המלך מגילה-שיטת הגר"א והמסתעף
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
המלך מגילה-שיטת הגר"א והמסתעף
כוויל דא גרינדן אן אשכול מזאל קענען אזוי ארום שמועסן די נושאים פון מגילות
פון א סופריש'ן שטאנדפונקט
1) קודם וויל איך פרעגן צו ווייסט עמעצער די מקור פון המלך מגילות?
האט דאס טאקע א מקור מוסמך אדער סתם א בעל בתישע'ר מושג?
2) אויך אביסל ארום שמועסן איבער די טענה פונעם גר"א אז סינישטא קיין מסורה צו מאכן די אותיות פון די עשרת בני המן גרעסער ווי אלע אנדערע ווערטער פון די מגילה
3) ווי באקאנט האט טאקע דער גר"א און דער חת"ס און מן הסתם אזוי אויך נאך אסאך אנדערע גדולי ישראל געהאט די עשרת בני המן אריין געשריבן אינמיטן אן עמוד
4) אין ירושלים איז געשאפן געווארן א פשרהדיג'ער מושג פון שרייבן אן עלף שורהדיגע'ר מגילה מיילע אזוי האט מען יוצא געווען ביידע שיטות ווייל אזוי איז די עשרת בני המן אויף אן עקסטערן עמוד און אויך איז עס נישט מיט קיין גרעסערן אות אזוי ווי דער גר"א טענהט
אויף דעם אבער טענה'ט הרה"ג ר' משה שטרנבוך אז מאן יימר דאס איז א פשרה אפשר לויט די שיטה פון שרייבן די י' בני המן עקסטער אפשר דארף מען אויך שרייבן מיט א גרעסערן אות? און מאן יימר די האסט יוצא געווען ביידע שיטות?
און אפשר איז טאקע מער אויסגעהאלטן צו נוצן א גרעסערע מגילה מיט ל"ו אדער מ"ב שורות כאמתה של תורה?
5) ווייסט איינער וואספארא מגילה די רבי'ס לבית סיגוט האבן גענוצט?

אמר החכם: מי שזורע את השנאה יקצור את החרטה. אחרית קטטה חרטה. המתן מעט ולא תתחרט ! (ס' חסידים פ"ח)
טאקע אינטערעסאנט אן עלף שורותדיגער מיט המלך האסט עפעס מקורות צו דעם??
אגב: גרויסע אותיות מיינט נישט גארנישט אויב די גאנצע מגילה האט די זעלבע סייז אות!
איך האב אויך געהערט אז דער ייטב לב האט געהאט א לאנגע מגילה
דאס הייסט מיט וויניג שורות אבער כווייס נישט צו דאס מיינט אן עלף שורותדיגע'ר מגילה
וואס איז טאקע פשט פון א ברייטע לאנגע מגילה צו ווייל אזוי ענדלט עס מער צו אן אגרת??
כהאב ארומגעזוכט אין שו"ת אבני צדק אבער דערווייל גארנישט געפינען
קען דא איינער עפעס צוברענגען קראנטע זאכן??
אגב: גרויסע אותיות מיינט נישט גארנישט אויב די גאנצע מגילה האט די זעלבע סייז אות!
איך האב אויך געהערט אז דער ייטב לב האט געהאט א לאנגע מגילה
דאס הייסט מיט וויניג שורות אבער כווייס נישט צו דאס מיינט אן עלף שורותדיגע'ר מגילה
וואס איז טאקע פשט פון א ברייטע לאנגע מגילה צו ווייל אזוי ענדלט עס מער צו אן אגרת??
כהאב ארומגעזוכט אין שו"ת אבני צדק אבער דערווייל גארנישט געפינען
קען דא איינער עפעס צוברענגען קראנטע זאכן??
אמר החכם: מי שזורע את השנאה יקצור את החרטה. אחרית קטטה חרטה. המתן מעט ולא תתחרט ! (ס' חסידים פ"ח)
-
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3445
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
- לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער
נאטרוליסט האט געשריבן:איך מיין אז אן עלף שורה'דיגע מגילה קען נישט זיין "המלך".
איך פארמאג אויך אן עלף-שורה'דיגע, און ווען איך האב עס געקויפט האט מיר דער סופר געזאגט אז עס גייט נישט באנאזאם.
לפי זכרוני האט מיין פאטער יא אזאנס איך וועל עס היינט אי"ה דאבעל טשעקן
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
- ללמוד וללמד
- שר חמש מאות
- תגובות: 846
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2010 1:08 pm
מאקאווער האט געשריבן:3) ווי באקאנט האט טאקע דער גר"א און דער חת"ס און מן הסתם אזוי אויך נאך אסאך אנדערע גדולי ישראל געהאט די עשרת בני המן אריין געשריבן אינמיטן אן עמוד
און אפשר איז טאקע מער אויסגעהאלטן צו נוצן א גרעסערע מגילה מיט ל"ו אדער מ"ב שורות כאמתה של תורה?
דאס אז די חת"ס האט געהאט אזא מגילה האב איך געזעהן שטיין. אבער אז דער גר"א האט געהאט, דאס שטומט נישט אינגאנצן ווייל זיי ברענגן צו אז די נשמת אדם (חיי אדם) שרייבט אז די גר"א האט צוריק געצויגן פון דעם אז ס'קען שטיין אין מיטן און האלט אז "עשרת" ברויך יא צו שטיין בסוף דפא, נאר דאס אז "איש" זאל זיך אנהייבן בראש דפא דאס האלט ער ווייטער איז א שיבוש צוליב ווייל עס איז נישט במסורה פון די אותיות גדולות. קומט אויס אז עס קען זיך טאקע אנהייבן אין מיטן דף אבער ענדיגן דארף זיך עס יא - לשיטת הגר"א - בסוף דף.
בנוגע מ"ב שורות האב איך טאקע געזעהן צוברענגן אז די הייליגע חת"ס האט טאקע מקפיד געוועהן דערויף כדי עס זאל האבן די כשרות אזוי ווי א ספר תורה. קומט אויס אז ס'איז אוממעגליך צו יוצא זיין אלע שיטות, ווייל ממ"נ, האט מען מב שורות מוז עס זיין אדער גרויס אדער אין מיטן אדער עכ"פ אנהייבן פון דערמיט (דרך אגב, טאמער איז דא קפידא אויף מ"ב שורות מוז דאך לכאורה די עמוד פון עשרת בני המן אויך ענטהאלטן די סכום שורות, וועט מען עס ווייטער נישט קענען מאכן גרויס. אויסער אז מ'העט זאגן אז וויבאלד ס'איז דא א מסורה ביי חז"ל אויף "לאפוקי" [דאס איז פארשטייט זיך לויט די וואס לערנען אפ די גמ' אז "איש" איז אנהייב עמוד אין "עשרת" סוף עמוד] איז דאך דאס די הלכה דא) ווייטער אויב מען האט 11 שורות איז דאך דאס נישט קיין מ"ב.
- הרבטייטעלבוים
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6377
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
- לאקאציע: שתולים בבית ד'
- שפיגליצקי
- שר האלף
- תגובות: 1298
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 1:23 pm
- לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט
איך האב נאכנישט געטראפן קיין מקור דערויף, נאר אז ס'איז א שיינקייט אין די מגילה.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...
אין א שיינעם העלן טאג...
מגילות
וויפיל דארף א מגילה צו קאסטן?
ווי קען מען טרעפן גוטע דיעלס?
וואס דארף מען וויסן פארן קויפן?
ווי קען מען טרעפן גוטע דיעלס?
וואס דארף מען וויסן פארן קויפן?
ווען מען וויל אויפשפילן א ניגון, ברויך מען נוצן אויך די שווארצע.
וכן בכל ענין...
וכן בכל ענין...
Re: מגילות
א שיינע מגילה קען קאסטן ביז 2000 דאללער.
גוטע דיעלס קענסטו האבן זימער צייט... יעצט איז די סעזאן.
וואס דו דארפסט וויסען איז וועלעכע סארט מגילה איר זיכט, א מלך מגילה, 11 שורות, וועלעכע סייז, וכו'.
דערנאך די כתב פונעם סופר צו עס רעדט צו אייך.
דאס איז מער ווייניגער מיין איך די זאך.
איך פראביר צו שטיצען מיין לאקאלע שול סיי ווען!
הכרת הטוב איז א אידישע מידה!
-
- שר העשר
- תגובות: 10
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2023 4:09 am
Re: מגילות
פאר א מהודרדיגע שיינע מגילה גייט מען צו אשורית אין ווליאמסבורג 111 Lee ave
אין מאנסי 17 Main St
8454256777
7183882111
אין מאנסי 17 Main St
8454256777
7183882111
-
- שר העשר
- תגובות: 10
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2023 4:09 am
Re: מגילות
די מעלה פון אשורית איז אז זיי קענען די סופרים פרעזענליך
Re: מגילות
וואס זענען די מקורות פאר א מלך אדער עלף שורה מגילה? עפ״י קבלה? מנהג? הלכה?רפפורט האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 25, 2024 5:17 pmא שיינע מגילה קען קאסטן ביז 2000 דאללער.
גוטע דיעלס קענסטו האבן זימער צייט... יעצט איז די סעזאן.
וואס דו דארפסט וויסען איז וועלעכע סארט מגילה איר זיכט, א מלך מגילה, 11 שורות, וועלעכע סייז, וכו'.
דערנאך די כתב פונעם סופר צו עס רעדט צו אייך.
דאס איז מער ווייניגער מיין איך די זאך.
כ׳פרעג ווייל כ׳ווייס נישט…
ווען מען וויל אויפשפילן א ניגון, ברויך מען נוצן אויך די שווארצע.
וכן בכל ענין...
וכן בכל ענין...
Re: מגילות
מגילת המלך איז א שיינע המצאה.פיאנא האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 25, 2024 5:32 pmוואס זענען די מקורות פאר א מלך אדער עלף שורה מגילה? עפ״י קבלה? מנהג? הלכה?רפפורט האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 25, 2024 5:17 pmא שיינע מגילה קען קאסטן ביז 2000 דאללער.
גוטע דיעלס קענסטו האבן זימער צייט... יעצט איז די סעזאן.
וואס דו דארפסט וויסען איז וועלעכע סארט מגילה איר זיכט, א מלך מגילה, 11 שורות, וועלעכע סייז, וכו'.
דערנאך די כתב פונעם סופר צו עס רעדט צו אייך.
דאס איז מער ווייניגער מיין איך די זאך.
כ׳פרעג ווייל כ׳ווייס נישט…
11 שיטות איז גאנץ א לעצטיגע ליטווישע המצאה יוצא זיין שיטת הגר"א די' בני המן זאלן נישט אויסקומען באותיות רבתי אין סזאל זיין איש בראש דפא לויט די דעות אז סמיינט אנהייב עמוד.
אבער דאכציך אז דער הייליגער בני יששכר האט שוין געהאט א 11 שורותדיגער מגילה
- artificial
- שר חמישים
- תגובות: 63
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 10:03 am
Re: מגילות
ווען האט איר געקויפט פאר אונטער 2000רפפורט האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 25, 2024 5:17 pmא שיינע מגילה קען קאסטן ביז 2000 דאללער.
גוטע דיעלס קענסטו האבן זימער צייט... יעצט איז די סעזאן.
וואס דו דארפסט וויסען איז וועלעכע סארט מגילה איר זיכט, א מלך מגילה, 11 שורות, וועלעכע סייז, וכו'.
דערנאך די כתב פונעם סופר צו עס רעדט צו אייך.
דאס איז מער ווייניגער מיין איך די זאך.
אפילו פון סופרי א"י
ביי אשורית איז די ביליגסטע 2,100 און שיינע בכלליות 2600-2800 ולמעלה בק'
אנדערע האבן די ביליגסטע גאר שוואכע אנגעהויבן ביי 1,900 אבער אומבאקוועם צו ליינען דערין
— פישל דער מעלער
Re: מגילות
דאס איז גוט אויב ער פלאנט שוין יעצט צו בלייבן מיט אזא בליק די נעקסטע הונדערט יאר.
אויב ער וועט זיך אמאל אויסלערנען עפעס וועגן צורת האותיות קען אים דעמאלטס ווערן אומאיינגענעם צו זעהן אז די דרויסענדיגע שיינקייט טוט לאו דווקא רעפלעקטירן אויף די הלכה'דיג חלק.
(אויך) דערפאר איז גוט צו פרעגן חוות דעת פון איינער וואס פארשטייט דערצו.
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 302
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 01, 2020 1:36 am
Re: מגילות
דער מנחת אלעזר האט געהאט א 11 שורות מגילה, הערליכע גרויסע אותיות. די מגילה פון ביי יששכר (כמדומה שהיא מכתב יד קדשו) איז דאכט זיך מער.קונטרס האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 25, 2024 6:18 pmמגילת המלך איז א שיינע המצאה.פיאנא האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 25, 2024 5:32 pmוואס זענען די מקורות פאר א מלך אדער עלף שורה מגילה? עפ״י קבלה? מנהג? הלכה?רפפורט האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 25, 2024 5:17 pmא שיינע מגילה קען קאסטן ביז 2000 דאללער.
גוטע דיעלס קענסטו האבן זימער צייט... יעצט איז די סעזאן.
וואס דו דארפסט וויסען איז וועלעכע סארט מגילה איר זיכט, א מלך מגילה, 11 שורות, וועלעכע סייז, וכו'.
דערנאך די כתב פונעם סופר צו עס רעדט צו אייך.
דאס איז מער ווייניגער מיין איך די זאך.
כ׳פרעג ווייל כ׳ווייס נישט…
11 שיטות איז גאנץ א לעצטיגע ליטווישע המצאה יוצא זיין שיטת הגר"א די' בני המן זאלן נישט אויסקומען באותיות רבתי אין סזאל זיין איש בראש דפא לויט די דעות אז סמיינט אנהייב עמוד.
אבער דאכציך אז דער הייליגער בני יששכר האט שוין געהאט א 11 שורותדיגער מגילה
Re: מגילות
כקען מיך נישט דינגען על מה שלא ראיתי בעיני.נזר הנבונים האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 12:56 pmדער מנחת אלעזר האט געהאט א 11 שורות מגילה, הערליכע גרויסע אותיות. די מגילה פון ביי יששכר (כמדומה שהיא מכתב יד קדשו) איז דאכט זיך מער.קונטרס האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 25, 2024 6:18 pmמגילת המלך איז א שיינע המצאה.פיאנא האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 25, 2024 5:32 pmוואס זענען די מקורות פאר א מלך אדער עלף שורה מגילה? עפ״י קבלה? מנהג? הלכה?רפפורט האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 25, 2024 5:17 pmא שיינע מגילה קען קאסטן ביז 2000 דאללער.
גוטע דיעלס קענסטו האבן זימער צייט... יעצט איז די סעזאן.
וואס דו דארפסט וויסען איז וועלעכע סארט מגילה איר זיכט, א מלך מגילה, 11 שורות, וועלעכע סייז, וכו'.
דערנאך די כתב פונעם סופר צו עס רעדט צו אייך.
דאס איז מער ווייניגער מיין איך די זאך.
כ׳פרעג ווייל כ׳ווייס נישט…
11 שיטות איז גאנץ א לעצטיגע ליטווישע המצאה יוצא זיין שיטת הגר"א די' בני המן זאלן נישט אויסקומען באותיות רבתי אין סזאל זיין איש בראש דפא לויט די דעות אז סמיינט אנהייב עמוד.
אבער דאכציך אז דער הייליגער בני יששכר האט שוין געהאט א 11 שורותדיגער מגילה
אבער בזכרוני אז אזוי שרייבן אלע וואס רעדן ארום די סוגיה די חידוש פין די מגילה להבני יששכר אז סאיז י"א שיטות מיט גליונות כס"ת למעלה ולמטה. סליגט ביי נכדו כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א, יבואו הרואים ויעידו.
וועגן די מגילה פין מנח"א נישט געהערט בלתי היום, אדרבא אינטרעסאנט צי וויסן פונקט שיטות מיט גליונות ושיעוריהם
- artificial
- שר חמישים
- תגובות: 63
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 10:03 am
Re: המלך מגילה-שיטת הגר"א והמסתעף
איז פארהאן מערערע סופרים מיט די דינע כתב?
האט דאס א ספעצילע מקור?
אדער פשוט דער סופר האט אזוי געשריבן?
האט דאס א ספעצילע מקור?
אדער פשוט דער סופר האט אזוי געשריבן?
— פישל דער מעלער
Re: המלך מגילה-שיטת הגר"א והמסתעף
סהאט צו קולמוס.artificial האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 1:16 pmאיז פארהאן מערערע סופרים מיט די דינע כתב?
האט דאס א ספעצילע מקור?
אדער פשוט דער סופר האט אזוי געשריבן?
m.jpeg
די כתב וואס האסט ארויף גלייגט איז א מתלמד סדא וואס מעיר צו זיין ואין כאן המקום.
Re: המלך מגילה-שיטת הגר"א והמסתעף
א פעדער דארף מען אויך קענען אנשטעלען, און ווי ס'קוקט אויס איז דאס איינע פון די זאכן אויף וואס דער סופר טויג נישט.artificial האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 1:16 pmאיז פארהאן מערערע סופרים מיט די דינע כתב?
האט דאס א ספעצילע מקור?
אדער פשוט דער סופר האט אזוי געשריבן?
m.jpeg
ארץ אל תכסי דמם ואל יהי מקום לזעקתם
את אלה מזבחות זכור ואלה עקדות תראה
ונקם ישיב לצריו וכפר אדמתו עמו
את אלה מזבחות זכור ואלה עקדות תראה
ונקם ישיב לצריו וכפר אדמתו עמו