מצות כתיבת ספר תורה והמסתעף

ליקוטים וטעמים על ענינים שונים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

משמש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 367
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 29, 2009 10:02 am

מצות כתיבת ספר תורה והמסתעף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משמש »

לעצטענס זעען מיר גאר אסאך פעלער, ובפרט ווען עס גייען אוועק ל"ע אידן וועלכע לאזן נישט איבער דורות, אז א ספר תורה ווערט געשריבן לעילוי נשמת פון נעדרים.

וואס איז אינטערסאנט איז, אז קיין שום מצוה וואס א איד איז מקיים, למשל, מצה סוכה, וכו', זאגט קיינער נישט, אז ער איז דאס מקיים לעי"נ פון איינעם, פארקערט, מען וויל האלטן דעם זכות פאר זיך, משא"כ, ביי כתיבת ס"ת שרייבט מען אויפן מענטעלע 'לעילוי נשמת פלוני בן פלוני'.

וואס פשט דערפון?
איז אמאל אויך געווען אזוי?
איז דא א מקור צו שרייבן א ספר לטובת א נשמה?

דא איז דאס פלאץ ארויסצוברענגן מיין וואונדער, שוין מערערע מאל וואס מיר זעהן אז בחורים גייען צוזאמענשטעלן געלט צו שרייבן א ספר לעי"נ א חבר וכדו'.
וויאזוי ארבעט דאס?
דאס איז א דריי-שפיציגער געדאנק, דער בחור מאכט השתדלות, איך און די געבן געלט, ד"ה מיט מיין געלט, דעם בחור'ס השתדלות, שרייבט מען א ספר לטובת די נשמה פון א דריטן? איז דאס נישט אביסל אינטערסאנט?
קאמענטארן זענען איבעריג?! אינגאנצן נישט!
שטעכעלע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטעכעלע »

עס ארבעט בערך ווי די יודען וואס נעמען צוזאמען געלט פאר פורים - כדי צו טיילען מתנות לאביונים - וואס מיינט ער איך קען נישט אליינס טיילען..
די קינץ איז צוגעבען פון אייגענע געלט - נישט נעמנן יענעמס צו טיילען פאר א דריטען..ודי
קארל
שר חמש מאות
תגובות: 797
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 11:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארל »

א גוטע פראגע, משמש.
איך האב שוין אמאל זיך טאקע געוויצלט אז סוכות וועל איך אי"ה לייגן א בלעכל אויף מיין קיישעלע וואו כ'וועל לעילוי-נשמת'ן א טוץ פון מיינע אור-עלטערן.

כ'מיין, "ולקחתם לכם" איז דאך פונקט אזא מצוה ווי "ועתה כתבו לכם את השירה הזאת."
אוועטאר
בן ימיני
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 02, 2018 9:21 pm

Re: מצות כתיבת ספר תורה והמסתעף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן ימיני »

משמש האט געשריבן:לעצטענס זעען מיר גאר אסאך פעלער, ובפרט ווען עס גייען אוועק ל"ע אידן וועלכע לאזן נישט איבער דורות, אז א ספר תורה ווערט געשריבן לעילוי נשמת פון נעדרים.

וואס איז אינטערסאנט איז, אז קיין שום מצוה וואס א איד איז מקיים, למשל, מצה סוכה, וכו', זאגט קיינער נישט, אז ער איז דאס מקיים לעי"נ פון איינעם, פארקערט, מען וויל האלטן דעם זכות פאר זיך, משא"כ, ביי כתיבת ס"ת שרייבט מען אויפן מענטעלע 'לעילוי נשמת פלוני בן פלוני'.

וואס פשט דערפון?
איז אמאל אויך געווען אזוי?
איז דא א מקור צו שרייבן א ספר לטובת א נשמה?

דא איז דאס פלאץ ארויסצוברענגן מיין וואונדער, שוין מערערע מאל וואס מיר זעהן אז בחורים גייען צוזאמענשטעלן געלט צו שרייבן א ספר לעי"נ א חבר וכדו'.
וויאזוי ארבעט דאס?
דאס איז א דריי-שפיציגער געדאנק, דער בחור מאכט השתדלות, איך און די געבן געלט, ד"ה מיט מיין געלט, דעם בחור'ס השתדלות, שרייבט מען א ספר לטובת די נשמה פון א דריטן? איז דאס נישט אביסל אינטערסאנט?
אוועטאר
חסידא ופרישא
שר האלף
תגובות: 1569
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יוני 13, 2020 6:48 pm
לאקאציע: אסאך פלעצער

Re: מצות כתיבת ספר תורה והמסתעף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסידא ופרישא »

די איינציגסטער זאך וואס מ'טוט לעילוי נשמת דער צווייטער? נישט פונקט.
האסט קיינמאל נישט געזעהן ווי מ'לערנט תורה פאר א מת?
כתיבה וחתימה טובה!

מיין אימעל איז [email protected]
צדיק'ל
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 6:25 pm

Re: מצות כתיבת ספר תורה והמסתעף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיק'ל »

פשט איז פשוטו כמשמעו אויב איך בין מזכה אידן מיט לולבים אדער סיי וואסארע צורך רבים טוה איך לעילוי נשמת
hi class
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 12, 2011 11:14 am
לאקאציע: שויתי ה' לנגדי תמיד

Re: מצות כתיבת ספר תורה והמסתעף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך hi class »

ווערט דא ארומגערעדט פארום אוצר החכמה
שרייב תגובה

צוריק צו “ליקוטים וענינים”