פרישע חשש תקרובת ע"ז אין שייטלעך

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוינע באנאנע »

פעלעד האט געשריבן:אויך וועט נישט זיין קיין לאנגע שייטלעך מיט דעי הכשר, נאר נארמאלע כשרע.

שוין ס'הייבט זיך אן
הצעיר באלפי
שר חמש מאות
תגובות: 697
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצעיר באלפי »

פעלעד האט געשריבן:מזאגט ארום 2000$
און קען זיין אז רבי אשר אקשטיינס נאמען וועט נישט שטיין דארט מכמה טעמים אבער בפועל איז ער וואס שטייט אינטער דעם.
אויך וועט נישט זיין קיין לאנגע שייטלעך מיט דעי הכשר, נאר נארמאלע כשרע.

איך קען פערזענליך עטליכע וואס זענען אריינגעמישט אין דעם נייע הכשר פון די שייטלעך, אין דערווייל ברענגט מען אריין סך הכל 500 שייטלעך בערך חודש חמוז צייט! דאס איז נישט קיין פתרון פאר די פראבלעם (לדעת האוסרים, וכן לדעת אלו שאינם סומכים על הכשר הרב גרוס) !
האם א פראבלעם איז אז יעדער שייטעל וועט קאסטען בערך 300 דאללער מער מער פון די נארמאלע פרייז פון די סארט שייטעל אהן די הכשר !
אפענע וועלט
שר חמש מאות
תגובות: 938
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 17, 2015 3:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפענע וועלט »

עס ברענט א פייער !
איסור דאורייתא בפרהסיא אין אלע גאסן, יעדן טאג, און מ'ווארט אויף אריינברענגען? הכשר?
יהרג ואל יעבור !!!
כלאים בציצית איז א שאלה אין די גמרא צו מ'זאל אויסטוען די קלייד אין די גאס. עבודה זרה? קיין שאלה.
20 אינגע מענטשן אוועק די לעצטע פאר וואכן. זיכער נישט וועגן דעם. הא?
אוי וויי! ווי שטייט מיר היינט?
ווי אזוי וועט ר' שמעון בן יוחאי קומען צו אלע הדלקות איבער די וועלט ווען ער וועט פון הימל זעהן עבודה זרה ממש בפרהסיא אויף טויזענטער קעפ?
שומו שמים!!!
די וועלט ענדיגט זיך נישט ביי אייוועלט, וואטסעפ און בחצרות. זעצט אייך לערנען וועט איר טרעפן א נייע וועלט.
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3051
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהלע »

די פילען ליגען אויף די מילכיגע קאונטער.
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

טאקע אזוי פלעגט מען הסתם דער בערדיטשעווער צדיק שרייען ווען אינגע חברה זענען אוועק יונגערהייט...
אוועטאר
שמן
שר האלף
תגובות: 1391
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 11:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן »

ברוינע באנאנע האט געשריבן:
פעלעד האט געשריבן:אויך וועט נישט זיין קיין לאנגע שייטלעך מיט דעי הכשר, נאר נארמאלע כשרע.

שוין ס'הייבט זיך אן

אודאי אזוי. וויאזוי איז שייך צו געבן א הכשר אויף עפעס וואס קיין איין ערליכ'ן רב האט קיינמאל נישט מתיר געווען
הצעיר באלפי
שר חמש מאות
תגובות: 697
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 11:13 am

קול קורא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצעיר באלפי »

האט איינער שוין געזעהן די קול קורא קעגען די שייטלעך ?
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

shimon7323 האט געשריבן:טאקע אזוי פלעגט מען הסתם דער בערדיטשעווער צדיק שרייען ווען אינגע חברה זענען אוועק יונגערהייט...

ס'געפעלט מיר ווי היינטיגע יונגעלייט זענען מבינים צו וויסן וואס דער הייליגער בארדיטשובער וואלט ווען געטון..

און אפענע וועלט איז גערעכט. די גלייכגילטיגקייט וואס הערשט ביים היימישן ציבור איבער דעם נושא איז אומבאגרייפבאר!
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

זיי מיר מוחל אבער פוינטען פינגער אז דאס איז דער פראבלאם זאל מען לאזען פאר די ערליכע אידן, קומן דא אויף אייוועלט און זאגן אז דאס איז דער פראבלאם און ארויף לייגן א נאסע לייליך און אריין שטאפן ווערטער און די מויל פון דער שטן. איז סאך א גרעסערע עוולה און יא ווען דער בערדיטשעווער זאגט עס וואלט מען געוויסט אז על זה יצא הקצף. אבער אונז קליינער נארישער מענטשלעך טארן זיך נישט וואגען דאס צי שרייבן.

ווילסט מחמיר זיין פאר דיר און דיין חבורה , מה טוב ומה נעים.
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

כ'האב היינט גערעדט מיט א בארימטן מורה הוראה און פוסק וואס קעמפט שטארק קעגן שעדליכע טעכנאלאגיע, צווישן אנדערע האט ער מיר געזאגט אז ער ווייזט קיינמאל נישט אן אויף טראגעדיעס אז זיי זענען געקומען וועגן די אדער יענע סיבה וכו'.
איינמאל האט ער יא געדארפט זאגן עפעס אזא סטעיטמענט, בעצת אנדערע רבנים, און "הענט און פיס האבן מיר געציטערט ארויסזאגנדיג אזעלכע ווערטער. בין איך דען א בעל רוח הקודש?"
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

shimon7323 האט געשריבן:זיי מיר מוחל אבער פוינטען פינגער אז דאס איז דער פראבלאם זאל מען לאזען פאר די ערליכע אידן, קומן דא אויף אייוועלט און זאגן אז דאס איז דער פראבלאם און ארויף לייגן א נאסע לייליך און אריין שטאפן ווערטער און די מויל פון דער שטן. איז סאך א גרעסערע עוולה און יא ווען דער בערדיטשעווער זאגט עס וואלט מען געוויסט אז על זה יצא הקצף. אבער אונז קליינער נארישער מענטשלעך טארן זיך נישט וואגען דאס צי שרייבן.

ווילסט מחמיר זיין פאר דיר און דיין חבורה , מה טוב ומה נעים.

דו האסט דיך ארויפגעכאפט אויף איין שורה זיינע, און אויב דאס האסטו אפגעווארפן מיט א "בארדיטשובער" לאזונג, איז שוין אלץ כשר וישר..

וואס ס'איז א גרעסערע עוולה קען נישט איך און נישט דו שוקל זיין, אבער ווי האט יענער געזאגט, "דו טוסט עס, איך זאג עס נאר..."

און במחילת כבודכם, די נושא איז גאר ווייט פון צו ווערן אנגערופן א חומרא. מ'רעדט דא פון די חמורות שבחמורות.
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8295
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:

די נוסח גייט אזוי: "דו טוהסט עס און איך טאר עס נישט זאגן"?!
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24331
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

yesdov האט געשריבן:
להודות האט געשריבן:
yesdov האט געשריבן:יהיה אסיפה בענין הזה ביום ראשון בקהל לינת צדק בשעה 5.
109 Clara street Brooklyn NY 11218 May 19 Sunday 5pm

אפען צו די פאבליק?

כנראה

וואס איז געווארן פין די אסיפה? איז מען קלוגער געווארן?
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

@קלאצקאפ

ווען מען רעדט דא פון קלארע "חמורות שבחמורות"
וואלטן דער מנהיגים געשטורמט ביז גאר, האקט נישט און טשייניק ביטע.

עס איז קלאר ווי דער טאג אז עס איז דא ספיקות און צדדים לכאן ולכאן, אבער האלט אייך רואיג א מינוט און טראכט אריין פאר די שרייסט צירוק, ווען עס איז אסור בתכלית האיסור וועגען עבודה זרה וואלט קיינער נישט גערוהט און געמאכט זיצונגען איבער זיצונגען, נאר כולם פה אחד וואלטן געשריגען און ארויס געווארפן מענטשען פון ביהמ"ד.

אגב מיין ווייב גייט מיט א פארמאכטע טיכל.

נעם צירוק די מייק און שריי, גאו אָן
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

אויב דו האסט מיר געהערט שרייען, איז עס בבחינת "טאטע שיק מיר הויזן"... איך בין צופעליג געווען זייער רואיג ביים עס שרייבן (בעוה"ר).

פארוואס די מנהיגים שטורעמען נישט ווייס איך נישט, לכאורה ווייל ס'איז גאר שווער צו אינפארסירן, און מוטב שיהיו שוגגין וכו'. התאחדות הרבנים האט ארויסגעגעבן א קלארן איסור דערויף. און עפי' על צד אז ס'איז יא מוטל בספק, איז אבער זיכער אז די צדדים לאיסור זענען זייער שטארקע, און עס איז אומפארשטענדליך וויאזוי אידן מדקדקים במצוות קענען בלייבן גלייכגילטיג ווען ס'רעדט זיך פון אזא הארבע נושא ווי עבודה זרה.
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

קלאר ווי דער טאג אז אויב איז עס קלאר חמורת שבחמורת אפילו נאר עבאָיו א סערטן פערצענט אז סאיז עבודה זרה ממש איז דער פאלגענדע תירוץ נישט קיין תירוץ און רבנים ומנהיגי העדה וואלטן געשטורעמט און מרעיש געווען עולמות ערגער און שטערקער ווי די סעלפאון מערכה, יעצט איז עס נאכנישט אזוי ווי יענע מערכה בכלל.

לכאורה ווייל ס'איז גאר שווער צו אינפארסירן, און מוטב שיהיו שוגגין

דאס מיינט אז סברענט נישט.
פרנס היום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 458
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרנס היום »

לאמיר אריינווארפן אפאר פאקטן נישט אז דאס האט למעשה צו עס איז אסור לגמרי צו נישט, אבער עס איז דא אפאר גרויסע אינוועסטערס וואס שארן גאלד פון די סענטיטיק שייטלעך , און זיי זענען וואס באצאלן אלע קונטריסים און דרייען אן אלע אסיפות און לייגן אומגעהויערע דרוק אויף די רבנים, נישט אז מען קען פון דעם ארויסלערנען צו עס איז מותר אדער אסור אבער דאס איז זיכער עס נישט אזא זיכערע זאך

בכלל איז א עקסטערע נושא פאר זיך וואס די קאמפאניס וואס האבן די סענטיטיק ביזנעס און שרויפן ארויף די פרייזן פאר שטרוי , און נעמען אדווענטיזש פון די פרויען וואס ווילן יא זיין אויסגעהאלטען לכתחילה

עניוועי די גאנצע נושא שטינקט פון קאפ און לכאורה האבן רבנים געכאפט אז די קאמפאניס זענען די וואס לייגן דרוק און די קאמפאניס ברענגן אפיר עדות און זאכן אלעס וואס איז נוטה פאר זיי
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8295
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

פרנס היום האט געשריבן:לאמיר אריינווארפן אפאר פאקטן נישט אז דאס האט למעשה צו עס איז אסור לגמרי צו נישט, אבער עס איז דא אפאר גרויסע אינוועסטערס וואס שארן גאלד פון די סענטיטיק שייטלעך , און זיי זענען וואס באצאלן אלע קונטריסים און דרייען אן אלע אסיפות און לייגן אומגעהויערע דרוק אויף די רבנים, נישט אז מען קען פון דעם ארויסלערנען צו עס איז מותר אדער אסור אבער דאס איז זיכער עס נישט אזא זיכערע זאך

בכלל איז א עקסטערע נושא פאר זיך וואס די קאמפאניס וואס האבן די סענטיטיק ביזנעס און שרויפן ארויף די פרייזן פאר שטרוי , און נעמען אדווענטיזש פון די פרויען וואס ווילן יא זיין אויסגעהאלטען לכתחילה

עניוועי די גאנצע נושא שטינקט פון קאפ און לכאורה האבן רבנים געכאפט אז די קאמפאניס זענען די וואס לייגן דרוק און די קאמפאניס ברענגן אפיר עדות און זאכן אלעס וואס איז נוטה פאר זיי

גיי פארשטיי.... אז מ'וויל גיין אויף דעם וועג קען מען דאך זאגן פונקט פארקערט אויך:
עס איז דא אפאר גרויסע אינוועסטערס וואס שארן גאלד פון די יומען העיר שייטלעך, און זיי זענען די וואס באצאלן אלע עדות'ער און בירורים להיתר, און לייגן אומגעהויערע דרוק אויף די רבנים אז מען זאל נישט ארויסקומען מיט א איסור, נישט אז מען קען פון דעם ארויסלערנען צו ס'איז מותר צו אסור אבער דאס איז זיכער עס איז נישט אזא זיכערע זאך אז עס איז נישט קיין ערנסטע שאלה פון תקרובת ע"ז.....

און אויף דיין דריטן פערעגראף איז נעכטן ארויסגעקומען א קול קורא פון 51 רבנים וואס פסק'ענען קלאר לאיסור אן קיין צדדים, און צווישן זיי איז דא אסאך פראמינענטע רבנים און בכלל נישט אזעלכע מחמירים אין אנדערע ענינים.

ווער קען אהערברענגען דעם קול קורא?
לעצט פארראכטן דורך אונגארישע הייזער אום דאנערשטאג מאי 23, 2019 1:37 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

Annotation 2019-05-23 121846.jpg
Annotation 2019-05-23 121846.jpg (140.08 KiB) געזען 2478 מאל
שמחהלע
שר האלף
תגובות: 1524
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 10, 2018 12:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחהלע »

yesdov האט געשריבן:
להודות האט געשריבן:
yesdov האט געשריבן:יהיה אסיפה בענין הזה ביום ראשון בקהל לינת צדק בשעה 5.
109 Clara street Brooklyn NY 11218 May 19 Sunday 5pm

אפען צו די פאבליק?

כנראה

עפעס ארויסגעקומען פין די אסיפה?
לב בשר
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לב בשר »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
Annotation 2019-05-23 121846.jpg

וואס איז די טענה פון די צד המתירים (או עכ״פ אינם אוסרים)?
רוב פון די רבנים וואס חתמ׳נען געווענליך (עלטערע), האבן דא נישט געחתמ׳עט.
לדוגמא: כוונת הלב, גאב״ד קארלסבורג, הגרח״ד כ״ץ סאטמאר ב.פ., קאסוב, דומ״ץ סקווירא ב.פ., ועוד ועוד...

אפי׳ די קו״ק באקומט דאפלעט חתימות, אבער נישט פון די אויבערדעמאנטע, שרייט די ״נישט חתמ׳נען״ אסאך שטערקער ווי די קו״ק. ודו״ק.

איך נעם נישט קיין שטעלונג אין די סוגיא, איך וויל נאר פארשטיין וואס זענען די צוויי צדדים.
שבת פארטי
שר מאה
תגובות: 148
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 17, 2019 11:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבת פארטי »

רבי מענדל זילבער און ר' חיד"א ווייס זענען קלאר מתיר.
רוב פון די אוסרים גייען זייערע פרויען נישט קיין שייטלעך וכו'.
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

שבת פארטי האט געשריבן:רבי מענדל זילבער און ר' חיד"א ווייס זענען קלאר מתיר.
רוב פון די אוסרים גייען זייערע פרויען נישט קיין שייטלעך וכו'.

און דעריבער האבן זיי נישט קיין נגיעה דאס מתיר צו זיין...
געריבענער סוחר
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געריבענער סוחר »

שבת פארטי האט געשריבן:רבי מענדל זילבער און ר' חיד"א ווייס זענען קלאר מתיר.
רוב פון די אוסרים גייען זייערע פרויען נישט קיין שייטלעך וכו'.

קוק דורך די קו''ק נאכאמאל, איך אליין האב געזעהן דארט א שיינע פאר רבנים וואס זייערע רביצינס גייען מיט שייטלעך, און זענען שטארקע אוסרים, און אנדרייערס פון די גאנצע זאך.

ביטע הער אויף מישן קיגל, עס איז דא 2 נושאים, דא איז מען דן יעצט אויף חשש עבו''ז, נישט אויף די עצם גיין מיט א שייטל.
די גאנצע נייסע ליילעך אז די וואס אסר'ן בעצם שייטלעך, זיי זענען די אנדרייעס פון אסר'ן חשש עבו''ז, קומט פון א דרשה פון ר' שמואל ניימאן, וואס ער דערקלערט אז די גאנצע אסר'ן חשש עבו''ז איז נאר אז יעצט האבן די פרומע געטראפן א מקום צי מאכן א גוט 'שפיצל' מיט כלל ישראל.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours
שבת פארטי
שר מאה
תגובות: 148
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 17, 2019 11:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבת פארטי »

כ'האב געשריבן "רוב" און ס'איז א פשוטן פאקט וואס דו קענסט ליינען אויפ'ן צעטל טאמער דו האסט פינגערס און קענסט רעכענען.
איך האב גארנישט מיט ר' שמואל ניימאן און טאמער זאגט ער די זעלבע ווי מיר זאגט ער דברים של טעם באזירט אויפ'ן רעאליטעט. ס'איז פשוט א מציאות וואס מ'זעט אויפן צעטיל וויאזוי זאכן שטעלן זיך אויס וכך שמעתי מאחד מגדולי הפוסקים (הגאון הרי"מ שליט"א, אב"ד אייזנשטאט) אז די רבנים וואס זייערע פרויען גייען אליין מיט שייטלעך איילן זיך נישט צו אסר'ן ווערסוס רבנים וואס די גאנצע איסור אימפליקעיט זיי נישט פערזענליך.
און צי ס'איז נאר א נאסע ליילעך אדער א גוט קוגל צו מישן, דאס קענסטו אליין זאגן פון דעם צוגעשריבענעם שטיקל תורה פון כ"ק הגה"צ רחי"ל כ"ץ שליט"א וועלכער שרייבט קלאר אז שייטלעך איז דאך ממילא אסור וכו' וכו' וכו' און וואס דארפסטו מער פון דעם הודאות בעל דין כמאה עדים דמי.
כ'זאג עס נישט אלס מעלה אדער חסרון און איך בין נישט דער וואס זאל אריינרעדן אין אזא נושא. קען זיין אז זיי האלטן אז דאס איז דער ריכטיגער דעת תורה איינמאל א שייטל איז ממילא אסור אלס פריעת ראש וואס דארף מען זיך אריינלאזן אין דוחקים (ווי יעדער פארשטייט אז א חסידישער רב וועט גרינגער אננעמען עפעס א שערורי' ארום מאשין מצות איינמאל די גאנצע זאך איז ביי אים אפגעפרעגט ווי א רב וואס עסט אליין מאשין מצות) כ'האב עס פשוט אנגעמערקט בבחינת סעטן די רעקארד סטרעיט און דיינע בייזע טענער זענען בכלל נישט אין פלאץ.
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”