מי אני האט געשריבן:הרב נשמה, איר האט א הפלא'דיגע טעאריע, אבער איר קענט מיר אפשר מוכיח זיין אז דאס איז טאקע די מציאות? האט איר בכלל געליינט די ביכער פון די ממציאי השיטה? צי ווייסט איר אז זיי האבן גאר א אנדערע פילאזאפיע? מ'רעדט דאך פון א ספיקא דאורייתא...
איך האב שוין פריער געזאגט אז איך רעד נישט להלכה, איך רעד פון צו וויסן די מציאות. דאס אז דו זאגסט אז דאס איז א ספיקא דאורייתא, מיינט דאך אז ס'דא א צד אז ס'איז זיכער גוט און אויסגעהאלטן. דאס מיינט דאך די ווארט 'ספק'. איך האב געשריבן אז איך שרייב וואס עס ליגט מיר אין קאפ. איך האב אביסל גענישטערט. זיי שיקן ענערגיע, דאס אלעס. פון וואו? דאס האט שוין צו טון מיט זייער 'בעליוו'.
איך האב אביסל געליינט אין די ביכער פון די ממציאי השיטה, און ס'איז נורא ואיום וואס דארט גייט פאר. ס'איז א חרפה און א בושה אז אזעלכע ביכער ווערן צוגעברענגט אין א.ג. 'היימישע ספרים' וואס זוכן מתיר צו זיין השרץ בק"ן טעמים.
נורא ואיום וואס דארט גייט פאר, מאכט עס נאך נישט (און איך רעד נישט על פי הלכה) אז ווען מ'טוט וואס זיי טוען, מאכט עס נאכנישט פאר עבודה זרה. צום ביישפיהל: אויב זיי שרייבן אז זיי נעמען ענערגיע פון א גא-ט וואס הייסט 'הבל ורוח' און זיי געבן פאר 'הבל ורוח' אביסל רויעך, און 'הבל ורוח' העלפט. און דו זעהסט די ווערטער, און דו זאגטס: נורא ואיום וואס דארט טוט זיך! אבער דאס מאכט נאכנישט געבן ענערגיע פאר א נורא ואיומ'דיגע זאך. חוץ אויב ווען מ'געט ענערגיע טוט מען וואס דארט שטייט. והדברים פשוטים. אבער אויב מ'געט ענערגיע פון 'אין סוף' ב"ה. איז דאס א פראבלעם. ער איז ממשיך אור. איז עס א פראבלעם?
ווען מיר זעען דעם אפגאט 'הבל ורוח' און מיר לאכן זיך אונטער, ווייל מיר פארשטייען אז זיי זענען זיך טועה מיט דעם פרט. נישט די נורא ואיומ'דיגע זאכן פון יענע ביכער מאכט עס פאר נורא ואיום. און דאס איז זייער קלאר. (איך רעד נישט על פי הלכה)
דו גייסט און דו ליינסט זייערע ביכער און דו קומסט זאגן 'נורא ואיום'. לאמיר זאגן אז צינדן א ליכט פאר א נשמה און די נשמה זאל שתדל'ן איז נישט געווען באקאנט ביי אונז פשוט'ע עמך יודן, און נאר ערגעץ פארשטופט אין ר' חיים ויטאל'ס ספרים. יעצט, דו זעהסט דעם שיטה אין א היינטיגן גויאישן ביכל. און דארט שטייט אז ווען דו צינדסט דעם ליכט, דארפסטו אויך אינזין האבן עס אנצוצינדן פאר די אפגא-ט וואס הייסט 'סטופיד', און דו קומסט און דו הייבסט אן צו צינדן א ליכט פאר א נשמה, אבער דו צינדסט עס אויף א אופן פון טון א טובה, און נישט אויף א אופן פון 'עבודה' פאר קיין שום אפגא-ט און אויך נישט אלץ עבודה פאר די נשמה, ווייל דו ווייסט אז דאס וואס זיי זאגן אז מ'דארף עס אנצינדן לשם עבודה איז נאריש און נישט אמת. דו ווייסט אז מ'דארף עס אנצינדן לשם טובה און עילוי נשמה.
(איך רעד נישט על פי הלכה, ווייל על פי הלכה, ווייס איך דאך נישט וואס דאס איז) די זעלבע זאך דא ביי אונז. דאס וואס זיי רעדן פון כוחות - אז ס'דא די כח, און די כח, דאס איז אונז נישט נוגע. דארף מען דא טון אן עבודה, יא אדער ניין? קומט דאס נישט פון אין סוף ב"ה, יא אדער ניין? מיר ווייסן אז אלעס קומט פון באשעפער. ווען דו זאגסט: אמר רבי בנימין, זאלסטו מיר מוחל זיין אבער דו טוסט די זעלבע זאך וואס זיי טוען מיט די קייטל. פלוצלינג ווערט א 'ויפקח אלוקים את עיניה'.
דו באקומט א אור מן השמים וואו צו קוקן.
ס'איז קליפ אין קלאר אז די ממציאי השיטה האבן תולה געווען דאס גאנצע אין עבודה זרה [אין ערגסט'ן פאל] און אין העכערע רוחניות'דיגע כוחות ווי שדים און רוחות [אין בעסטן פאל].
וואס זיי האבן תולה געווען איז דאך אונז נישט נוגע. צו דארף מען דינען עבודה זרה צו נישט? דאס איז אונז נוגע. ווען דו ווילסט שיקן ענערגיע פאר זרח, דארפסטו דינען עבודה זרה, אדער טון כישוף, אדער טון קוסם? דאס איז אונז נוגע. זיי מעגן רעדן פון א זכר ענערגיע און א נקיבה ענערגיע,
עס איז אונז נישט נוגע. נאר אויב מיר באציען זיך צו די מקור פון וואו מיר וועלן געבן ענערגיע, אויב מיר באציען זיך דערצו, אז ס'איז עפעס אנדערש ווי אין סוף ב"ה, דאן איז עס.... מ'דארף דן זיין די הלכה. אבער אויב דו ביסט מכוון צו געבן ענערגיע פון אין סוף ב"ה וואס איז די פראבלעם? שטייט דען נישט אין אונזערע ספרים די ענין פון ממשיך זיין שפע, ממשיך זיין אור. וכו' וכו'.
די גאנצע טעאריע פון 'כאפן א שפאציר אין יענעמ'ס נפש הבהמית' וכדו' איז א פשוט'ער 'תהליך גיור'.
בכל אופן, אפילו לשיטתך איז דאס נאכאלץ כישוף לויט'ן רמב"ם.
איך רעד נישט על פי הלכה. קען זיין אז ס'איז יא, קען זיין אז נישט. איך רעד פון די מציאות. וואס טוט מען? איז עס דען אנדערש ווי דאס וואס שטייט אין אונזערע ספרים?
והשם הטוב יעזור אז ענק זאלן פארשטיין אז איך קום נישט דא על פי הלכה אויף למעשה. נאר צו זאגן וואס איך קלער. און איך שפאקוליר.