הגיגי הלב

ליקוטים וטעמים על ענינים שונים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

יונגרייז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 23, 2019 12:31 pm

הגיגי הלב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונגרייז »

כשמו כן הוא, ענינים וואס כ'האב געטראכט און אפשר וועט עס זיין אינטרעסאנט פאר אנדערע

יעדער איז אנגעלאדענט צו שרייבן זייערע הגיגי ליביהם כיד השם הטובה עליהם
לעצט פארראכטן דורך יונגרייז אום מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 6:16 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
די עיקר איז מחשבה דיבור ומעשה בלתי לה' לבדו (ר' אהרן מטשערנאבל)
יונגרייז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 23, 2019 12:31 pm

Re: הגיגי לבי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונגרייז »

בלעטער'ן דיג לעצטענס די ספר שו"ת מן השמים האב איך אויפגעפאסט א הפליא'דיגע זאך, אז די פסקים וואס מ'האט אים געענטפערט שטימט להפליא מיט די פסקים וואס אונז האבן פון די אר"י ז"ל, איין דוגמא ער פרעגט וואס איז די ריכטיגע תפלין רש"י אדער ר"ת, האט מען אים גע'ענטפערט אלו ואלו דברי אלקים חיים, א זאך וואס אין די צייטן פון די ראשונים איז בכלל נישט געווען אזא באגריף, און מען טרעפט עס נאר אין אר"י ז"ל בעקבות הזוהר
די עיקר איז מחשבה דיבור ומעשה בלתי לה' לבדו (ר' אהרן מטשערנאבל)
יונגרייז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 23, 2019 12:31 pm

Re: הגיגי הלב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונגרייז »

אין א דערנעבן'דיגע אשכול האט מיודענו החוקר ר' איטשע געשריבן אז די ענין פון 72 אינדערהיים איז נאר געווען לחומרא אבער נישט לקולא, אין אזוי האבן אונז אויך געהאלטן רבות בשנים, אבל לעצטענס קוקט מיך עס אויס אנדערש, כידוע האט אין גאליציע די שר שלום שטארק אריינגעברענג די ענין פון 72, יעצט דארף מען זיך דערגרינטיווען וואס זיין דיעה איז געווען, אין ספר דרכי חיים פון א משמש ביים דברי חיים איז מסופר אז די דברי חיים האט איינמאל געגעסן די סעודה און עס איז אנגעקומן די אנגענומענע עלות, האט די דברי חיים געזאגט אז בשעת הדחק וועט ער זיך פארלאזן אויפ'ן דעת פונעם שר שלום אז עלות ווערט ביי 72, און ער האט ווייטער געגעסן די סעודה, איז מסתמא האט די דברי חיים געוואוסט אז די שר שלום האלט אפי' לקולא 72, און עס איז מסתבר אז אזוי איז געווארן די מנהג
די עיקר איז מחשבה דיבור ומעשה בלתי לה' לבדו (ר' אהרן מטשערנאבל)
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17011
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: הגיגי הלב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

ס'שטייט אין דרכי חיים? איך געדענק עס פון חמדה גנוזה.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19772
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: הגיגי לבי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

יונגרייז האט געשריבן:בלעטער'ן דיג לעצטענס די ספר שו"ת מן השמים האב איך אויפגעפאסט א הפליא'דיגע זאך, אז די פסקים וואס מ'האט אים געענטפערט שטימט להפליא מיט די פסקים וואס אונז האבן פון די אר"י ז"ל, איין דוגמא ער פרעגט וואס איז די ריכטיגע תפלין רש"י אדער ר"ת, האט מען אים גע'ענטפערט אלו ואלו דברי אלקים חיים, א זאך וואס אין די צייטן פון די ראשונים איז בכלל נישט געווען אזא באגריף, און מען טרעפט עס נאר אין אר"י ז"ל בעקבות הזוהר

וועלעכע באגריף איז נישט געווען, דער אלו ואלו דברי אלוקים חיים?
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
יונגרייז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 23, 2019 12:31 pm

Re: הגיגי הלב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונגרייז »

אז ביידע תפילין זענען אמת
די עיקר איז מחשבה דיבור ומעשה בלתי לה' לבדו (ר' אהרן מטשערנאבל)
יונגרייז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 23, 2019 12:31 pm

Re: הגיגי הלב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונגרייז »

לברר מקחו של צדיק

סקווירא רבי ז"ל האט געזאגט פאר פאפא רב ז"ל אז ווען ער געט א הכשר אויף מילך זאל ער זיך נישט פארלאזן אויף דעם אז א איד איז יוצא ונכנס, אפי' עס שטייט אין שו"ע אז ס'איז גוט אזוי, כל ימי תמהתי ע"ז, עד שהאיר השם את עיני, די מקור פון די רמ"א איז א ר"ת, האב איך נאכגעקוקט די ר"ת, און די ר"ת פארלאזט זיך <צווישן אנדערע> אז בזמנינו איז חלב עכו"ם אנדערש פון די צייטן פון די גמ' וויבאלב עס איז נישט דא קיין טמא'נע בהמות צווישן אונז, קען מען מער מקיל זיין, האט די רבי זעהט אויס געוואלט טוען ווי די דינא דגמ'

באותו ענין, די חת"ס זאגט אז אונז קען מען זיך נישט פארלאזן אויף די קולא פון פר"ח <וואס ר' משה בויעט זיין היתר אויף די פר"ח> אז אויב ס'איז נישט דא קיין טמא'נע בהמה אין שטאט קען מען ניצן חלב עכו"ם, וויבאלד אונז פארלאזן זיך אויף די רמ"א איז עס אזוי ווי א נדר, לכאורה איז שווער אז די רמ"א רעדט בכלל נישט פון די ענין פון פר"ח, און אויב יא פארוואס פונקט דא ווערט עס א נדר, אבער ווען מ'קוקט די ר"ת די מקור פון די רמ"א זעהט מען אז ער רעדט יא די שאלה פון פר"ח און אעפ"כ אסר'ט עס די ר"ת און מער בדרך סייג לדבר, וואס דעמאלט קען מען נישט עובר זיין אויף ר"ת'ס סיג וואס ווערט געברענגט אין רמ"א
די עיקר איז מחשבה דיבור ומעשה בלתי לה' לבדו (ר' אהרן מטשערנאבל)
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19772
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: הגיגי הלב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

יונגרייז האט געשריבן:אז ביידע תפילין זענען אמת

לאו דוקא (או דוקא לאו) אז דער אויסדריק פון אלו ואלו דברי אלוקים חיים מיינט אז להלכה זענען ביידע אמת, דער מקור המימרא גייט דאך אויף מחלוקת בית שמאי ובית הלל צי וואס דער אויספיר איז והלכה כבית הלל...

---
מיר האט שטארק געכאפט די תשובה דארט איבער טבילת עזרא, טעם אריכת הגלות וכו' בפרט בעלי תפלה
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
יונגרייז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 23, 2019 12:31 pm

Re: הגיגי הלב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונגרייז »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:

איך האב געניצט די אויסדריק וויבאלד מיט די אויסדריק פאנגט זיך אן די ענטפער אין שו"ת מן השמים, און דא מיינט עס אז ביידע זענען אמת כמבואר בהמשך התשובה

אבער בכלליות זענט איר גערעכט

איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: הגיגי הלב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

יונגרייז האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
יונגרייז האט געשריבן:אז ביידע תפילין זענען אמת

לאו דוקא (או דוקא לאו) אז דער אויסדריק פון אלו ואלו דברי אלוקים חיים מיינט אז להלכה זענען ביידע אמת, דער מקור המימרא גייט דאך אויף מחלוקת בית שמאי ובית הלל צי וואס דער אויספיר איז והלכה כבית הלל...

---
מיר האט שטארק געכאפט די תשובה דארט איבער טבילת עזרא, טעם אריכת הגלות וכו' בפרט בעלי תפלה

איך האב געניצט די אויסדריק וויבאלד מיט די אויסדריק פאנגט זיך אן די ענטפער אין שו"ת מן השמים, און דא מיינט עס אז ביידע זענען אמת כמבואר בהמשך התשובה

אבער בכלליות זענט איר גערעכט

וכבר אמר מי שאמר בברוך שאמר שכונת הגמרא לומר אלו ואלו דברי אלקים חיים דורשים...
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: הגיגי הלב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

יונגרייז האט געשריבן:לברר מקחו של צדיק

סקווירא רבי ז"ל האט געזאגט פאר פאפא רב ז"ל אז ווען ער געט א הכשר אויף מילך זאל ער זיך נישט פארלאזן אויף דעם אז א איד איז יוצא ונכנס, אפי' עס שטייט אין שו"ע אז ס'איז גוט אזוי, כל ימי תמהתי ע"זא

ס'איז א ש"ך ערגעץ שלא במקומה אז ס'נישט קיין לכתחילה.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
יונגרייז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 23, 2019 12:31 pm

Re: הגיגי הלב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונגרייז »

אוראייניקל האט געשריבן:ס'שטייט אין דרכי חיים? איך געדענק עס פון חמדה גנוזה.

ס'שטייט אין ביידע ספרים

די חמדה גנוזה ברענגט עס אראפ פון ר' רפאל משב"ק, וואס ער איז די מחבר פון דרכי חיים
די עיקר איז מחשבה דיבור ומעשה בלתי לה' לבדו (ר' אהרן מטשערנאבל)
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: הגיגי לבי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

יונגרייז האט געשריבן:בלעטער'ן דיג לעצטענס די ספר שו"ת מן השמים האב איך אויפגעפאסט א הפליא'דיגע זאך, אז די פסקים וואס מ'האט אים געענטפערט שטימט להפליא מיט די פסקים וואס אונז האבן פון די אר"י ז"ל, איין דוגמא ער פרעגט וואס איז די ריכטיגע תפלין רש"י אדער ר"ת, האט מען אים גע'ענטפערט אלו ואלו דברי אלקים חיים, א זאך וואס אין די צייטן פון די ראשונים איז בכלל נישט געווען אזא באגריף, און מען טרעפט עס נאר אין אר"י ז"ל בעקבות הזוהר

דו האסט א הוא אמינא אז בימי ראשונים, האט מען געהאלטן אז אדער רש״י אדער ר״ת, זענען געווען קרקפתא דלא מנח תפילין?!?!?!?
הס מלהזכיר!!!!

יונגרייז האט געשריבן:אין א דערנעבן'דיגע אשכול האט מיודענו החוקר ר' איטשע געשריבן אז די ענין פון 72 אינדערהיים איז נאר געווען לחומרא אבער נישט לקולא, אין אזוי האבן אונז אויך געהאלטן רבות בשנים, אבל לעצטענס קוקט מיך עס אויס אנדערש, כידוע האט אין גאליציע די שר שלום שטארק אריינגעברענג די ענין פון 72, יעצט דארף מען זיך דערגרינטיווען וואס זיין דיעה איז געווען, אין ספר דרכי חיים פון א משמש ביים דברי חיים איז מסופר אז די דברי חיים האט איינמאל געגעסן די סעודה און עס איז אנגעקומן די אנגענומענע עלות, האט די דברי חיים געזאגט אז בשעת הדחק וועט ער זיך פארלאזן אויפ'ן דעת פונעם שר שלום אז עלות ווערט ביי 72, און ער האט ווייטער געגעסן די סעודה, איז מסתמא האט די דברי חיים געוואוסט אז די שר שלום האלט אפי' לקולא 72, און עס איז מסתבר אז אזוי איז געווארן די מנהג

גייסט מיר צוגלייכן נישט עסן פאר׳ן דאווענען צו טוען א מלאכה פרייטאג צו נאכטס - גיוו מי א ברעיק...
בכלל פון וואנעט נעמסטו אז דער בעלזער רב האט מיקל געווען, דער צאנזער רב האט מיקל געווען...

farshlufen האט געשריבן:
יונגרייז האט געשריבן:לברר מקחו של צדיק

סקווירא רבי ז"ל האט געזאגט פאר פאפא רב ז"ל אז ווען ער געט א הכשר אויף מילך זאל ער זיך נישט פארלאזן אויף דעם אז א איד איז יוצא ונכנס, אפי' עס שטייט אין שו"ע אז ס'איז גוט אזוי, כל ימי תמהתי ע"זא

ס'איז א ש"ך ערגעץ שלא במקומה אז ס'נישט קיין לכתחילה.

ס׳ווערט דערציילט אז דער ועד ארבע ארצות האט בשעתו געווען מיקל זיין ביי מילעך, און דער מעשה רוקח, האט עס נישט צוגעלאזט. כן מונח בזכרוני, די געשיכטע פון חרציכון יהון אסירין.
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19772
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: הגיגי לבי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

איטשע האט געשריבן:

ער האט שפעטער מבהיר געווען אז ער רעד פון די חלק אז ביידע זענען אמת להלכה (אזוי פארשטייט ער די מהלך התשובה, כ'מיין אבער אז ס'איז כלל נישט מוכרח)
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: הגיגי הלב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

כ׳האב אמאל געפרעגט אן אינטעליגענטער יונגערמאן, [ס׳איז ריין אינטערשיט ווי ער באלאנגט, אבער אזויפיל יא, צו די ערטער וואס ווער ס׳האלט נישט גענוי ווי זיי אז געהעריג אפגעפרעגט], צו ער האלט אז רבינו תם האט געהאלטן אז זיין זיידע רש״י האט נישט געלייגט קייון תפילין כל ימי חייו.
בנשמיה אחת, אז ארויסגערונען פון זיין מויל אזא זאפטיגע ״נ׳וודאי!״
אבער א מינוט שפעטער כאפט ער זיך, און ער הייבט אן צו קעקעצן, נישט וואוסנדיג גענוי וואס די ריכטיגע תשובה צו דעם פראגע איז.
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3277
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: הגיגי הלב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

מ'דערציילט עפעס אזוי אויף א ליטווישע גדול וועם מ'האט געפרעגט פארוואס ער לייגט נישט רבינו תם, האט ער געזאגט אז רש"י האט אויך נישט געלייגט..
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19772
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: הגיגי הלב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

שוואכע תשובה ווייל רש"י איז מסתמא געגאנגען תפילין א גאנצע טאג...
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: הגיגי הלב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

זאג א גוטס האט געשריבן:מ'דערציילט עפעס אזוי אויף א ליטווישע גדול וועם מ'האט געפרעגט פארוואס ער לייגט נישט רבינו תם, האט ער געזאגט אז רש"י האט אויך נישט געלייגט..

פארוואס זאל ער יא לייגן
ווער האט פארצייטנס געליינט רבנו תם, נאר די וואס האבן עוסק געווען אין קבלה שפעטער די חסידים. אבער אוי ער דעם, האבן די ספאדיק און ווייסע זאקן מיט די בערד געשפיצטע אשכנז׳שע אנשי מעשה אין פולין נישט געליינט קיין ר״ת.
יונגרייז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 23, 2019 12:31 pm

Re: הגיגי לבי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונגרייז »

איטשע האט געשריבן:
יונגרייז האט געשריבן:בלעטער'ן דיג לעצטענס די ספר שו"ת מן השמים האב איך אויפגעפאסט א הפליא'דיגע זאך, אז די פסקים וואס מ'האט אים געענטפערט שטימט להפליא מיט די פסקים וואס אונז האבן פון די אר"י ז"ל, איין דוגמא ער פרעגט וואס איז די ריכטיגע תפלין רש"י אדער ר"ת, האט מען אים גע'ענטפערט אלו ואלו דברי אלקים חיים, א זאך וואס אין די צייטן פון די ראשונים איז בכלל נישט געווען אזא באגריף, און מען טרעפט עס נאר אין אר"י ז"ל בעקבות הזוהר

דו האסט א הוא אמינא אז בימי ראשונים, האט מען געהאלטן אז אדער רש״י אדער ר״ת, זענען געווען קרקפתא דלא מנח תפילין?!?!?!?
הס מלהזכיר!!!!

אין די צייטן פון די ראשונים איז עס נאך נישט געווארן אויסגעפסק'נט האט מען געקענט גיין ווי אזוי מען האט געוואלט

אבער מסתמא האט איר נישט פארשטאנען מיין תגובה אזוי ווי סטאוו האט געזאגט
די עיקר איז מחשבה דיבור ומעשה בלתי לה' לבדו (ר' אהרן מטשערנאבל)
יונגרייז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 23, 2019 12:31 pm

Re: הגיגי הלב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונגרייז »

איטשע האט געשריבן:
יונגרייז האט געשריבן:אין א דערנעבן'דיגע אשכול האט מיודענו החוקר ר' איטשע געשריבן אז די ענין פון 72 אינדערהיים איז נאר געווען לחומרא אבער נישט לקולא, אין אזוי האבן אונז אויך געהאלטן רבות בשנים, אבל לעצטענס קוקט מיך עס אויס אנדערש, כידוע האט אין גאליציע די שר שלום שטארק אריינגעברענג די ענין פון 72, יעצט דארף מען זיך דערגרינטיווען וואס זיין דיעה איז געווען, אין ספר דרכי חיים פון א משמש ביים דברי חיים איז מסופר אז די דברי חיים האט איינמאל געגעסן די סעודה און עס איז אנגעקומן די אנגענומענע עלות, האט די דברי חיים געזאגט אז בשעת הדחק וועט ער זיך פארלאזן אויפ'ן דעת פונעם שר שלום אז עלות ווערט ביי 72, און ער האט ווייטער געגעסן די סעודה, איז מסתמא האט די דברי חיים געוואוסט אז די שר שלום האלט אפי' לקולא 72, און עס איז מסתבר אז אזוי איז געווארן די מנהג

גייסט מיר צוגלייכן נישט עסן פאר׳ן דאווענען צו טוען א מלאכה פרייטאג צו נאכטס - גיוו מי א ברעיק...
בכלל פון וואנעט נעמסטו אז דער בעלזער רב האט מיקל געווען, דער צאנזער רב האט מיקל געווען...

מסתמא האט צאנזער רב געוואוסט די שיטה פון די שר שלום בעסער פון אונז

כ'האב נישט גערעדט פון טוען מלאכות, כ'האב גערעדט וואס 72 באדייט א גדר אדער א שיטה בפני עצמו
די עיקר איז מחשבה דיבור ומעשה בלתי לה' לבדו (ר' אהרן מטשערנאבל)
יונגרייז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 23, 2019 12:31 pm

Re: הגיגי הלב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונגרייז »

איטשע האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:
יונגרייז האט געשריבן:לברר מקחו של צדיק

סקווירא רבי ז"ל האט געזאגט פאר פאפא רב ז"ל אז ווען ער געט א הכשר אויף מילך זאל ער זיך נישט פארלאזן אויף דעם אז א איד איז יוצא ונכנס, אפי' עס שטייט אין שו"ע אז ס'איז גוט אזוי, כל ימי תמהתי ע"זא

ס'איז א ש"ך ערגעץ שלא במקומה אז ס'נישט קיין לכתחילה.

ס׳ווערט דערציילט אז דער ועד ארבע ארצות האט בשעתו געווען מיקל זיין ביי מילעך, און דער מעשה רוקח, האט עס נישט צוגעלאזט. כן מונח בזכרוני, די געשיכטע פון חרציכון יהון אסירין.

וואס מיינט חרציכון יהון אסירין?
די עיקר איז מחשבה דיבור ומעשה בלתי לה' לבדו (ר' אהרן מטשערנאבל)
יונגרייז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 23, 2019 12:31 pm

Re: הגיגי לבי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונגרייז »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:
יונגרייז האט געשריבן:בלעטער'ן דיג לעצטענס די ספר שו"ת מן השמים האב איך אויפגעפאסט א הפליא'דיגע זאך, אז די פסקים וואס מ'האט אים געענטפערט שטימט להפליא מיט די פסקים וואס אונז האבן פון די אר"י ז"ל, איין דוגמא ער פרעגט וואס איז די ריכטיגע תפלין רש"י אדער ר"ת, האט מען אים גע'ענטפערט אלו ואלו דברי אלקים חיים, א זאך וואס אין די צייטן פון די ראשונים איז בכלל נישט געווען אזא באגריף, און מען טרעפט עס נאר אין אר"י ז"ל בעקבות הזוהר

דו האסט א הוא אמינא אז בימי ראשונים, האט מען געהאלטן אז אדער רש״י אדער ר״ת, זענען געווען קרקפתא דלא מנח תפילין?!?!?!?
הס מלהזכיר!!!!

ער האט שפעטער מבהיר געווען אז ער רעד פון די חלק אז ביידע זענען אמת להלכה (אזוי פארשטייט ער די מהלך התשובה, כ'מיין אבער אז ס'איז כלל נישט מוכרח)

דו פארשטייסט נישט אזוי??
די עיקר איז מחשבה דיבור ומעשה בלתי לה' לבדו (ר' אהרן מטשערנאבל)
יונגרייז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 23, 2019 12:31 pm

Re: הגיגי הלב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונגרייז »

איטשע האט געשריבן:
זאג א גוטס האט געשריבן:מ'דערציילט עפעס אזוי אויף א ליטווישע גדול וועם מ'האט געפרעגט פארוואס ער לייגט נישט רבינו תם, האט ער געזאגט אז רש"י האט אויך נישט געלייגט..

פארוואס זאל ער יא לייגן
ווער האט פארצייטנס געליינט רבנו תם, נאר די וואס האבן עוסק געווען אין קבלה שפעטער די חסידים. אבער אוי ער דעם, האבן די ספאדיק און ווייסע זאקן מיט די בערד געשפיצטע אשכנז׳שע אנשי מעשה אין פולין נישט געליינט קיין ר״ת.

מסתמא איז זיין כוונה געווען פארוואס ער פאלגט נישט די זוהר
די עיקר איז מחשבה דיבור ומעשה בלתי לה' לבדו (ר' אהרן מטשערנאבל)
שרייב תגובה

צוריק צו “ליקוטים וענינים”