!!איך וויל עס איבערזאגן

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
חסידא ופרישא
שר האלף
תגובות: 1569
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יוני 13, 2020 6:48 pm
לאקאציע: אסאך פלעצער

!!איך וויל עס איבערזאגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסידא ופרישא »

היינט האב'ך געהערט א שיינע דבר תורה, און איך וויל עס זייער שטארק אחבערזאגן, און לכבוד דעם מאך איך א אשכול פאר יעדער וואס האט א דבר .
תורה וואס ער וויל איבערזאגן

בנוגע צו שמיני עצרת שטייט, "קשה עלי פרידתכם" און ממילא, האט דער אייבישטער געמאכט א שמיני עצרת א לעצטע טאג ווי ער עם זאגן צום אידן וואס
"גיין אוועק פונעם סוכה, "גודביי
אבער לכאורה, וואס גייט העלפען נאך איין טאג? כאילו נאך דער טאג וועט דער 'פרידתכם' נישט זיין שווער? און וואס איז בכלל דאס ווארט 'פרידתכם'. ס'וואלט געדארפט זיין 'פרידתינו', צווישען הקב"ה און אידן! וואס
?"מיינט פרידת"כם
נאר אזוי: פרידתכם מיינט דער פרידה צווישען איין איד מיט א צווייטען. אויף סוכות, ווען מ'בינדט אלע ד' מינים וואס זענען כנגד אלע סארטען אידן צוזאמען, דעמאלטס איז דער אייבישטער צופרידען און געט אונז ברכות, ווייל דאך "ברכינו אבינו-כולנו כאחד", אבער ווען מ'גייט אוועק פון סוכות, זאגט הקב"ה 'קשה עלי פרידתכם ווייל נאך סוכות גייט נישט זיין די זעלבע אחדות ווי סאיז געווען אויף סוכות.

און אויף דעם קען שמיני עצרת העלפען, ווייל אויף שמיני עצרת ברענגט מען "פר אחד-אייל אחד". דאס קומט צו ווייזען אז סאיז נישט פשט אזוי ווי אונז האבן געמיינט-און געזעהן- ביי סוכות, אז ס'דא 4 סארטען, און אלע קומען צוזאמען, נאר לכתחילה זענען אלע אידן בדוגמת "פר אחד-אייל אחד", אונז זענען לכתחילה איינס, און גארנישט וועט דאס קענען טוישען. און ווען מפארשטייט דאס, וועט עס בלייבען א גאנץ יאר, און ממילא איז עס מובן פארוואס שמיני עצרת נעמט
"אוועק דער "קשה עלי פרידתכם
כתיבה וחתימה טובה!

מיין אימעל איז [email protected]
אוועטאר
חסידא ופרישא
שר האלף
תגובות: 1569
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יוני 13, 2020 6:48 pm
לאקאציע: אסאך פלעצער

Re: !!איך וויל עס איבערזאגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסידא ופרישא »

כל האומר דבר בשם אומרו מביא גאולה לעולם- דאס איז א ווארט פונעם ליובאוויטשער רבי זצ"ל, וואס האט טאקע געפירט כל ימי חייו מיט דער יסוד אז אלע אידן
"זענען בעצם און לכתחילה "אחד
כתיבה וחתימה טובה!

מיין אימעל איז [email protected]
אוועטאר
ירום הודו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 492
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2018 8:28 pm

Re: !!איך וויל עס איבערזאגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירום הודו »

יישר כחכם
ברוך שחלק מחכמתו ליראיו
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19772
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: !!איך וויל עס איבערזאגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

זייער שיין ישר כח
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: !!איך וויל עס איבערזאגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

אמאל האט א רבי געפרעגט א ר"י וואס איז פשט אז הו"ר שאקעלט מען נאר די ערבות, האט די ליטווישע ר"י געזאגט אז ס'קומט צו ווייזען אז מען דארף זיך דערווייטערען פון די אידען וואס זענען בבחינת ערבות, און דאס וואס גאנץ סוכות זענען די ערבות צוזאמען מיט די אנדערע מינים איז נאר הותרה לשעתה ולא לע"ל, און זיי דארפען וויסען אז זיי זענען נידריגער ווי די אנדערע אידען, און דערפאר קלאפט מען די הושענות אויפן ערד, האט די רבי געזאגט פארן ר"י אז ער האט א אנדערע פשט, אז מען וויל ווייזען אז די אידען וואס זענען בבחינת אתרוג לולב און הדסים דארפען צוקומען צו די ערבות'דיגע אידען, און דערפאר שאקעלט מען זיי נאר צוזאמען מיט די ערבות, אבער די פשוטע תמימות'דיגע אידען וואס האלטען זיך ביים אידישקייט אויך ווען זיי ווערען צוקלאפט און צוזעצט דארפען נישט צוקומען צו אנדערע אידען זיך צו דערנענטערען צום רבוש"ע, נאר זיי אליין גייען ארויף העכערן ארוה"ק און זענען נאנט צם טאטע אין הימעל אן קיין פארמיטלער.

דער דבר תורה איז א ספק בבחינת די זכרון איז א גנב, ספק א אייגענער ווארט (ד. ה. די צווייטער האלב), אבער די נעמען פון די רבי און ר"י קען איך נישט, אפשר האב איך געהערט כעין אזא ווארט פון הרב YY ג'ייקובסון בשם די לעצטער ליובאוויטשער רבי זצ"ל, טאמער איינער קען ארויפקומען מיט מקורות פאר דער ווארט וואלט איך אים דאנקבאר געווען.
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: !!איך וויל עס איבערזאגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

אז מ'רעדט פון די הושענות. זאגט מען נאך אז א גאנצע וואך פאראדירט מען מיט די ערבות, אן זיי קעמעניש מאכן קיין ברכה, דער אויבערשטער האט ליב יעדן איד נישט קיין חילוק וויאזוי ער קוקט אויס, וגו', פאנגען זיי אן צו שפירן זייער גוט מיט זיך, נעמען אפלאכן פון ערליכע אידן, טענה'ן אז זיי זענען גאר די ריכטיגע אידן, נעמען זיך צאם און מאכן אן אייגענע קרעמל (נישט צו פארמישן מיט קרעמער) כאפט מען זיי אן און מ'שמייסט זיי אריין. און יעצט קענען זיי זיין אויפ'ן ארון קודש
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
חסידא ופרישא
שר האלף
תגובות: 1569
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יוני 13, 2020 6:48 pm
לאקאציע: אסאך פלעצער

Re: !!איך וויל עס איבערזאגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסידא ופרישא »

חסידא ופרישא האט געשריבן:און אויף דעם קען שמיני עצרת העלפען, ווייל אויף שמיני עצרת ברענגט מען "פר אחד-אייל אחד". דאס קומט צו ווייזען אז סאיז נישט פשט אזוי ווי אונז האבן געמיינט-און געזעהן- ביי סוכות, אז ס'דא 4 סארטען, און אלע קומען צוזאמען, נאר לכתחילה זענען אלע אידן בדוגמת "פר אחד-אייל אחד", אונז זענען לכתחילה איינס, און גארנישט וועט דאס קענען טוישען. און ווען מפארשטייט דאס, וועט עס בלייבען א גאנץ יאר, און ממילא איז עס מובן פארוואס שמיני עצרת נעמט
"אוועק דער "קשה עלי פרידתכם

:בהמשך
ס'דא א מעשה פון איינער פון די חסידים פונעם צמח צדק, אז ערב יוה"כ האט ער געהערט פון א איד וואס מ'האט נעבעך איינגעזעצט אין תפיסה, און דער 'פאריץ' וועט עם נאר ארויסלאזן אויב ער וועט צאלן 300 רובעל- א ריזיגע סכום אין יענער צייטן. איז דער חסיד ארומגעגאנגען א גאנצע טאג צו שאפן געלט, אבער סאיז געקומען נענטער צו יו"ט און ער האט געזעהן אז ער גייט עס נישט מאכן. זיין לעצטע אדרעס איז געווען א קרעטשמע פון פרייע שיכורים, וואס אפשר נאכן הערן די מעשה וועלען זיי רחמנות האבן און געבן געלט.

דער חסיד איז געקומען און האט זיי געבעטען פאר געלט, און איינער פון זיי האט מסכים געווען בתנאי אז ער וועט טרינקען א גלעזל פון זעקס און ניינציגער. דער חסיד האט מסיכים געווען, און ווען ער האט עס גע'ענדיקט האט א צווייטער געזאגט אז ער וועט געבן א צווייטע הונדרעד אויב ער וועט טרינקען א צווייטער גלעזל, און א דריטער האט צוגעזאגט א דריטע הונדרעד פאר א דריטע גלעזל. צום סוף, איז ער ארויסגעקויען מיט 300 רובעל, אבער ער איז געווען אינגאנצען שיכור. ער איז גלייך געלאפען צום פאריץ וואס האט באפרייט דער איד, און האט נישט געהאט קיין צייט אפילו צו אהיימגיין עסען א סעודה, סאו ער איז גלייך געגאנגען צום ביהמ"ד פון דער צמח צדק.

אנקומענדיג אין ביהמ"ד נאך אזא ערב יום כיפור איז ער איינגעשלאפן. ווען ער האט אויפגעשטאנען האט ער געזעהן ווי די ארון הקודש איז אפען פאר כל נדרי, און, טראכטען אז ס'איז שמחת תורה, האט ער אנגעהויבען שרייען "אתה הראת לדעת!" די אנדערע חסידים האבן עם געוואלט ארויסנעמען פונעם ביהמ"ד, אבער דער צמח צדק האט זיי נישט געלאזט, און האט געזאגט: "אונז דארפען יום כיפור כדי צו אנקומען צו
".די מדריגות פון שמחת תורה, אבער ער האלט שוין דארטען

ואפשר לומר, לויט הנ"ל אז די גאנצע ענין און מדריגה פון שמיני עצרת- שמח"ת איז אז מ'זאל פארשטיין אז אלע אידן זענען בעצם איינס, איז עס מובן פארוואס דער חסיד האט שוין געהאלטען דארטען, ווייל ער האט זיך איבערגעגעבען אינגאנצען פאר דעם צווייטען, און ער האט מפנים געווען אז
."אלע אידן זענען "אחד
כתיבה וחתימה טובה!

מיין אימעל איז [email protected]
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: !!איך וויל עס איבערזאגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

חסידא ופרישא האט געשריבן:ואפשר לומר,

זייער א שיינער כאפ
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
ערעב איד
שר האלף
תגובות: 1188
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:47 pm
לאקאציע: אלל אווער דעי פלעיס

Re: !!איך וויל עס איבערזאגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערעב איד »

מ'זאגט ביים דאווענען נאך די עקידה כמו שכבש אברהם אבינו את רחמיו... כן יכבשו רחמיך את כעסך מעלינו.

לכאורה, וואס איז די ציגלייך פון אברהם אבינו וואס האט איינגעהאלטען זיין רחמנות צו דעם אז דער אייבישטער זאל איינהאלטען זיין כעס?

נאר מ'קען ענטפערן אז ווען אברהם אבינו האט גענומען די מאכלת אין די הענט צו שחט'ן יצחק האט דער שטן געזאגט פאר אברהם אבינו, דער אייבישטער האט דיך נישט געהייסען שחט'ן יצחק, ער האט נאר געזאגט והעלהו שם לעולה, אויב אזוי דארפסטו אים נישט שחט'ן. האט אברהם אבינו געטראכט אפשר איז די שטן גערעכט, אפשר דארף איך טאקע נישט שחט'ן יצחק? אבער נאכדעם האט ער געטראכט, הגם ס'קען זיין אז ער איז גערעכט אבער די שטן איז דער וואס זאגט עס; אונז ווייס מען אז ווען די שטן קומט זאגן עפעס דארף מען ענטפערן "איני שומע לעצתך", נישט קיין חילוק צו ער איז גערעכט אדער נישט; אויב איז דער שטן דער וואס זאגט עס, זאגן מיר אים "איך הער דיך נישט אויס! איך פאלג דיך נישט!". האט אברהם געווארט ביז די באשעפער אליינס האט אים דאס געזאגט.

יעצט שטומט שיין די צוגלייך, אונז בעטן דעם אייבישטען, פונקט וואו ווען אברהם האט נישט צוגעהערט צו די שטן, אפילו ער האט געהאט א גערעכטע און אמת'ע טענה, אלץ "איני שומע לעצתך", אזוי אויך ווען די שטן קומט מקטרג זיין אויף כלל ישראל, אפילו ער האט גערעכטע און אמת'ע טענות, זאל די אייבישטער אים אויך נישט צוהערן אלץ "איני שומע לעצתך".
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17011
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: !!איך וויל עס איבערזאגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

כן אמר הרה"ק בעל ה'מקור ברוך' מסערעט בשם הרה"ק מהרי"ד מבעלזא זי"ע
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7413
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: !!איך וויל עס איבערזאגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

אוראייניקל האט געשריבן:כן אמר הרה"ק בעל ה'מקור ברוך' מסערעט בשם הרה"ק מהרי"ד מבעלזא זי"ע

לייג צו ווי ער האט פארגעלייגט אויף וואספארא אופן האט עס דער פריערדיגער בעלזער רב זי"ע געזאגט בלבת אש.
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”