איך האב באקומען אן אימעיל אז.... בין איך אין טראבל?

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
איצל פיצל
שר האלף
תגובות: 1709
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

איך האב באקומען אן אימעיל אז.... בין איך אין טראבל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איצל פיצל »

(קען זיין שוין דא אזא אשכול, אויב יא ביטע צאמשמעלצן. )
איך האב באקומען אן אימעיל פון א קאמפעני college sewing machine parts Ltd. זיי זענען אין די UK
ווי פאלגענד:
4A317AE7-9775-41CC-B07B-57399DD8E1E8.jpeg
4A317AE7-9775-41CC-B07B-57399DD8E1E8.jpeg (381.13 KiB) געזען 2221 מאל


זיי ניצן מיין עכטע נאמען מיר צו אדרעסירן, ווי אויך האבן זיי מיין username וואס איך ניץ געווענדליך.
מיין פראבלעם איז פילפאכיג.
קודם כל איך האב קיינמאל דארט זיך נישט רעגיסטרירט.
איך האב נישט געדריקט דעם לינק ווייל איך פארדעכטיג אז עס וועט נישט טויגן. אבער איך האב געסירטשט דעם קאמפעני אויף גוגל און עס זעהט אויס צו זיין א עכטע קאמפעני, אבער ווען איך האב געטרייעט צו אריינסיינען אויף זייער סייט מיט מיין username האט זיך ארויסגעשטעלט אז זיי בעטן נישט קיין username. זיי בעטן אן אימעיל אדרעס!
יעצט איז מיין שאלה. וואס דארף איך טוהן ווייטער. זייער קאמפעני איז געהעקט? מיין אידענטיטעט איז באנוצט דורך א צווייטן? וואס גייט דא פאר?
אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1318
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל אלצווייסער »

עס קען אפשר זיין אז איינער האט אן ענליכע אימעיל אדרעס ווי דיר און געמאכט א טעות ביים עפענען זיין אקאונט אדער קען טאקע זיין אז ס׳איז געגנב׳ט.. רוף זיי פשוט אן און פרעג זיי אויס.
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

שמואל אלצווייסער האט געשריבן:עס קען אפשר זיין אז איינער האט אן ענליכע אימעיל אדרעס ווי דיר און געמאכט א טעות ביים עפענען זיין אקאונט

ער זאגט דאך אז די נאמען און יוזער-נעים זענען זיינע!
אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1318
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל אלצווייסער »

אוי.. כ׳האב עס שנעל געליינט און דאס נישט אינאכט גענומען.. דעמאלטס קודם רוף זיי אן זיי זאלן עס פארמאכן.. דאס איז זיכער..

מיין ברודער האט אמאל אויסגעפונען אז איינער האט עפלייד פאר איינע פון רעגירונג פראגראמען אויף זיין נאמען! ער האט אנגערופן יענע אגענטור, זיי זענען עס נאכגעגאנגען און אויסגעפונען ווער עס איז.. געווען א אומלעגאלע אימיגראנט דאכט זיך..
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.
שרייב תגובה

צוריק צו “אינטערנעט און אימעיל”