תענית היינט איז עס דריי טאג רציפות וואסי א גרויסע תיקון.

אין אלף המגן שטייט אויך אז אזוי איז דער מנהג.
elefHamugen.PNG

אויף ערב יום כפור שטייט דאך כאילו התענה תשיעי ועשירי האמער דאך א דרייערל
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30718
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

ארויף
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4410
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re: שלש עשרה מידות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

זיידעניו האט געשריבן:
יום שלש עשרה מידות:
עס זענען געוועהן אסאך צדיקים און אזוי אויך היינט זענען דא אסאך קהילות וואס ליינען די פרשת פון קרבנות פון א ספר תורה אין דעם טאג, איינער פון די טעמים איז ווייל שלמה המלך האט דעם טאג מחנך געוועהן די בית המקדש עס איז געוועהן דער ערשטער טאג וואס מ'האט מקריב געוועהן קרבנות אין די בית המקדש און עס איז געוועהן א גרויסע עת רצון די תפלת פין שלמה המלך זענען אין דעם טאג נתקבל געווארען דערפאר איז דער טאג זעהר חשוב און מ'דארף דאס זעהן גוט אויסצוניצען.
די טעם שטייט אין בני יששכר און אין דרך פקודיך אבער אביסל אנדערש
אז דעמאלטס ווען מען האט מחנך געווען די בית המקדש איז געאסרט געווארן במות לעולם און פין דעמאלטס האט מען געדארפט האבן די בית המקדש פאר קרבנות און אויב די בית המקדש ווערט חרוב איז נישט דא קיין שום וועג צי מקריב זיין קרבנות
ממילא האט זיך דעמאלטס אנגעהויבען צי מעורר זיין די ענין פין ליינען די קרבנות במקום קרבן
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
שרייב תגובה

צוריק צו “ליקוטים וענינים”