מנהגי באדעקן

מנהגים וסגולות שונות

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

מנהגי באדעקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן »

כהיום איז די אנגענומען מנהג אז דער חתן גייט באדעקן די כלה.
אויסער בי די גאליציאנער אפשטאמיגע, ווי דער מנהג איז אז דער חתן גייט נישט.

פארשנדיג דער ענין, בין איך געוואויר געווארן, אז א קארגע 100 יאר צוריק איז געווען גענוי קאפויער.
די אנגענומענע מנהג איז געוען אז דער חתן גייט נישט באדעקען די כלה
אויסער אין מדית רוסיא און וואהלין, וואו דער חתן אז יא געגאנגען באדעקן די כלה.

כמובן, זענען געווען שטעט אין פולין, ליטא און אונגארן ווי דערחתן איז יא געגאגנען, אבער די אנגענומען מנהג איז געווען אז נישט.

די ערשטע וואס שמועסט עס ויס איז דער ב״ח, וועלכע דערמאנט אז אזויווי לויט תוס׳ (יומא י״ג) איז יציאה בהינומא, אירע חופה, דעריבער איז גלייך די רוסישע מנהג, אז דער חתן באדעקט די כלה ״צוזאמען״ מיט׳ן רב.
פונ׳ם דרישה איז משמע אז אי לעמבערג איז מען יא געגאנגען דאס שטומט זייער ווייל די לעמבערגער (דאכציץ בני תוך העיר) זענען ארגינעל געווען פון רוסלאנד.
דער נודע ביהודה אין דגול מרבבה (הל׳ אבילות) לייגט שוין צו מנהג וואהלין, אבער ער פירט אויס איז אין זיינע מדינות (געבוירן אין אפט, גרויס פוילן, רב אין יאמפאלא, וואלין, פראג, בעהמין) פיאר מען זיך נישט אזוי.

אשר על כן ברענג איך אפיר א ליסט פון שטעט אין מדינות, וואס ווערן דערמאנט צו די דער חתן איז געגאנגעם באדעקן די כלה צו נישט.

ווער ס׳קען מוסיף זיין שטעט אדרבא, ביטע לייגט צו.

דער חתן גייט יא!
ווי דערמאנט בכלליות מדינת רוסיא און וואהלין.
בפרטית
נאוואהרדאק, רוסיא, שרייבט דער רב, בעל ערוך השולחן אז דער חתן גייט.
קיוב, רוסיא, שרייבט דער דארטיגע דיין הג״ר אבלי אין זיין ספר בית אברהם אז מען גייט.
מעזיבוז, וואהלין, אין שבחי בעש״ט, זעהט מען אז דער חתן איז געגאנגען באדעקען די כלה. ס׳איז אינטערעסאנט, דער ב״ח איז געווען רב אין מעזיבוז און ער דערמאנט בלויז רוסיא, כפי הנראה איז דימנהג הערשט שמפערע נשתרבב געווארן.

שטעט מחוץ לגבול רוסיא וואהלין.
זאלישטשיק, מזרח גאליציא, גייט דער חתן באדעקען, מיט צוויי עדים. אזוי איזמעיד הג״ר יוסף תאומים בספרו נחמת יוסף.
בריסק, ליטא, גייט דער חתן באדעקען, מיט צוויי עדים. עדו הרב ראקאוו מגעיטסעד.
קאמארנא, גאליציא, גייט דער חתן יא באדעקן, מנהגי קומרנא.
סיגעט, דער חתן גייט יא, אזוי שרייבט הרב הארםענעס בשם דער סאטמארער רב
חוסא, גייט דער חתן, ווי עס שאייט אין דרכי משה החדש, מנהגי מהר״ם שיק

דער חתן גייט נישט.
בכלליות
מדינת גאליציא (לפנים קליין פוילן [מערב גאליציא], ופאדאליא [צמזרח גאליציא]), בכלליות, שרייבט דער קלויזנבורגער רב איז מען אין גאליציא נישט געגאנגען.
ארץ הגר, כמבואר בקיצור שו״ע, און אזוי שרייבט הג״ר ישראל וועץ אבד״ק בודאפעט, אז אין אונגארן איז דער חתן נישט געגאנגעם באדעקן. און אזוי שרייבט אויך דער ערלויער רב אזעה אפריון חתנים.

בפרטית
מערב גאליציע
באבוב גייט מען נישט.
סטיטשין גייט מען נישט.
שינאווא איז מען אויך נישט געגאנגען.

ֿמזרח גאליציע
בעלז איז מען נישט געגאנגען באדעקן. היינט גייען רוב בעלזער יא, נכדי בעלז גייען נישט, און ס׳איז נאך דא משפחות אין בעלז וועלכע גייען נישט.

פוילן
לובלין, פלונסק. ס׳איז דא א שמועס צווישן דער רבי פון לובלין און דער קאזניצער מגיד, ווי דער רבי פון לובלין שטעלט אוועק אז מען גייט נישט, און איינע פו די מעתיקים , באשטעטיגט אז אין פלוסק איז אויך אזוי דער מנהג.
קעמפנא, גייט מען נישט.

ליטא
ווילנא גייט מען נישט, אזוי שרייבט דער ווילנא ראב״ד הג״ר בער טריוויש.

דייטשלאנד. אין אלגמיין איזנישט געווען קיין חופה, מען האט באדערק דיער חתן און די כלה מיט א טלית, אבער אין,
אלטונא, שטייט אין סידור בית יעקב (לע״ נישט געפונען אין עמודי שמים), אז דער רב גייט.

שלעזיא
טעשען, דער חתן גייט נישט,כ״כ רב העיר הג״ר יצחק אלבוים בספר עזר ליצחק

מעהרין
ניקלשבורג, מען גייט נישט, אזוי שרייבט הג״ר מרדכי בנעט.

טשעכאסאלווקיע
טשאפ, דער חן גייט נישט, אזוישטייט אין שלחן העזר, הגם ער לייגט צו אז אין געוויסע מקומות גייט דער חתן

מארמאראש
סאטמאר, דער חתן גייט נישט, אזוי שרייבא הרב הארפענעס בשם דער סאטמארער רב
ראחוב, דער חתן גייט נישט, לקוטי מהרי״ח, הגם ער לייגט צו איז אין פילכ עראטער גייט מען יא

ארץ הגר
פרעשבורג, דער חתן גייט נישט. אויך דעם האב אי תופלע מקורות
מאטערסדארף, דער חתן גייט נישט. אזוי שטייט אין ר׳ שמעונ׳ס סור כתב רבנות, אז דער רב גייט.
ערלוי, דער חתן גייט נישט. שמעתי מנכד הרב מערלוי בשם זקינו.
אונגוואר, דער חתן גייט נישט, כמבואר בקיצור שו״ע.
טירנוי, דער חתן גייט נישט, דער טירנויער רב, בעל שהבמט שמעון וואנדערט זיך דערויף בספרו

ראמעניע
סוליצא, ווענדט זיך צו דער חתן האט שוין געזען דיכלה צו נישט, ראה מנהגי מהריי״ו סוליצא

איך זיך נישט ממש אריינצוגיין אין די טעמע וואס איז ריכטיג.
וואס מיר זעהן, אז בימי הב״ח, איז מען אין ערגעץ נישט געגאנגען באדעקן, אויס מדינת רוסיא אין די וויטע מזרח אירופא.
צוביסלע, האט זיך דער מנהג צושרפרייט קיין וואהלין, און פארשידענעצושרייטע שטעטליך אין אירופא.
אבער אין אלגעמיין ווערט עס געברענגט אז דער רב און די חשובי העיר גייען באדעקן די כלה.

ווער ס׳וויס איבער נאך שטעט, ווי ער האט מקובל מאבותיו, אדער המקור, זאל זיך ביטע לאזן הערן.
אין די ענדע וועלן מיר בע״ה צוזאמענשטעלן אן ארטיקל לדפוס באחד הקובצים.
בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
אפענע וועלט
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 17, 2015 3:26 pm

Re: דער חתן גייט נישט באדעקן די כלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפענע וועלט »

מראי מקומות ?
די וועלט ענדיגט זיך נישט ביי אייוועלט, וואטסעפ און בחצרות. זעצט אייך לערנען וועט איר טרעפן א נייע וועלט.
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5430
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: דער חתן גייט נישט באדעקן די כלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

אין טאהש גייט נישט די חתן
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: דער חתן גייט נישט באדעקן די כלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

געווען דא א שמועס אמאל ערגעץ איבער די נושא.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19809
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: דער חתן גייט נישט באדעקן די כלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

יישר כח שיינע ליקוט, מראה מקומות אויב מעגליך ביטע.

[offtopic]דער קעפל איז נישט אזוי אין פלאץ[/offtopic]
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

Re: דער חתן גייט נישט באדעקן די כלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן »

אפענע וועלט האט געשריבן:מראי מקומות ?

מיינסטנס האב איך געשריבען.
בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: דער חתן גייט נישט באדעקן די כלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

Goodmorning האט געשריבן:אין טאהש גייט נישט די חתן

viewtopic.php?p=1844132#p1844132
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
באנאנא
שר האלפיים
תגובות: 2872
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am
לאקאציע: אין די אידישע וועלט

Re: מנהגי באדעקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באנאנא »

אה! יישר כח גדול!
בענקענישע זיסע און געשמאקע זכרונות פון די שערי ציון'ס, פיל מיט תוכן און ידיעות אבער געשריבן אזוי קלאר, באלערנד און געשמאק!
קיפ איט אפ!!
ווי וואנט מאר!!
אפענע וועלט
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 17, 2015 3:26 pm

Re: דער חתן גייט נישט באדעקן די כלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפענע וועלט »

קנקן האט געשריבן:
אפענע וועלט האט געשריבן:מראי מקומות ?

מיינסטנס האב איך געשריבען.

מראי מקומות עם סימנים ביטע
די וועלט ענדיגט זיך נישט ביי אייוועלט, וואטסעפ און בחצרות. זעצט אייך לערנען וועט איר טרעפן א נייע וועלט.
אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

Re: מנהגי באדעקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן »

זעהט דא
בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

Re: דער חתן גייט נישט באדעקן די כלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:יישר כח שיינע ליקוט, מראה מקומות אויב מעגליך ביטע.

קוק אין נטעי גבריא' סעיף ד און די הערות ומקורוס
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל

אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: מנהגי באדעקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

קנקן האט געשריבן:
ֿמזרח גאליציע
בעלז איז מען נישט געגאנגען באדעקן. היינט גייען רוב בעלזער יא, נכדי בעלז גייען נישט, און ס׳איז נאך דא משפחות אין בעלז וועלכע גייען נישט.

ביי די רבי'ס איז מען נישט געגאנגען.

ביי די חסידים, איז געווען א ויכוח ביי די אלטע חסידים צו מ'איז געגאנגען צו נישט.

כ'האף שפעטער נאכצוקון מי ומי ההולכים.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3330
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: דער חתן גייט נישט באדעקן די כלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

קיקיון האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:יישר כח שיינע ליקוט, מראה מקומות אויב מעגליך ביטע.

קוק אין נטעי גבריא' סעיף ד און די הערות ומקורוס

איינס פון די ספרים וואס איך קוק נישט אן לכתחילה.
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3330
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: מנהגי באדעקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

אוראייניקל האט געשריבן:

מאמר ר׳ משה וועבער, שערי הוראה ב׳
ומפ״ק של כ״ק מרן אדמו״ר מהר״א מבעלזא זי״ע שמעתי ג״כ בעת חתונת בן חורגו – מר גיסי הרה״צ מפתח תקוה שליט״א, בנוות קדשו, בתל-אביב בשנת תשט״ו, שאמר בפירוש לפני החופה כשהעיר הגבאי הר״ר שלו׳ פויגל ז״ל שצריכים לילך לבדעקין – והעיר תיכף כ״ק מרן זי״ע ״אצלינו המנהג שאין החתן הולך אל הבדעקין״.
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3330
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: מנהגי באדעקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

וזאת למודעי, קנקן איז מיין עמטליכע ניק פאר קנקן.
בכ״ר איטשע.
אוועטאר
חוק תוכות
שר חמש מאות
תגובות: 680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 8:17 pm

Re: מנהגי באדעקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוק תוכות »

"פוילן
לובלין, פלונסק. ס׳איז דא א שמועס צווישן דער רבי פון לובלין און דער קאזניצער מגיד, ווי דער רבי פון לובלין שטעלט אוועק אז מען גייט נישט, און איינע פו די מעתיקים , באשטעטיגט אז אין פלוסק איז אויך אזוי דער מנהג.
קעמפנא, גייט מען נישט."
<קאזניץ פרשיסחא ולעלוב>
= אבל לא הדגשת שהמגיד מקאזניץ סבר שהחתן כן הולך. במקור בנהר שלום לא מוכח מהסיפור כמאן עשו 'למעשה' באותה חתונה. רק בנפלאות הרבי מוסיף ההערה לגבי העיר פלונסק וכדעת הרבי מלובלין, אבל לא מוכח כלל מה הי' בסוף בחתונה הנ"ל.
הנה יש צד להטעים כי שיטתו של הרבי מקאזניץ שאף שהחתן הולך עם השושבינין, אין החתן מכסה בעצמו אלא נמצא שם והם עושין בשליחותו (ואולי ביחד עם החתן), וראיה מהסיפור שמובא בתולדות הנפלאות (פו, אהל אלימלך רה) כי בהספד שנשא הרה"ק ממאגלניצא על אשתו הרבנית, אמר, בזאת נראה שהיתה צדיקת גדולה כי בעת חתונתם בשעה "שהיו מכסים" (=ל' רבים) אותה בצעיף כנהוג, ראה זקינו המגיד מקאזניץ את זקנה של הכלה הר"ר אלימלך מליזענסק שעומד מצדה האחת ואביה רבי אלעזר עומד מצדה השניה.
המנהג בלעלוב (ראה סידור תפלה לדוד לעלוב דפוס תשע"ט עמ' רכא): "הולכים בעשרה והחתן עם המחותנים בראשם למקום הכלה, והחתן עצמו פורס הדעקטוך צעיף על ראש הכלה". ובהערות שם: בעת נישואי הרה"ק רבי משה מלעלוב עם הרבנית רבקה רחל בת הרה"ק היהודי מפרשיסחא, נתן היהודי הק' לרבי משה את העטרה מהטלית שלו לכסות בה כיסוי הינומא על ראש הכלה, וזה הדעקטוך נמצא קיים עד היום הזה והרבה [מצאצאי לעלוב ופרשיסחא] משתמשים בו ביום חופתם. - וכ"ה בספר מנהגי נישואין לבית לעלוב (מהדו' תליתאי) עמ' קכד.
[מענין לענין, מסופר כשעלה רבי לעלובער לארה"ק נעשה חור בספינה והורה רבי משה ליטול מטפחת זו ולכסות את החור, וכך לא נכנס מים לספינה]
יש תמונה מכיסוי הינומא המדובר בגליון דגל בית דוד שנה א' מספר 4 עמ' 7.
מאי אשכולות - איש שהכל בו (סוטה מז:) - ודבריהם כיין אשכולות משמח אלקים ואנשים (תפ"י יכין סוטה ט'). ותרגומו בוויקי: renaissance man
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

Re: דער חתן גייט נישט באדעקן די כלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

איטשע האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:יישר כח שיינע ליקוט, מראה מקומות אויב מעגליך ביטע.

קוק אין נטעי גבריא' סעיף ד און די הערות ומקורוס

איינס פון די ספרים וואס איך קוק נישט אן לכתחילה.

פארוואס נישט?
בלעטערען איו מפתחות איז גרינגער?
פון ווי ווייסט דו ווי צו זיכען?
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל

אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: מנהגי באדעקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

איטשע האט געשריבן:
אוראייניקל האט געשריבן:
קנקן האט געשריבן:
ֿמזרח גאליציע
בעלז איז מען נישט געגאנגען באדעקן. היינט גייען רוב בעלזער יא, נכדי בעלז גייען נישט, און ס׳איז נאך דא משפחות אין בעלז וועלכע גייען נישט.

ביי די רבי'ס איז מען נישט געגאנגען.

ביי די חסידים, איז געווען א ויכוח ביי די אלטע חסידים צו מ'איז געגאנגען צו נישט.

כ'האף שפעטער נאכצוקון מי ומי ההולכים.

מאמר ר׳ משה וועבער, שערי הוראה ב׳
ומפ״ק של כ״ק מרן אדמו״ר מהר״א מבעלזא זי״ע שמעתי ג״כ בעת חתונת בן חורגו – מר גיסי הרה״צ מפתח תקוה שליט״א, בנוות קדשו, בתל-אביב בשנת תשט״ו, שאמר בפירוש לפני החופה כשהעיר הגבאי הר״ר שלו׳ פויגל ז״ל שצריכים לילך לבדעקין – והעיר תיכף כ״ק מרן זי״ע ״אצלינו המנהג שאין החתן הולך אל הבדעקין״.

אין ספר 'עזר מקודש' שטייט בשם ר' שלום פויגל אז די חסידים אין אנדערע שטעט פלעגן יא צו גיין
וכן כתוב אין מאמר פון הרב ישראל יהודה יאקאב (אור הצפון קובץ נ"ד, ומשם לכאורה בספרו 'בית נאמן בישראל ואינו תח"י) אז אין שטאט בעלזא פלעגט מען נישט גיין, אבער עס איז נישט געווען קיין קפידא, און כ"א נהג כמנהג מקום מושבו, ולראיה אז מרן מהרי"ד ביי זיין חתונה אין טשערנאבל איז יא געגאנגען.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3330
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: מנהגי באדעקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

איך רעדט פון די שטאט בעלז.
אז די בעלזער חסידים פירן זיך אנדערש, כאמור טאקע, ווייל זיי האבן זיך געפירט זיך כמנהג העיר, אדרבא ברענגט נעמען פון שטאט.
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3330
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: מנהגי באדעקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

ווידער טשערנאבל איז טאקע אין מדינת רוסיא
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: מנהגי באדעקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

ר"ש פויגל האט געוואוינט אין נאראל, קרוב מאוד צו בעלז

און ס'איז נאך אלץ א דבר מחודש, ווייל דער ב"ח איז געווען רב אין בעלזא, ובכמה דברים נהגו כפי דבריו מפני כבודו.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3330
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: מנהגי באדעקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

אוראייניקל האט געשריבן:ר"ש פויגל האט געוואוינט אין נאראל, קרוב מאוד צו בעלז

און ס'איז נאך אלץ א דבר מחודש, ווייל דער ב"ח איז געווען רב אין בעלזא, ובכמה דברים נהגו כפי דבריו מפני כבודו.

דאס וואס דער ב״ח ברענגט מנהג רוסיא, מיינט נאך נישט אז ער האט געהאלטן אז מען דארף אזוי טוען, והא ראיה ער האט עס נישט איינגעפירט אין קראקא.
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3330
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: מנהגי באדעקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

חוק תוכות האט געשריבן:"פוילן
לובלין, פלונסק. ס׳איז דא א שמועס צווישן דער רבי פון לובלין און דער קאזניצער מגיד, ווי דער רבי פון לובלין שטעלט אוועק אז מען גייט נישט, און איינע פו די מעתיקים , באשטעטיגט אז אין פלוסק איז אויך אזוי דער מנהג.
קעמפנא, גייט מען נישט."
<קאזניץ פרשיסחא ולעלוב>
= אבל לא הדגשת שהמגיד מקאזניץ סבר שהחתן כן הולך. במקור בנהר שלום לא מוכח מהסיפור כמאן עשו 'למעשה' באותה חתונה. רק בנפלאות הרבי מוסיף ההערה לגבי העיר פלונסק וכדעת הרבי מלובלין, אבל לא מוכח כלל מה הי' בסוף בחתונה הנ"ל.
הנה יש צד להטעים כי שיטתו של הרבי מקאזניץ שאף שהחתן הולך עם השושבינין, אין החתן מכסה בעצמו אלא נמצא שם והם עושין בשליחותו (ואולי ביחד עם החתן), וראיה מהסיפור שמובא בתולדות הנפלאות (פו, אהל אלימלך רה) כי בהספד שנשא הרה"ק ממאגלניצא על אשתו הרבנית, אמר, בזאת נראה שהיתה צדיקת גדולה כי בעת חתונתם בשעה "שהיו מכסים" (=ל' רבים) אותה בצעיף כנהוג, ראה זקינו המגיד מקאזניץ את זקנה של הכלה הר"ר אלימלך מליזענסק שעומד מצדה האחת ואביה רבי אלעזר עומד מצדה השניה.
המנהג בלעלוב (ראה סידור תפלה לדוד לעלוב דפוס תשע"ט עמ' רכא): "הולכים בעשרה והחתן עם המחותנים בראשם למקום הכלה, והחתן עצמו פורס הדעקטוך צעיף על ראש הכלה". ובהערות שם: בעת נישואי הרה"ק רבי משה מלעלוב עם הרבנית רבקה רחל בת הרה"ק היהודי מפרשיסחא, נתן היהודי הק' לרבי משה את העטרה מהטלית שלו לכסות בה כיסוי הינומא על ראש הכלה, וזה הדעקטוך נמצא קיים עד היום הזה והרבה [מצאצאי לעלוב ופרשיסחא] משתמשים בו ביום חופתם. - וכ"ה בספר מנהגי נישואין לבית לעלוב (מהדו' תליתאי) עמ' קכד.
[מענין לענין, מסופר כשעלה רבי לעלובער לארה"ק נעשה חור בספינה והורה רבי משה ליטול מטפחת זו ולכסות את החור, וכך לא נכנס מים לספינה]
יש תמונה מכיסוי הינומא המדובר בגליון דגל בית דוד שנה א' מספר 4 עמ' 7.

שיין, ייש״כ.
ווייסט איינער א געדרוקטע מקור, פון מנהג טאהש און טשערנאביל אז אזוי האט מען זיך געפירט פאר׳ן חורבן?
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4524
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: מנהגי באדעקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

אין די היינטיגע מארמאראש-סיגוט-סאטמער גייט די חתן מיט און באדעקט
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3330
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: מנהגי באדעקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

קרייסלער האט געשריבן:אין די היינטיגע מארמאראש-סיגוט-סאטמער גייט די חתן מיט און באדעקט

בעיקר זוכן מיר צו דערגיין די מנהג פאר׳ן קריג.

אגב:
דער סאטמארער רב, האט אין אלגעמיין געהייסן זיך נאכפרעגן וואס די מנהג איז געווען אין די שטאמט פון וואנעט מען שטאמט. דעריבער אז טאקע זייער וויכטיג צו וואוסן את עשר יעשון.
די וואס האבן עס נישט געקענט נאכגיין האט ער געהייסן אז דער חתן גיין.
שרייב תגובה

צוריק צו “מנהג ישראל”