מנהגי ימי הספירה

מנהגים וסגולות שונות

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

Capture.PNG
Capture.PNG (36.03 KiB) געזען 4227 מאל
Untitled.png
Untitled.png (14.18 KiB) געזען 4227 מאל
אוועטאר
האלבע שיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 25, 2019 6:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלבע שיך »

איך מאך אי"ה בר מצוה אין די ימי הספירה דארף איך איינקויפן אלע בגדים יעצט פאר יו"ט כדי צי באנייען פאר ספירה??
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

האלבע שיך האט געשריבן:איך מאך אי"ה בר מצוה אין די ימי הספירה דארף איך איינקויפן אלע בגדים יעצט פאר יו"ט כדי צי באנייען פאר ספירה??

געדענק איך פון חדר אז מיינע חברים וואס האבן בר מצוה געהאט ספירה האבן איינגעקויפט די בגדים פאר פסח, און עס איז זיכער מער אויסגעהאלטן אזוי הלכה'דיג, אויב אזוי וואס קען שוין געשעהן אז מען קויפט עס יעצט? (די קרעדיט קארטל צאלט עס פונקט אזוי יעצט ווי דעמאלט...)
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1298
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיגליצקי »

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
האלבע שיך האט געשריבן:איך מאך אי"ה בר מצוה אין די ימי הספירה דארף איך איינקויפן אלע בגדים יעצט פאר יו"ט כדי צי באנייען פאר ספירה??

געדענק איך פון חדר אז מיינע חברים וואס האבן בר מצוה געהאט ספירה האבן איינגעקויפט די בגדים פאר פסח, און עס איז זיכער מער אויסגעהאלטן אזוי הלכה'דיג, אויב אזוי וואס קען שוין געשעהן אז מען קויפט עס יעצט? (די קרעדיט קארטל צאלט עס פונקט אזוי יעצט ווי דעמאלט...)

ס'געשעט גארנישט, מ'דארף נאר אנטוהן אזויפיל וועש אויפאמאל.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...
אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלב ישראל »

האלבע שיך האט געשריבן:איך מאך אי"ה בר מצוה אין די ימי הספירה דארף איך איינקויפן אלע בגדים יעצט פאר יו"ט כדי צי באנייען פאר ספירה??

כ'מיין איר האט זיך פארמישט מיט די ניין טעג.
אוועטאר
האלבע שיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 25, 2019 6:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלבע שיך »

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
האלבע שיך האט געשריבן:איך מאך אי"ה בר מצוה אין די ימי הספירה דארף איך איינקויפן אלע בגדים יעצט פאר יו"ט כדי צי באנייען פאר ספירה??

געדענק איך פון חדר אז מיינע חברים וואס האבן בר מצוה געהאט ספירה האבן איינגעקויפט די בגדים פאר פסח, און עס איז זיכער מער אויסגעהאלטן אזוי הלכה'דיג, אויב אזוי וואס קען שוין געשעהן אז מען קויפט עס יעצט? (די קרעדיט קארטל צאלט עס פונקט אזוי יעצט ווי דעמאלט...)

כמדומה לי אז אלע גשעפטן זענען אסאך רואיגער אין שטילער נאך יו"ט
אוועטאר
האלבע שיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 25, 2019 6:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלבע שיך »

חלב ישראל האט געשריבן:
האלבע שיך האט געשריבן:איך מאך אי"ה בר מצוה אין די ימי הספירה דארף איך איינקויפן אלע בגדים יעצט פאר יו"ט כדי צי באנייען פאר ספירה??

כ'מיין איר האט זיך פארמישט מיט די ניין טעג.

נישט געוויסט אז סדרייען זיך גרים דא
אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלב ישראל »

וואס איז מיט'ן וגר לא תונו?
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

חלב ישראל האט געשריבן:וואס איז מיט'ן וגר לא תונו?

פארקערט. ער איז אים מחשיב. ער קוקט אים ארויף...
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

פארשטיי איך נישט, איז שוין נישט דא קיין דיינים, אז מען דארף פרעגן זעלכע שאלות דא אויפן וועלטל?
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

האלבע שיך האט געשריבן:
חלב ישראל האט געשריבן:
האלבע שיך האט געשריבן:איך מאך אי"ה בר מצוה אין די ימי הספירה דארף איך איינקויפן אלע בגדים יעצט פאר יו"ט כדי צי באנייען פאר ספירה??

כ'מיין איר האט זיך פארמישט מיט די ניין טעג.

נישט געוויסט אז סדרייען זיך גרים דא

כ'האב אויך נישט געוואוסט...
אין די ימי הספירה טאר מען נישט מאכן קיין שהחיינו, דאס אלעס. אויב מ'מאכט סיי ווי נישט קיין שהחיינו איז מותר על פי הלכה אנצוטון א נייע קלייד בימי הספירה. דער מנהג איז מחמיר צו זיין, אבער נישט אויף אזוי ווייט צו גיין קויפן אלעס פאר פסח ווען ס'קומט נישט אן אזוי לייכט.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל

נאכמער פון דעם, נישט צו מאכן א שהחיינו איז אויך א חומרא וואס נעמט זיך פון די ימי בין המצרים. ממילא נישט צו באנייען אן א שהחיינו בימי הספירה איז א הסתרה שבתוך ההסתרה... נאכדערצו ווען ס'איז א שמחה.

שבת מעג מען לכתחילה באנייען בימי הספירה, ממילא טו אן דעם רעקל שבת פאר די בר מצוה.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:נאכמער פון דעם, נישט צו מאכן א שהחיינו איז אויך א חומרא וואס נעמט זיך פון די ימי בין המצרים. ממילא נישט צו באנייען אן א שהחיינו בימי הספירה איז א הסתרה שבתוך ההסתרה... נאכדערצו ווען ס'איז א שמחה.

שבת מעג מען לכתחילה באנייען בימי הספירה, ממילא טו אן דעם רעקל שבת פאר די בר מצוה.

אבער שבת מעג מען נאר באנייען שבת וועש,

א שטאפען היט טאר מען נישט באנייען שבת ווייל עס איז מינכרא מילתא, אז מען איז מכין.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

א בר מצוה איז לכאורה פונקט ווי שבת.

עני וועי איז אלעס א חומרא בתוך חומרא. א חומרא פון שהחיינו און א חומרא פון אפילו אן שהחיינו. ממילא פאר א בר מצוה דארף אלעס צו זיין מותר. פרעג א דיין צו מאכן זיכער.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:-------------------------------------- פרעג א דיין צו מאכן זיכער.

געבליקט אין פסקי תשובות
זעה איך אז ער ברענגט אז קויפען פאר חתן וכלה וועמעס חתונה וועט זיין ל"ג בעומר איז פשוט אז מען מעג
קיין ווארט נישט וועגען א בר מצוה בחור
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

שפיגליצקי האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:
האלבע שיך האט געשריבן:איך מאך אי"ה בר מצוה אין די ימי הספירה דארף איך איינקויפן אלע בגדים יעצט פאר יו"ט כדי צי באנייען פאר ספירה??

געדענק איך פון חדר אז מיינע חברים וואס האבן בר מצוה געהאט ספירה האבן איינגעקויפט די בגדים פאר פסח, און עס איז זיכער מער אויסגעהאלטן אזוי הלכה'דיג, אויב אזוי וואס קען שוין געשעהן אז מען קויפט עס יעצט? (די קרעדיט קארטל צאלט עס פונקט אזוי יעצט ווי דעמאלט...)

ס'געשעט גארנישט, מ'דארף נאר אנטוהן אזויפיל וועש אויפאמאל.

אויך נישט קיין פראבלעם, מען טוהט אן יעדן טאג פון יו"ט און חוה"מ נאך א בגד.
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלב ישראל »

נישט הערן מוזיק אין די ספירה טעג האט עפעס א מקור?

און וואס איז מיט נישט קויפן קיין נייע קליידער אויב מ'מאכט נישט קיין שהחיינו.
יודל קליין
שר האלף
תגובות: 1273
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 11:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל קליין »

אין ספר טעמי המנהגים ברענגט ער בשם ספר פחד יצחק לא נוכל לאסור בהדיא לקנות כלים חדשים בימי העומר שלא החמירו בדבר זה לא פוסקים ראשונים ולא אחרונים זה לבד ראיתי בספרי מחברי דרשות דאין אומרים שהחיינו בימי העומר וכו'
וראיתי בכתבי הר"ר בעל באר עשק ז"ל שכתב וראיתי נוהגים שבימי העומר עד ל"ג בעומר אינם עושים כלים ובגדים חדשים שהם ימי צער והכל תלוי במנהג.

אבער ריקודין ומחולות ברענגט ער יא פונעם מ"א דאף מי שעשה שידוכים אסור לעשות ריקודין ומחולות.
אטעטשמענטס
ספירה.pdf
(72.8 KiB) געווארן דאונלאודעד 106 מאל
זה הקטן גדול יהי'
אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלב ישראל »

ריקודין ומחולות ווייס איך, כ'האב געפרעגט איבער הערן מוזיק סתם אזוי אן טאנצן.
אוועטאר
אהרן הלוי
שר האלף
תגובות: 1499
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 18, 2018 1:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהרן הלוי »

...בפרט שטייטע ניגונים
צוויי אפציעס זענען פארהאן פאר דער טיפע "דורות" שאלה:
1. טיפע אהבה; 2. טיפע חכמה.
מארמאראש
שר חמש מאות
תגובות: 531
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 05, 2016 8:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארמאראש »

חלב ישראל האט געשריבן:נישט הערן מוזיק אין די ספירה טעג האט עפעס א מקור?

און וואס איז מיט נישט קויפן קיין נייע קליידער אויב מ'מאכט נישט קיין שהחיינו.

יא הערן מוזיק א גאנץ יאר האט יא א מקור?
אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלב ישראל »

ועתה קחו לנו מנגן.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

חלב ישראל האט געשריבן:ריקודין ומחולות ווייס איך, כ'האב געפרעגט איבער הערן מוזיק סתם אזוי אן טאנצן.

כ'פארשטיי נישט די שאלה, כלי שיר איז דאך א כ"ש פון ריקודין ומחולות.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

חלב ישראל האט געשריבן:און וואס איז מיט נישט קויפן קיין נייע קליידער אויב מ'מאכט נישט קיין שהחיינו.

כ'ווייס נישט וואס אנדערע פירן זיך, אבער ביי אונז איז מען נישט מחמיר דערין.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
האלבע שיך האט געשריבן:
חלב ישראל האט געשריבן:
האלבע שיך האט געשריבן:איך מאך אי"ה בר מצוה אין די ימי הספירה דארף איך איינקויפן אלע בגדים יעצט פאר יו"ט כדי צי באנייען פאר ספירה??

כ'מיין איר האט זיך פארמישט מיט די ניין טעג.

נישט געוויסט אז סדרייען זיך גרים דא

כ'האב אויך נישט געוואוסט...
אין די ימי הספירה טאר מען נישט מאכן קיין שהחיינו, דאס אלעס. אויב מ'מאכט סיי ווי נישט קיין שהחיינו איז מותר על פי הלכה אנצוטון א נייע קלייד בימי הספירה. דער מנהג איז מחמיר צו זיין, אבער נישט אויף אזוי ווייט צו גיין קויפן אלעס פאר פסח ווען ס'קומט נישט אן אזוי לייכט.

דאס איז נישט ריכטיג, ע"פ הלכה איז אפילו שהחיינו מותר.... נאר די מנהג איז ע"פ די ראשונים ואחרונים וואס זאגן אז נישט.

און באמת איז דאס צוויי באזונדערע זאכן, איין זאך נישט צו מאכן שהחיינו, וואס דאס שטייט אין אליהו זוטא בשם דעם רבינו ירוחם (סי' תצ"ג סק"א), צרור המור (פרשת אמור), עוללות אפרים (ח"ב עמוד י"ד מאמר קז קח בחג הפסח), חוץ דעם איז דא א באזונדערע זאך נישט צו אנטון קיין נייע מלבוש, וואס דאס שטייט אין לקט יושר (דף צז-צח), יוסף אומץ (סי' תתמה), ספר מנהג טוב (מנהג ס"א), ועוד.

ווען די קוקסט נאך די מקור אין לקט יושר זעסטו קלאר אז אפילו מען זאל נישט מאכן קיין שהחיינו אויף דעם מלבוש טאר מען אויך נישט אנטון קיין נייע.

זעסט עס פון צוויי זאכן, ראשית וואס ער זאגט אז אפילו א מצנפת האט ער נישט מתיר געווען אנצוטון אין ספירה, וואס די כוונה דערפון איז אז אפילו א בגד שאינו חשוב [שאינו מברך עליו שהחיינו] ג"כ לא התיר [אין ספר מנהג טוב זעסט עס אויך, ווייל אין שו"ע (סי' רכ"ג ס"ו) איז מבואר אז אויף א חלוק מאכט מען נישט קיין שהחיינו, און ער שרייבט שלא לחנך "כסות" ושום דבר חדש]. שנית, אז אפילו מנעלים האט ער אויך נאר מתיר געווען באופן שאין לו מה לנעול [שאז התיר ולכאורה הטעם דזה גנאי גדול לילך בלי מנעלים, וכמו שאמרו חז"ל לעולם ימכור וכו' ויקח מנעלים לרגליו].

כ'ווייס אויך אז ס'איז דא אחרונים וואס שטעלן יא צוזאם די צוויי, אבער כ'ווייס אויך אז געוויסע אחרונים זענען מתיר ביידע. וואס כ'מיין צו זאגן דערמיט, אז די "מנהג" היינט צו טאגס נישט צו באנייען מלבושים אין ספירה, איז בהכרח ווייל מען האלט אז דאס האט גארנישט צום שהחיינו, ווייל אונז למעשה מאכן בכלל נישט קיין שהחיינו, ממילא אויב די טעם איז אלץ שהחיינו, וואלט מכח דער מנהג יא געווען מותר. אלא מאי די וואס פירן זיך יא מחמיר צו זיין דערויף, איז פשט ווי געשריבן.
שרייב תגובה

צוריק צו “מנהג ישראל”