איי-וועלט כשרות אפטיילונג

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

באמת א חכם
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 12, 2016 8:35 pm

Re: איי-וועלט כשרות אפטיילונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באמת א חכם »

היות די פאריגע תגובה מיינע האט מען געמעקט על לא עול בכפי, ווייס איך נישט וועלעכע חלק האט געשטערט פארן צענזור וועל איך פראבירן איבער צושרייבען בלויז איין חלק פון מיין מער באריכותדיגע ערשט האנטיגע תגובה ולה' הישועה.
לגבי עמפייער וויל איך פרעגן אויב איז עס טאקע אזוי שוואך אז KAJ האט געמוזט אוועקגיין ווי קען זיין אז באטורער רב שליט"א נעמט ווייטער די סחורה סיי די טשיקען און סיי די טורקי, נישט נאר די טשיקען ווי דממה דקה האט געשריבען.
נישט סתם א חכם, באמת א חכם...
באמת א חכם
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 12, 2016 8:35 pm

Re: איי-וועלט כשרות אפטיילונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באמת א חכם »

און אדרבה עס ארבעטען אויף דעם פלאץ באלד 70 שוחטים און משגיחים פרעגט זיי צו ווען ר' יחיאל איז אריינגעקומען צו די סטאנדרטס זענען געפאלן אדער זיך געהויבען. ווייל פאר מיר האבען זיי זייער קלאר געזאגט וואס זיי האלטען.
נישט סתם א חכם, באמת א חכם...
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3277
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: איי-וועלט כשרות אפטיילונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

ניס קראכער האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:
א ויקרא האט געשריבן:אויך אויב איינער ווייסט צו די הכשר KSA אויב עס איז גוטע הכשר

וואס מיינט גוט?
אזוי ווי בד"צ אדער ווי OU?

שוואכער ווי OU

בועז האט געשריבן:געהערט אמאל א שיעור אין סטולין פון הרב יחזקאל אורבאך פון לייקווד וואס ארבייט פאר KSA און ער האט געטענה'ט אז סאיז א פראפעשינאל הכשר, און ווער עס עסט OK STAR-K OU וכדומה קען עסען KSA

איז KSA א שוואכע הכשר? פארוואס פארקויפן אלע שמשים Smirnoff Ice און מ'סערווירט עס ביי גאר אסאך שמחות?
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

Re: איי-וועלט כשרות אפטיילונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

האב איך געפרעגט פארן מאכן א שמחה פון מיין שמש די שאלה און ער האט מיר געענטפערט ווייל "יעדער" פארלאנגט עס און "יעדער" קויפט עס און האט טאקע נישט קיין שום אנונג צו עס איז יא אדער נישט גוט
האב איך אים געפרעגט וואס איז זיין סטאנדארד אדער פון אנדערע שמשים האט ער מיר געענטפערט אז ער און אויך אנדעררע שמשים (לפי ידיעתו) פארלאנגען די רבני הקהילות אז עס דארף האבן "עפעס" א לעבל און דעמאלטס לאזן די רבנים פארן שמש צו פארקויפן די סחורה אבער אז עס איז קלאר "נישט" אונטער זיין אחריות

אגב איז דא א אלקאהאליק פלעיווארד לעמאנעיד מיט הכשר הבד"ץ עדה החרדית האב איך דאן דאס סערווירט אנשטאט סמירנאף און עס איז אויסגעגאנגען ביזן לעצטן טראפ
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: איי-וועלט כשרות אפטיילונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

Gevald Geshrigen האט געשריבן:אגב איז דא א אלקאהאליק פלעיווארד לעמאנעיד מיט הכשר הבד"ץ עדה החרדית האב איך דאן דאס סערווירט אנשטאט סמירנאף און עס איז אויסגעגאנגען ביזן לעצטן טראפ

בעלאנגט נישט דא, אבער דער געטראנק פון וואס איר רעדט איז גאר אומבא'טעם'ט, כ'האב איינגעקויפט 2 קעיסעס פארן עס האבן טועם געווען און כ'האב שטארק חרטה געהאט דערויף (ס'איז אויך אויסגעגאנגען ביזן לעצטן טראפ, נישט געזארגט...)
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: איי-וועלט כשרות אפטיילונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

נחוניא האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:כ'פארשטיי אז דער צעטל זאגט עפעס צווישן די שורות.

עס זאגט מער ווי אביסל...
עס שטייט קלאר אז צוליב פארשידענע סיבות האבן זיי נישט געקענט פארזיכערן אז זייער סטאנדארט זאל בלייבן.
הג"ר משה הערש איידלשטיין שליט"א וואס פירט די כשרות פון KAJ איז א גרויסע מומחה אויף שחיטה, הגם עס פירט זיך לויט די הוראות פון די רבנים פון קהל עדת ישורון וואס איז נישט אלעמאל אויף די סטאנדארט ווי א היימישע חסידישע שחיטה. אבער אויב עס קען נישט נאכקומען "זייער" סטאנדארט, דארף מען שטיין ווייט דערפון, נישט קיין חילוק וועלכע אידישע אותיות עס וועט באקומען, ווילאנג מען דערגייט נישט קלאר וואס די מעשה איז.
איך בין נישט חושד קהל עדת ישורון אז זיי האבן צוליב א געלט פארלוסט געשריבן א פרעכע ליגענט.

שטייט נישט זיי קענען נישט נאכקומען זייער סטאנדארט. שטייט אז זיי קענען מער נישט גאראנטירן אז מען קומט נאך זייער סטאנדארט, די סיבה? מן הסתם ווייל מען לאזט זיי מער נישט אריין ווייסן זיי נישט וואס דארט גייט פאר, ניין?
באמת א חכם
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 12, 2016 8:35 pm

Re: איי-וועלט כשרות אפטיילונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באמת א חכם »

נישט ווייל מלאזט זיי נישט אריין נאר ווייל זיי ווילן מער נישט אריין קומען (צוליב סיבות וואס איך קען נישט דא שרייבען ווייל מען מעקט דא וואס עס שטימט נישט מיט די אגענדע)
נישט סתם א חכם, באמת א חכם...
קעדילעק
שר האלף
תגובות: 1130
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 3:31 pm

Re: איי-וועלט כשרות אפטיילונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעדילעק »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:א לכתחילה גמור פאר חסידישע אידן מדקדקים בכשרות איז עס זיכער נישט!!!

עלי ועל צווארי ס'איז מער אויסגעהאלטן ווי רוב "היימישע" הכשרים וואס אינזער ברייטע ציבור עסט בלינדערהייט בלויז ווייל ס'האט א שיינע גזע נאמען אדער א קאטשעניו לעצטע נאמען, (ווער איז דאס דער מיט די פלייצעס, קענט עטס קומען אין אישי)


[offtopic]איך האב נישט דא קיין שום אגענדע צי מאכן אנדערע עסן דעם הכשר,
אדרבה יעדער דארף אליינס מאכן ריסערטש אויף וואס ער נעמט אריין אין מויל...
אבער ווען איר שטייט אין געשעפט און האט 2 אפציעס וועלעכע הכשר צי קויפן, נעמט אין אכט אז די הכשר מיט די שיינע אידישע נאמען קען זיין אסאך שוואכער ווי דער מיט די ABC[/offtopic]


וואףף! עלי ועל צוארי? איר האט געוויס א דזשיראפן האלז, און גאר ברייטע פלייצעס, איך וואלט נישט גענוצט אזוינע ארייד אפילו אויף די בעסטע הכשר, פארוואס פעלט דיר עס אויס אז דו מאכסט נישט קיין געלט דערויף?

בדרך אגב, האב איך אמאל געהערט פון א חשוב'ער בעל מכשיר אז אויף רוב זאכן וואלט ער זיך נישט פארלאזט אויף דעם דערמאנטן השגחה..
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re: איי-וועלט כשרות אפטיילונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:א לכתחילה גמור פאר חסידישע אידן מדקדקים בכשרות איז עס זיכער נישט!!!
איך וואלט עס בכלל נישט פארגלייכט צו א היימישע שטרענגע השגחה ווי צב"ש עדה החרדית.

איך וואלט יא, און איך בין א כלי שני פון ערליכע אידן מומחים בכשרות וואס קענען דעם הלוך ילך פון דערנאנט, אויב קענט איר ביטע פלידען אייער זייט, וואלט געווען אפרישיעיטעד

איר זאגט איר קענט זיך אזוי אויס, וועל איך מיר נישט טענה'ן.
איין קורצע שאלה?
די OK נוצט אינגרידיענטס וואס איז געמאכט אין פאבריקן וואס מען האט גע'כשר'ט פון טריפות דאורייתא?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35243
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: איי-וועלט כשרות אפטיילונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ואוסיף, קען מען דען עכט כשר'ן אזא פאבריק?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: איי-וועלט כשרות אפטיילונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

נחוניא האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:א לכתחילה גמור פאר חסידישע אידן מדקדקים בכשרות איז עס זיכער נישט!!!
איך וואלט עס בכלל נישט פארגלייכט צו א היימישע שטרענגע השגחה ווי צב"ש עדה החרדית.

איך וואלט יא, און איך בין א כלי שני פון ערליכע אידן מומחים בכשרות וואס קענען דעם הלוך ילך פון דערנאנט, אויב קענט איר ביטע פלידען אייער זייט, וואלט געווען אפרישיעיטעד

איר זאגט איר קענט זיך אזוי אויס, וועל איך מיר נישט טענה'ן.
איין קורצע שאלה?
די OK נוצט אינגרידיענטס וואס איז געמאכט אין פאבריקן וואס מען האט גע'כשר'ט פון טריפות דאורייתא?

איך קען זיך להדיא נישט אויס, און איך בין נישט גרייט אויף קיין פארהערס, איך ווייס יא היבש איבער א שיינע פאר הכשרים המכונה "היימישע" וואס קענען זיך פארשטעקן פאר OK, איך וואלט דעם זייטיגן נאטיץ געדארפט ווען היילייטן אלס דער עיקר,
און דער חלק ווי איר האט פורט געווען ״א שטרענגע השגחה א שטייגער ווי בד״ץ״ אויף וואס איך האב מגיב געווען וואלט איך טאקע נישט געדארפט שרייבן און כ׳האף אז קיינער נעמט נישט פון מיר קיין הוראות למעשה. טעיתי בזה!

צי אייער שאלה, ווי ווייט איך ווייס (כ׳ווייס טאקע נישט ציפיל וואס טוט זיך אין די פראדוקט מעניופעקטשירנג פלענטס) טוהען דען נישט אלע השגחות כשר'ן גענצליך טריפהענע פלענטס?
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re: איי-וועלט כשרות אפטיילונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:איין קורצע שאלה?
די OK נוצט אינגרידיענטס וואס איז געמאכט אין פאבריקן וואס מען האט גע'כשר'ט פון טריפות דאורייתא?

איך קען זיך להדיא נישט אויס, און איך בין נישט גרייט אויף קיין פארהערס, איך ווייס יא היבש איבער א שיינע פאר הכשרים המכונה "היימישע" וואס קענען זיך פארשטעקן פאר OK, איך וואלט דעם זייטיגן נאטיץ געדארפט ווען היילייטן אלס דער עיקר,
צי אייער שאלה, ווי ווייט איך ווייס (כ׳ווייס טאקע נישט ציפיל וואס טוט זיך אין די פראדוקט מעניופעקטשירנג פלענטס) טוהען דען נישט אלע השגחות כשר'ן גענצליך טריפהענע פלענטס?

איך ווייס נישט וואס אלע השגחות טוען, אבער איך ווייס פאר א פאקט אז די סקווירא השגחה נוצט נישט קיין שום אינגרידיענט וואס קומט פון א פלענט וואס מען כשר'ט פון א דאורייתא.
יעדע פראדוקט קוקט מען נאך יעדע איינע אינגרידיענט זיכער צו מאכן אז עס קומט נאר פון פלענטס וואס מען נוצט נישט אויף טריפה.
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: איי-וועלט כשרות אפטיילונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

נחוניא האט געשריבן:איך ווייס נישט וואס אלע השגחות טוען, אבער איך ווייס פאר א פאקט אז די סקווירא השגחה נוצט נישט קיין שום אינגרידיענט וואס קומט פון א פלענט וואס מען כשר'ט פון א דאורייתא.
יעדע פראדוקט קוקט מען נאך יעדע איינע אינגרידיענט זיכער צו מאכן אז עס קומט נאר פון פלענטס וואס מען נוצט נישט אויף טריפה.

סקווירא זעלבסט געט דאך נישט קיין השגחה אויף די פלענטס
איז פארלאזן זיי זיך אויף די אינפארמאציע וואס די השגחות געבן זיי
וויל איך וויסן אויב די גרעסערע הכשרים וואס געבן יא השגחות אויף פלענטס, איז דא קלארע שניט ווער ס'פארלאזט זיך אויף כשר'ן און ווער נישט?
לדוגמא בד"ץ עדה, וואלאווע, מאגרוב וכדומה ...
ווי אויך איז דאס שוין א דיון ביי די פריערדיגע?

ס'איז מיר אינטערסאנט ווייל ווי ס'זעהט אויס למשל נאשערייען אדער סיריעלס זעהט מען היינט היימישע(...) הכשרים אויף אפיציעל גויאישע קאמפאניס .. מיז דאך זיין ס'איז גע'כשרט,
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re: איי-וועלט כשרות אפטיילונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:איך ווייס נישט וואס אלע השגחות טוען, אבער איך ווייס פאר א פאקט אז די סקווירא השגחה נוצט נישט קיין שום אינגרידיענט וואס קומט פון א פלענט וואס מען כשר'ט פון א דאורייתא.
יעדע פראדוקט קוקט מען נאך יעדע איינע אינגרידיענט זיכער צו מאכן אז עס קומט נאר פון פלענטס וואס מען נוצט נישט אויף טריפה.

סקווירא זעלבסט געט דאך נישט קיין השגחה אויף די פלענטס
איז פארלאזן זיי זיך אויף די אינפארמאציע וואס די השגחות געבן זיי
וויל איך וויסן אויב די גרעסערע הכשרים וואס געבן יא השגחות אויף פלענטס, איז דא קלארע שניט ווער ס'פארלאזט זיך אויף כשר'ן און ווער נישט?
לדוגמא בד"ץ עדה, וואלאווע, מאגרוב וכדומה ...
ווי אויך איז דאס שוין א דיון ביי די פריערדיגע?
ס'איז מיר אינטערסאנט ווייל ווי ס'זעהט אויס למשל נאשערייען אדער סיריעלס זעהט מען היינט היימישע(...) הכשרים אויף אפיציעל גויאישע קאמפאניס .. מיז דאך זיין ס'איז גע'כשרט,

איך וויל מדגיש זיין אז די חומרא איז נישט צו נוצן פון א פלענט וואס האט גענוצט טריפות "דאורייתא".
אוודאי כשר'ט מען פון מדרבנן'ס און פון בישול עכו"ם. נישט יעדע גוי'אישע קאמפאני נוצט טריפות דאורייתא. פארשטייט זיך אז מען דארף עס גוט נאכגיין.
אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

Re: איי-וועלט כשרות אפטיילונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישוב הדעת »

וואס איז די מעשה מיט CHK האט עס עפעס שייכות מיט OK?

הייסט עס א גוטע השגחה?
By 2030 You Will Own Nothing And You Will Be Happy (WEF) Or vote in TRUMP
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30714
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

ישוב הדעת האט געשריבן:וואס איז די מעשה מיט CHK האט עס עפעס שייכות מיט OK?

הייסט עס א גוטע השגחה?

איך ווייס נישט וויאזוי עס הייסט, אבער עס איז דער קראון הייטס'ער השגחה סאו עס איז אסאך מער היימיש ווי OK (וואס איז גראדע פאונדעד און געפירט דורך חב"ד'סקער אבער מיט א נאציאנאלע השגחה.)
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישוב הדעת »

קנאפער ידען האט געשריבן:
ישוב הדעת האט געשריבן:וואס איז די מעשה מיט CHK האט עס עפעס שייכות מיט OK?

הייסט עס א גוטע השגחה?

איך ווייס נישט וויאזוי עס הייסט, אבער עס איז דער קראון הייטס'ער השגחה סאו עס איז אסאך מער היימיש ווי OK (וואס איז גראדע פאונדעד און געפירט דורך חב"ד'סקער אבער מיט א נאציאנאלע השגחה.)


די שאלה איז לגבי זייערע סטאנדארטן, זענען זיי אויף די לעוועל פון היימישע השגחות?
By 2030 You Will Own Nothing And You Will Be Happy (WEF) Or vote in TRUMP
בועז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 474
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 04, 2014 12:54 am

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בועז »

ישוב הדעת האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:
ישוב הדעת האט געשריבן:וואס איז די מעשה מיט CHK האט עס עפעס שייכות מיט OK?

הייסט עס א גוטע השגחה?

איך ווייס נישט וויאזוי עס הייסט, אבער עס איז דער קראון הייטס'ער השגחה סאו עס איז אסאך מער היימיש ווי OK (וואס איז גראדע פאונדעד און געפירט דורך חב"ד'סקער אבער מיט א נאציאנאלע השגחה.)


די שאלה איז לגבי זייערע סטאנדארטן, זענען זיי אויף די לעוועל פון היימישע השגחות?

זייערע מעין סטאנדארטאן זענען שטייצעך די זעלבע ווי אנדערע היימישע הכשרים, דהיינו חלב ישראל פת ישראל פארלאזען זיך נישט אויף היתר מכירה, זיי זענען מקפיד עס זאל זיין א משגיח ביי טונא און סארדיענען, מקפיד אז די שוחטים טובלן זיך וכדומה

צו זייער הכשר איז טאקע קאמפעטענט ווייסעך נישט
אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישוב הדעת »

בועז האט געשריבן:
ישוב הדעת האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:
ישוב הדעת האט געשריבן:וואס איז די מעשה מיט CHK האט עס עפעס שייכות מיט OK?

הייסט עס א גוטע השגחה?

איך ווייס נישט וויאזוי עס הייסט, אבער עס איז דער קראון הייטס'ער השגחה סאו עס איז אסאך מער היימיש ווי OK (וואס איז גראדע פאונדעד און געפירט דורך חב"ד'סקער אבער מיט א נאציאנאלע השגחה.)


די שאלה איז לגבי זייערע סטאנדארטן, זענען זיי אויף די לעוועל פון היימישע השגחות?

זייערע מעין סטאנדארטאן זענען שטייצעך די זעלבע ווי אנדערע היימישע הכשרים, דהיינו חלב ישראל פת ישראל פארלאזען זיך נישט אויף היתר מכירה, זיי זענען מקפיד עס זאל זיין א משגיח ביי טונא און סארדיענען, מקפיד אז די שוחטים טובלן זיך וכדומה

צו זייער הכשר איז טאקע קאמפעטענט ווייסעך נישט


Ok thanks
By 2030 You Will Own Nothing And You Will Be Happy (WEF) Or vote in TRUMP
זיי אמתדיג
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 3:12 pm

Re: איי-וועלט כשרות אפטיילונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיי אמתדיג »

can someone bring more info on the kashres of chocolate
some hashguches have kiles on the way of kashering the plant, pls come in with more info
i heard lately that a prominent bal machsher said that hes not eating the chocolate from hin own hashgucha....... thanks
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

Re: איי-וועלט כשרות אפטיילונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

א בריעף אויטויש פון זוגתי שתחי' מיט די ועד הכשרות פון א שטאטישע בד"צ
Hello

. I was in ......... for a wedding last week and our host sent us a cake to our hachnosas orchim lodging . It was a rectangular shaped chocolate cake with brown and some of white icing between the layers. We helped ourselves to some ot it after the fleishig meal on Friday night. The next day (shabbos) we heard from another guest that her son noticed "milky" with small letters on her round cake. We checked the cake in our room but found nothing until one of us scratched off a bit of the date sticker and found the milky symbol. We were horrified.

Even if the label would have been visible, once out of the box who would know this is dairy when it looks like any other ordinary chocolate cake?
See Shulchan Aruch siman 97.

Please make sure that the store puts on a separate BIG label either on the side or where it is obvious, and not cover it with a price or date sticker.
Preferably the top should have a white dairy looking icing or/and a different shape.

Thank you


תשובה

Hi

Many thanks for your email and concern.

We are so sorry to hear of this incident.

In fact the word milky is very noticeable on the lay, nevertheless been slightly covered with the date label.

We will ensure that the workers are aware not to cover any part of the label.

Many thanks for taking the time in bringing this to our intention.

Best regards

דער סטיקער איז געווען טאטאל צוגעדעקט
איך וואלט ארויסגעלייט דעם LABEL ווען עס שטייט נישט די נעמען פון די בעקעריי און דער ועד

איז זוגתי שתחי' נישט גערעכט אז א מילכיג געבעקס דארף אן אנדערע צורה?
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35243
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: איי-וועלט כשרות אפטיילונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

צום ערשט, אייער רעבעצין איז אלעמאל גערעכט..

ס'איז א שווערער היתר וואס ארבייט נישט אלעמאל במציאות, ועוד, דאס שרייבן און אנצייכענען מילכיג בלויז אויף גאר א מינימאלער אופן קוקן אויס ווי בזדון, שווער צו אנעמען אז דער משגיח קען דעם הלוך ילך ביים לעיבלען ביי די בעקעריי.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: איי-וועלט כשרות אפטיילונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

קיקיון האט געשריבן:איז זוגתי שתחי' נישט גערעכט אז א מילכיג געבעקס דארף אן אנדערע צורה?

איך געדענק לערנען אזוי אין שו"ע
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

געדעbקסט גוט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

הענדימען האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן:איז זוגתי שתחי' נישט גערעכט אז א מילכיג געבעקס דארף אן אנדערע צורה?

איך געדענק לערנען אזוי אין שו"ע

https://he.wikisource.org/wiki/%D7%A9%D ... 7%A6%D7%96
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


דייקן
שר חמש מאות
תגובות: 673
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 02, 2020 1:32 pm

Re: איי-וועלט כשרות אפטיילונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דייקן »

טאמער איז נישט די דרך צו עסען די זאך "צוזאמען" מיט פלייש, דאן איז מותר מדינא דגמרא עס צו מאכען מילכיג אן א היכר [און טאמער וואלט די דרך געווען צו עסען קעיק צוזאמען מיט פלייש דאן וואלט דא נישט געהאלפען צו מאכען א אנדערע צורה, היות אז מען מאכט עס אויף צום פארקויפען, און נישט אלע וואס קויפען עס וועלען כאפען אז ס'האט א ספעציעלע צורה פאר דער סיבה], נאר אודאי דארף מען צושרייבען אז ס'איז מילכיג כדי ס'זאל נישט ארויסקומען א מכשול אזויווי דא, אבער דאס האט נישט מיט די הלכה פון סי' צ"ז (ע' בפ"ת שם, וכן מבואר בהרבה מאוד פוסקים, ואין הספרים תח"י כעת).
שרייב תגובה

צוריק צו “כשרות המאכלים”