חו"ר פרשת ויחי (טייטש)

ספרי קודש אויפן וועב

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

חו"ר פרשת ויחי (טייטש)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

כח)
ויחי יעקב און יעקב האט געלעבט
בארץ מצרים אין לאנד מצרים
שבע עשרה שנה זיבעצן יאהר
ויהי און עס איז געוועהן
ימי יעקב די טעג פון יעקב
שני די יארען
חייו פון זיין לעבן
שבע שנים זיבען יאהר
וארבעים און פערציג
ומאת שנה און הונדערט יאהר

כט)
ויקרבו און זיי האבען זיך דערנענטערט
ימי ישראל די טעג פון ישראל
למות צו שטארבען
ויקרא און ער האט גערופען
לבנו צו זיין זוהן
ליוסף צו יוסף
ויאמר לו און ער האט געזאגט צו אים
אם נא מצאתי אויב איך האב יעצט געפונען
חן ליבשאפט
בעיניך אין דיינע אויגען
שים נא ידך לייג דיין האנט איך בעהט דיך
תחת ירכי אינטער מיין דיכט
ועשית און דו זאלסט טוהן
עמדי מיט מיר
חסד ואמת א אמתידיגע גענאד
אל נא תקברני איך בעהט דיך דו זאלסט מיך נישט באגראבען
במצרים אין מצרים

ל)
ושכבתי און איך וועל שטארבען
עם אבתי אזוי ווי מיינע עלטערין
ונשאתני און דו זאלסט מיך טראגען
ממצרים פון מצרים
וקברתני און דו זאלסט מיך באגראבען
בקברתם אין זייער קבר
ויאמר און יוסף האט געזאגט
אנכי אעשה איך וועל טוהן
כדברך אזוי ווי דיינע רייד
לא)
ויאמר און ער האט געזאגט
השבעה לי שווער צו מיר
וישבע לו און ער האט געשוואוירען צו אים
וישתחו ישראל און ישראל האט זיך געביקט
על ראש צו קאפיניס
המטה פון דעם בעט

א)
ויהי און עס איז געוועהן
אחרי נאך
הדברים האלה די דאזיגע רייד
ויאמר און ער (אפרים) האט געזאגט
ליוסף צו יוסף
הנה אט
אביך דיין פאטער
חלה איז קראנק
ויקח און ער האט גענומען
את שני בניו זיינע צוויי זוהן
עמו מיט אים
את מנשה דעם מנשה
ואת אפרים און דעם אפרים

ב)
ויגד ליעקב און מען האט דערציילט צו יעקב
ויאמר און ער האט געזאגט
הנה אט
בנך יוסף דיין זוהן יוסף
בא אליך קימט צו דיר
ויתחזק ישראל און ישראל האט זיך געשטארקט
וישב און ער האט זיך געזעצט
על המטה אויף דעם בעט

ג)
ויאמר יעקב און יעקב האט געזאגט
אל יוסף צו יוסף
קל שדי דער אלמעכטיגער באשעפער
נראה אלי האט זיך באוריזען צו מיר
בלוז בארץ כנען און די שטאדט לוז אין לאנד כנען
ויברך אתי און ער האט מיך געבענטשט

ד)
ויאמר אלי און. ער האט מיר געזאגט
הנני מפרך איך וועל דיר פרוכטבארען
והרביתך און איך וועל דיר מערען
ונתתיך און איך וועל דיך געבען
לקהל צו א פארזאמלונג
עמים פון פעלקער
ונתתי און איך וועל געבין
את הארץ הזאת דאס דאזיגע לאנד
לזרעך צו דיינע קינדער
אחריך נאך דיר
אחזת א ארבטייל
עולם אויף אייביג

ה)
ועתה און יעצט
שני בניך דיינע צוויי זיהן
הנולדים וואס זענען געבוירען
לך - צו דיר
בארץ מצרים אין לאנד מצרים
עד באי אליך ביז מיין קומען צו דיר
מצרימה קיין מצרים
לי צו מיר
הם זענען זיי
אפרים ומנשה אפרים און מנשה
כראובן ושמעון אזוי ווי ראובן און שמעון
יהיו וועלען זיי זיין
לי צו מיר

ו)
ומולדתך און דיינע קינדער
אשר הולדת וואס דו וועסט געבוירען
אחריהם נאך זיי
לך יהיו צו דיר וועלען זיי זיין
על שם אויף דעם נאמען
אחיהם פון זייערע ברידער
יקראו וועלען זיי גערופען ווערען
בנחלתם אין זייער ארבטייל

ז)
ואני און איך יעקב כאטש איך בין דיך מטריח מיט מיין קבורה, אז די זאלסט מיך פירען קיין ארץ ישראל, אבער מיט דיין מאמע רחל האב איך נישט אזוי געטוהן, נאר וואס דען
בבאי ווען איך בין געקומען
מפדן פון פדן ארם
מתה איו געשטארבען
עלי אויף מיר
רחל דיין מאמע רחל
בארץ כנען אין לאנד כנען
בדרך אויף דעם וועג
בעוד כברת ארץ עס איז נאך געוועהן אן אקער לאנד,וועסט דו וועלין מיינען אז עס איז געוועהן א נאסע צייט זאג איך דיר ניין בעוד כברת ארץ עס איז געוועהן א טריקענע צייט די ערד איז געוועהן געלעכרט אזוי ווי א זיפ
לבא צו קומען
אפרתה קיין אפרת
ואקברה שם און איך האב זי דארט באגראבען
בדרך אפרת אויף דעם וועג קיין אפרת
הוא בית לחם דאס איז בית לחם ,און איך האב זי אפילו נישט אריינגעפירט קיין בית לחם
ווייס איך דאך אז די האסט א בייז הארץ, זאג איך דיר אז איך האב עס געטוהן על פי הדבור, ווייל דער אויבערשטער האט אזוי געהייסען, ווייל ווען נבוזראדן וועט פארטרייבען די יודען אין גלות אריין, וועלין זיי אדורך גיין דורך רחל'ס קבר, וועט רחל ארויסגיין פון איהר קבר און וויינען און בעטען צום באשעפער אזוי ווי עס שטייט אין פסוק " קול ברמה נשמע" איהר קול איז געהערט געווארען אין היממעל, און דער אויבערשטער וועט איר ענטפערין "יש שכר לפעולתו" עס איז דא שכר פאר דיין ווערק פאר דיין געבעט, "ושבו בנים לגבולם" און די קינדער וועלען צוריק קערין צו זייער גרעניץ, קיין ארץ ישראל

ח)
וירא ישראל און ישראל האט געזעהן
את בני יוסף די קינדער פון יוסף
ויאמר און ער האט געזאגט
מי אלה ווער זענען די דאזיגע

ט)
ויאמר יוסף און יוסף האט געזאגט
אל אביו צו זיין פאטער
בני הם זיי זענען מיינע קינדער
אשר נתן לי אלקים וואס ג-ט האט מיר געגעבען
בזה דא
ויאמר און ער האט געזאגט
קחם נא אלי נעם זיי איך בעהט דיך צו מיר
ואברכם און איך וועל זיי בענטשען
שני
י)
ועיני ישראל און די אויגען פון ישראל
כבדו זענען געוועהן שווער
מזקן פון עלטערקייט
לא יוכל ער האט נישט געקענט
לראות צו זעהן
ויגש אתם און ער האט זיי געמאכט גענענען
אליו צו אים
וישק להם און ער האט זיין געקושט
ויחבק להם און ער האט זיי געהאלדזט
יא)
ויאמר ישראל און ישראל האט געזאגט
אל יוסף צו יוסף
ראה פניך צו זעהן דיין פנים
לא פללתי האב איך נישט געטראכט
והנה און אט
הראה אתי אלקים האט מיר דער אויבערשטער געוויזען
גם את זרעך אויך דיינע קינדער

יב)
ויוצא יוסף און יוסף האט זיי ארויסגעצויגען
מעם ברכיו פון זיינע קניען
וישתחו און ער האט זיך געבוקט
לאפיו מיט זיין פנים
ארצה ביז צו די ערד

יג)
ויקח יוסף און יוסף האט גענומען
את שניהם זיי ביידע
את אפרים דעם אפרים
בימינו ביי זיין רעכטע האנד
משמאל ישראל פון די לינקע האנד פון ישראל
ואת מנשה און דעם מנשה
בשמאלו ביי זיין לינקע האנד
מימין ישראל פון די רעכטע האנד פון ישראל
ויגש און ער האט געמאכט גענענען
אליו צו אים (צו יעקב)

יד)
וישלח ישראל און ישראל האט אויסגעשטרעקט
את ימינו זיין רעכטע האנד
וישת און ער האט געטוהן
על ראש אפרים אויף דעם קאפ פון אפרים
והוא הצעיר און ער איז דער יונגערער
ואת שמאלו און זיין לינקע האנד
על ראש מנשה אויף דעם קאפ פון מנשה
שכל ער האט געקליגט
את ידיו זיינע הענד
כי מנשה הבכור כאטש מנשה איז דער בכור

טו)
ויברך און ער האס געבענטשט
את יוסף דעם יוסף
ויאמר און ער האט געזאגט
האלקים דער באשעפער
אשר התהלכו וואס זיי זענען געגאנגען
אבתי מיינע עלטערין
לפניו פאר אים
אברהם ויצחק אברהם און יצחק
האלקים דער באשפער
הרעה אתי וואס שפייזט מיך
מעודי פון מיין יוגענד
עד היום הזה ביז דעם היינטיגען טאג

טז)
המלאך דער מלאך
הגואל וואס האט מיך אויסגעלייזט
מכל רע פון אלעם שלעכטען
יברך ער זאל בענטשען
את הנערים די יונגלעך
ויקרא און עס זאל גערופען ווערין
בהם אין זיי
שמי מיין נאמען
ושם אבתי און דער נאמען פון מיינע עלטערין
אברהם ויצחק אברהם און יצחק
וידגו און זיי זאלען זיך מערין ווי פיש
לרב צו פיהל
בקרב הארץ אין דעם לאנד
שלישי
יז)
וירא יוסף און יוסף האט געזעהן
כי ישית אביו אז זיין פאטער האט געטוהן
יד ימינו זיין רעכטע האנד
על ראש אפרים אויף דעם קאפ פון אפרים
וירע און עס איז שלעכט געפעלין
בעיניו אין זיינע אויגען
ויתמוך און ער האט אינטערגעלענט
יד אביו די האנד פון זיין טאטע
להסיר אתה איהר אפצוטוהן
מעל ראש אפרים פון אויף אפרים'ס קאפ
על ראש מנשה אויף מנשה'ס קאפ

יח)
ויאמר יוסף און יוסף האט געזאגט
אל אביו צו זיין פאטער
לא כן אבי נישט אזוי מיין פאטער
כי זה הבכור ווייל דער איז דער בכור
שים ימינך טוה דיין רעכטע האנד
על ראשו אויף זיין קאפ

יט)
וימאן אביו און זיין פאטער האט נישט געוואלט
ויאמר און ער האט געזאגט
ידעתי בני איך ווייס מיין זוהן
ידעתי איך ווייס
גם הוא אויך ער
יהיה לעם וועט זיין צו א פאלק
וגם הוא יגדל און אויך ער וועט גרויס זיין
ואולם און אבער
אחיו הקטן זיין קליינער ברודער
יגדל ממנו וועט זיין גרעסער פון אים
וזרעו און זיינע קינדער
יהיה וועלין זיין
מלא הגוים פול ביי די פעלקער

כ)
ויברכם און ער האט זיי געבענטשט
ביום ההוא אין יענעם טאג
לאמר אזוי צו זאגען
בך יברך ישראל מיט דיר וועלין זיך די יודען בענטשען
לאמר אזוי צו זאגען
ישמך אלקים דער אויבערשטער זאל דיך טוהן
כאפרים וכמנשה אזוי ווי אפרים און אזוי ווי מנשה
וישם את אפרים און ער האט געטוהן דעם אפרים
לפני מנשה פאר מנשה


כא)
ויאמר ישראל און ישראל האט געזאגט
אל יוסף צו יוסף
הנה אנכי מת אט שטארב איך
והי' אלקים און דער אויבערשטער וועט זיין
עמכם מיט אייך
והשיב אתכם און ער וועט אייך צוריק קערין
אל ארץ אבתיכם צו דעם לאנד פון אייערע עלטערין

כב)
ואני נתתי און איך האב געגעבען
לך צו דיר
שכם די שטאדט שכם
אחד איין טייל מער
על אחיך אויף דיינע ברידער
אשר לקחתי וואס איך האב גענומען
מיד האמרי פון די האנד פון אמורי
בחרבי מיט מיין שווערד
ובקשתי און מיט מיין בויגען
ווען שמעון און לוי האבען גע'הרג'עט די שטאדט שכם זענען די גוים פון ארום, געקומען מלחמה האלטען האט זיך יעקב אנגעטוהן מיט געווער און געהאלטען מלחמה א קעגען זיי
רביעי
א)
ויקרא יעקב און יעקב האט גערופען
אל בניו צו זיינע זוהן
ויאמר און ער האט געזאגט
האספו זאמעלט אייך איין
ואגידה לכם און איך וועל זאגען צו אייך
את אשר יקרא דאס וואס וועט טרעפין
אתכם אייך
באחרית הימים אין די ענדע פון די טעג
יעקב אבינו האט געוואלט אנפלעקין ווען משיח וועט קומען האט זיך די שכינה אפגעטוהן פון אים און ער האט אנגעהויבען צו זאגען אנדערע זאכען
ב)
הקבצו זאמעלט אייך איין
ושמעו און הערט
בני יעקב קינדער פון יעקב
ושמעו און הערט צו
אל ישראל אביבם צו אייער פאטער ישראל

ג)
ראובן ראובן
בכרי אתה דו ביסט מיין בכור
כחי מיין כח
וראשית אוני און דאס ערשטע פון מיין קראפט
יתר וואלסט דו דאך געדארפט זיין מער פון דיינע ברידער
שאת מיט די כהונה
ויתר עז און מער מיט שטארקייט, דאס מיינט מען מיט מלכות
(וואס האס צו געברענגט אז דו זאלסט שאדען האבען ביידע זאכען)
ד)
פחז דאס איילעניש
כמים אזוי ווי וואסער
אל תותר איבער דעם וועסט דו נישט האבען מער פון דיינע ברידער
כי עלית ווייל דו האסט אפגעטוהן
משכבי אביך דיין פאטעריס געלעגער
אז חללת דעמאלס האסט דו פארשוועכט
יצועי עלה די שכינה וואס גייט ארויף אויף .מיין בעט



ה)
שמעון ולוי אחים שמעון און לוי זענען ברידער
מיט איין עצה אויף שכם ,און מיט איין עצה אויף יוסף אזוי ווי עס שטייט אין פסוק ויאמרו איש אל אחיו וגו' ועתה לכו ונהרגהו, וועסט דו וועלין זאגען אז דאס זענען געוועהן ראובן אדער יהודה, ראובן האט דאך געזאגט אל תשפכו דם און יהודה האט געזאגט מה בצע וועסט דו וועלין זאגען אז דאס זענען געוועהן די בני השפחות זיי האבען זיך דאך גע'חבר'ט מיט יוסף אזוי ווי עס שטייט אין פסוק והוא נער את בני בלהה ואת בני זלפה, וועסט דו וועלין זאגען אז דאס זענען געוועהן יששכר און זבולן, זיי וואלטען נישט גערעדט פאר די עלטערע ברידער, מוז דאך זיין אז דאס זענען געוועהן שמעון און לוי וואס דער פאטער האט זיי גערופען אחים
כלי חמס גערויבטע כלים
מכרתיהם איז זייער וואפען

ו)
בסדם אין זייער ראט (עצה) ביי די מעשה פון זמרי
אל תבא נפשי זאל נישט קומען מיין זעהל, ווי עס שטייט אין פסוק זמרי בן סלוא נשיא בית אב לשמעוני און עס שטייט נישט בן יעקב
בקהלם אין זייער פארזאמלונג ביי די מחלוקה פון קרח
אל תחד כבדי זאלסט דו מיין כבוד זיך נישט איינציגען אזוי ווי עס שטייט אין פסוק קרח בן יצהר בן קהת בן לוי און עס שטייט נישט בן יעקב
כי באפם ווייל מיט זייער צארן
הרגו האבען זיי גע'הרג'ט די שטאדט שכם
איש אזוי ווי איין מענטש
וברצונם און מיט זייער ווילען
עקרו האבען זיי געוואלט אויסרייסען
שור יוסף'ן וואס ווערט אנגערופען שור

ז)
ארור זאל זיין פארשאלטען
אפם זייער צארן
כי עז ווייל עס איז שטארק
ועברתם און זייער גרים צארן
כי קשתה ווייל ער איז הארט
אחלקם איך וועל זיי צוטיילען
ביעקב צווישען יעקב
ואפיצם און איך וועל זיי צושפרייטען
בישראל צווישען די יודען

האט יהודה געזעהן אז יעקב שטראפט די עלטערע ברידער האט ער זיך אנגעהויבען צוריק צוריקען אז יעקב זאל אים נישט שטראפען וועגין די מעשה פון תמר האט יעקב געזאגט


ח)
יהודה דו יהודה ,דו ביסט נישט אזוי ווי זיי
אתה דו
יודיך וועלין דיך לויבען
אחיך דיינע ברידער
ידך דיין האנד וועט זיין
בערף איביך אויף דעם נאקען פון דיינע פיינד
ישתחוו לך זיי וועלין זיך בוקען צו דיר
בני אביך די קינדער פון דיין פאטערט

ט)
גור א יוגגער לייב דאס מיינט מען אין די צייטען וואס שאול וועט זיין מלך וועט דוד וואס קומט ארויס פון שבט יהודה ארויס פירען און אריין פירען די יודען
אריה א אלטער לייב , ווען דוד וועט זיין מלך
יהודה וואס ער שטאמט פון יהודה
מטרף פון דעם פארציקונג פון יוסף'ן
בני עלית האסט דו מיין זוהן זיך אפגעטוהן און דו האסט געזאגט מה בצע (איבער דעם)
כרע רבץ כאריה ער קניט ער ליגט אזוי ווי א לייב
דאט מיינט מען אין די צייטען פון שלמה המלך ווי עס שטייט איש תחת גפנו וגו'
וכלביא און אזוי ווי א לעמפערט
מי יקימנו ווער קען אים אויפשטעלין

י)
לא יסור עס וועט זיך נישט אפטוהן
שבט די רוט, דאס מיינט מען די ראשי גליות אין בבל
מיהודה פון יהודה
ומחקק און א געזעטצגעבער
מבין רגליו פון צווישען זיינע פיס דאס מיינט מען די נשיאים אין ארץ ישראל
עד כי יבא שילה ביז דער מלך המשיח וועט קומען וואס די מלוכה איז זיינס
ולו און צו אים
יקהת וועלען זיך איינזאמלען
עמים א סך פעלקער

יא)
אסרי ער וועט איינשפאנען
לגפן פאר א וויינשטאק
עירה זיין אייזעל
ולשרקה און פאר א צווייג
בני אתנו זיין יונג אייזען
כבס ער וועט וואשען
ביין מיט וויין
לבשו זיין קלייד
ובדם ענבים און מיט בלוט פון וויינטרויבען
סותה זיין קלייד, דאס מיינט מען אז עס וועט זיין א סך וויין

יב)
חכלילי עס וועלין רויט ווערין
עינים די אויגען
מיין פון וויין
ולבן און עס וועלין ווייס ווערען
שנים די ציין
מחלב פון מילך

יג)
זבולן זבולן
לחוף ביי דעם פארט (בארטען)
ימים פון די ימים
ישכן וועט ער רוהן
והוא און ער
לחוף ביי דעם פארט (בארטען)
אנית ווי עס קומען אהן די שיפען
וירכתו אוך דער ענדע פון זיין גרעניץ וועט זיין
על צידן ביז די שטאדט צידן

יד)
יששכר יששכר איז געגליכען
חמור גרם ווי א ברייט ביינערדיג אייזעל
רבץ ער ליגט
בין המשפתים צווישען די גרעניצען

טו)
וירא און ער האט געזעהן
מנחה די רוה
כי טוב אז עס איז גוט
ואת הארץ און דאס לאנד
כי נעמה אז עס איז אנגענעים
ויט האט ער גענייגט
שכמו זיין אקסעל
לסבל צו ליידען (פארטראגען) דעם יאך פון די תורה
ויהי און ער איז געווארען
למס עבד צו דינסטבאר צו פסק'ענען פאר יודען

טז)
דן ידין עמו דן וועט נקמה נעמען פאר זיין פאלק
כאחד אזוי ווי דער געאיינציגטער
שבטי ישראל פון די שבטים פון די יודען אזוי ווי דוד וואס קומט ארויס פון יהודה דאס מיינט מען אז שמשון הגבור וועט נקמה נעמען פון די פלשתים פאר די אידענ'ס וועגין

יז)
יהי דן דן זאל זיין
נחש ווי א שלאנג
עלי דרך אויף דעם וועג
שפיפן ווי א אטער (א מין שלאנג)
עלי ארח אויף דעם וועג
הנשך וואס בייסט
עקבי סוס די פערשט פון א פערד
ויפל און עס פאלט
רכבו זיין רייטער
אחור אינטער זיך
(שמשון הגבור האט אנגעכאפט ביידע זאלען פון הויז און אלע פלשתים פון דאך זענען אראפגעפאלען און זענען געשטארבען)
יח)
לישועתך צו דיין הילף
קויתי האף איך
ה' באשעפער , יעקב אבינו האט נביאות געזאגט אז די פלשתים וועלין אויסשטעכין די אויגען פון שמשון הגבור, און ער וועט זיך אוועק שטעלין צווישען די צוויי זאלען פון הויז און בעטין דעם אויבערשטען זכרני נא געדענק מיך איך
בעהט דיך, וחזקני נא און שטארק מיך איך בעהט דיך אך הפעם נאר דאס איינע מאהל און איך וועל נקמה נעמען פון די פלשתים, און ער וועט שטיפען די צוויי זאלען פון הויז און דאס גאנצע הויז וועט איינפאלען און אלע פלשתים וועלען שטארבען.
חמישי
יט)
גד גדוד יגודנו פון גד וועלין זיך איינזאמלען סאלדאטען
והוא יגד עקב און ער וועט צוריק קומען מיט אלע סאלדאטען אויף זייערע טריט

כ)
מאשר פון אשר'ס חלק
שמנה לחמו וועט זיין פעטע שפייז (ברויט) אויף זיינע פעלדער וועט וואקסען א סך אוילבירטען, און דער אויל וועט זיך ציען ווי א קוואל
והוא יתן און ער וועט געבין
מעדני מלך קעניגליכע גוטע שפייז

כא)
נפתלי אילה שלוחה די פירות פון נפתלי'ס חלק וועלין זיך שנעל צייטיגען אזוי ווי א געשיקטע אינד לויפט שנעל
הנותן וואס ער וועט געבין
אמרי שפר שיינע רייד, מען וועט מאכען ברכות אויף זיינע זיסע פירות
כב)
בן פרת יוסף א באליבטער זוהן איז יוסף
בן פרת א באליבטער זוהן
עלי עין אויף יעדען אויג וואס זעהט אים
בנות צעדה די טעכטער פון מצרים האבען געטרויטען
עלי שור אויף די מוערען צו קוקען אויף אים

כג)
וימררהו און זיי האבען אים פארביטערט
ורבו און זיי האבען זיך מיט אים געקריגט
וישטמהו און זיי האבען אים געהאסט
בעלי חצים מענטשען וואס זייערע רייד זענען שארף ווי פיילען

כד)
ותשב און עס האט זיך באזעצט
באיתן מיט פעסטקייט
קשתו זיין שטארקייט
ויפזו און עס איז באגילדערט געווארען
זרועי ידיו די ארעמעס פון זיינע הענד, דאס מיינט די גאלדענע רינג וואס פרעה האט אים אנגעטוהן
מידי אביר יעקב דאס האט ער באקומען פון די הענד פון דעם שטארקען ג-ט פון יעקב
משם רועה פון דארט איז ער געווארען א שפייזער
אבן ישראל פאר דעם פאטער און די קינדער פון די אידן

כה)
מא-ל אביך פון דעם באשעפער פון דיין פאטער איז דאס אלעס צו דיר געוועהן
ויעזרך און ער וועט דיר העלפען
ואת שדי און פון דעם אלמעכטיגען באשעפער
ויברכך און ער וועט דיך בענטשען
ברכת שמים ברכות פון היממעל
מעל פון אויבען
ברכות תהום ברכות פונ'ם אפגרונד
רבצת תחת וואס ליגט הינטען
ברכת שדים ורחם ברכות צו האבען קינדער

כו)
ברכת אביך די ברכות וואס דער אויבערשטער האט געבענטשט דיין פאטער
גברו האבען זיך געשטארקט
על ברכות הורי אויף די ברכות וואס דער באשעפער האט געבענטשט מיינע עלטערין
עד תאות ביז די עקען
גבעות עולם פון די הויכקייט פון די וועלט
תהיין זאלען זיין אלע זיין
לראש יוסף צום קאפ פון יוסף
ולקדקד און צום קאפ
נזיר אחיו פון דעם אפגעשיידטען פון זיינע ברידער
ששי
כז)
בנימין בנימין איז פארגליכען
זאב יטרף ווי א וואלף וואס פארציקט
בבקר יאכל עד אינדערפרי אין די צייטען פון שאול וועט ער עסין רויב
ולערב און אין אווענט אין די צייטען פון מרדכי ואסתר
יחלק שלל וועט ער טיילען רויב

כח)
כל אלה די אלע
שבטי ישראל שבטים פון די יודען
שנים עשר צוועלף
וזאת און דאס איז
אשר דבר להם וואס ער האט גערעדט צו זיי
אביהם זייער פאטער
ויברך אותם און ער האט זיי געבענטשט
איש א יעדער מאן
אשר כברכתו לויט זיין ברכה (וואס איז אנגעגרייט אויף אים צו קומען)
ברך אותם האט ער זיי געבענטשט
פראצעדור
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 23, 2018 8:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראצעדור »

ארויף
לייבעלע הירש
שר חמש מאות
תגובות: 889
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 28, 2017 8:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבעלע הירש »

ארויף
שרייב תגובה

צוריק צו “אוצר הספרים”