msp האט געשריבן:איך האב געהערט אז אין קרעטשניף איז דער מנהג אז דער רבי עסט אויף שבת זכור פיהר קוגלען עפעל קוגל מעהל קוגל לאקשען קוגל קארטאפעל קוגל ר"ת עמלק און דער מנהג איז אז דער רבי לאזט נישט קיין שיריים ווייל עס שטייט דאך מחה תמחה את זכר עמלק....
למעלה משבעים האט געשריבן:איך געדענק נישט ווי איך האב עס געהערט, רש"י שרייבט אין פרשת וזאת הברכה (דברים לג, יט) ושפוני - לשון כסוי כמו שנאמר ויספון את הבית. וספון בארז ותרגומו ומטלל בכיורי (ס"א בכיסוי) ארזא. ד"א עמים הר יקראו ע"י פרקמטיא של זבולון תגרי עובדי כוכבים באים אל ארצו והוא עומד על הספר והם אומרים הואיל ונצטערנו עד כאן נלך עד ירושלים ונראה מה יראתה של אומה זו ומה מעשיה והם רואים כל ישראל עובדים לאלוה אחד ואוכלים מאכל אחד לפי שהעובדי כוכבים אלוהו של זה לא כאלוהו של זה ומאכלו של זה לא כמאכלו של זה ומתגיירין שם שנאמר שם יזבחו זבחי צדק:
האב איך געהערט אז וואס איז דאס די איינע מאכל וואס אלע אידן עסן? דאס איז קיגל. איינער האט א מושג צו דאס שטייט ערגעץ?
דאס שרייבט דער הייליגער קאמארנער אין שולחן הטהור הלכות סעודות שבת, קוק אריין
msp האט געשריבן:איך האב געהערט אז אין קרעטשניף איז דער מנהג אז דער רבי עסט אויף שבת זכור פיהר קוגלען עפעל קוגל מעהל קוגל לאקשען קוגל קארטאפעל קוגל ר"ת עמלק און דער מנהג איז אז דער רבי לאזט נישט קיין שיריים ווייל עס שטייט דאך מחה תמחה את זכר עמלק....
די רמז פון עמל"ק קוגל אויף שבת זכור [נישט דער מנהג פון פיר קוגלען, וואס אסאך פירן זיך אזוי ביי יעדע שיינע שבת, איך רעד פון דעם רמז בראשי תיבות] וואס ווערט געלערנט בחדרת הקודש אין אלע אידישע מיידל שוהלעס, שטאמט פון א בדחן
והוא פלאי האט געשריבן:משום מעשה שהי' (או מעשה שלא הי') ווען דער אלטער קיוויאשדער רב איז געקומען קיין אמעריקע, האט ער נישט געהאט פון וואס צו מאכן א קוגל אויף שבת האט ער געמאכט פון קארן פלעיקס, ומאז נשאר זה למנהג, וזה הפי' מעשה שלא הי', עס איז נישט געווען עפעס אנדערש
יא אמת דאס איז די מעשה, געהערט שוין פון כמה אידן וואס זענען אויפגעוואקסן אין קיוויאשד, האבענדיג א שייכות מיט קיוויאשד מכמה צדדים זעמער זיך נוהג כסדר ובפרט א שיינעם שבת צו מאכן א קארן פלעקס קיגל, אידן איך זאג אייך ס'לוינט זיך אויסצופראבירן ! א קארן פלעקס קיגל איז פון די געשמאקסטע קוגלען וואס איך האב נאר אמאל געגעסן !!
ללמוד וללמד האט געשריבן:עפעס האב איך אמאל טועם געווען ביים וואודרידשער רב א "קארן פלעיקס קוגל" וואס ער האט בקבלה פון זיין רבין די קראסנער רב זצ"ל. וסוד ה' ליראיו...
יא יא א פיינע קוגעל, נאר נישט פון קראסנא רב נאר פון זיין רבי קיוויאשד רב,
והוא פלאי האט געשריבן:משום מעשה שהי' (או מעשה שלא הי') ווען דער אלטער קיוויאשדער רב איז געקומען קיין אמעריקע, האט ער נישט געהאט פון וואס צו מאכן א קוגל אויף שבת האט ער געמאכט פון קארן פלעיקס, ומאז נשאר זה למנהג, וזה הפי' מעשה שלא הי', עס איז נישט געווען עפעס אנדערש
יא אמת דאס איז די מעשה, געהערט שוין פון כמה אידן וואס זענען אויפגעוואקסן אין קיוויאשד, האבענדיג א שייכות מיט קיוויאשד מכמה צדדים זעמער זיך נוהג כסדר ובפרט א שיינעם שבת צו מאכן א קארן פלעקס קיגל, אידן איך זאג אייך ס'לוינט זיך אויסצופראבירן ! א קארן פלעקס קיגל איז פון די געשמאקסטע קוגלען וואס איך האב נאר אמאל געגעסן !!
שינו וסת.... נאר ווער סקען פארטראגן..... לכבוד שבת קודש. איי וואו לעכטיג די מאמענטן ביים וואודריטשער רב זז״ג
אקעי יעצט כאפ איך. עס איז געווען א מיספארשטענדעניש. מיין קשיא "מהיכי תיתי" האט זיך באצויגן אויף די ערשטע ווערטער וואס פארשלאפן האט געשריבן, אז די פיר קוגלען אין שבת זכור והרמז עמל"ק שטאמט פון שלמה יענקל. אויף דעים האב איך געפרעגט מהיכי תיתי אז דאס שטאמט נאר פון אים און עס שטאמט נישט פון פריער.