מעג מען לייגן א נעגעטיווע Review אויף א אידישע ביזנעס?

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4116
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

מעג מען לייגן א נעגעטיווע Review אויף א אידישע ביזנעס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

עס איז היינט א וועלט וואו מענטשן געבן און לייינען פידבעק און Reviews אויף אלע מיני סערוויסעס און ביזנעס איינגעלעגענהייטן

צו זאל עס זיין Google Reviews אדער אויף א אידישע וועבסייט וכדומה

די שאלה איז צו עז איז אויסגעהאלטען צו לייגן א נעגעטיווע review סיי מצד חושן משפט און סיי אלס די חלק פון לשה״ר און מוציא שם רע

וואס איז די הלכה ?
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

Re: מעג מען לייגן א נעגעטיווע Review אויף א אידישע ביזנעס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

וואס עפעס? האט געשריבן:עס איז היינט א וועלט וואו מענטשן געבן און לייינען פידבעק און Reviews אויף אלע מיני סערוויסעס און ביזנעס איינגעלעגענהייטן

צו זאל עס זיין Google Reviews אדער אויף א אידישע וועבסייט וכדומה

די שאלה איז צו עז איז אויסגעהאלטען צו לייגן א נעגעטיווע review סיי מצד חושן משפט און סיי אלס די חלק פון לשה״ר און מוציא שם רע

וואס איז די הלכה ?

לויט מה דעלך סני לחברך לא תעביד איז עס פשוט פשוט כביעתא בכוחתא נישט אויסגעהאלטן
וואס צו טון ווען מ'האט טענות איז א צווייטע מעשה
סאיז קלאר נישט מעגליך פאר א איד וואס האט דורך געלערנט ספר חפץ חיים מיט שמירת הלשון צו לייגן א נעגעטיוו רעוויו אויף א אידס ביזנעס בשום אין אופן שבעולם
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4116
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: מעג מען לייגן א נעגעטיווע Review אויף א אידישע ביזנעס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

וואס האט מיך געברענגט צו פרעגען די שאלה ?

איך האב געניצט א היימישע סערוויס און דערנאך האביך אפגעשריבן אין א אשכול איבער וואס איך האב דארט מיטגעלעבט . נאכן שרייבן טראכט איך צו מיר - איז עס אויסגעהאלטען ?
מעג מען בארעדן א אידישע פירמע אין פובליק?!

קודם האביך אויסגעמעקט יענע תגובה אין דא שטיי איך יעצט מיט די דעלעמע
לעצט פארראכטן דורך וואס עפעס? אום דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2020 10:53 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
צדיק בן צדיק
שר חמש מאות
תגובות: 975
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 9:21 pm

Re: מעג מען לייגן א נעגעטיווע Review אויף א אידישע ביזנעס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיק בן צדיק »

האט שוין איינער אמאל עפעס געהערט איבער דעם פון א מורה-צדק?

איך זעה דא השערות, און אז מ׳לערנט די ספר ח״ח, איז נישט מעגליך... איך וואלט שטארק געוואלט וויסען הלכה למעשה.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

אויסלייג און שרייב קוואליטעט פון אסאך reviews קלאר געשריבן דורך אחינו בני ישראל איז אויך א שאלה פון חילול השם...
די ספאניאלאס און לאטינאס און טשייניזע מאכן נישט קיין מיסטעיקס?...
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

Re: מעג מען לייגן א נעגעטיווע Review אויף א אידישע ביזנעס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

צדיק בן צדיק האט געשריבן:האט שוין איינער אמאל עפעס געהערט איבער דעם פון א מורה-צדק?

איך זעה דא השערות, און אז מ׳לערנט די ספר ח״ח, איז נישט מעגליך... איך וואלט שטארק געוואלט וויסען הלכה למעשה.

האסט שוין אמאל געפרעגט א שאלה צו מ'דארף דאווענען שחרית - זאגן מודה אני, אפגיסן נעגל וואסער, וכו'
אדער דו עפנסט א שולחן ערוך און דו טוסט וואס דו לערנסט, און א זאך וואס שטייט נישט פרעגסטו, זאג איך אייך די זאכן שטייען קלאר אן קיין שאלה.
לערן חפץ חיים וועסטו זען אז ס'איז נישט קיין שאלה כלל
לעצט פארראכטן דורך lebediger berel אום מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 9:21 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3071
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

Re: מעג מען לייגן א נעגעטיווע Review אויף א אידישע ביזנעס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהלע »

lebediger berel האט געשריבן:
צדיק בן צדיק האט געשריבן:האט שוין איינער אמאל עפעס געהערט איבער דעם פון א מורה-צדק?

איך זעה דא השערות, און אז מ׳לערנט די ספר ח״ח, איז נישט מעגליך... איך וואלט שטארק געוואלט וויסען הלכה למעשה.

האסט שוין אמאל געפרעגט א שאלה צו מ'דארף דאווענען שחרית - זאגן מודה אני, אפגיסן נעגל וואסער, וכו'
אדער דו עפנסט א שולחן ערוך און דו פרעגסט
לערן חפץ חיים וועסטו זען אז ס'איז נישט קיין שאלה כלל
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3635
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

צדיק בן צדיק האט געשריבן:האט שוין איינער אמאל עפעס געהערט איבער דעם פון א מורה-צדק?

איך זעה דא השערות, און אז מ׳לערנט די ספר ח״ח, איז נישט מעגליך... איך וואלט שטארק געוואלט וויסען הלכה למעשה.



עס איז מיר אויכט נוגע, צוליב וואס געוויסע אידישע קאמפעניס געבן נישט די בעסטע סערוויס (שיין גערעדט) צוליב וואס ביים היימישן עולם לייגט דער עולם נישט ארויף קיין ריוויוס און אפילו עס איז דא פארווייטאגטע קונם האלטן עס נישט די אנדערע מיט

בעבר האב איך שוין געלייגט שלעכטע ריוויאס צוליב די סערוויס וואס איך האב באקימען און דערנאך ווען זיי האבן מיר מפייס געווען און סערווירט ווי זיי האבן מתחילה פארשפראכן האב איך עס געטוישט צי 5
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4524
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: מעג מען לייגן א נעגעטיווע Review אויף א אידישע ביזנעס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

גוגל ווייס איך נישט, אבער אויף עמעזאן מאכסטו אים קלאר שולדיג געלט
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4116
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: מעג מען לייגן א נעגעטיווע Review אויף א אידישע ביזנעס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

קרייסלער האט געשריבן:גוגל ווייס איך נישט, אבער אויף עמעזאן מאכסטו אים קלאר שולדיג געלט


היינו הך
אז די לייגסט א 1 סטאר אויף גוגל העט די עולם טראכטן איידער ניצן יענעם׳ס סערוויס
פרוכט בוים
שר חמש מאות
תגובות: 652
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 06, 2013 4:38 pm

Re: מעג מען לייגן א נעגעטיווע Review אויף א אידישע ביזנעס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוכט בוים »

ביי אמעזאן איז עס אויטאמאטיש און די שאדן איז לכאורה 20 מאל מער פון די אייטעם אויב נישט פיהל מער

ווידער גוגל איז עס נישט אויטאמאטיש
----
אבער אויב דער פארקויפער האט דיך פארקויפט א 500 דאלערדיגע אייטעם און האסט פראבלעמען מיט עס און דער מוכר איגנארירט דיינע פאון קאולס אדער אימעילס מיין איך אז דער קויפער מעג אויך זיך אויפירן ווי דער פארקויפער און נוצן זיין שטעקן
צדיק בן צדיק
שר חמש מאות
תגובות: 975
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 9:21 pm

Re: מעג מען לייגן א נעגעטיווע Review אויף א אידישע ביזנעס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיק בן צדיק »

משהלע האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:
צדיק בן צדיק האט געשריבן:האט שוין איינער אמאל עפעס געהערט איבער דעם פון א מורה-צדק?

איך זעה דא השערות, און אז מ׳לערנט די ספר ח״ח, איז נישט מעגליך... איך וואלט שטארק געוואלט וויסען הלכה למעשה.

האסט שוין אמאל געפרעגט א שאלה צו מ'דארף דאווענען שחרית - זאגן מודה אני, אפגיסן נעגל וואסער, וכו'
אדער דו עפנסט א שולחן ערוך און דו פרעגסט
לערן חפץ חיים וועסטו זען אז ס'איז נישט קיין שאלה כלל

איך האב נישט קיין צייט (און געדולד :grin:) דורכצולערנן די גאנצע ספר פון דעקל צו דעקל, איך וועל פרעגן א שאלה פון א דיין, און בל״נ צוריקומען דא אין וועלטל מיט א באריכט.

בד״וו איך מיין אז די מערהייט פון שאלות וואס אידן פרעגן דעם מו״ץ, קען מען טרעפן אין שו״ע אויב מען לערנט עס אליינס אדורך, עס ברויך נישט זיין קיין שום פראבלעם אהנצופרעגן אפילו א פשוטע שאלה, דאס איז זיין דזשאב צו ענטפערן.

וועגן דעם איז ער א דיין און איך... א פשוטע שוסטער...(פיקיטיווע אומנות צוליב חשש גילוי... :lol:)
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: מעג מען לייגן א נעגעטיווע Review אויף א אידישע ביזנעס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

מעשה שהיה. [לכבוד ימי אלול לאמיר זאגן אז ס'וואלט געקענט געשען.]
א פעקל פון א געוויסע אייטעם ווערט אדווערטייזט פאר $10, און ער ווייזט אז ס'קומט אויס $1 פער שטיקל דהיינו אז ס'איז א באקס פון 10. איז עס גוט ביליג האמיר באשטעלט פאר $10, ויבוא אין די פאסט בשטומו"צ.
ונפתחה את אמתחותינו והנה דארט געפינט זיך איין סינגל שטיקל - וואס אין יעדער געשעפט קאסט $1 - און דער ערליכער מוכר בעט דערפאר נאר $10.
נו האמיר פרובירט צו האנדלן מיט אים היתכן אזוי פירט מען זיך אויף. זאגט ער אז אזוי איז עס געליסטעד [א שקר], און כאשר מיר האבן פרובירט צו טענה'ן האמיר גערעדט צום וואנט. ער'ט זיך אפילו נישט דערשראקן פונ'ם גרויסען סטראשע אז מ'עט מאכן א נעגאטיוו ריוויא.
בלית ברירה האמיר דיספיוטעד די טשארדזש.

לגבי די שלעכטע ריוויא האמיר מחמיר געווען בשב ואל תעשה [למעשה האט דאך סיטי קארד מקיים געווען והשיב את הגזלה, זאל א צווייטער אויך האבן א שלעכטע עקספיריענס....]
אבער צו דען האט ער עס נישט ערליך פארדינט? ואהבת לרעך כמוך דארף מען נאר פאר'ן שווינדלער? די וואס ער נארט אפ קומט זיך נישט אויך אביסל רחמנות?
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

Re: מעג מען לייגן א נעגעטיווע Review אויף א אידישע ביזנעס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

lebediger berel האט געשריבן:
צדיק בן צדיק האט געשריבן:האט שוין איינער אמאל עפעס געהערט איבער דעם פון א מורה-צדק?

איך זעה דא השערות, און אז מ׳לערנט די ספר ח״ח, איז נישט מעגליך... איך וואלט שטארק געוואלט וויסען הלכה למעשה.

האסט שוין אמאל געפרעגט א שאלה צו מ'דארף דאווענען שחרית - זאגן מודה אני, אפגיסן נעגל וואסער, וכו'
אדער דו עפנסט א שולחן ערוך און דו טוסט וואס דו לערנסט, און א זאך וואס שטייט נישט פרעגסטו, זאג איך אייך די זאכן שטייען קלאר אן קיין שאלה.
לערן חפץ חיים וועסטו זען אז ס'איז נישט קיין שאלה כלל

איך זע דא אין אשכול נאך מיין תגובה איז געשריבן געווארן זאכן וואס באדייט אז מאנכע פארשטייען נישט קלאר וואס כ'האב געשריבן
איך באצי זיך צום ענין פון רעוויו וואס מ'רופט געווענליך א עמעזאן אדער גוגל רעוויו אדער אויף א האטעל אויף די סארט וועבזייטליך וואו באניצער געבן זייער אפשאצונג, צו מ'איז געווען צופרידן וכו' און לאמיך איבערשרייבן אויב איינער איז נישט געווען צופרידן און פובליצירט א נעגאטיוו רעוויו איז ער עובר אויף כמה עשין ולאוין דבר פשוט ווער ס'קוקט אריין אין א ספר אדער אין חומש ביי מצות ואהבת לרעך כמוך וכו' פון דעם האב איך גערעדט.
איבער סכסוכים באמת - און ווען מ'רעדט זיך אפצוהיטן פון גנבים שווינדלערס וכו' דא קומט אריין דער ענין פון א שאלה און פון א מורה צדק וכו' כ'האף אז סאיז גענוג קלאר.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4116
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: מעג מען לייגן א נעגעטיווע Review אויף א אידישע ביזנעס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

עס קוקט מיר אויס אז אסאך מענטשן מיינען אז די הלכה איז געבויעט דירעקט אויף זייערע געפילן
ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:14 am

Re: מעג מען לייגן א נעגעטיווע Review אויף א אידישע ביזנעס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוינע באנאנע »

*
לעצט פארראכטן דורך ברוינע באנאנע אום דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2020 2:18 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

Re: מעג מען לייגן א נעגעטיווע Review אויף א אידישע ביזנעס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

וואס עפעס? האט געשריבן:עס קוקט מיר אויס אז אסאך מענטשן מיינען אז די הלכה איז געבויעט דירעקט אויף זייערע געפילן

איך וואלט אויך אזוי געשריבן, אבער נאכן לערנען חפץ חיים מיט שמירת הלשון זע איך נישט קיין שום וועג בעולם צו קענען שרייבן א נעגעטיוו רעוויו (באופן וואס איך האב מסביר געווען פון וואס מ'רעדט) אויף א אידיש געשעפט.
עס איז דא קלארע הלכות אויף דעם ר' ישראל מאיר האט זיך מטריח געווען דערויף
אויסער דעם איז דא א פסוק ואהבת לרעך כמוך מיט א קלארע הסבר פון חז"ל מה דעלך סני לחברך לא תעביד, אויב ווילסטו טרעפן א יוצא מן הכלל עליך להביא ראי' ברורה
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5120
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: מעג מען לייגן א נעגעטיווע Review אויף א אידישע ביזנעס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

lebediger berel האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:עס קוקט מיר אויס אז אסאך מענטשן מיינען אז די הלכה איז געבויעט דירעקט אויף זייערע געפילן

איך וואלט אויך אזוי געשריבן, אבער נאכן לערנען חפץ חיים מיט שמירת הלשון זע איך נישט קיין שום וועג בעולם צו קענען שרייבן א נעגעטיוו רעוויו (באופן וואס איך האב מסביר געווען פון וואס מ'רעדט) אויף א אידיש געשעפט.
עס איז דא קלארע הלכות אויף דעם ר' ישראל מאיר האט זיך מטריח געווען דערויף
אויסער דעם איז דא א פסוק ואהבת לרעך כמוך מיט א קלארע הסבר פון חז"ל מה דעלך סני לחברך לא תעביד, אויב ווילסטו טרעפן א יוצא מן הכלל עליך להביא ראי' ברורה

צו מאכן קלארער: דו מיינסט צו זאגן אז ווען יענער פרובירט צו זיין א מענטש נאר מ'קען אויף יעדן טרעפן עפעס א חסרון, איז אסור צו געבן א נעגאטיוון רעוויו. אבער אויב איז ער באמת אן אוממענטש, א ביישפיל ווי להודות האט געשריבן, ביי דעם איז שוין טאקע א שאלה. גוט פארשטאנען?
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

Re: מעג מען לייגן א נעגעטיווע Review אויף א אידישע ביזנעס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

גרשון האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:עס קוקט מיר אויס אז אסאך מענטשן מיינען אז די הלכה איז געבויעט דירעקט אויף זייערע געפילן

איך וואלט אויך אזוי געשריבן, אבער נאכן לערנען חפץ חיים מיט שמירת הלשון זע איך נישט קיין שום וועג בעולם צו קענען שרייבן א נעגעטיוו רעוויו (באופן וואס איך האב מסביר געווען פון וואס מ'רעדט) אויף א אידיש געשעפט.
עס איז דא קלארע הלכות אויף דעם ר' ישראל מאיר האט זיך מטריח געווען דערויף
אויסער דעם איז דא א פסוק ואהבת לרעך כמוך מיט א קלארע הסבר פון חז"ל מה דעלך סני לחברך לא תעביד, אויב ווילסטו טרעפן א יוצא מן הכלל עליך להביא ראי' ברורה

צו מאכן קלארער: דו מיינסט צו זאגן אז ווען יענער פרובירט צו זיין א מענטש נאר מ'קען אויף יעדן טרעפן עפעס א חסרון, איז אסור צו געבן א נעגאטיוון רעוויו. אבער אויב איז ער באמת אן אוממענטש, א ביישפיל ווי להודות האט געשריבן, ביי דעם איז שוין טאקע א שאלה. גוט פארשטאנען?

סאיז לכאורה מער ווי א אוממענטש, אויב יענער ב'גנב'ט דעם ציבור, אדער אויב דו האסט נישט קיין אנדערע עצה צו ראטעווען דיין געלט זאג איך "פרעג א שאלה" אבער אויב ביזט סתם געווען אומצופרידן פון די סערוויס / פראדוקט, איז עס א איסור גמור "נאך פאר די שאלה"
הגם קיינער וועט מיך נישט שלאגן אויב איך וועל פרעגן יעצט דעם דיין צו איך מעג אריין גיין אין דיין הויז און צונעמען דיין לייכטער, אויך נישט צו איך מעג ווייקן מיין סטעיק אין קאפי, אבער דארפסט נישט פרעגן, דו ווייסט אליין. דאס זאג איך.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4116
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: מעג מען לייגן א נעגעטיווע Review אויף א אידישע ביזנעס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

Posting Negative Online Reviews

It’s very common to write an online review of any business you patronized, product you purchased, or hotel you visited (on Google, Yelp, Amazon, etc.). How is doing so consistent with the laws against lashon hara – forbidden gossip? If the business is owned by a Jew and you have complaints about it, can you publicize them online?

It’s likewise common for businesses to post fake positive reviews to promote themselves. Is this allowed since such practices are relatively easy and commonplace?

The Aish Rabbi Replies:
You are right that such practices are dubious. Publicizing negative information about another, whether through speech or writing, falls under the general heading of lashon hara – evil speech.

There are cases when we are permitted to share negative information about another Jew (or his business) to protect others from harm. However, several conditions must be met before we may do so, such as that we first try complaining to the business owner himself, we only share the information with those to whom it is relevant, and that the information does not cause any more damage than the owner actually deserves. We also must share our negative report for entirely sincere reasons, and not to vent our anger against the person who ripped us off.

It would thus seem clear that online reviews are problematic. For starters, such reviews are visible to everyone, not only the people to whom it is relevant.

I have heard some people argue that business owners today clearly permit others to post negative reviews about them – since it’s understood that all businesses today are subject to such treatment. Thus, there is an automatic assumed forgiveness for such a practice. However, I don’t find such an argument very convincing. Just because a person enters a dangerous place does not mean we are permitted to kill him. Likewise, if a person leaves himself vulnerable to embarrassment, we are not allowed to shame him.

Posting fake positive reviews as authentic is clearly a form of dishonesty and is likewise forbidden. (When I wrote a highly favorable review of my son’s book, I began with the “full disclosure” that the review was being written by his father.) :-)

On a related note, one should always be wary of online reviews that he does read. When we are told negative information about another Jew, we may not accept it as absolute fact, but may at most take into account that it might be true. It may well be colored by the biases of the person who wrote it, and not be an accurate or objective assessment of the person or business under discussion.

https://www.aish.com/atr/Posting-Negati ... views.html
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4116
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: מעג מען לייגן א נעגעטיווע Review אויף א אידישע ביזנעס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

שרייב תגובה

צוריק צו “בין אדם לחבירו”