שטורעם אין אידישע גאס, זענען אונזערע עופות דורס?

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובה דורך מחשב »

ירום הודו האט געשריבן:
עפל קאמפאוט האט געשריבן:יא גערעכט מחשב העיקר שכחתי פון יענעם אז די עיקר חילוק איז אז די לעגהארנ'ס קומט נישט פון די קאמפעני'ס, ממילא איז די עיקר פראבלעם שוין נישטא היות עס קומט פון א פארם.

טעות [אדער שקר] גמור!
איך טשעלענדזש אייך צו זאגן די נאמען און אדרעס פון די פארם (נישט די העטשערי) ווי די פערענט סטאק, פון וואו די תרנגול קאמפאני קויפט די זכרים בני יומן, ווערט געהאדעוועט.

און @מחשב פ"וו ברענגסטו נישט אראפ דו סטעיטמענטס פון די גרויסע לעיער קאמפאניס ?

נישטערנדיג זעט מיר נישט אויס אז די לעגהארן פאר די ווייסע אייער איז דוקא געמישט.

ווי למשל http://www2.ca.uky.edu/agcomm/pubs/ASC/ ... ASC190.pdf וועסטו זעהן אז עס איז דא באזונדערע בריעדס פון געמישטע עפות וואס פראדעצירן נישט די געווענליכע ווייסע אייער. נישט אז עס קען נישט זיין אז זיי מישן אויך אריין אנדערע, אבער דאס אז עס איז די זעלבע ווי די גרויסע ברוילער קאמפאניעס וואס איז אפיציעל אוועקגעשטעלט צו מישן עופות אהערצושטעלן די בעסטע ביליגסטע וכו' איז נישט ריכטיג.

צופעליג איז איינער פון די 20 גרעסטע קאמפאניעס אין אמעריקע האט גראדע א הכשר פון OU שטעל איך מיר פאר אז זיי ווייסן וואס מ'טוט דערמיט.
אוועטאר
ירום הודו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 492
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2018 8:28 pm

תגובה דורך ירום הודו »

עפל קאמפאוט האט געשריבן:

איך בין נישט אזוי שטארק אויסגעקאכט אין די נושא, אבער לויט ווי איך האב געהערט פון עטליכע, איז די לעגהארן בכלל נישט פון די קאמפעני קאב אדער ראס וואס זיי זענען קאמפעני'ס וואס זענען געמאכט צו מישען און חישען, מה שאין כן די לעגהארן קומט בכלל נישט פון זיי ממילא איז די הויפט פראבלעמען נישטא ביי זיי, סיי לויט די חוקרים און סיי לויט די קאמפעני'ס, לויט קיינעם איז דאס נישט קיין געמישעכט'ס, אנדערש ווי די ברוילער וואס די קאמפעני'ס אליינס זאגן אז דאס איז געמישט (די מחלוקה איז נאר צו מען איז חושש אז זיי מישן אויך טמא'נע טשיקענס אדער נישט, אבער אויף די לעגהארנ'ס זאגן - די פארמ'ס פון ווי די לעגהארנ'ס קומט - אליין נישט אז עס איז געמישט)

לפי ידיעתי וואס איך האב מיך דערווייל נאכגעפרעגט ביי עטליכע (פון די אוסרים אויף ברוילער און פון די מתירים) איז נישטא דערווייל קיין עכטע ערעורים אויף די נייע לעגהארן פלייש, חוץ די קשיות פון י.ל. וואס סך הכל דארף עס אפשר א תירוץ, אבער אפילו לשיטתו האט ער נישט קיין עכטע ערעור נאר קשיות וואס ער זיכט א תירוץ.

אנשטאט צו ענטפערן מיין פראגע און ברענגען די נעמען און סטעיטמענטס פון די גוי'שע ברידינג קאמפאניס ווי מ'האדעוועט די עלטערן פונ'ם תרנגול ווארפסטו אפ טענות וואס קיינער האט נישט געזאגט.

קיינער האט נישט געזאגט אז די עופות קומען פון ראסס אדער קאבב.
וואס מ'האט געזאגט איז אז זיי קומען נישט פון פשוטע פארמס נאר פון אינדוסטריעל קאמפאניס וואס האבן ענליכע טעכנאלאגיע און פראגראמען אזוי ווי די ברוילער אינדוסטרי.
און ס'איז פאבליק קנאלעדזש. אז די האסט געקענט טרעפן ראסס און קאבב'ס סטעיטמענטס קענסטו גרינג טרעפן זייערס, חוץ אויב די ווילסט נישט זיין אויסגעקאכט.
ברוך שחלק מחכמתו ליראיו
אוועטאר
ירום הודו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 492
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2018 8:28 pm

תגובה דורך ירום הודו »

מחשב האט געשריבן:
ירום הודו האט געשריבן:
עפל קאמפאוט האט געשריבן:יא גערעכט מחשב העיקר שכחתי פון יענעם אז די עיקר חילוק איז אז די לעגהארנ'ס קומט נישט פון די קאמפעני'ס, ממילא איז די עיקר פראבלעם שוין נישטא היות עס קומט פון א פארם.

טעות [אדער שקר] גמור!
איך טשעלענדזש אייך צו זאגן די נאמען און אדרעס פון די פארם (נישט די העטשערי) ווי די פערענט סטאק, פון וואו די תרנגול קאמפאני קויפט די זכרים בני יומן, ווערט געהאדעוועט.

און @מחשב פ"וו ברענגסטו נישט אראפ דו סטעיטמענטס פון די גרויסע לעיער קאמפאניס ?

נישטערנדיג זעט מיר נישט אויס אז די לעגהארן פאר די ווייסע אייער איז דוקא געמישט.

ווי למשל http://www2.ca.uky.edu/agcomm/pubs/ASC/ ... ASC190.pdf וועסטו זעהן אז עס איז דא באזונדערע בריעדס פון געמישטע עפות וואס פראדעצירן נישט די געווענליכע ווייסע אייער. נישט אז עס קען נישט זיין אז זיי מישן אויך אריין אנדערע, אבער דאס אז עס איז די זעלבע ווי די גרויסע ברוילער קאמפאניעס וואס איז אפיציעל אוועקגעשטעלט צו מישן עופות אהערצושטעלן די בעסטע ביליגסטע וכו' איז נישט ריכטיג.

צופעליג איז איינער פון די 20 גרעסטע קאמפאניעס אין אמעריקע האט גראדע א הכשר פון OU שטעל איך מיר פאר אז זיי ווייסן וואס מ'טוט דערמיט.

קודם שקויעך פארן נישטערן אביסל און צוריק ציען פון אייער פריערדיגע הנחה אז די לעיער הינער קומען פון פארמס.

שנית, די סטעיטמענט וואס איר האט געברענגט פון קאבב זאגט נישט אז זיי מישן:
using innovative research and technology to make protein available, healthy and affordable

דאס זעלבע איז מיט די לעיערס קאמפאניס און זיי זאגן די זעלבע. איך זאג נישט אז ס'איז א פראבלעם, איך זאג נאר אז ס'איז נישט ווייניגער 'חשש' ווי די ברוילער.

די OU פסקנ'ט ווי רב בעלסקי ז"ל וואס האט אנגענומען (כשיטת האבני נזר) אז כל שמתעברים זמ"ז מינו הוא. דעריבער איז קיין ראיה נישט פון זייער השגחה.
ברוך שחלק מחכמתו ליראיו
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובה דורך מחשב »

ירום הודו האט געשריבן:קודם שקויעך פארן נישטערן אביסל און צוריק ציען פון אייער פריערדיגע הנחה אז די לעיער הינער קומען פון פארמס.

שנית, די סטעיטמענט וואס איר האט געברענגט פון קאבב זאגט נישט אז זיי מישן:
using innovative research and technology to make protein available, healthy and affordable

דאס זעלבע איז מיט די לעיערס קאמפאניס און זיי זאגן די זעלבע. איך זאג נישט אז ס'איז א פראבלעם, איך זאג נאר אז ס'איז נישט ווייניגער 'חשש' ווי די ברוילער.

די OU פסקנ'ט ווי רב בעלסקי ז"ל וואס האט אנגענומען (כשיטת האבני נזר) אז כל שמתעברים זמ"ז מינו הוא. דעריבער איז קיין ראיה נישט פון זייער השגחה.

כ'פארשטיי נישט וואס איר זאגט.

קיינער האט נישט צוריקגעצויגן פון גארנישט, כ'האב נישט געזאגט אז אלע אייער קומען פון פארעמ'ס, כ'זאג נאר אז די לעגהארן וואס תרנגול נעמט קומט -ווי איך פארשטיי - פון א פארם.

וואס איך האב געברענגט פון קאבב זאגט בעצם נישט גארנישט סיי ווי, כ'האב עס אראפגעברענגט אויף צו ווייזן אז דאס איז זייער אפיציעלע מיסיע, נישט ווי א פארם וואס האט אויך אפשר אינטערעסן זיך צו שפילן.

דאס אז קאבב מישט איז דאך קיין ספק בכלל, וכולי עלמא מודי בזה, סיי ווייל די ברוילער אליין איז דאך א געמיש פון קארניש און ראק, וואס דער קארניש איז סתם אזוי א שאלה, יש אומרים אז עס איז זיכער טמאה, ויש אומרים אז כאטש דאס איז נישט ריכטיג אז עס איז טמא אבער עס האט זיכער נישט קיין מסורה, און עס האט ערנסטע שינויים אז עס דארף א מסורה, ויש אומרים אז עס האט גאר יא א מסורה, נאר די ווייסע נישט די שווארצע, וכו' וכו'... ובכלל איז דאך דא פון די קאמפאני אליין דאקומענטן (וואס די מתירים דרייען זיך דערמיט) פון וואס זיי האבן צוזאמענגעשטעלט זייער עוף, און עס האט א שיינע פאר עופות אריינגעמישט, הגם לכאורה כשר'ע. אבער עס איז זיכער אז זיי מישן.

משא"כ א פארם קען מען בעסער וויסן וואס זיי האבן געטוהן, און איך האב נאר צוגעברענגט אז אריינמישן אנדערע עופות וועט בדרך כלל מאכן אז די אייער זאלן נישט זיין ווייס, ממילא איז מיין אייגענע השערה אז עס איז מעגליך אז זיי ווילן נישט אריינמישן אנדערע עופות. סתם ליתר שאת, כ'בוי נישט גארנישט דערויף.
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובה דורך אנעים זמירות »

רב טקסט האט געשריבן:ר' אנעים, די sussex איז גוט פאר אונז דא אין ענגלאנד.
גראדע איז געווען דא אינגעלייט וואס האבן געזוכט די wheit sussex וואס מען פלעגט שעכטן ביז נישט לאנג צוריק, אבער ווי עס זעהט אויס איז עס א פארגאנגענהייט.

און אז דו רעדסט שוין דערוועגן, מעג מען פרעגן - וועלכע הינער האדעווען זיך ביי אייך אין חצר?

בנוגע די לעגהארן טעם,
דאהי איז איז דא אדם חשוב וואס האט שוין יארן געפירט א מערכה אנטקעגן די געווענליכע הינער, מחמת חששות טרפות (ואכמ"ל), דער איד האט מיר אמאל געזאגט אז ער אליין עסט נאר די הינער וואס ווערן גענוצט אויף צו לייגן אייער, וועלכע קומען אן צום שחיטה אלט-זייענדיג מער ווי 2 יאר, ווען זיי לייגן שוין ווייניגער, און אזוי ווי זיי זענען שוין אלט און אויסגענוצט איז עס אומבאטעמ'ט.
דאס איז וואס האט געברענגט מענטשן צו מיינען אז די לעגהארן טויג נישט אין טעם, ווייל עס איז נאר געקומען לשחיטה אויסגענוצט.
יעצא אבער לריבוי המבקשים האט מען עס אנגעהויבן מגדל זיין לשחיטה, און עס איז זייער פיין.
מען דארף זיי נאר מגדל זיין לענגער, אומגעפער 20 וואכן, און אפילו דעמאלט איז עס אביסל ווייניגער פלייש, קאסט עס מער.

וכ"כ אחד הכותבים בקובץ עץ חיים האחרון.

די נאטורליכע הינער האבן נאך עטליכע מעלות, טרפות זענען ממש נישט מצוי. עס האט נישט אזא חזריי אינעווייניג, עס ממש לייכט אפצופוצן פארן זאלצן נישט צו פארגלייכן צו די געווענליכע הינער.

כרגע האבעך איין ISA brown, איין לייט סאסעקס, איין כפרה הינדעל פון פאריאר (דאכצעך דער קאמפעני נאמען פון דעם איז Ross 308), א ווייסע וואס כ'האב געקויפט אלס White star (א סארט לעגהארן) אבער מיר שיינט עס איז א Amber white, און פיהר יונגע לעגהארנס.

כ'האב שוין געהאט פארשידענע אנדערע אויך.

לעגהארנס זענען נישט גוט פאר פלייש ווייל זיי זענען גאר דאר. דאס איז גאר גוט פאר לייגען אייער, ווייל א דארע הין עסט ווייניגער, קומט אויס עס קאסט נישט אזויפיהל אויסצוהאלטען. אבער אויף צום עסען איז עס נישט גוט.

פון די בעסטע dual purpose הינער זענען די אויבערדערמאנטע סאסעקס.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
מצא
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2017 6:53 pm

תגובה דורך מצא »

הרב @אנעים: אז איר האדעוועט יא טשיקנס, אפשר וואלט איר געקענט אויסקלארן לגבי דעם 'חשש דורס' וואס מ'זאגט אויף די ברוילערס. איר האט געזען עפעס אן אנדערע הנהגה צווישן די פארשידענע סארט טשיקענס?
עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 747
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

תגובה דורך עפל קאמפאוט »

מצא האט געשריבן:הרב @אנעים: אז איר האדעוועט יא טשיקנס, אפשר וואלט איר געקענט אויסקלארן לגבי דעם 'חשש דורס' וואס מ'זאגט אויף די ברוילערס. איר האט געזען עפעס אן אנדערע הנהגה צווישן די פארשידענע סארט טשיקענס?

אין די אלע תשובות קעגן די ברוילער, ווערט נישט דערמאנט די חשש דורס אלס אן ערנסטע פראבלעם, עס ווערט בעיקר דערמאנט די אנדערע פראבלעמען אז די טשיקענס איז געמישט כשר מיט טריפה.
Browsing
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2018 2:45 pm
לאקאציע: אויפן געוועב

תגובה דורך Browsing »

עפל קאמפאוט האט געשריבן:אין די אלע תשובות קעגן די ברוילער, ווערט נישט דערמאנט די חשש דורס אלס אן ערנסטע פראבלעם, עס ווערט בעיקר דערמאנט די אנדערע פראבלעמען אז די טשיקענס איז געמישט כשר מיט טריפה מסורה מיט נישט מסורה'דיג.

נישטא א מורכב פון טהור מיט טמא.
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

'הכשרות' גליון י' יו"ל ע"י התאחדות הרבנים דארה"ב וקאנאדא
לענגערע באשרייבונג איבערן לעגהארן עוף, און איבערן אסיפת הרבנים פארגאנגענעם חודש ניסן

https://drive.google.com/open?id=1lD9ca ... jLLkcYtYrn
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 747
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

תגובה דורך עפל קאמפאוט »

אין וועלכע בית השחיטה שח'ט מען די תרנגול עופות?
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

עפל קאמפאוט האט געשריבן:אין וועלכע בית השחיטה שח'ט מען די תרנגול עופות?

קאהנס אין וומסב"ג תחת השגחת אבד"ק סענדשארדזש שליט"א, און אין מארוויד אין מאנטריאל תחת השגחת דייני סאטמאר שליט"א
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
משק ביתי
שר חמש מאות
תגובות: 981
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 02, 2019 10:41 pm

תגובה דורך משק ביתי »

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
עפל קאמפאוט האט געשריבן:אין וועלכע בית השחיטה שח'ט מען די תרנגול עופות?

קאהנס אין וומסב"ג תחת השגחת אבד"ק סענדשארדזש שליט"א, און אין מארוויד אין מאנטריאל תחת השגחת דייני סאטמאר שליט"א

וועלעכע "דיינים"?
אוועטאר
אחת ואחת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3665
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: אין קרעטשמע

תגובה דורך אחת ואחת »

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
עפל קאמפאוט האט געשריבן:אין וועלכע בית השחיטה שח'ט מען די תרנגול עופות?

קאהנס אין וומסב"ג תחת השגחת אבד"ק סענדשארדזש שליט"א, און אין מארוויד אין מאנטריאל תחת השגחת דייני סאטמאר שליט"א

אויך אין בית השחיטה המהודרת דקרית יואל האט מען געשאחטען א שיפמענט 2 וואכן צירוק
אזוי ווי עס איז א ביזנעס פרובירן זיי צו שאפן קונדען פון אלע קרייזען
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

משק ביתי האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:
עפל קאמפאוט האט געשריבן:אין וועלכע בית השחיטה שח'ט מען די תרנגול עופות?

קאהנס אין וומסב"ג תחת השגחת אבד"ק סענדשארדזש שליט"א, און אין מארוויד אין מאנטריאל תחת השגחת דייני סאטמאר שליט"א

וועלעכע "דיינים"?

הגה"צ רבי משה מנחם טירנויער שליט"א דומ"ץ סאטמאר מאנטריאל ושאר מוצ"י הקהלה וואס געבן די רעגלמעסיגע השגחה אין מארוויד אויף די סאטמארע פלייש.
אין די סאטמארע בוטשער אין מאנטריאל ווערט דאס שוין אפיציעל פארקויפט.
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
עבודת_הבורא
שר חמש מאות
תגובות: 649
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2011 4:37 pm
פארבינד זיך:

תגובה דורך עבודת_הבורא »

ווייסט איינער אויב די סיבה פארוואס סאטמאר 82 נעמט עס נישט איז בלויז א טעכענישע?
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובה דורך מחשב »

שלא יאמרו.
לאקשן קוגל
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 29, 2015 11:04 pm

תגובה דורך לאקשן קוגל »

רבי חיים דוד כץ לאזט עס נישט אריינברענגן
עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 747
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

תגובה דורך עפל קאמפאוט »

גם אני שמעתי אז רבי חיים דוד כ"ץ לאזט נישט ווייל ער האט מורא אז דאס גייט ווערן אויסגעטייטשט אז די אלטע איז געווען א פראבלעם.
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובה דורך רצון טוב »

דאס נישט לאזן איצט אין די בוטשערס טויג נישט, סוכ''ס וועט עס אריין אינעם היימישן מארקעט
פארוואס זאל מען זיך ברעכן שפעט? טוטס יעצט צום זאך.
משה דוד
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 21, 2019 2:31 pm

תגובה דורך משה דוד »

שמעתי אז ר' אלעזר טייטלבוים יו"ר וועד הכשרות ווארט אויף די דאקומענטן פון יחוס העופות און מ'קען דאס נישט באקומען, זעלבע זאך איז מיט ר' שמעון משה וואלדמאן וואס פאדערט צו באקומען די אפציעלע דאקומענטן פון די קאמפאני וואס דאס איז, די קאמפאני הייסט DEKALB און ס'איז א הייבריעד טשיקען
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

עפל קאמפאוט האט געשריבן:גם אני שמעתי אז רבי חיים דוד כ"ץ לאזט נישט ווייל ער האט מורא אז דאס גייט ווערן אויסגעטייטשט אז די אלטע איז געווען א פראבלעם.

וואלט איך אייך געראטן נישט אריינצוגיין דא אין דעם ענין, ס'איז א פארווייטאגטע פרשה, און ס'אשאד צו רעדן דערפון, עס וועט זיך נאך אויסגלייכן בקרוב אי"ה.
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
מצפים לישועה
שר האלף
תגובות: 1692
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 15, 2017 2:49 pm

תגובה דורך מצפים לישועה »

וויאזוי קען זיין אז סאיז אזוי ביליג ?
עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 747
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

תגובה דורך עפל קאמפאוט »

מצפים לישועה האט געשריבן:וויאזוי קען זיין אז סאיז אזוי ביליג ?

אמער??? וואס צילסטו מיט דיין תמימות'דיגע קשיא, די פרעגסט פארוואס ר' מרדכי קאהן האט אינוועסטירט אז דאס זאל זיין ביליג?
מצפים לישועה
שר האלף
תגובות: 1692
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 15, 2017 2:49 pm

תגובה דורך מצפים לישועה »

עפל קאמפאוט האט געשריבן:
מצפים לישועה האט געשריבן:וויאזוי קען זיין אז סאיז אזוי ביליג ?

אמער??? וואס צילסטו מיט דיין תמימות'דיגע קשיא, די פרעגסט פארוואס ר' מרדכי קאהן האט אינוועסטירט אז דאס זאל זיין ביליג?

איך ציל גארנישט איך ווייס גארנישט וואס טוצעך, איך פרעג וויאזוי סקען זיין אז מען דארף האדעווען פופצען ואכן און סאיז דע זעלבע פרייז
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

מצפים לישועה האט געשריבן:וויאזוי קען זיין אז סאיז אזוי ביליג ?

ס'איז בכלל נישט ביליג, בערך 4.30 א פונט
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
פארשפארט

צוריק צו “כשרות המאכלים”