מנהגי חב"ד

מנהגים וסגולות שונות

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

צדיק מושל

מנהגי חב"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיק מושל »

גראמען געשריבן דורך א אייניקל פון אלטן רבין,
פארעפענטליכט דורך א געווארענער לויבאוויטשער חסיד,
אין זיין צירק געצעלט,
ליינט מיט א הויך געמיט און האט הנאה.



נ"ב, מעגליך אז דער אשכול געהער אין ידיעות התורה,
אבער דאך בעטן מיר פון די געהערטע פארוואלטונג,
עס צו לאזן דא פאר געציילטע טעג, אויב מעגליך.
אוועטאר
הירשל ציג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 283
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 26, 2009 12:16 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הירשל ציג »

די אייניקל איז הרב אברהם יהושע טווערסקי עמ.די.
מלפנים חופ"ק פיטסבורג
הירשל ציג
בעל הבלוג "צירק געצעלט"
http://hirsheltzig.com
אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום זאך »

זייער שיין אראפגעלייגט...
איין זאך אויסגעלאזט.. אז מ'זאגט אייביג 'שיר המעלות' פאר מעריב, אפילו "יום כיפור" נאך כל נדרי הייבט זיך די מעריב אן מיט אזא וואכענדיגע שיר המעלות...

--------
איז דאס ראביי A.J. Tverskey פון מאנסי?
און איז ער א חסיד חב"ד?
צדיק מושל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיק מושל »

אנטשולדיגט פאר אנשטרענגען אייער אייגעלעך, אין דעם לינק איז עס איבערגעטייפט מיט דרוק סארט בוכשטאבן,

דא האט איר:

הערט'ס צו ידידים
מתנגדים און חסידים
נערים וזקנים יחד
מיינע השערות
פון אידישע צרות
איך בין אין גלות אין חב"ד


1) איך האב אויף זיי נישט קיין פאראיבל
אבער ווען איך קום אריין אין שטיבל
קומט מיר אויס דאס גאנצע התנהגות עפעס
איך קען נישט פארשטיין דעם טעם
פארוואס דתיהם שונות מכל עם
ואת דתי המלך הם עושים באהבה וביראה

2) אוי! שבת, יום טוב אינדערוואכען
געוואלד! וואו בין איך דא פארקראכען
און ועל כולם קען איך נישט אפילו קריטיקירען
פסח, סוכות ימים נוראים
פאר מיר איז פלאי פלאים
און מען זאגט מיר "שווייג!", ווייל דיין זיידע האט געהייסען אזוי זיך פירען

3) לעתיד לבוא אין גן עדן
וועל איך פרגען ביים הייליגן זיידן
כ'בעט דיר זאג מיר צו איז דאס טאקע געווען דיין דרך בקודש
עס כאפט מיר ממש אן א ציטער
זיי זאגען נישט אפילו וואס עס שטייט אין דיין סידור
נישט קיין "ושמרו" נישט קיין "וידבר משה" און נישט קיין תקעו בחודש

4) אין דיין שלחן ערוך פסק'נסטו להלכה
אז אויף תפלין של ראש דארף מען מאכען א ברכה
דארפסטו אבער זעהן ווי דיינע חסידים לייגען תפלין
זיי זאגן נאר אז לפי חב"ד
מאכט מען א ברכה נאר אויפ'ן של יד
זעהסטו אליין אז זיי טוהען אינגאנצען ווי זיי ווילען

5) זיידע, דו האסט געזאגט אין דיינע שיחות
אז מען דארף נישט זאגען קיין סליחות
אין עשרת ימי תשובה, און דאס האט שוין גורם געווען ממילא
און וואס זאל איך מיט זיי קריגען
עס פאסט גארנישט צו דעם ניגון
פון ראש השנה'דיגן קדיש אז מ'זאגט נישט קיין לעילא ולעילא

6) ס'איז דאך נישט מעגליך דאס איבערצוטראגן
וואס מען דארף אזוי פיל תהלים זאגען
דער יום, דאס קאפיטל וויפיל מ'איז אלט, און שבת מברכים אינגאנצען
געוואלד אידן! האט'ס רחמנות
זייטס משנה די תקנות
איך זאל נישט דארפען זאגען "אשרי תמימי דרך" ביי די הונדערט און ניינצען יאר

7) מי שמע כזאת אז אין א יום הילולא
זאגט מען תחנון אין די תפלה
איך שריי "חי וקים" און איך טוה כסדר אויף זיי האקן
געוואלד! זיי זענען דאך רחמנא ליצלן ערגער ווי די ליטוואקן

8) אהן א קיטל ביים סדר דאס ווייס איך
אבער וואס איז געשעהן מיט'ן חסל סידור פסח
אפשר איז ער אוועקגעלאפן צוזאמען מיט'ן ותערב
אדער אפשר האט ער גאר בדעה
צוזאמען מיט'ן חד גדיא און מיט'ן אחד מי יודע
גיין אויפזוכען דעם אדיר הוא יבנה ביתו בקרוב

9) פארוואס האבען עפעס די מענטשען
פארטריבען דעם יהי רצון פון ראש חדש בענטשען
און איך מוז דאס אלץ צוקוקען, מקבל זיין בעל כורחה
ווי קומט יום טוב שיר המעלות
ווי זאגט מען לכה דודי אהן א טלית
און וואס פאר א מחותן איז דער חצי קדיש צווישען כגוונא און ברכו

10) פארלאזען אזעלכע טייערע אוצרות
נישו קיין פייט און נישט קיין יוצרות
און פארוואס זינגט מען נישט דעם י-ה קלי אתיצבה לקראתך
כ'וואלט געווען אזוי צופרידן
אדרבה, זאגט מיר אידן
וואס פאר א ניגון ער אויף ויאתיו כל לעבדיך

11) פרייטאג צו נאכט'ס זינגט מען ביי חסידים
מנוחה ושמחה אור ליהודים
כל מקדש און י-ה רבון און מען זינגט מה ידידות
אבער ביי זיי הערט מען נישט קיין קול
ס'איז שטיל ווי ביי אוהב עמו ישראל
זאגט מיר, איך בעט אייך, וואס איז דאס עפעס פאר א מין חסידות

12) וואו איז פארהאן אזא גזירה הרחקה
נישט אויפהענגן קיין נוי סוכה
און אז איך קוק מיך צו קויפן אן אתרוג, ווייס איך גארנישט וואס איז מיט אים
געוואלד געשריגען זיסע טאטע
ווי קען מען אים האלטן מיט'ן פיטם למטה
ווען אויפ'ן אתרוג איז נישט פארהאן קיין זכר פון א פיטם

13) איך קען מיט זיי נישט האלטען קיין מלחמה
איך וועל נאך מאל נעמען א נקמה
כל תלמיד חכם שאינו נוטר ונוקם אינו ת"ח
עס וועט זיין א נקימה און א נטירה
פאר'ן לשם יחוד פון די ספירה
פאר אלע שינויים וואס איך לייד זיך אהן פון זייערע דרכים

14) בקרוב ממש, גאר אינגיכען
וועו מען מקבל פנים זיין משיח'ן
און פרייטאג צונאכט'ס אויפ'ן הר הבית וועלן זיך צוזאמען קומען אלע צדיקים, אלע קדושים
און משה רבינו וועט זיין בראשם
און ר' שלמה אלקבץ וועט זינגען לכה דודי לקראת כלה

15) אזוי ווי א מחוצף בין איך תמיד
וועל איך באלד צודארפען צו דעם עמוד
און צוזאמען מיט'ן הייליגן חזן דאווענען בהתלהבות
און אויפ'ן הויכען קול וועל איך געבן א קוועטש
לפני כל חסידי ליובאוויטש
פון אלטען רבי'ן, צו דער ושמרו בני ישראל את השבת
צדיק מושל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיק מושל »

די אויבן דערמאנטע גראמן האט ד"ר אי"ה טווערסקי זעלבסט געגראמט ביי א חתונה פון ר' שלום פאזנער'ס א אייניקל.



איינער אונטער דעם פעסוואדנים "יאשע קאלב" האט צוגעלייגט נאך,

דא האט איר:

ער דערמאנט די שבת זמירות
אבער וואס איז מיט'ן אנעים זמירות?
און ווו קומט ער אהין
דער סדר פון די אושפיזין?
דעם מעוז צור האט ער פארגעסען
און ח''ו שלוש סעודות עסען


האלבע הויזן, זאקן ווייס
זעט מען נישט דארט אין קראון הייטס

אויב מען רופט צום מצווה טאנץ
...שרייט מען באלד:הער אויף דו
פוילישער

אהן א הספד איינגעגראבען
קען א איד גן עדן האבען?

אבער ווער עס האט געהאט יחידות
וועט נישט בייטען דעם חסידות!
אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום זאך »

צום זאך האט געשריבן:איין זאך אויסגעלאזט.. אז מ'זאגט אייביג 'שיר המעלות' פאר מעריב, אפילו "יום כיפור" נאך כל נדרי הייבט זיך די מעריב אן מיט אזא וואכענדיגע שיר המעלות...


יאך האב פשוט פארזעהן אן אפען שטיקל "צירק-געצעהלט"...

צדיק מושל האט געשריבן:ווי קומט יום טוב שיר המעלות
ווי זאגט מען לכה דודי אהן א טלית
ליפשיץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 11, 2009 2:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליפשיץ »

צוקערדיג צולייגט דעם 'ודתיהם שונות'.

דער אמת איז אבער, אז ס'נישט ממש ווי דער בעל החרוזים לייגט דאס אראפ. וואס איז דען חב"ד אנדערשט ווי חסידים בכלל?

די חסידים, זייענדיג אמפשטאמיגע פון בני אשכנז, האבן דען נישט ארומגעארבעט און ארומגעטוישט אין מנהגי אשכנז? אסאך עניני ומנהגי אשכנז האבן חסידים פשוט געטוישט צו מנהגי ספרד, און אסאך עניני ומנהגי אשכנז טוען די חסידים סתם איגנארירן. פארשטייט זיך יעדע שלשלת בחסידות האט געדרייט און געטוישט די מנהגים וענינים לפי ענינם, אבער בכלליות איז קיינער נישט ריין פון דעם פראבלעם. מ'קען פונקט אזוי מאכן צימעס, למשל, פון מנהגי טשערנאבל. און איך רעד שוין נישט פון ברסלב...

חב"ד איז פשוט געגאנגען מיט אפאר טריט ווייטער ווי אנדערע, איז וואס?
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

ליפשיץ ביזט גערעכט, אבער פראביר עס נאר אויס, צו דאווענען אין חבד'סקער שוהל פרייטיג צונאכטס דער קדיש פאר ברכו קומט עפעס אזוי פרעמד אריין און דער אויסגעלאזטער ושמרו, ס'איז א שטיקל גלות פאר א פרעמדער ס'נאר גארנישט שלעכט
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
ליפשיץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 11, 2009 2:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליפשיץ »

בן בוזי, איר זענט 100% גערעכט. איך האב שוין זוכה געווען מיטצוהאלטן א שבת אין א 'חבד האוז'. לעומת זה האב איך שוין אויך זוכה געווען מיטצוהאלטן א שבת אין א 'יעקע האוז', און איך קען אייך זאגן אז עס איז ביי מיר געווען ביידע אייניג מאדנע. פארוואס? ווייל ביידע זענען געווען אנדערש ווי 'מיין' רגילות.

אפאר אינטערסאנטע אנקאדעטן פון יענעם שבת אין יעקע האוז.

פרייטיג צו נאכטס דאווענט דער חזן אויף די בימה ביז נאך במה מדליקין, און ביי ברכו גייט ער צו צום עמוד (חזן ברעטל).

ביי 'בואי בשלום' האט זיך געטוהן עפעס א מין געדריידלעכס אהין און צוריק, אז נאך עד היום ווייס איך נישט פונקטליך וואס דארט איז פארגעקומען. איין זאך ווייס איז זיכער, 'איך' בין כסדר געשטאנען צונאר פארן ציבור. ווען דער ציבור איז געווען פניהם למעריב בין איך געווען למזרח, ווען דער ציבור איז געווען למזרח בין איך געווען למעריב, און ווילאנג איך האב אינאכט גענומען אז איך בין אנדערש ווי דער ציבור איז שוין דער ציבור געווען צוריק מיטן פנים, אזוי ארום בין איך ווידער געווען צונאר.

נאך ה' מלך וכו' לאורך ימים, זאגט מען במה מדליקין אנשטאט כגוונא. (דאכט זיך אז הערשט נאך במה מדליקין זאגט מען דעם קדיש יתום, און דערויף גייט דער חזן צו צום חזן ברעטל און הויבט אן ברכו – ענדליך צו חב"ד).

יום-טוב זאגט מען מערבית (איר ווייסט וואס דאס איז? ס'איז אזא פיוט וואס ווערט געזאגט ביי מעריב בתוך כל פרק ופרק). איך וועל אייך זאגן נאך מער, אונזער באקאנטער נוסח פון דעם יום טוב'דיגען מעריב, איז געבויט לויט דעם נוסח פון די מערבית. די מערבית קומט צו זאגן מיט א ספעציעלן ניגון ונוסח. אונזער נוסח בתחילה וסוף, איז בלויז א חלק דערפון.

פארשטייט זיך נאכ'ן דאווענען קומט א קידוש פונעם חזן הכנסת אויפן באלעמער.

בכל אופן, פאר יעדן וואס פאלט אריין אין א שול וועלכע דאווענט אנדערשט ווי 'זיין' רגילות, וועט האבן דערפון וואכן לאנג צו זאגן און צו זינגען .
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ליפשיץ האט געשריבן:יום-טוב זאגט מען מערבית (איר ווייסט וואס דאס איז? ס'איז אזא פיוט וואס ווערט געזאגט ביי מעריב בתוך כל פרק ופרק). איך וועל אייך זאגן נאך מער, אונזער באקאנטער נוסח פון דעם יום טוב'דיגען מעריב, איז געבויט לויט דעם נוסח פון די מערבית. די מערבית קומט צו זאגן מיט א ספעציעלן ניגון ונוסח. אונזער נוסח בתחילה וסוף, איז בלויז א חלק דערפון.

נעוואדע מיר קאנען דאך דעם מערבית נוסח גוט, אינטערעסאנטער איז דער גאנצער חזן'ישער צוזאמענכאפן פון "בשמחה רבה ואמרו כולם" שטאמט פונעם יו"ט'דיגער מערבית נוסח.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

נאכען מאכן אינוועסטיגעשאן, נישט און ליבאוויטש נאר און מלאכים (איך האב שוין געדאווענט דארט אפאר מאל ביי א שמחה ביי איינעם פון די משפחה)

זענען רוב זאכען טאקע אזוי, למשל
מען זאגט נישט ושמרו דאס האב איך אליין בייגעוואונט און אויך די בעל תפלה האט נישט אן קיין טלית פרייטיג צינאכטס

ותערב זאגט מען טאקע נישט און אויך נישט דעם יהי רצון פון פארן ראש חדש בענטשען און יוצר אויך נישט און פארשטייט זיך אז לשם יחוד פאר ספירה ציילען איז ח"ו

אבער מיין קרוב זאגט מיר אז די תהלים ווי אלט מען איז, איז א נייע זאך ביי ליבאוויטש
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום זאך »

צדיק מושל האט געשריבן:5) זיידע, דו האסט געזאגט אין דיינע שיחות
אז מען דארף נישט זאגען קיין סליחות
אין עשרת ימי תשובה

פון וועלכע זיידע רעדט ער דא?
דו שרייבסט אז ער איז דעם אלטן רבין'ס אן אייניקעל, איז דען דא "שיחות" פונעם אלטן רבין?

בכלל, מיין איך אז די מנהג נישט צו זאגן סליחות אין עשרת ימי תשובה, איז פון די לעצטיגע אדמורי"ם פון חב"ד (א בחינה ווי די "מנהג" נישט צו שלאפן אין סוכה...)

מיין ראיה צו דעם; אין סידור תהילת ה' (נוסח ופסקי הרב) פאר די סדר כפרות איז דא א שטיקל פון פסקי הסידור וז"ל: בעיוה"כ מנהג לשחוט תרנגול לבן הנקרא גבר ושוחטים אותו באשמורת הבוקר אחר סליחות. עכ"ל, איז דאך קלאר אז במקורו האט מען יא געזאגט סליחות אין עשרת ימי תשובה אין חב"ד. וצ"ב
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

אזוי ווי אין רוזין זאגט מען נאר סליחות דער ערשטער טאג, זכור ברית, שלש עשרה מדות, און עריו"כ
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

הירשל ציג האט געשריבן:די אייניקל איז הרב אברהם יהושע טווערסקי עמ.די.
מלפנים חופ"ק פיטסבורג



אלעס פיין און וואול, ווער איז אבער דער מחבר, אפשר אביסל מער דעטאלן?
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

Please excuse me for not writing in Hebrew my IE is making me lately problems and therefore I was supposed to stay quiet and listen to what everyone says and not respond but from now on I’ll have to use English as my language, sorry

Rabbi Dr. Abraham J. Twerski is the author of many books he is the son of the Milwaukee’r Rebbe and therefore he's a descendant of the Rav being that the Cherkasser was a SIL of the Mittaler Rav
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוקר »

אביסל מער פינקטלך הרב אברהם יוהשע העשיל טווערסקי ממאנסי מלפנים פיטסבורג בן הרב יעקב ישראל ממלוואקי בן הרב לייבל טווערסקי בן הרה"ק ר' מרדכי מהארניסטייפל בעל מחבר שו"ת עמק שאלה ועמק חכמה וחיבור לטהרה בן הרב זושא טאלמיטשער חתן הרה"ק ר' יעקב ישראל מטשערקאס בעל מחבר עמק תפילה חתן הרה"ק ר דוב בער מליבאוויטש חתן הרה"ק שניאור זלמן זי"ע הנקרא בעל בעל התניא
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

דארפסמאן האט געשריבן:נאכען מאכן אינוועסטיגעשאן, נישט און ליבאוויטש נאר און מלאכים (איך האב שוין געדאווענט דארט אפאר מאל ביי א שמחה ביי איינעם פון די משפחה)

זענען רוב זאכען טאקע אזוי, למשל
מען זאגט נישט ושמרו דאס האב איך אליין בייגעוואונט און אויך די בעל תפלה האט נישט אן קיין טלית פרייטיג צינאכטס

ותערב זאגט מען טאקע נישט און אויך נישט דעם יהי רצון פון פארן ראש חדש בענטשען און יוצר אויך נישט און פארשטייט זיך אז לשם יחוד פאר ספירה ציילען איז ח"ו

אבער מיין קרוב זאגט מיר אז די תהלים ווי אלט מען איז, איז א נייע זאך ביי ליבאוויטש

דא אין אגרות קודש להריי"ץ ח"א מכתב טז האט איר א פונקטליכע מקור און א דאטום פאר די התחלת המנהג לומר תהלים לפי השנים.

און איך ברענג אויך א קאפי דערפון.
אטעטשמענטס
igros rayatz.jpg
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

זאת אומרת אז דער מנהג האט זיך אנגעהויבן י"ב תמוז תרס"ו, דער ריי"ץ איז געבוירן י"ב תמוז תר"ם
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

למעשה האט ער מקבל געווען צו מפרש זיין די פרקי התהלים יעדעס יאר, וואס איז געבליבן דערמיט? איז דא מאמרים אויף תהילים פון כז ביז עב בערך פון רבין דער מהרייץ? אדער איז נאר פארהאנען די ניגונים וואס מ'האט אנגעהויבן מאכן אויף די קאפיטל פון רבין ביי רמש?
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

מיר וועלן דאס אי"ה פראבירען אויסציגעפינען
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

דער ענין פון זאגען דער פרק תהילים פונעם יאהר, שטאמט נישט פון פריערט נאך? פון בעש"ט אדער תלמידי בעש"ט?

איז נישט דער מנהג אויך און באבוב?
the SCY is the limit
אוועטאר
הירשל ציג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 283
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 26, 2009 12:16 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הירשל ציג »

קודם כל דארף מען וויסן אז ער איז נאר געווארען רבי 14 יאר שפעטער
אין תר"פ
דערנאך איז נישט יעדער דרוש געווען ברבים

ועוד....
הירשל ציג
בעל הבלוג "צירק געצעלט"
http://hirsheltzig.com
אוועטאר
הירשל ציג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 283
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 26, 2009 12:16 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הירשל ציג »

כמש"נ במ"א בצירק געצעלט

http://theantitzemach.blogspot.com/2009 ... st_18.html

איז שוין געווען די מנהג לאנג פאר דעם

עכ"פ אין ווילנא....
הירשל ציג
בעל הבלוג "צירק געצעלט"
http://hirsheltzig.com
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

א ישר כח הרב הערשעל
the SCY is the limit
אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום זאך »

בן בוזי האט געשריבן:אזוי ווי אין רוזין זאגט מען נאר סליחות דער ערשטער טאג, זכור ברית, שלש עשרה מדות, און עריו"כ

נישט ממש, ווייל אין ליבאוויטש זאגן זיי נישט עיו"כ אויך נישט, (נאר צום גדלי') וואס איז סותר דאס וואס דער אלטער רבי שרייבט אין סידור אז כפרות עיו"כ איז נאך סליחות (כמו שהעתקתי לעיל) וואס פון דעם איז משמע אז דאס נישט זאגן סליחות אין חב"ד אין עשי"ת איז נישט מיסודו אזויווי אין רוזין, נאר איז א לעצטיגע מנהג, וצ"ב.
שרייב תגובה

צוריק צו “מנהג ישראל”