איי-וועלט כשרות אפטיילונג

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31232
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

סארקאזי האט געשריבן:האט איינער א ידיעה איבער א כשרות ארגאנזאציע מיטן נאמען "erth kosher"

א קורצער זיך אין גוגל זאגט מיר. אז "crc" זאגט אז מקען זיך אויף זיי פארלאזען.
ווער זענען זיי.?
ווער איז דער רב המכשיר?
וואספארא סטאנדארט אין כשרות?

מיינסט EarthKosher?

דער רב המכשיר איז Rabbi Sholom Hirsch Adler וואס איז גאר היימיש (און קומט פון COR):
rabbi-adler.png
rabbi-adler.png (232.96 KiB) געזען 1915 מאל
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

הרב אדלער פון EARTH KOSHER

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

א שטיקעלע בילד פון זיין BACKGROUND

הרה"ג ר' שלום צבי שליט"א מלפנים אנפירער פון די COR כשרות ארגענעזאציע פון טאראנטא, כעת בלעיקוואד, חתן הגה"צ רבי שלמה לייב מונד שליט"א מלפנים במאנטריאל כעת בבית שמש
בן הרב הגאון רבי מנחם יהודה אדלער זצ״ל מלפנים אב״ד אמרי נועם טאראנטא
זיינע ברודער
הרה"ג ר' אשר שליט"א אב"ד סערעדנא מאנסי, חתן הגה"צ רבי שמואל מאיר קליינמאן זצ"ל ממארגערעטן
הרה"ג ר' יואב משה שליט"א מנהל ת"ת תשב"ר נחלת חיים מאנסי, חת הגה"צ רבי ארי' ישראל דאכנער שליט"א מבארמעט
הרה"ג רבי חיים שלמה שליט"א ראש ישיבה בביהמ"ד סקולען וומסב"ג, חתן הגה"צ דומ"ץ סקולען שליט"א
זייינע שוואגערס
הרה"ג ר' בנימין אלטר דוד רוטנער אב"ד שאמקוט
הרה"ג ר' שלמה עזרא מאשקאוויטש שליט"א בן הגה"צ אב"ד נייטרא וומסב"ג זצ"ל
הרה"ג ר' מרדכי דוב סעקולא שליט"א אב"ד האניסטייפל מלפנים בטאראנטא כעת בסביבות לעיקוואד
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל

פאלקס קיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלקס קיך »

טאמס ריווער קאושער
הרב יואל אשר לאבין
Screenshot_20191224-201230_WhatsApp Business.jpg
Screenshot_20191224-201230_WhatsApp Business.jpg (556.9 KiB) געזען 1872 מאל
PhotoPictureResizer_191225_140959821_crop_1440x2326.jpg
PhotoPictureResizer_191225_140959821_crop_1440x2326.jpg (379.19 KiB) געזען 1872 מאל
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10238
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

ס'דא כשר, און ס'דא טאמס ריווער כשר...
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8351
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:ס'דא כשר, און ס'דא טאמס ריווער כשר...

;l;p-
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאזי »

קיקיון האט געשריבן:א שטיקעלע בילד פון זיין BACKGROUND

הרה"ג ר' שלום צבי שליט"א מלפנים אנפירער פון די COR כשרות ארגענעזאציע פון טאראנטא, כעת בלעיקוואד, חתן הגה"צ רבי שלמה לייב מונד שליט"א מלפנים במאנטריאל כעת בבית שמש
בן הרב הגאון רבי מנחם יהודה אדלער זצ״ל מלפנים אב״ד אמרי נועם טאראנטא
זיינע ברודער
הרה"ג ר' אשר שליט"א אב"ד סערעדנא מאנסי, חתן הגה"צ רבי שמואל מאיר קליינמאן זצ"ל ממארגערעטן
הרה"ג ר' יואב משה שליט"א מנהל ת"ת תשב"ר נחלת חיים מאנסי, חת הגה"צ רבי ארי' ישראל דאכנער שליט"א מבארמעט
הרה"ג רבי חיים שלמה שליט"א ראש ישיבה בביהמ"ד סקולען וומסב"ג, חתן הגה"צ דומ"ץ סקולען שליט"א
זייינע שוואגערס
הרה"ג ר' בנימין אלטר דוד רוטנער אב"ד שאמקוט
הרה"ג ר' שלמה עזרא מאשקאוויטש שליט"א בן הגה"צ אב"ד נייטרא וומסב"ג זצ"ל
הרה"ג ר' מרדכי דוב סעקולא שליט"א אב"ד האניסטייפל מלפנים בטאראנטא כעת בסביבות לעיקוואד

שכח יעצט רעכנט אויס אלע שוועגערינס :wink:
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאזי »

קנאפער ידען האט געשריבן:
סארקאזי האט געשריבן:האט איינער א ידיעה איבער א כשרות ארגאנזאציע מיטן נאמען "erth kosher"

א קורצער זיך אין גוגל זאגט מיר. אז "crc" זאגט אז מקען זיך אויף זיי פארלאזען.
ווער זענען זיי.?
ווער איז דער רב המכשיר?
וואספארא סטאנדארט אין כשרות?

מיינסט EarthKosher?

דער רב המכשיר איז Rabbi Sholom Hirsch Adler וואס איז גאר היימיש (און קומט פון COR):
rabbi-adler.png

ייש''כ
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

פאלקס קיך האט געשריבן:טאמס ריווער קאושער
הרב יואל אשר לאבין
Screenshot_20191224-201230_WhatsApp Business.jpg
PhotoPictureResizer_191225_140959821_crop_1440x2326.jpg

העי, די סימבאל איז נישט געווען אויף די ליסט פון סימבאלן וואס דער רב המשכיר האט ארויסגעשטעלט פאר א וואוט

viewtopic.php?p=1811332#p1811332
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3071
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהלע »

.
לעצט פארראכטן דורך משהלע אום מיטוואך דעצעמבער 25, 2019 8:54 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

משה'לע, און פאר וועלכע זינד בין איך היינט אומגעפאלן?
KMW
שר האלפיים
תגובות: 2283
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 11:05 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KMW »

װײסט אײנער װאס איז די מעשה מיט RICE DREAM מיט גרובער הכשר איז עס געמאכט אנדערש װי די OU ? עס האלט אין אײן ארױפגײן מיט די פרײז, עס איז איבער דאפעלט די פרײז,
א דאנק
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4522
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

KMW האט געשריבן:װײסט אײנער װאס איז די מעשה מיט RICE DREAM מיט גרובער הכשר איז עס געמאכט אנדערש װי די OU ? עס האלט אין אײן ארױפגײן מיט די פרײז, עס איז איבער דאפעלט די פרײז. א דאנק

איך ווייס נישט בפרטות וועגן די מיט די הכשר פון גרובער, אבער באופן כללי ווערט רייס דריעם און אלמענד מילק וכו' [די אלע משקאות וואס קומען אין די פאפירענע פעקעזשעס] געמאכט אין פאבריקן וואס מאכט אויך טריפות דאורייתא, משקאות פון טשיקען בראטה וכדומה, און עס דארף זיין גאר גוט גע'כשר'ט. עס איז נישט אזוי געשמאק זיך צו פארלאזן אויף א נאציענאלע השגחה ווען עס קומט צו א פאבריק וואס מען האט גענוצט אויף טריפות דאורייתא.
אפיציעל הייסט עס אז די היימישע השגחות מאכן זייערע פראדוקטן אין אנדערע פאבריקן וואס מאכט נישט קיין טריפות.
באופן פרטי, דארפט איר אנרופן דעם בעל מכשיר און אים פרעגן אויב דאס איז טאקע די מציאות ביי זיין פראדוקט.
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3084
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

פרישע חששות אויף אומגעשמירטע גרינצייג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

איך הער אז ס'איז ערשינען א בריוו פון בעל מכשיר אז ער נעמט אראפ די הכשר פון אומגעשמירטע ירקות צוליב חששות פון טבל וכו'.

ווער ס'קען אהערברענגען דעם בריוו אדער מרחיב זיין את הדיבור וואס די נושא איז און וועמען ס'איז נוגע, תבא עליו ברכה.
לעצט פארראכטן דורך להודיע אום דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2019 3:29 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אור
שר שלשת אלפים
תגובות: 3233
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור »

געזעהן א בריוו פון וואגשאל הכשר נעמט אראפ

וואס איז געשעהן
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3071
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהלע »

געברענגט דא פריער
כשר וישר
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 11, 2019 6:47 pm

שמן זית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כשר וישר »

כווייס נישט אויב ס׳קומט אין די אשכול.
כ׳האב געהערט א שיעור וועגן שמן זית. א סימן אז ס׳איז נישט עכטע שמן זית איז אויב ס׳ווערט נישט פארגליווערט.
איך האב געקויפט ביליגע שמן זית מיט א הכשר און ס׳איז נישט געווארן פארגליווערט. איך צווייפל נישט די כשרות לאכילה, נאר אויב ס׳איז טאקע שמן זית, וואס איז א הידור ביי מנורה.

איינער מיט מער אינפא אויף די נושא?
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2330
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

נחוניא האט געשריבן:
KMW האט געשריבן:װײסט אײנער װאס איז די מעשה מיט RICE DREAM מיט גרובער הכשר איז עס געמאכט אנדערש װי די OU ? עס האלט אין אײן ארױפגײן מיט די פרײז, עס איז איבער דאפעלט די פרײז. א דאנק

איך ווייס נישט בפרטות וועגן די מיט די הכשר פון גרובער, אבער באופן כללי ווערט רייס דריעם און אלמענד מילק וכו' [די אלע משקאות וואס קומען אין די פאפירענע פעקעזשעס] געמאכט אין פאבריקן וואס מאכט אויך טריפות דאורייתא, משקאות פון טשיקען בראטה וכדומה, און עס דארף זיין גאר גוט גע'כשר'ט. עס איז נישט אזוי געשמאק זיך צו פארלאזן אויף א נאציענאלע השגחה ווען עס קומט צו א פאבריק וואס מען האט גענוצט אויף טריפות דאורייתא.
אפיציעל הייסט עס אז די היימישע השגחות מאכן זייערע פראדוקטן אין אנדערע פאבריקן וואס מאכט נישט קיין טריפות.
באופן פרטי, דארפט איר אנרופן דעם בעל מכשיר און אים פרעגן אויב דאס איז טאקע די מציאות ביי זיין פראדוקט.

כ'ווייס נישט פון וואו איר נעמט די אינפאו
איך האב פערזענליך געפרעגט OU זיי האבן מיר געענטפערט אז עס קומט נישט אריין קיין טשיקן און קיין פלייש אין די גאנצע פלענט
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4522
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

אביונה האט געשריבן:

איר האט געפרעגט אויף א ספעציפישע פלענט, אדער באופן כללי?
איך ווייס פאר א פאקט אז פארשידענע פלענטס וואס מאכן די פראדוקטן מיט נאציאנעלע השגחות ווערט דארט געמאכט טריפות דאורייתא.

איך האב זיי געפרעגט אויף די ברענד blue diamond וועלכע מאכט די רייז דריעם און אלמאנד בריעז פון זייער השגחה

און דאס וואס איר שרייבט איבער טשיקן בראטה, א גוגל סיערטש האט נישט געפונען קיין טשיקן בראטה פון די קאמפאני blue diamond, נאר פון אן אנדערע קאמפעני וועלכע פעקדזשט עס אין די זעלבע מין פאפירענע באטל ווי רייז דריעם

שווער צו גלייבן אויף א אנגענומענע הכשר ביי רוב פונם אידישן אמעריקאנער עולם, דערונטער יראים ושלימים, זאלן מכשיל זיין אידן מיט מאכלים וואס ווערן געמאכט אין כלים וואס ווערט גענוצט אויף טריפות דאורייתא.. [חלב עכו"ם ווייסעך אז זיי נוצן דעם אגרו"מ'ס היתר, אבער ממש טריפות איז נישט עולה על הדעת]
בכל אופן, זיי האבן מיר אין א אימעיל באשטעטיגט, אז ס'קומט נישט אריין קיין פלייש אין די גאנצע פלענט פון די דערמאנטע קאמפאני
אדרבא, פרעג זיי זעלבסט אן, בעפאר דו שמירסט ארויף סתם א לשה"ר

יעצט זעה איך אז rice dream ווערט געמאכט דורך אן אנדערע קאמפאני ווי אלמאנד בריעז
[אלמאנד בריז ווערט געמאכט דורך blue diamond וואס זעהט נישט אויס אז זיי מאכן עפעס אנדערש אויסער מאנדל און נוס פראדוקטן]
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
KMW
שר האלפיים
תגובות: 2283
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 11:05 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KMW »

אביונה האט געשריבן:יעצט זעה איך אז rice dream ווערט געמאכט דורך אן אנדערע קאמפאני ווי אלמאנד בריעז
[אלמאנד בריז ווערט געמאכט דורך blue diamond וואס זעהט נישט אויס אז זיי מאכן עפעס אנדערש אויסער מאנדל און נוס פראדוקטן]

איך האב זיי אויך געקאלט און זיי האבן געזאגט אז עס קומט נישט אריין קיין טשיקן און קיין פליישיג אין די גאנצע פלענט די שאלה איז צו זיי זענען באגלייבט?
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4522
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

אביונה האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:
אביונה האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:באופן כללי ווערט רייס דריעם און אלמענד מילק וכו' [די אלע משקאות וואס קומען אין די פאפירענע פעקעזשעס] געמאכט אין פאבריקן וואס מאכט אויך טריפות דאורייתא, משקאות פון טשיקען בראטה וכדומה, און עס דארף זיין גאר גוט גע'כשר'ט. עס איז נישט אזוי געשמאק זיך צו פארלאזן אויף א נאציענאלע השגחה ווען עס קומט צו א פאבריק וואס מען האט גענוצט אויף טריפות דאורייתא.
אפיציעל הייסט עס אז די היימישע השגחות מאכן זייערע פראדוקטן אין אנדערע פאבריקן וואס מאכט נישט קיין טריפות.
באופן פרטי, דארפט איר אנרופן דעם בעל מכשיר און אים פרעגן אויב דאס איז טאקע די מציאות ביי זיין פראדוקט.

כ'ווייס נישט פון וואו איר נעמט די אינפאו
איך האב פערזענליך געפרעגט OU זיי האבן מיר געענטפערט אז עס קומט נישט אריין קיין טשיקן און קיין פלייש אין די גאנצע פלענט

איר האט געפרעגט אויף א ספעציפישע פלענט, אדער באופן כללי?
איך ווייס פאר א פאקט אז פארשידענע פלענטס וואס מאכן די פראדוקטן מיט נאציאנעלע השגחות ווערט דארט געמאכט טריפות דאורייתא.

איך האב זיי געפרעגט אויף די ברענד blue diamond וועלכע מאכט די רייז דריעם און אלמאנד בריעז פון זייער השגחה
און דאס וואס איר שרייבט איבער טשיקן בראטה, א גוגל סיערטש האט נישט געפונען קיין טשיקן בראטה פון די קאמפאני blue diamond, נאר פון אן אנדערע קאמפעני וועלכע פעקדזשט עס אין די זעלבע מין פאפירענע באטל ווי רייז דריעם
שווער צו גלייבן אויף א אנגענומענע הכשר ביי רוב פונם אידישן אמעריקאנער עולם, דערונטער יראים ושלימים, זאלן מכשיל זיין אידן מיט מאכלים וואס ווערן געמאכט אין כלים וואס ווערט גענוצט אויף טריפות דאורייתא.. [חלב עכו"ם ווייסעך אז זיי נוצן דעם אגרו"מ'ס היתר, אבער ממש טריפות איז נישט עולה על הדעת]
בכל אופן, זיי האבן מיר אין א אימעיל באשטעטיגט, אז ס'קומט נישט אריין קיין פלייש אין די גאנצע פלענט פון די דערמאנטע קאמפאני
אדרבא, פרעג זיי זעלבסט אן, בעפאר דו שמירסט ארויף סתם א לשה"ר

פארוואס רופט איר דאס אן א מכשול אויב זיי כשר'ן די פלענט כדת וכדין?
אמת אז די גאר היימישע השגחות זענען מחמיר נישט צו נוצן פראדוקטן פון א פלענט וואס מאכט טריפות דאורייתא אפילו נאכן כשר'ן, אבער אויב איינער כשר'ט יא, הייסט דאס נישט קיין מכשול.
פארשטייט זיך אז כשר'ן א פלענט איז גאר קאמפליצירט, און דעריבער איז דא א מקום להחמיר נישט צו נוצן אזעלכע פראדוקטן, אבער עס איז ח"ו נישט קיין מכשול.
עס קען זיין אז Blue Diamond ווערט טאקע געמאכט אין א כשר פארעווע פלענט, אבער באופן כללי האבן די נאציאנעלע השגחות נישט קיין פראבלעם צו מכשיר זיין פראדוקטן וואס ווערט געמאכט אין א טריפה'נע פלענט, נאך א הכשרה פארשטייט זיך.
וועגן זייערע קולות אויף א ספרעי דרייער וואס מען קען נישט כשר'ן, איז שוין א שמועס פאר זיך, ואכמ"ל.
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2330
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

KMW האט געשריבן:
אביונה האט געשריבן:יעצט זעה איך אז rice dream ווערט געמאכט דורך אן אנדערע קאמפאני ווי אלמאנד בריעז
[אלמאנד בריז ווערט געמאכט דורך blue diamond וואס זעהט נישט אויס אז זיי מאכן עפעס אנדערש אויסער מאנדל און נוס פראדוקטן]

איך האב זיי אויך געקאלט און זיי האבן געזאגט אז עס קומט נישט אריין קיין טשיקן און קיין פליישיג אין די גאנצע פלענט די שאלה איז צו זיי זענען באגלייבט?

זיי האבן טאקע קולות, אבער שקרנים זענען זיי נישט
כפי השמועה, נעמען אלע היימישע השגחות אינפארמעישאן ביי זיי
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
נו וואדע
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו וואדע »

אביונה האט געשריבן:
KMW האט געשריבן:
אביונה האט געשריבן:יעצט זעה איך אז rice dream ווערט געמאכט דורך אן אנדערע קאמפאני ווי אלמאנד בריעז
[אלמאנד בריז ווערט געמאכט דורך blue diamond וואס זעהט נישט אויס אז זיי מאכן עפעס אנדערש אויסער מאנדל און נוס פראדוקטן]

איך האב זיי אויך געקאלט און זיי האבן געזאגט אז עס קומט נישט אריין קיין טשיקן און קיין פליישיג אין די גאנצע פלענט די שאלה איז צו זיי זענען באגלייבט?

זיי האבן טאקע קולות, אבער שקרנים זענען זיי נישט
כפי השמועה, נעמען אלע היימישע השגחות אינפארמעישאן ביי זיי

כיהודה ועוד לקרא

גערעדט צו אפאר פון די היימישע משגיחים , אודאי האט או יו קולות וואס אונז חסידים האבן ניש אנגענומען אבער באגלייבט זענען זיי הונדערט פראצענט

אדרבה די היימישע הכשירים פארלאזן זיך אויף אסאך קאמפלעצירטע זאכן באזירט אויף OU
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

מיין אייניקעל איז געווען ביי א סעמינאר פון די OU
און האט זיך באפריינדעט מיט איינעם פון זייענע מפקחים
א פאר וואכען שפעטער רופט אים יענער אן
"איך דארף נייטיג א משגיח וואס איז נזהר אין חלב ישרא' "
גופא דעובדא
ער איז געווען אויף א קאנטראל בייזוך ביי זייערס א"חלב ישרא' " קליענט און האט געטראפען
דעם משגיח נאשען א "חלב קאמפעניס" פראדוקט
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל

שרייב תגובה

צוריק צו “כשרות המאכלים”