"מערכה על הדרוש" - מקור ומשמעות הביטוי

די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער

מיגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 11:33 pm

"מערכה על הדרוש" - מקור ומשמעות הביטוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיגו »

מערכה על הדרוש

אין איינע פון די מפרשי השו"ע (לבושי שרד אדער יד אפרים) האב איך געזען דעם אויסדרוק, פונעם המשך האב איך פארשטאנען אז דאס איז אן אויסדרוק וואס מ'נוצט ווען ווען איינער וויל מוכיח זיין עפעס מיט די זאך אליין אויף וואס מ'איז דן.

פון וואנעט קומט דער אויסדרוק, דער מקור און דער פירוש פון דעם ביטוי?
אוועטאר
טלה ונעשה איל
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 27, 2019 11:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טלה ונעשה איל »

א זוכעניש אין אוצר החכמה גיבט מיר 244 ספרים, צווישן זיי 'אבקת רוכל' פונעם בית יוסף
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8834
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

דו האסט עס געזען אין לבושי שרד סי' תרפ"ז.
זעט אויס אז עס שטאמט פון ר' חסדאי קרקש http://www.daat.ac.il/DAAT/mahshevt/hareshut/b3-2.htm
מיינט - "Circular reasoning"
ווערט גענוצט גאנץ אפט אויך בתשובות חתם סופר ותלמידיו.
החודש אשר ישועות בו מקיפות... ניס"ן בגימטריא ניסי"ם

שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו - והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
מיגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 11:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיגו »

א צייט צוריק האב איך געפרעגט פשט אויף דעם אויסדרוק

לעצטענס איז מיר נתחדש געווארען בדרך אפשר אז מ'זאגט נישט דְרוּש ווי אין פשט רמז און דרוש, נאר דאס דארף זיך ליינען דָּרוּשׁ, דהיינו דער געזוכטער זאך.

מערכה על הַדָּרוּשׁ - א געביידע וואס איז געבויעט אויף די זאך אליין וואס איך זוך
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

דאס ווארט "דרוש" (מיט א שוא) איז גענוצט געווארן בלשון חכמי ימי הביניים נישט ווי א קאנטראסט צו פשט און רמז, נאר ענליך צו "שקלא וטריא" אדער אפילו "וויכוח"
מערכה על הדרוש טייטשט בויען עפעס אויף דאס וואס מען טענה'ט זיך.

אמנם לא יבוא הכי נמי מסתברא, כשהראיה היא מן הדרוש בעצמו שהן חולקים שאם כן יהיה מערכה על הדרוש וביאור הדבר בעצמו והיינו דאמרינן הכי נמי מסתברא מדקתני וכו'.


https://he.wikisource.org/wiki/%D7%93%D ... %A7_%D7%95
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
מיגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 11:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיגו »

Yang2020 האט געשריבן:דאס ווארט "דרוש" (מיט א שוא) איז גענוצט געווארן בלשון חכמי ימי הביניים נישט ווי א קאנטראסט צו פשט און רמז, נאר ענליך צו "שקלא וטריא" אדער אפילו "וויכוח"


נישט געוויסט. שיינע ידיעה.
א דאנק פאר דעם און פאר דער מ"מ אין דרכי התלמוד.
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”