שטורעם אין אידישע גאס, זענען אונזערע עופות דורס?

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

דעפרעסט
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2011 2:51 pm

תגובה דורך דעפרעסט »

די לעגהארן איז די זעלבע עוף וואס מיר אלע נוצן פאר די אייער.
די אייער קומט פון די נקבות, די זכרים טשיקעלעך זענען גוד פאר נאטינג צעמאלן זיי עס און פארטיג,( ווי גרויזאם עס הערט זיך ). יעצט איז מען געגאנגען און מהאט גענומען פון די זכרים, עס אויפגעהאדעוועט און משעכט דאס פאר פלייש.

ווער עס זאגט אז לעגהארן האט אן ערעור זאל מוחל זיין ארויסווארפן אלע זיינע אייער פון פרידזש.
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובה דורך מחשב »

אנעים זמירות האט געשריבן:פארוואס נישט למשל speckled sussex? עס איז אן אור אלטע בריעד וואס וואקסט גרויס מיט א געשמאקע טעם, און לייגט אויך פיהל אייער.

פון
https://en.wikipedia.org/wiki/Sussex_chicken זעה איך נישט דוקא אז עס איז נישט געמישט.

אבער האט עס א מסורה?
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובה דורך דממה דקה »

דעפרעסט האט געשריבן:די לעגהארן איז די זעלבע עוף וואס מיר אלע נוצן פאר די אייער.

די נארישע ארגומענט האט מען שוין אויסגדראשן, די לעגהארן איז כשר, כמעט אזוי כשר ווי די קארניש.
דעפרעסט
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2011 2:51 pm

תגובה דורך דעפרעסט »

פארוואס איז עס א נארישע ארגומענט
עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 747
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

תגובה דורך עפל קאמפאוט »

דממה דקה האט געשריבן:
דעפרעסט האט געשריבן:די לעגהארן איז די זעלבע עוף וואס מיר אלע נוצן פאר די אייער.
די אייער קומט פון די נקבות, די זכרים טשיקעלעך זענען גוד פאר נאטינג צעמאלן זיי עס און פארטיג,( ווי גרויזאם עס הערט זיך ). יעצט איז מען געגאנגען און מהאט גענומען פון די זכרים, עס אויפגעהאדעוועט און משעכט דאס פאר פלייש.

ווער עס זאגט אז לעגהארן האט אן ערעור זאל מוחל זיין ארויסווארפן אלע זיינע אייער פון פרידזש.

די נארישע ארגומענט האט מען שוין אויסגדראשן, די לעגהארן איז כשר, כמעט אזוי כשר ווי די קארניש.

חוץ פון איבערזאגן דיינע ווערטער איינמאל און נאכאמאל, קענסטו צולייגן עפעס הסבר דערצו אויך?
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובה דורך דממה דקה »

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:
סידיראם האט געשריבן:אמת, די אייער פון אן עוף טמא איז געהעריג טמא. אבער אונזערע אייער קומען, לויט ווי עס הייסט, פון די לעגהוירן וואס איז די זעלבע עוף וואס מען האט געגעסן אינדערהיים, ממילא אונזערע אייער זענען כשר וישר בלי שום פקפוק.

(הגם אויף די לעגהוירן איז ארויפגעקומען פקפוקים פאר 20 יאר צוריק וויבאלד מען האט געטראפן עטליכע אייער וואס זענען געווען כד כד, האבן אלע רבנים געפסק'ט, אן קיין מחלוקת, אז מען קען מיקל זיין, וויבאלד דאס איז נאר בדרך מקרה וכו' און אז נאך א בדיקה מצומצמת האט זיך ארויסגעשטעלט אז עס איז יא כד וחד)

אויסער וואס שוין פריער ערווענט די ערעור איז נישט געווען אויף די אייער, נאר אויף חולק אצבעותיו.

האב איך גערעדט צו אט דעם תלמוד חכם הנ"ל וואס האט געשריבען די וואס איך האב מעתיק, (ער הייסט נישט אבראהאם, ער קאן אים ניטאמאל, און האט עס געשריבען פיל פריער ווי די גינת ורדים). עכ"פ ער האט הויעך געלאכט איבער די טעאריע אז די לעגהארן איז גאר די אלטע טשיקען וואס מען האט אמאל געגעסן.

עכ"פ דאס איז וואס ער האט מיר פארגעשריבען:

נא דיר לעגהארן פון שנת תרצ"ג, א שאלה אויב מ'מעג עסן די נייע עופות וואס קומען פון אמעריקא אן א מסורה וואס הייסן לעגהארן.

http://www.otzar.org/wotzar/book.aspx?1 ... eid=P0010L

ואגב, דער שואל איז דן פארשידענע צדדים, איין צד האלט ער זיכער להקל וועגן די סייז און ער ברענג א ראיה פון ערוגת הבושם. אבער שפעטער אין דעם קובץ איז דא א בריעף פון פאפא'ר רב ז"ל וואו ער טענה'ט אז מ'קען נישט ברענגען א ראיה להתיר (אויף די איין זאך וואס דער שואל האט יא געהאלטן להיתר) פון דעם ערוגת הבושם. ממילא לדבריו קוקט אויס אז ער האט געהאט עכ"פ דעמאלס א ערנסטע חשש אויף לעגהארן.

http://www.otzar.org/wotzar/book.aspx?1 ... geid=F0009

היוצא לנו. אז דאס זאגן אז לעגהארן איז די אריגינעלע עוף פון אמאל, איז סתם הבלים און געווארפן זאמד אין די אויגן

בקיצור, זיי קענען נישט אנווייזן אויף קיין איין טשיקען אז דאס איז די ארגינעלע טשיקען, סא וואס פארדרייען דעם קאפ
עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 747
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

תגובה דורך עפל קאמפאוט »

איך מיין דממה אז דיינע תגובות פארדרייט דא אביסל די נושא, די ווילסט מאכן א קוגל אז אזוי ווי די עסט קארניש ממילא מעגסטו אויך עסן לעגהוירן. וואס מישטו דא א גאנצן צייט אריין קארניש איינמאל און נאכאמאל? מען רעדט דא צו די אלע וואס האלטן אז קארניש איז "יא" א פראבלעם, (וואס די פראבלעמען איז געווארן אויסגעשמועסט אויבן, איך נעם נישט קיין מיינונג דערין, אבער עס איז שיין נתברר געווארן וואס די נושא איז), אויב זיי האלטן אז לעגהוירן איז אויך.

איך זעה נישט בכלל וואס די ברענגסט דא, למעשה ווייז מיר "איין" תשובה "לאיסור" אויף לעגהוירן (אויף קארנישט איז דא צענדליגער תשובות, מיזט נישט האלטן לכאן ולכאן אבער עס איז דא וואס ברענגען ארויף ערנסטע חששות דערויף), למעשה אויף לעגהוירן איז נישט דא קיין איין איינציגסטע תשובה לאיסור, און וואס יענער האט געלאכט און יענער האט געטראכט איז נישט אינטערסאנט דא.

ווי האט איינער דא גיט געזאגט, אויב די האלטסט נישט פון לעגהוירן, דעמאלס קענסטו ארויסווארפן אלע אייער!!! די שאלה וואס איך פרעג דא איז אויך די פלייש פון די לעגהארן איז פון די זעלבע לעגהארן פון די אייער. לכאורה פון וואס מען האט ביז יעצט געענטפערט איז אז עס איז די זעלבע נאר מען האט דאס געהאדעוועט בעסער.
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובה דורך מחשב »

כ'האב נישט אדורכגעטוען די נושא פון מסורת הלעגהארן, אבער דאס איז וואס איך האב געטראפן אין קובץ עץ חיים פון קאשוי רב זצ"ל.

image.png
image.png (40.92 KiB) געזען 3320 מאל

דארף מען פארשטיין פון וואס דאס וואס דו האסט אראפגעברענגט רעדט.
אוועטאר
ירום הודו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 492
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2018 8:28 pm

תגובה דורך ירום הודו »

דעפרעסט האט געשריבן:פארוואס איז עס א נארישע ארגומענט

ווייל רוב 'ערעורים' און 'חששות' וואס זענען געזאגט געווארן אויף די ברוילער זענען גילטיג אויף די לעיערס המכונה לעגהארן. די קאמפאניס האבן גענעטיק ריסוירטש און ברידינג פראגרעמס וואס די ציהל דערפון איז נישט צו האלטן א ריינע יחוס פון משפחה, נאר צו באקומען מער אייער מיט די מינימאלסטע קאסטן.
און איה"נ איין קהלה וואס איז מחמיר זייט די בראקל שערוריה צו עסן נאר תרנגול הודו איז אויך נזהר נישט צו עסן טשיקן אייער.
ברוך שחלק מחכמתו ליראיו
עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 747
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

תגובה דורך עפל קאמפאוט »

ירום הודו האט געשריבן:

היינט גערעדט צו איינער וואס טוט דערין, און דיין תגובה הייבט נישט אן צו זיין אפילו א פינטעלע אמת.
די טענות אויפ'ן ברוילער איז לכאורה דוקא ביי ברוילער ווי מען דארף פראדעצירן פלייש און עס יאוועט זיך שינויים (לויט די מערערים), משא"כ ביי לעגהוירן וואס גיבט שוין אזוי אויך אסאך אייער, און מען דארף דאס נישט אזוי משבח זיין, אזוי ווי יעדער איינער סיי די קאמפעני'ס און סיי די מומחים וואס קוקן דאס אן זאגן נישט בכלל אז עס ליגט אין די לעגהוירן סיי וואס פאר א שינוי (חוץ די ענגלישע לעגהוירן וואס לויט "געוויסע" חוקרים איז דאס אויך געמישט, אבער אפילו לויט יענע חוקרים איז דאס מוטל בספק, און על כל פנים אויף די אלוועלטליכע לעגהוירן זאגן זיי דאס נישט בכלל וכלל).

אגב די איין קהילה וואס די רעדסט איז מעגליך אז זיי עסן שוין צוריק טשיקענס, ווייל יתכן אז אין געוואטעמאללע מישט מען נישט.....
אוועטאר
ירום הודו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 492
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2018 8:28 pm

תגובה דורך ירום הודו »

עפל קאמפאוט האט געשריבן:

פשיהא, ווייל יענער זאגט א פינטעלע אמת (אז די ענגלישע זענען לויט געוויסע חוקרים וכו') ממילא ביזטו שוין זיכער אז מיין תגובה האט נישט אפילו א פינטעלע אמת. שיין. זיי מוחל און אנשטאדט צו רעדן נאר צו יעניגען (וואס מסתם אז טוט דערין האט ער מעגליך נגיעות), ביטע טוה דיין אייגענע ריסורטש וועסטו זעהן אז וואס איך האב געשריבן איז פובליק אינפא, און יענער ווארפט דיר נאר זאמד אין די אויגן.

ס'איז א דבר פשוט ומפורסם אז מ'האלט און איין זוכן פארבעסערונגן, הן מצד עקאנאמיקס און בפרט וועגן קאמפעטישן, ווי אויך וועגן מחלות וואס קומט צוליב אינברידינג. נאך מער, פונקט אזוי ווי ביי די ברוילערס איז ביי די לעיערס דא א פראסעס פון א 4-וועי קראס צו פראטעקטן די סודות פון די גענעטיקס כידוע ליודעים. בקיצור די עיקר חשש אז ס'איז א טאפ-סיקרעט און די קאמפאניס לאזן קיינעם נישט צו צו מברר זיין וואס די מציאות איז, איז פונקט אזוי גילטיג ביי די סופלייערס פון די תרנגול עופות.

להבהרה, איך נעם נישט דא א צד צו די 'חששות' זענען גענוג מערער צו זיין בכשרות מסורת העופות, איך זאג נאר אז לשיטת אלו וואס זענען זיך מונע פון די ברוילערס מחמת די חששות, איז הוא הדין אויף די לעיערס וכל היוצא מהם.

אגב די קהלה וואס איך רעד פון איז אין ארה"ק.
ברוך שחלק מחכמתו ליראיו
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובה דורך מחשב »

דו שטעלסט צוזאם צוווישן בריעדינג קאמפאניס ווי למשל די באקאנטע קאבב קאמפאני וואס פראדוצירן רוב אונזערע ברוילערס, וואס זייער אפיציעלע מיסיע איז וואס זיי שרייבן:
"We're a global company using innovative research and technology to make protein available, healthy and affordable worldwild
אדער די ראסס קאמפאניע, וואס שרייבן ענליך, ביז פשוטע פארעמ'ס וואס טוען בלויז האדעווען טשיקענס.

און דאס וואס איר זאגט וועגן: "אז עס איז דא א פראסעס פון א 4-וועי קראס צו פראטעקטן די סודות פון די גענעטיקס כידוע ליודעים". אפילו אויב מ'זאל דאס טוען אויך ביי פשוטע פארעמ'ס איז דאס בעיקר סעלעקט בריעדינג, ווי מ'מישט נישט אריין אנדערע, און אזוי איז אויך אפילו ביי די גרויסע קאמפאניס ווי Cobb און Ross בעיקר.
עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 747
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

תגובה דורך עפל קאמפאוט »

יא גערעכט מחשב העיקר שכחתי פון יענעם אז די עיקר חילוק איז אז די לעגהארנ'ס קומט נישט פון די קאמפעני'ס, ממילא איז די עיקר פראבלעם שוין נישטא היות עס קומט פון א פארם.

געהערט אז ר' י.ל. טענה'ט אז היות די וואס זענען פארמישט מיט די נייע לעגארן "האלטן" אויך פון די בראקל, ממילא איז ער חושד אז מען מישט אריין בראקל, און זיין עיקר טענה איז וויאזוי קען זיין אז די מאגערע לעגהארן ווערט אזוי פעטיג און אזא קורצע צייט.

צו די טענה איז ריכטיג צו הוילע דמיונות ווייסעכנישט.
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובה דורך מחשב »

שפעקולאציעס און קאנספעראציעס זענען נישט קיין חששות, אין מיין פארשטאנד.
Browsing
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2018 2:45 pm
לאקאציע: אויפן געוועב

תגובה דורך Browsing »

מחשב האט געשריבן:שפעקולאציעס און קאנספעראציעס זענען נישט קיין חששות, אין מיין פארשטאנד.

א גוטע סטעיטמענט.

ענליכס האב איך געהערט פון א בארימטע מורה הוראה און בעל מכשיר שליט"א, וואס האט דורכגעטון די ברוילער נושא נאך אסאך פאר די כולל אינגעלייט זענען געוואויר געווארן דערפון, מענטשן זענען אריינגעקומען זיך טענה'ן מיט אים, האט ער יעדן געזאגט מיין פעקס מאשין איז אפן פאר יעדן וואס האט פאקטן, שפעקולאציעס און קאנספעראציעס זענען נישט קיין חששות, ער ווארט נאך יעצט.
אוועטאר
ירום הודו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 492
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2018 8:28 pm

תגובה דורך ירום הודו »

עפל קאמפאוט האט געשריבן:יא גערעכט מחשב העיקר שכחתי פון יענעם אז די עיקר חילוק איז אז די לעגהארנ'ס קומט נישט פון די קאמפעני'ס, ממילא איז די עיקר פראבלעם שוין נישטא היות עס קומט פון א פארם.

טעות [אדער שקר] גמור!
איך טשעלענדזש אייך צו זאגן די נאמען און אדרעס פון די פארם (נישט די העטשערי) ווי די פערענט סטאק, פון וואו די תרנגול קאמפאני קויפט די זכרים בני יומן, ווערט געהאדעוועט.

און @מחשב פ"וו ברענגסטו נישט אראפ דו סטעיטמענטס פון די גרויסע לעיער קאמפאניס ?
ברוך שחלק מחכמתו ליראיו
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובה דורך אנעים זמירות »

מחשב האט געשריבן:
אנעים זמירות האט געשריבן:פארוואס נישט למשל speckled sussex? עס איז אן אור אלטע בריעד וואס וואקסט גרויס מיט א געשמאקע טעם, און לייגט אויך פיהל אייער.

פון
https://en.wikipedia.org/wiki/Sussex_chicken זעה איך נישט דוקא אז עס איז נישט געמישט.

אבער האט עס א מסורה?

די רומיים האבען שוין געברענגט סאסעקס קיין ענגלאנד. זייערע איז געוועהן געפלעקט, אזוי ווי די speckled sussex. עס איז אבער נישט מעגליך צו וויסען צי אונזער היינטיגע ספעקעלד איז דער זעלבע פון דאן.

די אנדערע סאסעקס קאלירען זענען שוין יא לכאורה הייבריד.

מסורה האט עס נישט ווייניגער ווי אלע טשיקענס וועלכע זעהן אויס ווי טשיקענס.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3079
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובה דורך להודיע »

ירום הודו האט געשריבן:
דעפרעסט האט געשריבן:פארוואס איז עס א נארישע ארגומענט

ווייל רוב 'ערעורים' און 'חששות' וואס זענען געזאגט געווארן אויף די ברוילער זענען גילטיג אויף די לעיערס המכונה לעגהארן. די קאמפאניס האבן גענעטיק ריסוירטש און ברידינג פראגרעמס וואס די ציהל דערפון איז נישט צו האלטן א ריינע יחוס פון משפחה, נאר צו באקומען מער אייער מיט די מינימאלסטע קאסטן.
און איה"נ איין קהלה וואס איז מחמיר זייט די בראקל שערוריה צו עסן נאר תרנגול הודו איז אויך נזהר נישט צו עסן טשיקן אייער.

וויאזוי קען מען שיסן אזא סטעיטמענט ווען אלע מערערים אויף ברוילער זאגן און שרייבן קלאר אין זייערע תשובות אז די לעגהארן האט נישט די חששות.
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3079
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובה דורך להודיע »

און זיי האבן דאס געשריבן נאך בעפאר תרנגול איז געווען א פלאן. מען האט נאך דעמאלט גערעדט פון בראקל.
רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 671
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

תגובה דורך רב טקסט »

ר' אנעים, די sussex איז גוט פאר אונז דא אין ענגלאנד.
גראדע איז געווען דא אינגעלייט וואס האבן געזוכט די wheit sussex וואס מען פלעגט שעכטן ביז נישט לאנג צוריק, אבער ווי עס זעהט אויס איז עס א פארגאנגענהייט.

און אז דו רעדסט שוין דערוועגן, מעג מען פרעגן - וועלכע הינער האדעווען זיך ביי אייך אין חצר?

בנוגע די לעגהארן טעם,
דאהי איז איז דא אדם חשוב וואס האט שוין יארן געפירט א מערכה אנטקעגן די געווענליכע הינער, מחמת חששות טרפות (ואכמ"ל), דער איד האט מיר אמאל געזאגט אז ער אליין עסט נאר די הינער וואס ווערן גענוצט אויף צו לייגן אייער, וועלכע קומען אן צום שחיטה אלט-זייענדיג מער ווי 2 יאר, ווען זיי לייגן שוין ווייניגער, און אזוי ווי זיי זענען שוין אלט און אויסגענוצט איז עס אומבאטעמ'ט.
דאס איז וואס האט געברענגט מענטשן צו מיינען אז די לעגהארן טויג נישט אין טעם, ווייל עס איז נאר געקומען לשחיטה אויסגענוצט.
יעצא אבער לריבוי המבקשים האט מען עס אנגעהויבן מגדל זיין לשחיטה, און עס איז זייער פיין.
מען דארף זיי נאר מגדל זיין לענגער, אומגעפער 20 וואכן, און אפילו דעמאלט איז עס אביסל ווייניגער פלייש, קאסט עס מער.

וכ"כ אחד הכותבים בקובץ עץ חיים האחרון.

די נאטורליכע הינער האבן נאך עטליכע מעלות, טרפות זענען ממש נישט מצוי. עס האט נישט אזא חזריי אינעווייניג, עס ממש לייכט אפצופוצן פארן זאלצן נישט צו פארגלייכן צו די געווענליכע הינער.
לעצט פארראכטן דורך רב טקסט אום זונטאג יוני 16, 2019 12:22 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובה דורך nmi »

ערוועס פלעגט מען נישט ניצן די לעגהארן ביז יעצט אז ס'גייט ממש אין גארבידזש?
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 671
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

תגובה דורך רב טקסט »

ווי געזאגט עס איז טייער צו האדעווען, עס נעמט לענגער און אחרי ככלות הכל גאנץ מאגער ביי געוויסע חלקים
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

עפל קאמפאוט האט געשריבן:יא גערעכט מחשב העיקר שכחתי פון יענעם אז די עיקר חילוק איז אז די לעגהארנ'ס קומט נישט פון די קאמפעני'ס, ממילא איז די עיקר פראבלעם שוין נישטא היות עס קומט פון א פארם.

געהערט אז ר' י.ל. טענה'ט אז היות די וואס זענען פארמישט מיט די נייע לעגארן "האלטן" אויך פון די בראקל, ממילא איז ער חושד אז מען מישט אריין בראקל, און זיין עיקר טענה איז וויאזוי קען זיין אז די מאגערע לעגהארן ווערט אזוי פעטיג און אזא קורצע צייט.

צו די טענה איז ריכטיג צו הוילע דמיונות ווייסעכנישט.

כ'ווייס נישט צו ר' י.ל. האט שוין געזעהן לעגהארן פלייש, אבער איך האב עס יא געזעהן, עס איז ווייט פון פעט כרחוק מזרח ממערב, עס קומט ארויס אביסעלע פלייש פון א באדים, ווייט ווייט פון די ברוילערס.
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 747
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

תגובה דורך עפל קאמפאוט »

ירום הודו האט געשריבן:
עפל קאמפאוט האט געשריבן:יא גערעכט מחשב העיקר שכחתי פון יענעם אז די עיקר חילוק איז אז די לעגהארנ'ס קומט נישט פון די קאמפעני'ס, ממילא איז די עיקר פראבלעם שוין נישטא היות עס קומט פון א פארם.

טעות [אדער שקר] גמור!
איך טשעלענדזש אייך צו זאגן די נאמען און אדרעס פון די פארם (נישט די העטשערי) ווי די פערענט סטאק, פון וואו די תרנגול קאמפאני קויפט די זכרים בני יומן, ווערט געהאדעוועט.

און @מחשב פ"וו ברענגסטו נישט אראפ דו סטעיטמענטס פון די גרויסע לעיער קאמפאניס ?

איך בין נישט אזוי שטארק אויסגעקאכט אין די נושא, אבער לויט ווי איך האב געהערט פון עטליכע, איז די לעגהארן בכלל נישט פון די קאמפעני קאב אדער ראס וואס זיי זענען קאמפעני'ס וואס זענען געמאכט צו מישען און חישען, מה שאין כן די לעגהארן קומט בכלל נישט פון זיי ממילא איז די הויפט פראבלעמען נישטא ביי זיי, סיי לויט די חוקרים און סיי לויט די קאמפעני'ס, לויט קיינעם איז דאס נישט קיין געמישעכט'ס, אנדערש ווי די ברוילער וואס די קאמפעני'ס אליינס זאגן אז דאס איז געמישט (די מחלוקה איז נאר צו מען איז חושש אז זיי מישן אויך טמא'נע טשיקענס אדער נישט, אבער אויף די לעגהארנ'ס זאגן - די פארמ'ס פון ווי די לעגהארנ'ס קומט - אליין נישט אז עס איז געמישט)

לפי ידיעתי וואס איך האב מיך דערווייל נאכגעפרעגט ביי עטליכע (פון די אוסרים אויף ברוילער און פון די מתירים) איז נישטא דערווייל קיין עכטע ערעורים אויף די נייע לעגהארן פלייש, חוץ די קשיות פון י.ל. וואס סך הכל דארף עס אפשר א תירוץ, אבער אפילו לשיטתו האט ער נישט קיין עכטע ערעור נאר קשיות וואס ער זיכט א תירוץ.
אוועטאר
ירום הודו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 492
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2018 8:28 pm

תגובה דורך ירום הודו »

להודיע האט געשריבן:
ירום הודו האט געשריבן:
דעפרעסט האט געשריבן:פארוואס איז עס א נארישע ארגומענט

ווייל רוב 'ערעורים' און 'חששות' וואס זענען געזאגט געווארן אויף די ברוילער זענען גילטיג אויף די לעיערס המכונה לעגהארן. די קאמפאניס האבן גענעטיק ריסוירטש און ברידינג פראגרעמס וואס די ציהל דערפון איז נישט צו האלטן א ריינע יחוס פון משפחה, נאר צו באקומען מער אייער מיט די מינימאלסטע קאסטן.
און איה"נ איין קהלה וואס איז מחמיר זייט די בראקל שערוריה צו עסן נאר תרנגול הודו איז אויך נזהר נישט צו עסן טשיקן אייער.

וויאזוי קען מען שיסן אזא סטעיטמענט ווען אלע מערערים אויף ברוילער זאגן און שרייבן קלאר אין זייערע תשובות אז די לעגהארן האט נישט די חששות.

ווען די וואלסט מדייק געווען אין מיינע ווערטער וואלסטו נישט געשאסן (?) דיין תגובה.
איך רעד פון די קאמערציאלע עופות פון די עגג-לעיער אינדוסטרי וואס הגם זיי שטאמען ע"פ רוב פון לעגהארנס זענען זיי אויסדריקליך נישט גאראנטירט צו זיין פריי פון גענעטיקס פון אנדערע מינים. די אינדוסטרי, פונקט ווי די ברוילער אינדוסטרי, האט ריזיגע גענעטיקס ריסוירטש פראגראמען און רוב 'חששות', אדער ריכטיגער געזאגט - השערות מחמת חוסר ידיעה, זענען גילטיג אויף די לעיער המכונה לעגהארן נישט ווייניגער ווי ביי די ברוילער המכונה ראק-קארניש.
ברוך שחלק מחכמתו ליראיו
פארשפארט

צוריק צו “כשרות המאכלים”