מאמרים וואס געפעלט מיר

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

נעה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 316
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 2:23 pm

מאמרים וואס געפעלט מיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעה »

יעדער האט שוין אויפגעפאסט אז אין יעדע סוף פרשה שטייט וויפל פסוקים סאיז דא מיט א ר"ת סימן צו געדענקן בעסער
ווען מקוקט אין פרשת מסעי טרעפט מען אן אינטערסאנטן ר"ת "מחלת חולת" לכאורה טייטשט עס א קרענק פון א קראנקער,
איז די שאלה פארוואס האט מען נישט געקענט טרעפן א בעסערע רמז פארוואס עפעס א שלעכטען רמז פארוואס נישט עפעס אן פאזעטיווע ווארט

די תירץ איז פשוט אין יענע סדרה רעדט מען פון די בנות צלפחד ווי זיי האבן גענומען זייערע פעטערס אלטס מענער און מיר ווייסן ווערט איינער געריפן מחלה וואס זי האט חתונה געהאט, וואס טוט מען ביי א חתונה סאיז דא מחולות סהערשט א פריילעכקייט,

נו האסט עס ארויס די רמז איז פונקט קאפויער מרעדט דא פון א פריילעכקייט מחלת גייט פאר מחלה חולת איז די לשון פון מחולות

געווענלך וועט א מענטש אנקוקן א מצב מיטן ערשטן בליק אז סאיז עם שלעכט אין געוויסע זמנים אבער ווען מקוקט אביסעל טיפער זעהט מען אז סאיז פארקירט סאיז פריילעך סאיז אונגאנצן אנדערש.

-גענומען פונעם ספר ארגז הכלים להרב יצחק פאנגער-
נעה, די מיינסט טאקע אז איך האלט אזוי?!?!
נעה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 316
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 2:23 pm

Re: מאמרים וואס געפעלט מיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעה »

געווען א רבי וואס האט געריפן זיין תלמיד פאר א שפאציר, אינמיטן וועג זענען זיי דורך א וואסער וואס איז ראוי לשתייה, רופט זיך אן די רבי צום תלמיד: ברוך גיי זיי מוחל ברענג מיר אביסעל וואסער צו טרינקן,
ברוך גייט און זעהט אז מענטשן שווימען ארום דארט, און די וואסער איז שמיציג,
גייט ער צום רבי'ן און פארציילט עם אז די וואסער איז שמיציג,
גייט דורך א האלבע שעה און די רבי בעט נאכאמאל פון ברוך וואסער,
ברוך גייט און די וואסער איז ריין און ברענג פיינע פרישע וואסער פאר זיין רבי'ן,
פרעגט עם די רבי: ברוך מה נשתנה יעצט פון פריער?
ענטפערט ברוך: רבי פריער זענען דארט געווען מענטשן און די וואסער איז געווארן אויפגעשאקלט, משא"כ יעצט איז יעדער שוין געווען אינדרויסען איז די וואסער געווען רואיג און האט זיך אויסגעקלארט.


רופט זיך אן די רבי: ברוך נקוט כללא בידך, יעדע מאל וואס סגעשעהט דיר עפעס ווערסט צומישט ווער נישט ציבראכן ווארט א שטיק צייט לייג דיר אראפ פאר א שעה צוויי
אלעס וועט זיך אויסקלארן סאיז בסך הכל יעצט דא מענטשן אין דיין קאפ סדרייט זיך סווערט שמיציג
איינמאל סזעצט זיך ווערט אלעס קלאר.
נעה, די מיינסט טאקע אז איך האלט אזוי?!?!
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: מאמרים וואס געפעלט מיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

נעה האט געשריבן:יעדער האט שוין אויפגעפאסט אז אין יעדע סוף פרשה שטייט וויפל פסוקים סאיז דא מיט א ר"ת סימן צו געדענקן בעסער
ווען מקוקט אין פרשת מסעי טרעפט מען אן אינטערסאנטן ר"ת "מחלת חולת" לכאורה טייטשט עס א קרענק פון א קראנקער,
איז די שאלה פארוואס האט מען נישט געקענט טרעפן א בעסערע רמז פארוואס עפעס א שלעכטען רמז פארוואס נישט עפעס אן פאזעטיווע ווארט

די תירץ איז פשוט אין יענע סדרה רעדט מען פון די בנות צלפחד ווי זיי האבן גענומען זייערע פעטערס אלטס מענער און מיר ווייסן ווערט איינער געריפן מחלה וואס זי האט חתונה געהאט, וואס טוט מען ביי א חתונה סאיז דא מחולות סהערשט א פריילעכקייט,

נו האסט עס ארויס די רמז איז פונקט קאפויער מרעדט דא פון א פריילעכקייט מחלת גייט פאר מחלה חולת איז די לשון פון מחולות

געווענלך וועט א מענטש אנקוקן א מצב מיטן ערשטן בליק אז סאיז עם שלעכט אין געוויסע זמנים אבער ווען מקוקט אביסעל טיפער זעהט מען אז סאיז פארקירט סאיז פריילעך סאיז אונגאנצן אנדערש.

-גענומען פונעם ספר ארגז הכלים להרב יצחק פאנגער-


איין פרשה שטייט אי״ן ב״ו סימן, האבן עס די היינטיגע דרוקערס שר״י [זיי האבן שוין אסאך שאדן געטוען פאר כלל ישראל מיט זייערע געמיינע הענט] גענצליך אויסגעמעקט נישטכאפנדיג אז אי״ן ב״ו איז דער סימן.
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”