דייקן האט געשריבן:טאמער איז נישט די דרך צו עסען די זאך "צוזאמען" מיט פלייש, דאן איז מותר מדינא דגמרא עס צו מאכען מילכיג אן א היכר [און טאמער וואלט די דרך געווען צו עסען קעיק צוזאמען מיט פלייש דאן וואלט דא נישט געהאלפען צו מאכען א אנדערע צורה, היות אז מען מאכט עס אויף צום פארקויפען, און נישט אלע וואס קויפען עס וועלען כאפען אז ס'האט א ספעציעלע צורה פאר דער סיבה], נאר אודאי דארף מען צושרייבען אז ס'איז מילכיג כדי ס'זאל נישט ארויסקומען א מכשול אזויווי דא, אבער דאס האט נישט מיט די הלכה פון סי' צ"ז (ע' בפ"ת שם, וכן מבואר בהרבה מאוד פוסקים, ואין הספרים תח"י כעת).
יי"כ נאך א מזל איך האב נישט מגלה געווען דעם נאמען פון די ועד איינס פון די שטארקסטע ברחבי תבל
כתב המהרי"ט שבמיני מתיקות אין איסור כיון שרגילים לאכלם לבדם, בלא בשר או חלב, ולא גזרו שמא יאכל חלב בתוך שש שעות של בשר והביאו הפת"ש(ג), וכמותו פסקו ערוך השולחן ז ) פרי חדש ובדי השולחן.
זיי אמתדיג האט געשריבן:can someone bring more info on the kashres of chocolate some hashguches have kiles on the way of kashering the plant, pls come in with more info i heard lately that a prominent bal machsher said that hes not eating the chocolate from hin own hashgucha....... thanks
איך מיין אז הרב וועסטהיים ראדט וועג'ן דעם אין זיין תשובה.
קעדילעק האט געשריבן:אויך דער בעל שמחה וואס שיקט מזונות אדער שאקאלאדן צו די געסט צימערן מעג זיין פארזיכטיג און נישט שיקן קיין מילכיגע זאכן, רוב צייט וואס די געסט וויילן דא אויף שבת זענען זיי פליישיג..
דער טענה איז געוויס אז דער בעל שמחה האט אויך נישט באמערקט...
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
In some instances, the OU certifies an entire store. In such cases, the OU letter of certification will state that a particular store located in a specific location is under OU supervision. Obviously, one can eat everything in a certified store. However, it is often the case that the OU certifies a brand name ice cream or yogurt, but the OU does not certify the store that sells the product, even though the store has the same brand name as the product. In this latter instance, the OU only certifies sealed containers bearing the OU symbol. Once the container is opened, the OU no longer vouches for the kosher integrity of the item, as the scoop may have been previously used for non-certified flavors. In order for the Orthodox Union to follow up with the store, the Orthodox Union needs an image of the OU sign that is displayed in the store.
If the ice cream establishment serves cholov Yisroel and non-cholov Yisroel, one should look to make sure that they are in two separate sections and that there are different scoopers. Please do not hesitate to contact us again should you have any further questions.
דער וואס האט געברענגט די בילד אין די ארגינעלע אשכול האט געשריבן אז ס'קומט פון די גוגל מעפס פראפיל. לכאורה אין די געשעפט אליין שטייט נישט אז ס'איז חלב ישראל, איינער האט פשוט ארויפגעלייגט דעי פיקטשער אויף די גוגל מעפס ריוויו גענומען פון א קאנטעינער אדער פון א צווייטע לאקעישן וואס איז יא כולו חלב ישראל.
דער וואס האט געברענגט די בילד אין די ארגינעלע אשכול האט געשריבן אז ס'קומט פון די גוגל מעפס פראפיל. לכאורה אין די געשעפט אליין שטייט נישט אז ס'איז חלב ישראל, איינער האט פשוט ארויפגעלייגט דעי פיקטשער אויף די גוגל מעפס ריוויו גענומען פון א קאנטעינער אדער פון א צווייטע לאקעישן וואס איז יא כולו חלב ישראל.
איך וויל וויסן בנוגע די סאדע מאשינען וואס געפינען זיך אין די גאז סטאנציעסץ
עד עכשיו איז געוועהן מיין מנהג צו נעמען קודם אייז פון די מאשינקע און צוקויפן א באטל קאוקע קאלע א. ד. ג. , וואלט איך געוואלט וויסן אויב איינער האט שוין דורכגעטוהן די כשרות פון די מאשינען אויב מען מעג נעמען דערפון געטראנקען
מיין שאלה איז נישט אויב די געטראנק איז כשר, נאר אויב ס'איז גא א שאלה אויף די מאשין גופא ווייל אפאר געטראנקען קומען פון איין עפענונג