מילכיגער האט געשריבן:שמעלקא טויב האט געשריבן:מילכיגער האט געשריבן:שמעלקא טויב האט געשריבן:כ'האב געהערט אזא מעשה:
א אינגערמאן האט זיך אויפגעטוען פאר זיין דיין אז ער נעמט אראפ יעדע שבת פארן זמן אלע זיינע אייטעמ'ס פון עמעזאן (אדער בלאקט ער די אקאונט, כ'ווייס נישט וויאזוי ס'ארבייט גענוי). פרעגט אים דער דיין, דו גייסט אריין אין אפיס פארן זמן?
זאגט ער עה, כ'מאך עס אויף מיין פאון!
זאגט אים דער דיין (א אינגער דיין, א יואלי וואס ווייסט זייער גוט וואס עמעזאן מיינט און וואס א פאון וואס מ'קען דערויף ארבייטן אויף עמעזאן מיינט...) אינגערמאן טייערער ס'איז אסאך א גרעסערע שאלה צו דו מעגסט האבן אזא פאון ווי צו דו מעגסט לאזן דיינע אייטעמס שבת אנליין!!!
דאס איז געווען פאר די משומר/גדר אפציע. היינט צו טאג איז דאס שוין א איבערגעטריבענע סטעיטמענט
אזוי זאגט מיליכיגער אויף אייוועלט, אבער נישט די אדמורי"ם וואס אויף זייער אינטערווענץ האט מען געשאפן משומר/גדר!
אויף איינעם פון זיי ווייס איך קלאר ער האלט נישט אזוי... דער אנדערער מוז אפשר האלטן פארקערט?
להבהיר. א טעלעפן מיט משומר/גדר פאר איינעם וואס דארף טאקע כסדר פאסטן אויף אמאזאן איז מותר לכתחלה לויט די תקנות אין ביידע חסידות'ער לפי ידיעתי הקלושה וכל המחמיר בזה קדוש יאמר לו. ס'נישט קיין ענין צו טון ווי עצתו של נחש לאסור הנגיעה וכו'
איינע פון זיי האט זיכער געזאגט אז ס'איז מותר נאר "לצורך גדול", בכלל פרעגט זיך א שאלה פון אלע וואס האבן עס יא, און פארשטייט זיך פאר פרנסה: קענסט מיר געבן א פאל וואס ס'איז דיר אזוי וויכטיג געווען אז ס'איז כדי פארדעם אוועקצוגעבן אדער לכה"פ ריזיקירן דיין רוחניות??????
א אינגערמאן וואס האט א אייפאון האט מיר געזאגט ווייל ער פארקויפט אויף עמעזאן, ער האט טאקע א אפיס אין בעיסמענט, אבער ער דארף אויך קענען ווען ער פארט וכו' (אפגערעדט אז אזא איינער דארף האבן איינס אין קאר, נישט אין טאש, א טעבלעט זאל ער האבן, איינס וואס גייט נישט אריין אין טאש) און זיין דיין האט אים געזאגט אז ער מעג האבן אפי' יו-טוב ימח שמו. כ'האב געפרעגט זיין דיין האט ער מיר געזאגט צוויי זאכן: איינס כ'האב נישט געזאגט דעם ווארט יו-טוב והשנית כ'ווייס נישט וואס יו-טוב איז. ער פרעגט מיר צו ער מעג האבן אזא טעלעפאון ווען ער "מוז" עס האבן פאר פרנסה ווייל אן דעם קען ער נישט!
כ'האב געהערט פון איינעם אמאל אז מ'דארף ווען מאכן אין יעדע קהלה א בי"ד פון צוויי רבנים מיט איין בעה"ב וואס פארשטייט און ווער ס'האט נישט קיין אישור זאל ווערן "ארויסגעווארפן פון די קהלה".