שיעור אמה ורביעית

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1808
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

שיעור אמה ורביעית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

דער גמרא אין ערבי פסחים דף ק"ט שרייבט אז דער שיעור מקוה איז א אמה על אמה ברום ג' אמות ושיערו חכמים שיעור מי מקוה ארבעים סאה און לויט דעם איז א כלי פון א רביעית [רביעית הלוג שהוא רביעית הקב שהוא שישית הסאה] אצבעיים על אצבעיים ברום אצבעיים וחצי אצבע וחמישית אצבע [2.7], דער תשב"ץ (ח"ג סי' ל"ג) פרעגט שוין אז דער שיעורים שטימן נישט אין אז מען מעסט מיט דער אצבעות [דהיינו אגדולים] קומט עס אויס אסאך גרעסער ווי מעסטען מיט אייער [א סאה איז קמ"ד ביצים]

עס איז בעיקר דא צווי מהלכים אין דעם

א. דער צל"ח אין פסחים שרייבט אז מען דארף זאגן נתקטנו הביצים מימי חז"ל ולכן דארף מען היינט אלץ רעכנען נאר בשיעור האצבעות ואחריו נמשכו כמה מגדולי האחרונים ובימינו הייסט דאס שיעור החזו"א וואס האט אויסגערעכענט לויט דעם דער גרויס פון א אמה און א רביעית, דער עיקר פראבלעם מיט דער מהלך איז אז עס איז שווער צו זאגן אז נתקטנו הביצים (ולא האנשים) הן מצד המציאות והן מכמה ראיות מדברי הראשונים והן מדברי הגאונים שכתבו להדיא אז עס טוישט זיך נישט, ועוד דער רמב"ם שרייבט קלאר משקל הרביעית הן בשעורים והן בדרהמים וואס איז אסאך וויינגיר ווי דער שיעור חזו"א

ב. דער צווייטע מהלך איז פון ר' חיים נאה אז מען נעמט אהן דער שיעור הביצים לעיקר און לפי דעם רעכענט מען אויס דער אגדולים איי עס שטימט נישט, דארף מען זיך מדחיק אז דער ראשונים און אחרונים האבן נישט גוט גערעכנט און א אגדול איז אסאך קלענער ווי זיי האבן אהנגענומען הגם במציאות איז עס גרעסער, ווייסט מען נישט פונקליך ווי אזוי און ווער צו רעכנען וכו', דער עיקר שווערקייט מיט דעם איז נישט נאר אז ער דינגט זיך מיט דער ראשונים ואחרונים און דער מציאות, נאר ער איז למעשה מגדיל דער דרהם און דער שעורים (והכשיל כמה בזה) און אליבא דאמת דארף דער אגדול אויס קומען נאך קלענער לפי שיטתו, ובלבד זה טרעפט מען זייער ווייניג פאר איהם וואס זאלען רעכנען דער מידת האורך מיט דער קליינע שיעור

למעשה דער מנהג ברוב תפוצות ישראל איז געוועהן (און אזוי איז משמע פון רוב אחרונים) צו רעכנען דער מידת האורך (אמה וטפח) מיט דער גרויסע שיעור דהיינו אגדול כפשוטו און דער מידת הנפח (כביצה ורביעית) מיט דער קליינע שיעור דהיינו ביצה כפשוטו, און דאס איז לכאורה א סתירה מיניה וביה אבל כך נהוג (מען קען דאס מיישב זיין מיט דער חידוש פון דער חזו"א אז מעיקר הדין ניתנה הלכה צו רעכנען מיט דער אמה וביצים שבכל דור ודור און עס מיז נישט שטימען (נאר ער האלט אז עס איז שוין גע'פסק'ענט געווארען ווי דער גרויסע שיעור) אבער דאס איז א גרויסע חידוש)
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1808
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

Re: שיעור אמה ורביעית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

לעצטענס איז ארויס געקומען א מאמר פון רז"מ קורן [דא] וואס וויל אויף טוהן א גרויסע חידוש וליישב המנהג און ער האט שטארקע ראיות לדבריו בעצם וואלט מען געקענט זאגן אז כמה מדבריו איז כמעט מוכרח אבל דא עקא אז עס איז קעגען דער פשטות פון רוב ראשונים, וועל איך עס דא שרייבן בקיצור און זאלן זיך אנדערע לאזן הערען וואס זיי האבן צו זאגן אויף דעם

ער הייבט אהן מיט דער גמ' און עירובין דף י"ד וואס פרעגט א סתירה מספר מלכים וואס עס שטייט אז דער ים שעשה שלמה האט געהאלטען אלפים בת דהיינו ו' אלפים סאה (ק"נ שיעורי מקוה) און דער פסוק אין דה"י אז עס האט געהאלטען ג' אלפים בת דהיינו ט' אלפים סאה, ענפערט דער גמ' ההוא לגודשא זאגט אביי ש"מ האי גודשא תילתא, פרעגט ער אז במציאות איז אוממעגליך צו מאכן א גודשא אויף א עיגול פון צעהן אןיף צעהן וואס זאל האלטען האלב פון דער עיגול וואס איז הויך 5 אמות, דער בארג קען זיך נישט האלטען (ער צייכנט צו דא Angle of repose עיי"ש) ובפרט זאל אביי זאגען אויף דעם אז מען רעכענט אייביג אזוי (בנוסף לקו' הריטב"א אז דער גודש האט נישט מיט וויסאך דער כלי האלט נאר מיט דער פתח הכלי) ולית נגר ובר נגר דיפריקיניה

דארף מען זאגען אז דער גמ' און אביי פארשטייען א דער ים איז נישט געוועהן א עיגול נאר פון ארום וואס ציהט זיך גלייך אראפ (ווי א can) נאר ווי א האלבע באל (ball) וואס איז רינדכיג פון אלע זייטן, (און אזוי שטייט טאקע אין יוסיפון) דעמאלסט שטימט עס הערליך ווייל דער גודש (פון 45 מעלות) וואס ליגט אויף א האלבע באל איז אייביג פונקט האלב פון דער באל, נאר וואס אויב אזוי ווי קען עס האלטען ו' אלפים סאה ? אפי' ווען עס איז ווי א can פרעגט דער גמ' פריער אז עס איז צי ווייניג און רמי בר יחזקאל דארף ענפערען אז אונטען איז געוועהן א ריבוע, איז לכאו' מוכרח אז דער אמה פון א מקוה איז א אמה פון פינף טפחים און דער אמה פון דער ים איז א אמה פון זעקס טפחים דעמאלסט שטימט עס פונקליך אז דער חצי עיגול פון צעהן אמות האלט פונקט ו' אלפים סאה (עיין החשבון בדבריו, יש יתר של כמעט ל' סאה יותר אבל פורתא כזה לא דק) אין אנדערע ווערטער אויב מען דארף אריין לייגען ת"נ אמות מרובעות (שהם ק"נ מקוואות שהם אלפיים סאה שבקרא) אין א חצי עיגול פון עשר על עשר ברום ה' איז נישט דא קיין אנדערע עצה נאר צו זאגען אז דער אמות פון דער ת"נ אמות זענען פונקט מיט א זעקסטעל קלענער ווי דער אמות פון דער עיגול [ובדעת רמי בר יחזקאל וואס מאכט יא א אנדערע צורה ומדבריו מוכח אז דער אמה פון דער ים און דער מקוה זענען דער זעלבע איז מוכרח אז ער דינגט זיך און אדער איז ער מגדיל דער אמה פון דער מקוה לששה טפחים (ונמצא שאביי ורב"י כבר נח' במח' החזו"א ורח"נ, אבער לפי"ז בלייבט שווער דער סתירה בין אמה לביצים וכדלהלן) אדער איז ער מקטין דער אמת ים לחמשה טפחים]

מיט דער הנחה אז דער אמה פון א מקוה איז א אמה פון פינף טפחים הייבט זיך נישט אהן דער סתירה פון דער אגדולים מיט דער ביצים ווייל אז מען רעכענט דער מקוה מיט דער קלענערע אמה שטימט עס זייער גוט מיט דער ביצים [ולא בכדי שיעור הקטן של האמה לפי הביצים הוא שישית פחות משיעור הגדול], מען דארף נאר זאגען אז דער גמ' אין פסחים וואס רעכענט אצבייים רעדט נישט פון אמת'ע אצבעיים נאר פון צוטיילן דער קליינע אמה און 24 אצבעות (דער גמ' אין סוכה לב: דערמאנט שוין אזא חשבון) מיט דעם ווערט פארענפערט דער קו' פון תוס' דארט וואס פרעגט פון דער פיוט פון דער קליר וואס האט א קלענערע שיעור רביעית ובתירוצו של תוס' נתקשו הרבה אבער לפי הנ"ל אז דער בבלי רעכענט קליינע אצבעות און דער קליר גרויסע שטימט עס ובאמת ברענגט ער אז דער ראב"ן שרייבט שוין אזוי לתרץ קו' התוס' ולכאו' לפי דברי הראב"ן מוכח כל הנ"ל

נאך א ראיה ברענגט ער פון דעם אז א בית סאה דהיינו וואס וואקסט א סאה תבואה איז נ' אמה על נ' אמה ברענגט ער פון פרופ' פליקס אז עס שטימט נאר אויב דער אמה איז דער גרויסע שיעור און דער סאה דער קליינע

נאך איין ראיה צו דער גרויסע אמה ברענגט ער פון דער הר הבית וואס איז געוועהן ת"ק אמה על ת"ק אמה ושעריו שהיו עשר אמה וענינו רואות אז היינט איז עס לפי דער גרויסע אמה עיין בדבריו (כנראה מדבריו וויל ער זאגען אז דער אמה פון א מענטש און דער אמה הרומית איז דער אמה בת חמש, מיט דעם פאלט אוועק אלע ארכאלאגעשע ראיות וכדומה לשיעור הקטן) [ובדרך אגב, פאר דער וואס איז אינטערסירט, ער האט זייער שיינע מאמרים אויפ'ן הר הבית וכו' זעה דא]

דער דברים זענען בעצם מאירים ומשמחים און עס פארעפערט כמעט אלע קושיות וואס מען מוטשעט זיך שוין הונדרעטער יארן אבל מה אעשה אז עס איז כנראה קעגען פשטות הבנת הראשונים חוץ הראב"ן [אבער להלכה מאכט עס נישט אויס ולכל היותר איז ער מיקל אויף א מקוה כרח"נ און אפשר דאס אויך נישט ווייל למעשה נפסק אז לחומרא איז א אמה ששה טפחים]

וואס זאגען חברי הבית מדרש צו דעהם ? [איך האף אז איך רעד נישט צו דער פיהר ווענט]
לעצט פארראכטן דורך אליעזר לאנדא אום דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 6:33 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

Re: שיעור אמה ורביעית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאזי »

קודם א ריזיגען שכח כהאב עס נאכנישט דורך געליינט אבער כהאב הנאה פון די נושא כוועל עס בל''נ דורך ליינען
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1808
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

Re: שיעור אמה ורביעית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

אויך האט ער דארט א שיינע בירור אויף וואס מען זאגט פון דער גר"א [ואינו לו] אז דער יחס בין קו ל-קוה [הקרי וכתיב] איז דער יחס בין 3 ל-pi
אוועטאר
צושליסן
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2018 11:04 am

Re: שיעור אמה ורביעית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צושליסן »

וויאזוי קען מען זאגן אז א אמה על אמה פון מקוה איז 5 טפחים?
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1808
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

Re: שיעור אמה ורביעית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

צושליסן האט געשריבן:וויאזוי קען מען זאגן אז א אמה על אמה פון מקוה איז 5 טפחים?

איהר פרעגט ווי אזוי קען מען אזוי לערנען אין דער גמרא אדער להלכה ?
להלכה שטייט קלאר בסימן ר"א אז עס איז בת ששה טפחים אבער און דער גמ' זאגט שוין דער ראב"ן אז עס איז בת ה' וכנ"ל
[ער זאגט נישט אז רוב ראשונים ואחרונים האבן פארשטאנען אזוי]
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1808
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

Re: שיעור אמה ורביעית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

אליעזר לאנדא האט געשריבן:
צושליסן האט געשריבן:וויאזוי קען מען זאגן אז א אמה על אמה פון מקוה איז 5 טפחים?

איהר פרעגט ווי אזוי קען מען אזוי לערנען אין דער גמרא אדער להלכה ?
להלכה שטייט קלאר בסימן ר"א אז עס איז בת ששה טפחים אבער און דער גמ' זאגט שוין דער ראב"ן אז עס איז בת ה' וכנ"ל
[ער זאגט נישט אז רוב ראשונים ואחרונים האבן פארשטאנען אזוי]

ועוד י"ל [נישט אז דער מחבר אין שו"ע מיינט דאס] אז נאך וואס רבא זאגט משמיה דר"נ (עירובין ג:) כל אמות באמה בת ששה, דארף א מקוה אויך זיין אזוי הגם עס קומט אויס מער ווי ארבעים סאה [אדער מען פסק'נט ווי רמי בר יחזקאל וואס אפשר האלט אז א מקוה איז באמה בת ששה וכדלעיל] ואיך שיהיה לפי המנהג אז דער סאה איז דער קליינע און דער אמה איז דער גרויסע איז א מקוה למעשה מער ווי מ' סאה
אליעזר לאנדא האט געשריבן:נאר וואס אויב אזוי ווי קען עס האלטען ו' אלפים סאה ? אפי' ווען עס איז ווי א can פרעגט דער גמ' פריער אז עס איז צי ווייניג און רמי בר יחזקאל דארף ענפערען אז אונטען איז געוועהן א ריבוע, איז לכאו' מוכרח אז דער אמה פון א מקוה איז א אמה פון פינף טפחים און דער אמה פון דער ים איז א אמה פון זעקס טפחים דעמאלסט שטימט עס פונקליך אז דער חצי עיגול פון צעהן אמות האלט פונקט ו' אלפים סאה (עיין החשבון בדבריו, יש יתר של כמעט ל' סאה יותר אבל פורתא כזה לא דק)

אין אנדערע ווערטער

אויב מען דארף אריין לייגען ת"נ אמות מרובעות (שהם ק"נ מקוואות שהם אלפיים סאה שבקרא) אין א חצי עיגול פון עשר על עשר ברום ה' איז נישט דא קיין אנדערע עצה נאר צו זאגען אז דער אמות פון דער ת"נ אמות זענען פונקט מיט א זעקסטעל קלענער ווי דער אמות פון דער עיגול [ולפלא אז דאס איז דער זעלבע חילוק פון דער שיעור של האגדולים לשל שיעור הביצים]

איך ווייס באמת נישט ווי מען קען זיך אן עצה געבען מיט דער ראיה (פארשטייט זיך מיט דער הנחה -שנראה מוכרח- אז מען רעדט וועגען א חצי עיגול וכנ"ל)
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”