גימטריאות ורמזים מספרי הרה"ק מפאטיליטש זצ"ל

ליקוטים וטעמים על ענינים שונים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

פאטיליטש
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 03, 2018 2:45 pm

גימטריאות ורמזים מספרי הרה"ק מפאטיליטש זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטיליטש »

בעזר הוי"ה, מכון לספרי הרה"ק מפאטיליטש זי"ע גרייט זיך ארויסצוקומען בס"ד מיטן ערשטן וואונדערבארן ספר "לימודים בנסים", פון הרה"ק ר' מנחם מענדל לאנדמאן זצ"ל אבד"ק פאטיליטש, און היות בשעת'ן עורך זיין קומט אונטער פארשידענע קורצע רמזים פלאים, ווילן מיר עס מיט טיילן מיטן ציבור לפי מיסת הפנאי, ובזה החלי בס"ד

בפנים
די 26 שבחים פון הלל הגדול (תהלים קלו) דרש'נט די גמ' (פסחים קיח ע"א) אויף די 26 דורות פון אדם ביז משה. אלע 26 שבחים אדם ענדיגן זיך מיט 'כי לעולם חסדו', דאס איז מדות החסד לאברהם, ווייזט דאס אז אלע דורות האבן יונק געווען פון מדות החסד, [פארדעם שטימט וואס מען איז מייחס אברהם מיטן נאמען 'אדם' (שמו"ר כח א) וואס ער איז די ערשטער אין די דורות, און איז אויך נכלל אין משה די לעצטער פון די דורות, דורך דעם וואס מען דרש'נט (שמו"ר שם) פון די פסוק 'לקחת מתנות באדם' וואס גייט ארויף אויף מתן תורה וואס משה רבינו האט אראפגעברענגט].

ווען מען וועט אויסרעכענען די יארן פון אלע 26 דורות, כזה: אדם תתק"ל, שת תתקי"ב, אנוש תתק"ה, קינן תתק"י, מהללאל תתצ"ה, ירד תתקס"ב, חנוך שס"ה, מתושלח תתקס"ט, למך תשע"ז, נח תתק"ן, שם ת"ר, ארפכשד תל"ח, שלח תל"ג, עבר תס"ד, פלג רל"ט, רעו רל"ט, שרוג ר"ל, נחור קמ"ח, תרח ר"ה, אברהם קע"ה, יצחק ק"פ, יעקב קמ"ז, לוי קל"ז, קהת קל"ג, עמרם קל"ז, משה ק"ך - צוזאמען באטרעפט דאס 12,600. א סימן דערפאר איז די ווארט בראשית, נוטריקון י"ב אלף ת"ר שנה, און דארט שטייט 'בהבראם' וואס ווערט געדרש'נט 'באברהם', פשט איז אז די לעבן'ס יארן פון די 26 דורות זענען יונק פון חסד לאברהם וואס איז זיך נתייחס צו זיינע לעבנס יארן, וואס דאס איז 175. ווען מען וועט אויסרעכענען 175 פעמים חס"ד באטרעפט עס 12,600 - די יארן פון אלע דורות.
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

דאכט זיך מיר אז עס איז שוין ארויסגעקומען איין קונטרס. ריכטיג? אויב איך האב נישט קיין טעות איז דער צדיק מפאטיליש געווען נפש אחת מיט'ן אמרי נועם צו איינער פון די גזע. ריכטיג?
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
פאטיליטש
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 03, 2018 2:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטיליטש »

יא, אויף חנוכה איז ארויסגעקומען א קונטרס בעניני חנוכה

הרה"צ ר' א"ז מרגליות האט פארציילט בשם בארנובער רב אז ער האט זיך איינמאל געטראפן מיטן אמרי נועם שבעה עשר בתמוז, מער פון דעם איז נישט באוויסט, ואדרבה אויב איר ווייסט מער ביטע נאכברענגען
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

עס איז יא באוויסט מער. עס איז דא א גאנצע תורה אויף דעים פסוק אל גינת אגוז ירדתי לראות באבי הנחל, אדרבה ברענג טאקע אראפ די מעשה מיט די תורה.

אבער טאקע מער איבער די שייכות פון די צוויי צדיקים ווייס איך נישט.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

די קונטרס אויף חנוכה וואס איז ארויסגעקומען איז הפלא ופלא, רמזים נוראים ונפלאים, מען קען ארויסשפרינגען פון התפעלות.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

האב איך הנאה צו הערן אז איינער טוט שוין וועגן דעם צדיק'ס ספרים, וואס מ'קען משוגע ווערן פון לערנען זיינע ספרים, מלא רמזים עד להפליא, ממש פון אים זעהט מען בחוש דעם ליכא מידי דלא רמיזא באורייתא,

און כלל ישראל קען שטארק הנאה האבן ווען זיינע ספרים וועלן זיין נחלת הכלל, (דער תוכן איז שוין יעצט נחלת הכלל, נאר ס'איז אזא שלעטע דרוק, אז ס'איז שווער צו לערנען דערינען).
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
אוועטאר
השתוקקות
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 03, 2018 12:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך השתוקקות »

או הא! ענדליך איז שוין געקומען די רייע איבערצודריקן זיינע ספרים, ער האט דאך גאנצע דרושים געבויעט אויף גימטריאות פלאות על דרך דעם ברית כהנת עולם און דזשיקובע ספרים. ווען וועט די ספר זיין אינדרויסן?
פאטיליטש
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 03, 2018 2:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטיליטש »

השתוקקות האט געשריבן: ווען וועט די ספר זיין אינדרויסן?

מיטן אייבירשטנס הילף חנוכה צייט
פאטיליטש
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 03, 2018 2:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטיליטש »

סידיראם האט געשריבן:עס איז דא א גאנצע תורה אויף דעים פסוק אל גינת אגוז ירדתי לראות באבי הנחל, אדרבה ברענג טאקע אראפ די מעשה מיט די תורה.


[align=center]הרה"צ ר' אשר זעליג מרגליות שרייבט דאס אין צבי לצדיק[/align]


צבי לצדיק עמוד עה.png
צבי לצדיק עמוד עה.png (72.91 KiB) געזען 5990 מאל


נ.ב. אין למודים בנסים שער ה שטייט אויך די גימטריא
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

פון די לשון זעהט מען אז ער איז געווען א צדיק מפורסם בדורו וכלשונו "הרה"צ המפורסם" "כידוע שהרב הרמ"מ..."
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

מענין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

צמח צדיק מענין גנת אגוז יז תמוז.png
צמח צדיק מענין גנת אגוז יז תמוז.png (21.6 KiB) געזען 5953 מאל
פאטיליטש
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 03, 2018 2:45 pm

הודו להוי"ה כי טוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטיליטש »

בפנים: ד"ה אמנם

די תואר 'הוד' ווערט אנגערופן ווען מען דאנקט דעם אייבירשטן, כביכול זעמיר אונז משפיע כלפי מעלה מיטן דאנקן. און די תואר 'טוב' איז די בחי' מקבל וואס אונז באקומען די השפעה פון אויבן.

חז"ל דרש'ענען (פסחים נ.) אויפן פסוק זה שמי לעלם וזה זכרי לדר דר, אז מען זאל נישט ליינען דעם שם הוי"ה נאר מען זאל עס ארויסזאגן מיטן שם אדנ"י, קען מען דאס צושטעלן אז שמע ישראל וואס שטייט אין די תורה איז די בחי' פון שם הוי' ככתיבתו, און ברוך שם בחי' שם אדנ"י.

קען מען מרמז זיין אז אונזער משפיע זיין בבחי' זה שמי לעלם - בחי' שמע, די מנין פון שמע ישראל בריבוע: שמע, שמע ישראל, שמע ישראל הוי"ה, שמע ישראל הוי"ה אלהינו, שמע ישראל הוי"ה אלהינו הוי"ה, שמע ישראל הוי"ה אלהינו הוי"ה אחד, איז די מספר פון שמ"י הוי"ה פעמים הו"ד - די תואר פון אונזער משפיע זיין.

און אונזער מקבל זיין איז זיך מתייחס צו זה זכרי - שם אדנ"י, די גימטריא פון ברוך בריבוע: ברוך, ברוך שם, ברוך שם כבוד, ברוך שם כבוד מלכותו, ברוך שם כבוד מלכותו לעולם, ברוך שם כבוד מלכותו לעולם ועד, איז די זעלבע מספר פון זכר"י אדנ"י פעמים טו"ב - די תואר פון אונזער מקבל זיין די השפעה.
אוועטאר
גין-גאלד
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 12:02 pm
לאקאציע: נישט אהער און נישט אהין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גין-גאלד »

פשו, הפלא ופלא.
---
א עקסטערע חסד פונעם אויבערשטען, אז די ספר ליגט אין גוטע הענט.
ווי מ'זעהט עס פון אייער מסודר'דיגע קלארע שריפט.
האלט! איידער איר זאגט אויס פאר אייער ''נאנטסטער חבר'' ווער עס פארשלייערט זיך אונטער אייער ניק, ביטע ליינט דא.
פאטיליטש
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 03, 2018 2:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטיליטש »

געקריגן דאס אין אישי:

הפלא ופלא.

און אויב מען קען צולייגן: שמ"י הוי"ה פעמים הו"ד בגימטריא ה' אלפים תר"מ, ונרמז במספר תרמ"ה, הוא ה' תר"מ, ועל כן איתא במדרש ויקחו לי תרמ"ה הה"ד שמ"ע ישרא"ל ה' אלקינו ה' אחד, כי במספר תרמ"ה נרמז שמ"ע ישרא"ל בריבוע.
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

פאטיליטש האט געשריבן:געקריגן דאס אין אישי:

הפלא ופלא.

און אויב מען קען צולייגן: שמ"י הוי"ה פעמים הו"ד בגימטריא ה' אלפים תר"מ, ונרמז במספר תרמ"ה, הוא ה' תר"מ, ועל כן איתא במדרש ויקחו לי תרמ"ה הה"ד שמ"ע ישרא"ל ה' אלקינו ה' אחד, כי במספר תרמ"ה נרמז שמ"ע ישרא"ל בריבוע.


שיין. נישט געוויסט אז עס דרייען זיך אזעלכע בעלי הרמז דא אויפ'ן וועלטל. ווי בין איך.

אבער אז יענער שרייבט שוין, פארוואס לייגט ער נישט צו פשוט, אז דאס זאגט רש"י לי לשמ"י, דהיינו אז דא איז מרומז די שם הוי"ה, שמ"י הוי"ה פעמים הו"ד, וואס דאס איז בגימטריא ה' תר"מ.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
פאטיליטש
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 03, 2018 2:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטיליטש »

בפנים

כ"ה בכסלו איז געווען א ברכה פאר די אכט טעג חנוכה, ח' פעמים כ"ה בגימטריא ר', ווי עס שטייט אין ספר יצירה המליך אות ר' בשלום, ווייל שלום איז די כלי מחזיק ברכה פאר די אכט טעג חנוכה. און פארדעם שטייט אין די משנה מס' פאה אז ווער עס פארמאגט 200 זוז דער זאל נישט נעמען קיין לקט שכחה ופאה, אבער 199 זאל ער נעמען, וויבאלד דעם צאל '200' איז מרמז דעם שלום וואס איז א כלי מחזיק ברכה (כנ"ל מספר יצירה).
נ"ס חנוכ"ה איז בגימטריא 199, פעלט דאך 1 צום ברכה? פארדעם שטייט אין גמ': ולא מצאו אלא פך "אחד" וכו', צו משלים זיין צו 200 וואס איז מרמז די ברכה צו די 8 טעג חנוכה.
פאטיליטש
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 03, 2018 2:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטיליטש »

ב"ה די ספר איז שוין גרייט צום דרוק מיט אלע פיטשיווקעס.
פאטיליטש
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 03, 2018 2:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטיליטש »

דער ספר "למודים בנסים" איז שוין ב"ה ארויס פון דרוק, אויפן וועג קיין אמעריקא!
פאטיליטש
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 03, 2018 2:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטיליטש »

858.jpg
858.jpg (177.47 KiB) געזען 4898 מאל
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

עכטע פריידיגע נייעס פאר שוחרי תורה, ואוהבי רמזי התורה

וועלן מיר דאס בעז"ה קויפן, ווי נאר ס'וועט זיין אין די געשעפטן
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
פאטיליטש
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 03, 2018 2:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטיליטש »

ב"ה שוין ארויף אויף די פאליצעס פון די געשעפטן!

[מיט די הכנסות פון פארקויפן דעם ספר וועט מען דרוקן ווייטער ספריו הק' בעז"ה]
צדיקים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 10, 2018 2:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיקים »

אוצרות פאטיליטש 01.jpg
אוצרות פאטיליטש 01.jpg (422.4 KiB) געזען 2299 מאל


אוצרות פאטיליטש 02.jpg
אוצרות פאטיליטש 02.jpg (416.47 KiB) געזען 2299 מאל
צדיקים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 10, 2018 2:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיקים »

אוצרות פאטיליטש 03.jpg
אוצרות פאטיליטש 03.jpg (422.88 KiB) געזען 2298 מאל


אוצרות פאטיליטש 04.jpg
אוצרות פאטיליטש 04.jpg (448.46 KiB) געזען 2298 מאל
זהב
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 5:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זהב »

בספה"ק למודים בניסים מ'הרה"ק מפאטיליטש איתא עה"פ יֵֽלְכוּ֙ יֹֽנְקוֹתָ֔יו וִיהִ֥י "כַזַּ֖יִת הוֹד֑וֹ" וְרֵ֥יחַֽ ל֖וֹ כַּלְּבָנֽוֹן. רמז על הנס שנעשה בשמן זית לח' ימים כנגד ההוד ספ' ח' והוא מלשון "ונתת מהודך" דהיינו קרון האור, רמז שהאיר המנורה בח' ימי חנוכה שנתקן בהם פגם ההוד בירך יעקב ע"כ ובאור החיים הק' סו"פ כי תשא איתא וז"ל ובמדרש (שמו''ר פמ''ז) ר' יהודה בר נחמן אמר כשכתב משה התורה נשתייר בקולמוס קמעא והעבירו על ראשו ומשם נעשה קרני הוד ע''כ, ודבריהם ז''ל סתומים וחתומים, ואולי שיכוונו לומר כי מצינו שמדת הענוה למעלה מכל כאומרם ז''ל (שהש''ר פ''א) מה שעשתה חכמה עטרה לראשה שהוא היראה דכתיב (תהלים קי''א) ראשית חכמה יראת ה' עשתה ענוה עקב לסנדל' דכתיב (משלי כ''ב) עקב ענוה יראת ה', ומצינו שהעידה התורה על משה (במדבר י''ב ג') שעניו מאוד מכל האדם, וכשאמר ה' לכתוב הדברים מצינו לו שלא כתב עניו אלא ענו חסרה יו''ד ואף זה מן הענוה, ובשכר זה זכה לקרני הוד כי הפליא ברצונו יתברך גם ה' הפליא חסדו לו בשנותו מכל האדם, והוא מה שרמז רבי יהודה באומרו נשתייר בקולמום קמעא והוא אות יו''ד שהיה צריך לכתוב ולא כתב לרוב ענותו וממנה זכה כנזכר ע"כ ובזה תמצא טוב טעם בענין מה שאמרו חז"ל (יומא כט.) דנס חנוכה לא ניתן לכתוב, דחנוכה הוא בחינת קרני הוד כנ"ל מהרב מפאטיליטש וקרני הוד היה בזכות העדר הכתיבה כנ"ל באה"ח והבן. ועין בספה"ק בת עין שייכות חנוכה למידת ענוה בכמה אנפין. ועין בבנ"י לחודש כסלו-טבת מאמר ד' אות מט' ואת נ' .
מה אנו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 261
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 2:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה אנו »

כתב בספר למודים בנסים (נס חנוכה שער ב') שגלות יון נרמז בדברי הקרא ובא הבית, וכולל בתוכו גם קליפת בבל מדי ואדום, עיי"ש שהאריך בדברים נפלאים. בתוך הדברים כתוב שם אשר בב"ל מד"י אדו"ם בגימטריא קל"ט, ובצירוף ב"א בגימטריא ח' דל"ק, עיי"ש.
ולפלא שלא העיר כי יו"ן במילואו יו"ד וא"ו נו"ן בגימטריא קל"ט, והרמז בזה לדרכו הוא נפלא, כי נרמז כן דייקא בהמילוי של יון לרמז אשר יון כולל בתוכו כל שלש הקליפות הנ"ל.
ואם תחשב יון במילואו כזה יו"ד ו"ו נו"ן תמצא שבגימטריא חל"ק, לרמז כתבו לכם על קרן השור שאין לכם חלק באלקי ישראל. והוא גם בגימטריא כפו"י טוב"ה.
שרייב תגובה

צוריק צו “ליקוטים וענינים”