בבואה דבבואה לית להו

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

בבואה דבבואה לית להו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסטער »

אין יבמות קכ"ב ע"א שטייט:

ודלמא שד הוה א"ר יהודה אמר רב שראו לו דמות אדם אינהו נמי דמו דחזו ליה בבואה ואינהו נמי אית להו בבואה דחזו ליה בבואה דבבואה ודלמא לדידהו אית להו בבואה דבבואה אמר רבי חנינא אמר לי יונתן שידא בבואה אית להו בבואה דבבואה לית להו

און רש"י דארט איז מפרש:
בבואה דבבואה - צל צלו

איך האב פון לאנג געהערט דעם אויסדרוק "בבואה דבבואה לית להו" (אין חסידות ברענגט מען דאס א סך - אז די קליפה און ס"א האט נישט קיין מקיף הרחוק, יחידה), אבער איך האב אלעמאל געמיינט אז "בבואה" מיינט "אפשפיגלונג" אין "בבואה דבבואה" מיינט די פאל אז די אפשפיגלונג פון איין שפיגעל שפיגלט זיך אפ אין א צווייטן. אבער דא רש"י שרייבט אז דאס איז א שאטן און "בבואה דבבואה" מיינט "צל צלו".
איז נישט פארשטאנדיק - צל צלו, הכיצד? וואס איז די מציאות אז א שאטן קען אליין געבן שאטן?
די וואָר הענגט אויף א האָר
אוועטאר
יעקב אלי בראך
שר חמש מאות
תגובות: 674
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 06, 2006 11:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב אלי בראך »

פראקטישערהייט, אינטער א שטארקען לעכטיקייט, קענסטו עס אליין זעהן, ובפרט אויף בילדער מיט א פלעש.
אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסטער »

יעקב אלי' בראך, קענסט באשרייבן די מציאות וויאזוי אין שאטן קען מאכן אנאנדערע שאטן (אדער פשוט ברענגען דא אזא בילד)?
די וואָר הענגט אויף א האָר
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

וויאזוי איך פארשטיי עס: יעדע שאטען האט א שטארקע טונקעלע שאטן, ווי אויך אביסל אראפציהר דערפון נאך א שאטן, אין א ליכטיגערע פארמאט. און דאס האבן נישט די שדים.
אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסטער »

קרעמער, דער תירוץ טאקע זעט אויס מסתבר.
די וואָר הענגט אויף א האָר
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

ערנסטער;

יישר כח!
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

כיוצא בדבר מצינו

איר לייענט אמאל די עונג שבת?
וויפיל מאל קענט איר טרעפן די 'שער-בלאט' פון די עונג שבת אויפן דעקל?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יעצט נישטערענדיג בארכיווני בית מדרשינו בין איך אפיר געקומען אויף דעם אשכול, ונמצא מעלין, אז מ'טרעפט עס ברענגט מען עס ארויף.

איך האב דעמאלטס געקלערט וועגן דעם צל-צלו וואס רש"י זאגט, אז ווען איינער גייט אין די גאס און די זון שיינט קען מען צומאל זעהן צוויי שאטנס, א קלענערע און א גרעסערע (ענדליך צו דאס וואס קרעמער ברענגט ארויס אלס טונקל און ליכטיג) אבער עס איז מיר קשה געווען דערויף, איז דאס טאקע א 'שאטן פונעם שאטן' אדער צוויי שאטנס דירעקט פונעם מענטש?

אינעם אינצייקלאפעדיע דעת, מערכת שדים ווען ער פארטייטשט די גמרא, זאגט ער "השד אין לו צלם אדם רק צלו (בבואה) ולא בבואה דבבואה (צל צלו)" עס קוקט מיר אויס אז לויט אים (מקור?) איז נישט דער שאטן פונעם שד וואס מרעדט פון, נאר אז ער האט נישט קיין צורת אדם נאר א 'צל' פון א צורת אדם, ממילא איז נישט דא דערפון קיין שאטן, וזה דוחק גדול לפע"ד.

גייענדיג א טריט ווייטער האב איך געבעטן דעם ענגלישען וויקעפידיה אביסל אינפארמאציע איבער 'שעדויס' אבער אויסער דערמאנען אז מאנכע פאלטשע גלויבנס האבן פרימטיווערהייט אנגעקוקט די שאטנס אלס שדים ורוחות, האב איך דארט נישט געפונען קיינע טעאריעס איבער צל-צלו.

אגב, איז דער 'צל-צלו' אויסדריק אריין אינעם אלגעמיינעם לעקסיקאן אלס א טערמין פון 'א קליין ברעקל' וכדו' (עס איז נישט אפי' א 'צל צלו' פון א ספק)
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: בבואה דבבואה לית להו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

עי׳ ספר המנהגים, אמסטרדם תכ״ב, ערך הושענא רבא
נמצא בספרי׳ לאומית
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: בבואה דבבואה לית להו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”