נו איך הער די האסט שוין געהאט א טשענס צו קאלן אין טשעקן ווען מען וועט קענען מאכן ארדערס אנליין?
איך קען אליינס קאלן אבער איך האב מורא אז די וועסט זיך באליידיגן אז איך האב דיך אויסגעכאפט.
זינט עס איז מיר לעצטנס אויסגעקומען צו נוצן דעם סייט http://www.allinkosher.com, האב איך גערעדט מיט'ן בעה"ב על דא ועל הא, און בתוך הדברים איז דערמאנט געווארן די היימישע קרעטשמע – אידישע וועלט. האט זיך דער בעה"ב אנגעטראגן אז ער וויל געבן א קיופאן פאר אלע חברי הקרעטשמע!!!!
סתם פאר אינטערעסאנטקייט, איך זעה אז וואוינענדיג און ניו יארק בין איך באשטראפט מיט באלד 9% סעילס טעקס. וויל איך וויסן, ווען איך קויף איין ביי מיין לאקעל גראסערי צאליך עס אויך? אויב יא, איזעס צרת רבים חצי נחמה, אבער אויב ביי מיין גראסערי ברויך איך נישט צאלן, און דא יא, וואלט איך ווען געוואלט האבן א הסבר דערויף. שכוח. מאי שנא?
נ.ב. איך ווייס, און איך פארשטיי, אז נישט ALL IN KOSHER רעכנט די טעקס, די כוויל נישט זאגן וואס רעכענען עס, אבער למעשה זיי קאלעקטן עס.