אשרי הגבר אשר שם ה' מבטחו

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5114
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

אשרי הגבר אשר שם ה' מבטחו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

דברים קילורין לעינים פונעם הייליגן חזון איש בענין בטחון און השתדלות (ספר אמונה ובטחון, פרק ב' אות ה'), בשייכות מיט דער סדרה פון יוספ'ס בקשה ביים שר המשקים:

טראצדעם וואס "בטחון" איז בעיקר אין הארצן זייענדיג אויך כולל פארשידענע מצוות מעשיות, ווי זיך צוריקהאלטן פון טון פעולות קעגן א צווייטן, איז בטחון אויך א גורם זיך צוריקצוהאלטן פון געוויסע פעולות וואס זענען מותר, ווייל טיילמאל איז בטחון זיך מתנגד צו געוויסע השתדלות'ן און אסר'ט צו טון ספעציפישע מיטלען. דעריבער זענען מיר מחויב צו דן זיין במחשבה פאר'ן טון סיי וועלכע פעולה צי ס'איז אויסגעהאלטן לפי מדת הבטחון.

אזוי ווי מיר געפינען אין חז"ל, אין מדרש רבה פרשת מקץ, אז דאס השתדלות פון יוסף הצדיק מיט'ן בעטן פונעם שר המשקים "כי אם זכרתני אתך" איז געווען ווי א זלזול אין מדת הבטחון. ווי דער מדרש זאגט, אז דער פסוק "אשרי הגבר אשר שם ה' מבטחו ולא פנה אל רהבים" גייט ארויף אויף יוסף, וואס ער איז נענש געווארן מיט נאך צוויי יאר וויבאלד ער האט זיך געוואנדן צום שר המשקים.

דהיינו יוסף האט געוואוסט אז זיין הצלחה איז נישט אנגעהאנגען אין זיין השתדלות און אז אלעס איז פונעם אויבערשטן, נאר וויבאלד א מענטש איז מחויב צו טון טבעיות'דיגע פעולות און זיך נישט סומך זיין אויף א נס, האט יוסף געהאלטן אז ער איז מחויב אויסצוניצן די געלעגנהייט און בעטן ביים שר המשקים. אבער וויבאלד ס'איז נישט די נאטור פון די "רהבים", די מצריים בעלי גאה, צו געדענקען יענעם און גוטס טון פאר א צווייטן, איז אזא סארט פעולה פאסיג בלויז אין א מצב פון יאוש, ווייל א מענטש וואס שפירט מיואש טוט אלעס וואס ער קען, אפילו זאכן וואס וועלן לכאורה נישט העלפן. אבער פאר איינעם וואס פארזיכערט זיך אינעם אויבערשטן זענען אזעלכע סארט פעולות נישט פאסיג, און דאס איז נישט אין כלל פון השתדלות וואס א מענטש איז מחויב; ס'איז ווי שטויב אויפ'ן שטראל פון אמונה און בטחון. און וויבאלד מ'איז נישט מחויב דאס צו טון, איז עס אסור.

די כוונה פון חז"ל איז אלזא אויף דער פעולה פון יוסף, נישט אויף זיין מדת הבטחון חלילה. יוסף האט געוואוסט אז קיין שום מענטש קען אים נישט העלפן, בלויז דער אויבערשטער אליין, אבער דאס וואס ער האט געהאלטן אז ער איז מחויב מצד השתדלות צו בעטן ביים שר המשקים, דאס איז נישט געווען ריכטיג, לויט ווי חז"ל האבן געהאט מקובל, ווייל ער וואלט זיך נישט געדארפט ווענדן צו די "רהבים".
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

זייער שיין, ר' גרשון, יישר כח
איז דא ערגעץ אויפן וועלטל ווי עס ווערט אויסגעשמועסט די שיטות אין בטחון?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5114
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

הבהרה: "בטחון" באדייט אז א מענטש זאל זיך פארזיכערן אינעם אויבערשטן אז ער וועט אים צושטעלן אלע זיינע צרכים – ער וועט אים "שפייזן". דאס קומט נאכ'ן גלייבן באמונה שלימה אז ער איז מפרנס יעדן, מקרני ראמים עד ביצי כינים. ווען דער מענטש גלייבט דאס טיף און איז איבערצייגט דערין קען ער שפירן פארזיכערט, רואיג אז ס'וועט אים גארנישט פעלן.

אין דעם איז נישט שייך באמת קיין מחלוקת, און דאס איז יעדער איד מחויב אינזין צו האבן ביי "פותח את ידך ומשביע לכל חי רצון" און ביי דער ערשטער ברכה פון בענטשן, "כי הוא קל זן ומפרנס לכל ומטיב לכל ומכין מזון לכל בריותיו אשר ברא," און די כוונה איז מעכב.

אויב מ'קען מחולק זיין, איז עס אינעם ענין פון "השתדלות". נאכדעם וואס דער מענטש פארזיכערט זיך און איז רואיג אז ער וועט באקומען אלעס וואס ער דארף, קען אים נולד ווערן א קשיא אז אויב אזוי וואס פעלט אים אויס צו ארבעטן און טון פעולות צו דערגרייכן זיינע צרכים, און אויף דעם איז דער תירוץ אז דער אויבערשטער וויל נישט מ'זאל זיך פארלאזן אויף א נס נאר טון טבעיות'דיגע פעולות. יעצט קען (אפשר) זיין א שאלה וויפיל השתדלות איז מען מחויב צו טון. און אויף דעם ענין באציט זיך דער אויבנדערמאנטער חזון איש.

(ס'איז באמת א פשוט'ע זאך, אבער ס'איז וויכטיג ארויסצוברענגען, ווייל געוויסע שפירן כאילו זיי זענען נאכנישט אנגעקומען "דורכצוטון" די "נושא" פון בטחון, און דעריבער שטופן זיי עס אפ און ס'שלעפט זיך לכש...)
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
פויליש פארווע
שר האלף
תגובות: 1126
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 28, 2019 6:34 pm
לאקאציע: צווישן די מילכיגע און פליישיגע סינק

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פויליש פארווע »

גרשון האט געשריבן:הבהרה: "בטחון" באדייט אז א מענטש זאל זיך פארזיכערן אינעם אויבערשטן אז ער וועט אים צושטעלן אלע זיינע צרכים – ער וועט אים "שפייזן". דאס קומט נאכ'ן גלייבן באמונה שלימה אז ער איז מפרנס יעדן, מקרני ראמים עד ביצי כינים. ווען דער מענטש גלייבט דאס טיף און איז איבערצייגט דערין קען ער שפירן פארזיכערט, רואיג אז ס'וועט אים גארנישט פעלן.

אין דעם איז נישט שייך באמת קיין מחלוקת, און דאס איז יעדער איד מחויב אינזין צו האבן ביי "פותח את ידך ומשביע לכל חי רצון" און ביי דער ערשטער ברכה פון בענטשן, "כי הוא קל זן ומפרנס לכל ומטיב לכל ומכין מזון לכל בריותיו אשר ברא," און די כוונה איז מעכב.

אויב מ'קען מחולק זיין, איז עס אינעם ענין פון "השתדלות". נאכדעם וואס דער מענטש פארזיכערט זיך און איז רואיג אז ער וועט באקומען אלעס וואס ער דארף, קען אים נולד ווערן א קשיא אז אויב אזוי וואס פעלט אים אויס צו ארבעטן און טון פעולות צו דערגרייכן זיינע צרכים, און אויף דעם איז דער תירוץ אז דער אויבערשטער וויל נישט מ'זאל זיך פארלאזן אויף א נס נאר טון טבעיות'דיגע פעולות. יעצט קען (אפשר) זיין א שאלה וויפיל השתדלות איז מען מחויב צו טון. און אויף דעם ענין באציט זיך דער אויבנדערמאנטער חזון איש.

(ס'איז באמת א פשוט'ע זאך, אבער ס'איז וויכטיג ארויסצוברענגען, ווייל געוויסע שפירן כאילו זיי זענען נאכנישט אנגעקומען "דורכצוטון" די "נושא" פון בטחון, און דעריבער שטופן זיי עס אפ און ס'שלעפט זיך לכש...)

האמיר נאר יעצט באגעגענט די אשכול זוכענדיג אויף גוגל א ספר אויף אמונה ובטחון, יישר כח ר' גרשון פאר'ן שרייבן וועגן אזא וויכטיגע נושא וואס ווייניג מענטשן זענען אויסגעקאכט (עכ''פ אזוי מיין איך) אשאד אז האסט דיך אפגעשטעלט דא, ווי עס זעהט אויס זענט איר אויסגעקאכט דערין. מיר האפן אז איר וועט שרייבן נאך וועגן אמונה און בטחון און די חובת ההשתדלות.
ווען איר ליינט אן ארטיקל פון פויליש קענט איר זיין רואיג אז געווענליך איז כאטש 2 פראצענט אמת.
מפתח - פויליש פארווע ארטיקלען
אזוי צו אזוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 23, 2012 3:45 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי צו אזוי »

ישר כח ר' גרשון פאר דעם שיינעם ווארט פון הייליגן חזון איש.

גרשון האט געשריבן:הבהרה: "בטחון" באדייט אז א מענטש זאל זיך פארזיכערן אינעם אויבערשטן אז ער וועט אים צושטעלן אלע זיינע צרכים – ער וועט אים "שפייזן".

ביינונז האט מען געלערענט אז בטחון מיינט אז דער אייבישטער וועט טוען וואס איז באמת גוט פאר מיר.

פוק חזי וויפיל מענטשן האבן נישט אלע זייערע צרכים, זיי מוטשענען זיך מיט פארשידענע מיטמאכענישן, מיינט דאס אז זיי האבן זיך נישט וואס צו פארלאזן אויפן באשעפער ח"ו?

בטחון איז נישט אז דער אייבישטער וועט טוען וואס איך האלט אז עס איז גוט פאר מיר, בטחון מיינט טראסט דעם באשעפער - וואס איז דער מקור הטוב - אז ער טוט פאר יעדע ברי' וואס איז באמת גוט פאר אים.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5114
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

אזוי צו אזוי האט געשריבן:

געוויס אזוי.

כאטש ס'איז באקאנט, איז כדאי מעתיק צו זיין בענין זה די ווערטער פונעם רמב"ם אויף דער משנה "חייב אדם לברך על הרעה כשם שמברך על הטובה" (ברכות פ"ט מ"ה):

"כשם שמברך על הטובה" מיינט אז מ'זאל עס מקבל זיין מיט שמחה און א לב טוב און איינהאלטן דעם כעס און מאכן פרייליכערהייט די ברכה "דיין האמת", פונקט ווי בשעת'ן מאכן "הטוב והמטיב", אזוי ווי די חכמים פלעגן זיך פירן צו זאגן ביי אלעם וואס האט זיי פאסירט "כל מה דעבדין מן שמיא לטב". און דאס איז א פארשטענדליכע זאך ביי קלוגע מענטשן, אפילו ס'וואלט נישט געשטאנען אין פסוק אז מ'דארף אזוי טון, ווייל אסאך זאכן קוקן אויס אין אנהייב גוט, אבער צום סוף זענען זיי זייער ביטער. דעריבער איז נישט פאסיג פאר א קלוגן מענטש צו ווערן פארלוירן ווען ס'קומט אויף אים א צרה, וויבאלד ער ווייסט נישט ווי אזוי ס'וועט זיך אויסלאזן, אזוי אויך זאל ער נישט ווערן איבערגערעדט זיך צו פרייען אינגאנצן ווען ס'פאסירט מיט אים עפעס וואס קוקט אויס גוט, ווייל ער ווייסט נישט ווי אזוי ס'וועט זיך צום סוף אויסלאזן.


פויליש פארווע האט געשריבן:האמיר נאר יעצט באגעגענט די אשכול זוכענדיג אויף גוגל א ספר אויף אמונה ובטחון, יישר כח ר' גרשון פאר'ן שרייבן וועגן אזא וויכטיגע נושא וואס ווייניג מענטשן זענען אויסגעקאכט (עכ''פ אזוי מיין איך) אשאד אז האסט דיך אפגעשטעלט דא, ווי עס זעהט אויס זענט איר אויסגעקאכט דערין. מיר האפן אז איר וועט שרייבן נאך וועגן אמונה און בטחון און די חובת ההשתדלות.

איך בין נישט זיכער אז איך האב וואס מוסיף צו זיין. איך האב נאר געלערנט די "בעסיק" ספרים, ווי חובות הלבבות. די עיקר נקודה וואס איך האב געוואלט ארויסברענגען איז איז בטחון איז א זאך אין הארצן פונעם מענטש. ס'איז א מידה וואס מ'דארף קונה זיין דורך הרגל און דורכ'ן לעבן דערמיט אסאך.

בנוגע חובת השתדלות קען מען מסתמא טרעפן פארשידנארטיגע דרכים אין אנדערע ספרים. דאס איז אבער דער צווייטער שטאפל, נאכדעם וואס דער מענטש שפירט פארזיכערט. משום איזו סיבה כאפן זיך מענטשן מער אן אויף דעם, מעגליך ווייל ווי געווענליך איז גרינגער צו מאכן אן עסק פון דער חיצונית'דיגער פעולה ווי איידער די דברים שבלב. אין תהלים ווערט צענדליגער מאל דערמאנט דער ענין פון בטחון בה', אבער קיינמאל נישט השתדלות.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
הגות תבונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 09, 2019 11:39 pm
לאקאציע: כעת פק"ק געטיסבורג, פא.

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הגות תבונות »

אזוי צו אזוי האט געשריבן:ביינונז האט מען געלערענט אז בטחון מיינט אז דער אייבישטער וועט טוען וואס איז באמת גוט פאר מיר.
פוק חזי וויפיל מענטשן האבן נישט אלע זייערע צרכים, זיי מוטשענען זיך מיט פארשידענע מיטמאכענישן, מיינט דאס אז זיי האבן זיך נישט וואס צו פארלאזן אויפן באשעפער ח"ו?
בטחון איז נישט אז דער אייבישטער וועט טוען וואס איך האלט אז עס איז גוט פאר מיר, בטחון מיינט טראסט דעם באשעפער - וואס איז דער מקור הטוב - אז ער טוט פאר יעדע ברי' וואס איז באמת גוט פאר אים.


שוין א היבשע צייט [ליידער] נישט עוסק געווען אין דער סוגיא, אבער כפי המונח בזכרוני איז קלאר פון חובות הלבבות אז בטחון איז אז מ'פארזיכערט זיך אינעם אויבערשטן אז ער וועט מאכן אז עס וועט זיין גוט באופן הנראה לעינים. ווידער דער חזו"א בספר אמונה ובטחון הנ"ל זאגט זייער שארף דערקעגן, ובפשטות קוקט אויס ווי ער קריגט דערויף [ועי' בספר אגרת על בטחון להרב בלוך, שהאריך בזה].

אבל אחרי העיון נראה דשניהם כאחד הם, ווייל באמת איז דער חובות הלבבות זייער שווער צו פארשטיין, פון איין זייט זאגט ער כנ"ל אז דער אייבערשטער וועט אים זיכער העלפן. אבער דערנאך שרייבט ער אז דער אייבערשטער ווייסט בעסער ווי אונז וואס עס איז גוט פאר אונז, והאיך יתקיימו שניהם?

ולפום ריהטא קוקט מיר אויס פשט אזוי, מיר זעען אז עס קענען זיין צוויי מענטשן, איינעם גייט אלעס גוט, אבער ער איז אנגעזעצט אז "עפעס" א טשוועטשקעלע גייט אנדערש ווי ער וויל. ווידער דער שכן איז רח"ל ארומגענומען מיט צרות צרורות, אבער זיין מצב רוח איז פיין. ער גייט אן מיטן לעבן מיט א נאטורליכע שמחת החיים. קומט אויס אז דער עיקר איז נישט "וואס", נאר "וויאזוי".

לפי זה יתכן, אז דער חובה"ל מיינט צו זאגן אז מ'קען זיך פארזיכערן אז דער אויבערשטער וועט מאכן אז ס'זאל מיך "גוט זיין", ס'הייסט כ'וועל מיך שפירן גוט, כ'העל זיין אין א גוטן מצב. אבער דאס צו ער וועט ממלא זיין מיין בקשה, דאס ווענדט זיך שוין צו עס איז באמת אין מיינע אינטערעסן, וואס דאס ווייסט נאר דער הייליגער באשעפער אליין. און צו דעם, קען דער חזו"א אויך מסכים זיין.

כתבתי בחפזון, ואחכה לשמוע חוו"ד החברים.
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”