פאר-בעיקד פראדוקטען (Par baked (partial baked

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

Millionaire
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2013 10:40 pm

פאר-בעיקד פראדוקטען (Par baked (partial baked

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Millionaire »

אזויווי עס טוט זיך א שטיקל געטומל וועגן פאר-בעיקט פרודוקטען. וויל איך פארשטיין,
וועלעכע פרודוקטען זענען/קענען זיין פארבעיקט?

איז עס בלויז בעיגעלס? איז עס שייך נאר אין גראסעריס? אויך בעקעריס?
לעצט פארראכטן דורך Millionaire אום דינסטאג מאי 03, 2016 1:04 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הרב_שלום
שר עשרת אלפים
תגובות: 14506
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 9:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב_שלום »

To apply for section 8 Click Here
Section 8 Secrets: Get housing assistance faster https://amzn.to/3TaIg5B
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
הרב_שלום
שר עשרת אלפים
תגובות: 14506
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 9:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב_שלום »

Parbaking is a cooking technique in which a bread or dough product is partially baked (the term "parbake" is a portmanteau of "partial bake".) and then rapidly frozen for storage.[1] The raw dough is baked normally, but halted at about 80% of the normal cooking time, when it is rapidly cooled and frozen. The partial cooking kills the yeast in the bread mixture, and sets the internal structure of the proteins and starches (the spongy texture of the bread), so that the inside is sterile and stable, but the loaf has not generated "crust" or other externally desirable qualities that are difficult to preserve once fully cooked.

A parbaked loaf of semi-cooked bread is in a form that is relatively stable against aging. It can be transported easily, and stored until needed. Parbaked loaves are kept in sealed containers that prevent moisture loss. They are also usually frozen. A parbaked loaf appears as a risen loaf of bread, with much of the firmness of a finished loaf, but without a browned or golden crust (in the case of a normally light colored bread). It does not age or become stale like a fully baked loaf of bread.

When the final bread product is desired, a parbaked loaf is "finished off" by baking it at normal temperatures for an additional 10 to 15 minutes. The exact time must be determined by testing, and varies by the product. The final bread is then often indistinguishable from freshly baked bread.

Parbaking has shifted the economics of freshly baked bread. Parbaking allows manufacturers of bread to prepare, and then distribute bread to a market far beyond the geographic limits of conventional fresh bread. In the past, the roughly one day expiration period of freshly baked bread limited the reach of small bakeries to a local market. Significant transport times would waste too much of the bread's useful life. However, with a parbaked product that is frozen until final baking, a bakery can supply distant outlets with breads ready for baking on demand.

Parbaking can save costs for many parties that distribute bread. The source bakery benefits because it can sell to more customers: The range of its breads are no longer limited by an expiration date. More varieties of bread can be produced for this larger market, because much less will expire in transit. The product is not wasted if unconsumed, so less-popular specialized breads can be delivered. Also, commercial buyers can buy larger quantities without fear of expiration. Since most of the baking occurs at the source bakery, the source bakery can also assure that their branded product will reach consumers in peak quality. Parbaking has enabled national bakery brands distributed in either supermarkets and branded retail shops. Some examples include Brioches la Boulangere in France; Signature Breads in the United States; and Tim Hortons in Canada.

Supermarkets (secondary distributors) also benefit, because parbaking lets them reduce the need for skilled bakers in their stores. Only a simple finishing bake is needed, so simple instructions and baking times are easy for untrained store personnel. Instead of a complex bakery with specialized equipment, only a simple oven is needed. Also, bread is only baked when it is needed. As bread sells out through the day, more can be baked.

The consumer benefits, because freshly baked bread is available in markets where it may not have previously been available due to geography or other causes. Thus, small towns without specialty bakeries can benefit.

On the other hand, parbaked bread is not a natural product. Chemicals are added to guarantee the flour and dough composition. Yeast may be added in excessive quantities to create breads of the same size but more air content and less dough. Also, the bake-off product hardens quicker than an artisan bread or roll.[2]

The parbaking technique may upset the dynamic of the local "artisanal" producer if one already exists in a neighborhood. If parbaked bread is introduced to consumers previously accustomed to such local products, and if the new parbaked product is equally palatable, and available at lower cost (due to efficiencies achieved by mass distribution), the local producer may be at a disadvantage.
To apply for section 8 Click Here
Section 8 Secrets: Get housing assistance faster https://amzn.to/3TaIg5B
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

http://www.ladaat.info/showgil.aspx?par ... 23&gil=343

סקרול אראפ צו פעידש 56 זייער אינטערסאנט און אינפארמאטיוו
אוועטאר
ליידיג גייער
שר חמש מאות
תגובות: 578
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2013 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליידיג גייער »

כ'בינישט אזוי אינוואלווד, אבער כ'האב שוין געזען פאר בעיקד אין בייגלס, באגעטס, קוקיס, און ראגעלעך, ס'מסתמא דא נאך, בדרך אגב האב איך געזען דעם מוצאי יום טוב אין א פיצא געשעפט געפרוירן טייג פאר פיצא וואס דאס איז די זעלבע פראבלעם, הגם וואס ווי איך הער נעמט שנעלער איינצוקנעטן פון פריש ווי אויפצולאזן פון פריזער.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

לאור פון די פארבעיקד פראבלעם, וואלט געווען מער פאסיג צו שרייבן אויף די פרישע פראדוקטן "געקנעטן נאך פסח" ווי איידער "געבאקן נאך פסח"...
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

גרינ'ס פיצא געשעפט און בעקעריי, האט דאס יאר אדווערטייזט (אויף קול מבשר) אז אלע זייערע סחורה זענען פריש געקנעטן און געבאקען
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
ווייסע זאקן
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 5:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייסע זאקן »

וואס איז די חילוק פון וועפערס און קוקיס און פרעצעלס אין אנדערע זאכן וואס מעקויפט פון גראסערי שעלף און פאר בעיקד ?
Millionaire
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2013 10:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Millionaire »

ווייסע זאקן האט געשריבן:וואס איז די חילוק פון וועפערס און קוקיס און פרעצעלס אין אנדערע זאכן וואס מעקויפט פון גראסערי שעלף און פאר בעיקד ?

די היתר אויף מכירת חמץ פאר גראסעריס איז; ביסט געבליבן שטעקען מיט סחורה, האסט עס נישט פארקויפט בשוגג, צוליב הפסד מרובה האט מען מתיר געווען צו פארקויפן פארן גוי.

פארבעיקט קויפט די געשעפט ווייל ער וויל עס האבן פאר מוצאי יו"ט, צו קענען פארקויפן פרישע סחורה גלייך נאך יו"ט. טייטש האסט עס געקויפט לכתחילה ווייל דו ווילסט עס זאל בלייבן ביי דיר אום יו"ט. אויף דעם איז נישט דא די היתר אויף מכירת חמץ, קומט אויס עס איז חמץ שעבר ביי א איד אום פסח.
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

ווייסע זאקן האט געשריבן:וואס איז די חילוק פון וועפערס און קוקיס און פרעצעלס אין אנדערע זאכן וואס מעקויפט פון גראסערי שעלף און פאר בעיקד ?

וועפערס און פרעצעלס ווייסט יעדער קלאר אז ס'נישט פריש געבאקען נאך פסח און מ'האט עס פארקויפט אום פסח, און אז ער קויפט עס, פארלאזט ער זיך אויף דעם. משא"כ ביי פאר-בעיקד מיינט דער קונה אז ס'איז נאכנישט געווען קיין חמץ בפסח ווייל ס'פריש געבאקען נאך פסח, אבער לפי האמת איז עס שוין געווען א טייג אום פסח און ס'אויך געווארען פארקויפט, ויש בו משום גניבת דעת.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

Millionaire האט געשריבן:
ווייסע זאקן האט געשריבן:וואס איז די חילוק פון וועפערס און קוקיס און פרעצעלס אין אנדערע זאכן וואס מעקויפט פון גראסערי שעלף און פאר בעיקד ?

די היתר אויף מכירת חמץ פאר גראסעריס איז; ביסט געבליבן שטעקען מיט סחורה, האסט עס נישט פארקויפט בשוגג, צוליב הפסד מרובה האט מען מתיר געווען צו פארקויפן פארן גוי.

פארבעיקט קויפט די געשעפט ווייל ער וויל עס האבן פאר מוצאי יו"ט, צו קענען פארקויפן פרישע סחורה גלייך נאך יו"ט. טייטש האסט עס געקויפט לכתחילה ווייל דו ווילסט עס זאל בלייבן ביי דיר אום יו"ט. אויף דעם איז נישט דא די היתר אויף מכירת חמץ, קומט אויס עס איז חמץ שעבר ביי א איד אום פסח.


כ'פארשטיי נישט אזוי די טענה, ווייל א"כ אין לדבר סוף!
ווייל פילע געשעפטען אין וויין סוחרים/מקווה אידן קויפן זיך אן מיט אסאך חמץ פאר פסח על דעת עס צו פארקויפן כדת וכדין און זיי זאלן עס קענען פארקויפן גלייך נאך יו"ט פאר די אידן וואס זענען מקפיד צו קויפן נאך יו"ט זאכן וואס זענען געווארען פארקויפט כדת וכדין ביים א איד סוחר וואס זיי קענען פון דער נאנט ווי איידער זיך פארלאזן אויפ'ן מכירה פונעם דיסטריובער. איז אז מ'אסרט מטעם הנ"ל פאר-בעיקד קען מען אסר'ן אלע ביר און ברוינפן ביים מקוה איד און פילע מזונות אין די גראסעריס וואס מ'האט דווקא געקויפט פאר יו"ט ע"ד עס צו פארקויפן פארן גוי
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

נא_שכל האט געשריבן:
Millionaire האט געשריבן:
ווייסע זאקן האט געשריבן:וואס איז די חילוק פון וועפערס און קוקיס און פרעצעלס אין אנדערע זאכן וואס מעקויפט פון גראסערי שעלף און פאר בעיקד ?

די היתר אויף מכירת חמץ פאר גראסעריס איז; ביסט געבליבן שטעקען מיט סחורה, האסט עס נישט פארקויפט בשוגג, צוליב הפסד מרובה האט מען מתיר געווען צו פארקויפן פארן גוי.

פארבעיקט קויפט די געשעפט ווייל ער וויל עס האבן פאר מוצאי יו"ט, צו קענען פארקויפן פרישע סחורה גלייך נאך יו"ט. טייטש האסט עס געקויפט לכתחילה ווייל דו ווילסט עס זאל בלייבן ביי דיר אום יו"ט. אויף דעם איז נישט דא די היתר אויף מכירת חמץ, קומט אויס עס איז חמץ שעבר ביי א איד אום פסח.


כ'פארשטיי נישט אזוי די טענה, ווייל א"כ אין לדבר סוף!
ווייל פילע געשעפטען אין וויין סוחרים/מקווה אידן קויפן זיך אן מיט אסאך חמץ פאר פסח על דעת עס צו פארקויפן כדת וכדין און זיי זאלן עס קענען פארקויפן גלייך נאך יו"ט פאר די אידן וואס זענען מקפיד צו קויפן נאך יו"ט זאכן וואס זענען געווארען פארקויפט כדת וכדין ביים א איד סוחר וואס זיי קענען פון דער נאנט ווי איידער זיך פארלאזן אויפ'ן מכירה פונעם דיסטריובער. איז אז מ'אסרט מטעם הנ"ל פאר-בעיקד קען מען אסר'ן אלע ביר און ברוינפן ביים מקוה איד און פילע מזונות אין די גראסעריס וואס מ'האט דווקא געקויפט פאר יו"ט ע"ד עס צו פארקויפן פארן גוי



1] די מקוה איד קויפט עס נישט לכתחילה צו האבן אויך נאך יו"ט נאר מה שמשייר האט מען מתיר געווען מכירה משום היפסד מרובה, אין הכי נמי אויב קויפט ער לכתחילה אויף צו האבן נאך יו"ט איז ער אדער א שייגעץ, אדער א עם הארץ וואס ווייסט נישט אז עס איז אסור, ווייל די היתר מכירה גייט נאר צו בצירוף פון היפסד מרובה, ובצירוף אז באמת דארף איך עס נאמער, נאר איך וויל עס נישט שאדען האבן סא הלוואי קויפט עס טאקע די גוי אפ, משא"כ אויב דו ווילסט עס נישט באמת פארקויפן, האט מען דיר עס נישט מתיר געווען, [אפילו אויב הלכה'דיג איז עס נישט קיין שאלה איז עס מנהג ישראל זיכער אזוי,] דעס וואס אידען קויפן תיקף נאך פסח ווייל אזוי ווייס איך אז עס איז געווען כשר פארקויפט מיינט כשר בייי איינעם וואס עס איז געווען מותר צו פארקויפן, [ווייל ער איז געבליבן סטאק מיט סחורה] נישט איינער וואס מען האט נישט געלאזט פארקויפן,
2] ועוד עס איז בכלל נישט געווארן פארקויפט, אזוי ווי כ"ק מרן האדמו"ר מהר"א מ'סאטמאר שליט"א האט שוין מסביר געווען ברבים, אז ווען די גוי זאל ווען קומען אינמיטן פסח צום מקוה איד איך צאל דיר די גאנצע געלט [א דאון פעימענט האט ער דאך שוין געגעבען] און געב מיר די ברוינפען, וואלט די מקוה איד זיך געפרייט איך פארקויף מיין ברוינפען אן קיין שאדען פארקערט ער האט אפילו געמאכט די פראצענט וואס ער מאכט פון פארקויפן דעי ברוינפען, און תיקף נאך פסח וועל איך אי"ה באשטעלן פרישע אין פארדינען נאך ריווח, ממילא איז עס נישט קיין חוכא וטלילא, משא"כ פאד בעקט ווען די גוי זאל ווען קומען אינמיטן פסח געב מיר די פאוד בעקט וואלט עס אים געבאדערט ווייל ער גייט נישט האבן קיין סחורה אויף מוצאי יו"ט, פאר זיין קעיק עס איז נישט ווי א גראסערי וואס דאס פארקויפט ער פאר זיינע קונדען און ער פרייט זיך אז עס איז געווארן אויסגעיאזט, [הגם ער וויל אויך האבן תיקף נאך יו"ט אבער נאך אלס ווייט נישט אזוי ווי די פאוד בעקט]

סא ס"ה 1] ביי פאוד בעקט האב איך אים נישט געלאזט פארקויפן, ווייל עס איז נישט קין היפסד מרובה [מניעת ריווח לא נקרא היפסד כמבואר בכל הפוסקים] 2] לי יהא מען זאל אים יא לאזן איז עס בכלל נישט געווען קיין כשר'ע מכירה.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
מצלמה
שר האלף
תגובות: 1636
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 25, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצלמה »

1. כמדומה לי אז עס הייסט ״פאר בעיקד״.

2. עס איז דא צוויי פראבלעמען: אונאה - מ׳זאגט פאר די קונדן אז עס איז געבאקען נאך פסח, דערווייל איז עס שוין האלב-געבאקן איידער פסח. און שנית וועגן רוצה בקיומו.

נאר איך האב א שאלה, פארוואס האבן אמאליגע רבנים מתיר געווען צו פארקויפן די י״ב חלות אין חמץ, דער חסיד וויל עס דאך נישט פארקויפן פאר׳ן גוי.

איין תירוץ האב איך, אז ביי ״פאר בעיקד״ דארף דער סוחר די חמץ צו פארקויפן גלייך מוצאי פסח, און ער קויפט עס ע״ד דהכי. משא״כ די י״ב חלה דארף ער די חלה אבער נישט גענומען פון רבי׳ן ווייל ער וויל עס האבן אויף ״נאך פסח״.

וצ״ע
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

סאדאם חוסעין האט געשריבן:1] די מקוה איד קויפט עס נישט לכתחילה צו האבן אויך נאך יו"ט נאר מה שמשייר האט מען מתיר געווען מכירה משום היפסד מרובה, אין הכי נמי אויב קויפט ער לכתחילה אויף צו האבן נאך יו"ט איז ער אדער א שייגעץ, אדער א עם הארץ וואס ווייסט נישט אז עס איז אסור, ווייל די היתר מכירה גייט נאר צו בצירוף פון היפסד מרובה, ובצירוף אז באמת דארף איך עס נאמער, נאר איך וויל עס נישט שאדען האבן סא הלוואי קויפט עס טאקע די גוי אפ, משא"כ אויב דו ווילסט עס נישט באמת פארקויפן, האט מען דיר עס נישט מתיר געווען, [אפילו אויב הלכה'דיג איז עס נישט קיין שאלה איז עס מנהג ישראל זיכער אזוי,] דעס וואס אידען קויפן תיקף נאך פסח ווייל אזוי ווייס איך אז עס איז געווען כשר פארקויפט מיינט כשר בייי איינעם וואס עס איז געווען מותר צו פארקויפן, [ווייל ער איז געבליבן סטאק מיט סחורה] נישט איינער וואס מען האט נישט געלאזט פארקויפן,
2] ועוד עס איז בכלל נישט געווארן פארקויפט, אזוי ווי כ"ק מרן האדמו"ר מהר"א מ'סאטמאר שליט"א האט שוין מסביר געווען ברבים, אז ווען די גוי זאל ווען קומען אינמיטן פסח צום מקוה איד איך צאל דיר די גאנצע געלט [א דאון פעימענט האט ער דאך שוין געגעבען] און געב מיר די ברוינפען, וואלט די מקוה איד זיך געפרייט איך פארקויף מיין ברוינפען אן קיין שאדען פארקערט ער האט אפילו געמאכט די פראצענט וואס ער מאכט פון פארקויפן דעי ברוינפען, און תיקף נאך פסח וועל איך אי"ה באשטעלן פרישע אין פארדינען נאך ריווח, ממילא איז עס נישט קיין חוכא וטלילא, משא"כ פאד בעקט ווען די גוי זאל ווען קומען אינמיטן פסח געב מיר די פאוד בעקט וואלט עס אים געבאדערט ווייל ער גייט נישט האבן קיין סחורה אויף מוצאי יו"ט, פאר זיין קעיק עס איז נישט ווי א גראסערי וואס דאס פארקויפט ער פאר זיינע קונדען און ער פרייט זיך אז עס איז געווארן אויסגעיאזט, [הגם ער וויל אויך האבן תיקף נאך יו"ט אבער נאך אלס ווייט נישט אזוי ווי די פאוד בעקט]

סא ס"ה 1] ביי פאוד בעקט האב איך אים נישט געלאזט פארקויפן, ווייל עס איז נישט קין היפסד מרובה [מניעת ריווח לא נקרא היפסד כמבואר בכל הפוסקים] 2] לי יהא מען זאל אים יא לאזן איז עס בכלל נישט געווען קיין כשר'ע מכירה.



1) ס'זעט אויס איר זענט נישט באקאנט אין די מציאות הדברים וואס די געשעפטען טוען, ס'דא אפילו געשעפטען וואס ברענגען גאנצע פעלעטס מיט חמץ, און קיינער פון די בעה"ב זענען נישט קיין שקצים און אפילו קיינע עמי הארצים...

2) פילע רבנים חשובים ת"ח גדולים ובקיאים האלטן אז ס'איז יא פארקויפט כדת וכדין אף באופן כזה (ולא נקטו כדעת האבני צדק).

אבער דער ענין פון גניבת דעת וועט לכאורה יעדער מודה זיין אז ס'איז.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטורליך »

אז מען רעדט שוין, היינט צופרי ביים לקח אין בית מדרש האט דער ציבור זייער אויסגעלויבט די אלע בעקערייען וואס כאטש איינמאל א יאר די פאר טעג נאך פסח זענען זייערע קוקיס פריש און ווייעך, א גישמאק אין מויל צו נעמען.
אוועטאר
אורייתא
שר חמש מאות
תגובות: 744
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 13, 2013 2:33 pm
לאקאציע: בד' אמות של הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורייתא »

לידיעות הציבור איז דא פוסקים ובתוכם די בעל התניא וואס האלטען אז מען זאל ׳דאווקע׳ פארקויפען חמץ בעין ווייל אויף דעים איז דא א ריכטיגע מכירה. ווי אויך האט דער ראפשיצער רב מקפיד געווען נאר צו עסען חמץ (ביר להבדלה וכו׳) וואס איז געווען פארקויפט ביי א איד ווייל אזוי איז ער זיכער אז עס האט געהאט א ריכטיגע שטר ביי א דיין (ווי כמה האבען שוין דא ערווענט)
אורייתא וישראל חד הוא
אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנימין הלוי »

שבט הלוי ח"ד סימן מט
בעניין חנוני מוכר משקאות אם מותר לו איזה ימים קודם לפסח לקנות ולהכין הרבה משקאות חמוצים כשכר וכיו"ב כדי שיהיה לו מיד אחר הפסח
וטענתו בפיו דזה יותר בטוח לענין מכירה מה שמוכר בעצמו אצל הרב מלסמוך עצמו על מכירת בתי חרושת

http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 4&pgnum=60
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

אורייתא האט געשריבן:לידיעות הציבור איז דא פוסקים ובתוכם די בעל התניא וואס האלטען אז מען זאל ׳דאווקע׳ פארקויפען חמץ בעין ווייל אויף דעים איז דא א ריכטיגע מכירה. ווי אויך האט דער ראפשיצער רב מקפיד געווען נאר צו עסען חמץ (ביר להבדלה וכו׳) וואס איז געווען פארקויפט ביי א איד ווייל אזוי איז ער זיכער אז עס האט געהאט א ריכטיגע שטר ביי א דיין (ווי כמה האבען שוין דא ערווענט)

וכך נוהגין בבאבוב
ווייס איך פון א גרויסן ת"ח אין באבוב, וואס ביי עם אינדערהיים פארקויפט מען אין חמץ א גאנצן פריזער מיט פיינע קאקאש קעיק....
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

אורייתא האט געשריבן:לידיעות הציבור איז דא פוסקים ובתוכם די בעל התניא וואס האלטען אז מען זאל ׳דאווקע׳ פארקויפען חמץ בעין ווייל אויף דעים איז דא א ריכטיגע מכירה. ווי אויך האט דער ראפשיצער רב מקפיד געווען נאר צו עסען חמץ (ביר להבדלה וכו׳) וואס איז געווען פארקויפט ביי א איד ווייל אזוי איז ער זיכער אז עס האט געהאט א ריכטיגע שטר ביי א דיין (ווי כמה האבען שוין דא ערווענט)


חב"ד האט טאקע א שטרענגערע סדר פון פארקויפן די חמץ, נישט לגבי די יוד (פארקויפער) נאר עס דארף א ערב קבלן פארן פארקויפער ,און ווילאמסבורג איז דא אסאך יודען וואס פארקויפען די חמץ דורך די דיין פון מלאכים ביהמ"ד ע"פ ניסח בעל התניא סיי אלץ חימרא און סיי ווייל מען קען פארקויפען חמץ גמור
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
מצלמה
שר האלף
תגובות: 1636
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 25, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצלמה »

יהיה כן האט געשריבן:
אורייתא האט געשריבן:לידיעות הציבור איז דא פוסקים ובתוכם די בעל התניא וואס האלטען אז מען זאל ׳דאווקע׳ פארקויפען חמץ בעין ווייל אויף דעים איז דא א ריכטיגע מכירה. ווי אויך האט דער ראפשיצער רב מקפיד געווען נאר צו עסען חמץ (ביר להבדלה וכו׳) וואס איז געווען פארקויפט ביי א איד ווייל אזוי איז ער זיכער אז עס האט געהאט א ריכטיגע שטר ביי א דיין (ווי כמה האבען שוין דא ערווענט)

וכך נוהגין בבאבוב
ווייס איך פון א גרויסן ת"ח אין באבוב, וואס ביי עם אינדערהיים פארקויפט מען אין חמץ א גאנצן פריזער מיט פיינע קאקאש קעיק....


אויב דער גוי וועט וועלן קויפן דעם קאקאש קעיק, וועט ער עס אים פארקויפן - יא אדער ניין? אין דעם איז תלוי די מכירה און דעם היתר.

אויב די פאר-בעיקד איז אזוי וויכטיג פאר'ן גראסערי, צו האבן גלייך מוצאי יום טוב, אז ער זאל קענען סערווירן די קאסטומערס, וויל ער עס נישט פארקויפן פאר'ן גוי.

אלזא, אלע הלכות וואס באבוב און חב"ד פירן זיך איז נישט נוגע פאר פאר-בעיקד ארטיקלען וואס איז "רוצה בקיומו"
מצלמה
שר האלף
תגובות: 1636
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 25, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצלמה »

מצלמה האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:
אורייתא האט געשריבן:לידיעות הציבור איז דא פוסקים ובתוכם די בעל התניא וואס האלטען אז מען זאל ׳דאווקע׳ פארקויפען חמץ בעין ווייל אויף דעים איז דא א ריכטיגע מכירה. ווי אויך האט דער ראפשיצער רב מקפיד געווען נאר צו עסען חמץ (ביר להבדלה וכו׳) וואס איז געווען פארקויפט ביי א איד ווייל אזוי איז ער זיכער אז עס האט געהאט א ריכטיגע שטר ביי א דיין


ביים הייליגן דברי חיים זי"ע האט מען יעדעס יאר געווארט זייער לאנג צו ברענגען ביר פאר הבדלה. ווייל מ'האט עס געקויפט פון א גוי. - און נישט פון א איד.
אויב וואלט מען גענומען פונעם איד, וואס איז געווען פארקויפט אין חמץ, צי וואס האט מען יעדעס יאר געווארט אזוי לאנג צו מאכן הבדלה מוצאי יום טוב?
אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנימין הלוי »

מ'טאר נישט זיין רוצה בקיומו פונעם גוי'ס חמץ? זע שו"ת שבה"ל אויבן געברענגט
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

מצלמה האט געשריבן:
מצלמה האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:
אורייתא האט געשריבן:לידיעות הציבור איז דא פוסקים ובתוכם די בעל התניא וואס האלטען אז מען זאל ׳דאווקע׳ פארקויפען חמץ בעין ווייל אויף דעים איז דא א ריכטיגע מכירה. ווי אויך האט דער ראפשיצער רב מקפיד געווען נאר צו עסען חמץ (ביר להבדלה וכו׳) וואס איז געווען פארקויפט ביי א איד ווייל אזוי איז ער זיכער אז עס האט געהאט א ריכטיגע שטר ביי א דיין


ביים הייליגן דברי חיים זי"ע האט מען יעדעס יאר געווארט זייער לאנג צו ברענגען ביר פאר הבדלה. ווייל מ'האט עס געקויפט פון א גוי. - און נישט פון א איד.
אויב וואלט מען גענומען פונעם איד, וואס איז געווען פארקויפט אין חמץ, צי וואס האט מען יעדעס יאר געווארט אזוי לאנג צו מאכן הבדלה מוצאי יום טוב?

מקור ביטע?, עס ווערט געברענגט אז ער האט געמאכט הבדלה אויף ביר, אבער אז ער האט 'געקויפט ביי א גוי געווארט לאנג' וואו שטייט?
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

מצלמה האט געשריבן:
מצלמה האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:
אורייתא האט געשריבן:לידיעות הציבור איז דא פוסקים ובתוכם די בעל התניא וואס האלטען אז מען זאל ׳דאווקע׳ פארקויפען חמץ בעין ווייל אויף דעים איז דא א ריכטיגע מכירה. ווי אויך האט דער ראפשיצער רב מקפיד געווען נאר צו עסען חמץ (ביר להבדלה וכו׳) וואס איז געווען פארקויפט ביי א איד ווייל אזוי איז ער זיכער אז עס האט געהאט א ריכטיגע שטר ביי א דיין


ביים הייליגן דברי חיים זי"ע האט מען יעדעס יאר געווארט זייער לאנג צו ברענגען ביר פאר הבדלה. ווייל מ'האט עס געקויפט פון א גוי. - און נישט פון א איד.
אויב וואלט מען גענומען פונעם איד, וואס איז געווען פארקויפט אין חמץ, צי וואס האט מען יעדעס יאר געווארט אזוי לאנג צו מאכן הבדלה מוצאי יום טוב?

אין צאנז האבן נישט געוואינט קיין גוים? צו וואס האט מען געדארפט ווארטן לאנג?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
מצלמה
שר האלף
תגובות: 1636
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 25, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצלמה »

הוא דבר ידוע שחכו זמן רב להבדלה, שהבדיל על שכר, כמבואר ברמ״א. וידוע המעשה באחד שטמן שכר בביתו, כדי שיהי׳ לו מן המוכן אחר הפסח.

ומרן הד״ח שאלו מהיכן הבאת השכר? והחסיד השיב שהיכן שכר מערב יום טוב שלא להמתין זמן ארוך... ומרן הד״ח צוה לשורפו כדין.
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”