פשטידות למיניהם

מנהגים וסגולות שונות

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2284
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: פשטידות למיניהם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראק דרייווער »

farshlufen האט געשריבן:שושנת מרדכי - מנהגי נדבורנא


געפרעגט דעם שבת א נאדווארנא אייניקל, האט ער זיך אויסגעדריקט אז אסאך מנהגים וואס שטייט אין שושנת מרדכי ווייסן נישט קיינער פון די משפחה דערוועגן, און די מקור אז דאס קומט פון רבי מרדכי מנאדווארנא האט ער אויך געלייקנט
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
געדענקסט נאך
שר חמש מאות
תגובות: 551
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 25, 2017 3:02 pm

Re: קארן פלעקס קיגעל רעסעפי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געדענקסט נאך »

סטראפקאוו האט געשריבן:
ווייסעך דען האט געשריבן:ביטע זייט מהנה אנדערע אידן מיט די רעסעפי פון די קארן פלעקס קיגעל ווילמיר עס פרובירן לכבוד שבת

אויפן בקשה פון געוויסע דא אויפן וועלטעל, טיילן מיר דא מיט דעם געשמאקן רעצפעט פונעם באקאנטן אייגענארטיגן קארען פלעקס קיגל, וועלכער די רביים לבית קיוויאשד טיילן בקידושא רבא יעדן שבת אינדערפרי נאכן דאווענען.

אין דעם געלעגנהייט ווילן מיר אויסדריקן א ספעציעלן דאנק פאר די רעבעצין תליט"א פארן לאזן אריינבליקן אינעם אזוי באליבטן רעסעפי בוק צו קענען מיטיילן מיטן הינגעריגן ציבור די רעצפעט.

יעדער שרייט הויעך ש'כח

איז רבותי, מען איז גרייט ?

צום אלעם ערשט יעדער ארויס פון קיך, די קיך גייט אקוראשט פארוואנדעלט ווערן אין א מלחמה זאנע ווי ס'גייען פליען אביעקטן, זיך גיסן וואסער, אויל, צוקראכטע אייער וכו' וכו'.

פארוואס ?

אה, כ'האב דיר דאך געווארענט אז דאס איז אן אייגענארטיגער קיגל !!

די קיגל האט געוויסע אייגענארטיקייטן וואס אנדערע קיגלן און אלגעמיין פארמאגן נישט, אריינגערעכענט דאס אז דער געשמאקער קארען פלעקס קיגל ווערט געמישט און געקאכט דורך טאטי אליין !!!

אה, יעצט פארשטייסטו שוין פארוואס מען ברויך אפיאגן פון קיך באצייטענס ?

נעקסט טיים פרעג נישט קיין קשיות, אויב מען זאגט ארויס פון קיך, דאן אויב ווייסטו וואס גוט פאר דיין עקסיסטענץ יאפאץ אפ פון דאנעט באצייטענס.

איז יאלא, דער גאנצער קיך אין די אומגעגנט איז אויסגעלערט, די מלוכה איז אונזערס פאר א קורצע וויילע, שארץ ענק ארויף די ארבעל, מען זאגט לכבוד שב"ק און היידא, ביז אפאר מינוט העט זיך קאכן א געשמאקער קעגעל.

צום ערשט נעם א שאכטל..... נא וואס, לאמיר זעהן אויב איר קענט צו טרעפן, א שאכטל וואס ?......

א שאכטל קארען פלעקס !!!!

נו וואס דען האסטו געקלערט ? רייס קריספיס ? ס'איז דאך א קארן פלעקס קיגל, נישט אזוי ?

אקעי, נעם א שאכטל, ליידיג אויס האלב פונעם אינהאלט דערפון אריין אין א שיסל.

נאכער גיס אריין אין א צווייטע שיסל ווי פאלגענד.

א חצי לוג שמן ( 1/2 Cup)
קלאפ אויף דריי אייער, מאך זיכער ס'האט נישט קיין בלוטצטראפ.
גיס צו א גאנץ גלעזל הייס וואסער
אביסקעלע מלח
א שמינית פון א קליין לעפעלע (1/8 tsp) באק פאודער ( baking powder )
איין גרויסער לעפל (1 tbl spoon) צוקער

מישט אלעס אויס דערנאך מישט אריין די קארען פלעקס גופא, מישט דאס גוט אויס גענוי ווי א קוגעל, דערנאך לייגטס עס אריין אין א דאבעל בוילער אין מען לאזט דאס קאכן אויף א קלענערע פלאם ביז עס באקומט א שטיקעלע קראסט, דאס הייסט עס הייבט אן ווערן אביסקעלע טריקען פון אויבן, דאן איז דאס גרייט צו טועם זיין אויף טועמי'.

מפני חוסר מקום אויפן שבת בלעך ווערט דאס ביינונז אין שטוב ארויסגענומען נאכן גוט אפקאכן פונעם דאבעל בוילער און ווערט פלאצירט על גבי הטשולענט טאפ איבערנאכט.

מען קען טון די זעלבע רעצפעט אן די דאבעל בוילער, און אנשטאט דעם דאס אריינלייגען און א קליינע בעקעלע און באקן אויף 350 גראד פאר ארום א האלבע שטונדע-פערציג מינוט, ביז ס'זעהט זיך אן כקרום על פני', אבער מען זאל נישט קומען מיט קיין טענות אז ס'איז נישט עפעס ווייסעך וואס, ווייל דאס קומט אויסדריקליך געקאכט אין א דאבעל בוילער.

האטס מיר אן עונג שבת.
ויאכלו ענוים וישבעו!

מיר זענען פארגאנגענע וואך אריינגעקומען אינעם אשכול וועלענדיג לכבוד שבת זכור ארויפלייגן דעם רעצפעט פונעם קיוויאשדער קארן פלעקס קיגל, מיר האבן געקלערט אז דאס קען מען ניצן פאר'ן 'ק' פון עמלק לכבוד שבת זכור.

נישטערענדיג אינעם אשכול האמיר געפינען אז כבוד הרב "סטראפקאוו" האט דאס שוין א צייט צוריק ארויפגעלייגט ווי אזוי מען באקט/קאכט דאס .

ריכטיג אז עס איז שוין נאך שבת זכור, אבער עמלק'ן ברויך מען דאך שטענדיג אויסמעקן ווי אויך קומט דאך נאך עטליכע שיינע שבתים דעריבער נאט אייך ציטירט פון הרב סטראפקאוו און האטס הנאה.
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

Re: פשטידות למיניהם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

דריידל האט געשריבן:
sheetrock האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:היינו טעמא דעמל״קוגל, היינ טעמא פון עסן צינג פ׳ וירא.
ס׳איז מיר א פחא פארוואס מען עסט נישט לינדזן יוהך פר׳ תולדות, פילייכט וועט נאך איינער עסן גיד הנשה אופ פ׳ וישלח.
לענ״ טוען די מנהגים טרייבן ליצנות פון נארמאלע אנגענומענע מנהגי ישראל, ווייל ליידער איז היינט א וועלט וואס באשטייט פון עולם גולם, וואז איז אינו יודע להבחין, ודו״ק כי קצרתי והמב״.

:lol: גראדע ווייס איך פון איינעם וואס האט אנגעקאלט ר' דוד מייזליש און אים געפרעגט אויב ס'איז אמת אז די מקור פון עסן די 4 עמליקים קיגלען שטאמט פון איינע פון די בדחנים דא אין אמעריקע? ער האט אים געענטפערט אז ער האט עס שוין געטראפן אין א קונטרס וואס איז געשריבן געווארן בעפארן קריג

בעפאר קריג זענען אויך געווען בדחנים. די שאלה איז ווער ס'האט געשריבן יענעם קונטרס

מ'פלעגט שמועסן אז דאס איז א פאבריקאציע פון ר' בנימין הערש בערקאוויטש'ס אידישע ספרים אויף די מועדים. למעשה אבער זענען זיינע ספרים נאר מלוקט, ממילא איז מעגליך אז דער מלקט האט עס גענומען פון ערגעץ. אבער דאס איז זיכער אז ס'איז נישט תורה מסיני.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
nhw
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 17, 2019 4:21 pm

Re: פשטידות למיניהם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nhw »

יהלום האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 23, 2020 6:37 pm
געווען אמאל און אנטווערפען אויף שבת און ביים רבין שבת אינדעפרי האב איך באקומען א הייסע שטיקעל קוגל מיט אסאך פעפער
איינער ווייס וואס דאס איז און האט א רעסעפי פון דעם?
האסט געטראפן די רעסעפי ?
אוועטאר
הבעש''ט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4148
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

Re: פשטידות למיניהם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבעש''ט »

טראק דרייווער האט געשריבן: זונטאג פעברואר 21, 2021 1:33 pm
farshlufen האט געשריבן:
געפרעגט דעם שבת א נאדווארנא אייניקל, האט ער זיך אויסגעדריקט אז אסאך מנהגים וואס שטייט אין שושנת מרדכי ווייסן נישט קיינער פון די משפחה דערוועגן, און די מקור אז דאס קומט פון רבי מרדכי מנאדווארנא האט ער אויך געלייקנט
אין מאמר מרדכי שטייט טאקע גארנישט וועגען אזא מנהג
אב לאנדאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 9:24 am

Re: פשטידות למיניהם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אב לאנדאן »

ווי קען איך שאפן די רעקארדינג פון כ"ק אדמו"ר מתולדות יהודא שליט"א שושן פורים ביים טיש?
עפעס האט ער גערעדט במעלות חלוקת קיגל.
צדיק בן צדיק
שר חמש מאות
תגובות: 975
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 9:21 pm

Re: פשטידות למיניהם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיק בן צדיק »

ס׳איז זונטאג כחצות היום כ׳האלט נאך אינמיטן פת שחרית און מ׳האט אזוי געפירט פון אויבן אז מיר זאלן זעך אהנשטויסן אין די ״קוגעל אשכול״…

איך האב יעצט א שטארקע רצון פאר דע עבודת הקארנפלעיקס קוגעל, איך בין בוטח אז אחוץ די אלע סגולות וואס ליגט דערינען, עט העס האבן א גוטן טעם אויכעט.

די רעסעפי קוקט אויס צו זיין זייער תמימות׳דיג…איין זאך נאר פאר מיר פאנגן אהן, וואס מיינט א ״דאבל-בוילער״?
שרייב תגובה

צוריק צו “מנהג ישראל”