בלאט 1 פון 106

דזשימעיל טיפ'ס און פראגן

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 23, 2009 1:48 pm
דורך אלף בית
איז דא אן אפשען אין G-Mail אויסצושטעלן די סדר פון די אימעילס לויט ווער עס האט עס געשיקט?
(אין אוטלוק איז דא אזא אפשען)

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 23, 2009 1:51 pm
דורך ווינקל
ניין

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 23, 2009 1:56 pm
דורך ווער בין איך?
א אפיציעלע וועג עס צו טוהן איז נישט דא.
אבער מען קען עס טוהן דורך די סורטש באקס.
לייג דארט אריין אזוי:
from:sendersemailaddress
און נאכדעם וועסטו האבן אלעס פון יענע אימעיל אדרעס.

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 23, 2009 2:04 pm
דורך אלף בית
טענקס!
גיימער פרובירן.

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 23, 2009 2:06 pm
דורך אלף בית
יא סארבעט! ;l;p-

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 23, 2009 2:13 pm
דורך תו השמיני
אם בגימייל עסקינן האב איך אוך א פראגע:
איז דא א וועג ווי אזוי צו זען נאר די נישט געליינטע אימיילס אזוי ווי אין יאהא איז דא אן אפציע פון ווייזען נאר אנרעד מייל?

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 23, 2009 2:19 pm
דורך ווער בין איך?
מאך א לעיבעל פאר אלע געליינטע מעסעדזשעס. און ווען דו ווילסט נאר זעהן די נישט געליינטע, דריק אויף select: read און דריק move to און קוועטש אויף יענע לעיבעל

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 23, 2009 2:27 pm
דורך תו השמיני
המממ, פאסט נישט פאר גימייל צו זיין אזוי צירוקגעבליבן, אין 2009 דארף זיין א גרינגערע וועג!

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 23, 2009 2:52 pm
דורך נאטורליך
רעדענדיג פון דשימעכיל ווילט זיך פרעגן אזא פראגע. קען איך אנשטעלן אז יעדע אימעיל וואס קומט אריין פון למשל פלוני זאל זיין רויט, אלמוני גרין אא"וו.
די טעגס קען מען. וואס איז מיט אימעילס?

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 24, 2009 6:22 pm
דורך פאטאקי08
נאטורליך יא מ'קען מאך לעבלס און געב יעדע לעבל א קאלאר

יעצט ביי יאהו קען מען סארטן אויף כמה אופנים למשל ביי סייז ביי גימעיל האב איך נישט געטראפן קיין וועג

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 02, 2009 1:27 pm
דורך thefact
א גוטע טיפ אין דזשימעיל: פילטערן נאר אומגעליינטע אימעיל'ס

נישט איעדער ווייסט אז מ'קען זייער גרינגערהייט פילטערן נאר אומגעליינטע [unread] אימעיל'ס אין דזשימעיל

מ'לייגט אריין אין די "סערטש" באקס, די פאלגענדע: "label:unread" אן די קוואוט'ס דערנאך קליקט מען אויף "סערטש מעיל"

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 07, 2009 2:20 pm
דורך האניג
בנוגע סארטען לויט פארשידענע וועגן, איז איינער פון די וועגן וואס יאהו וועגט שטארק איבער ג'ימעיל!

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 07, 2009 3:55 pm
דורך גימעל
איז דא א וועג וויאזוי צוריק צו באקומען א דזימעיל אקאונט אויב מ' האט פארגעסן די פעסווארד?

זיי שיקן צו א צווייטע פעידז וואס מעלדט אז זיי גייען פארווארדן די פעסווארד צו מיין סעקענדערי אימעיל אדרעסס, אבער כ'האב נישט ארויפגעלייגט קיין סעקענדערי אדרעסס.
די צווייטע אפשען איז אויב כ'האב נישט קיין סעקענדערי אדרעס, קען איך נאך 24 שעה ענטפערן די סעקיוריטי קוועשטאן, ס' שוין אדורך 24 שעה און אויך 48, און ס'שוין מער ווי 2 חדשים אדורך און גארנישט רורט זיך נישט.

איז מיין פראגע צו איינער קען מיר העלפן צוריק באקומען די אקאונט (אפילו פאר געלט).

פאר די אינפארמאציע, איך בין אוטאמעטיקלי איינגעסיינט אויף איין קאמפיוטער אין מעיל, אבער אזוי ווי ס'שוין זייער א אלטע קאמפיוטער, און איך באנוץ זיך כמעט נישט דערמיט וויל איך זייער שטארק קענען אריינסיינען געהעריג פון סיי וועלכער קאמפיוטער.

(אגב, איך בין ניי דא אויף די 'אידישע וועלט' אויב כ'האב געשריבן אויפן נישט ריכטיגן ארט, ביטע מיר פארבעסערן)
א דאנק

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 07, 2009 5:30 pm
דורך bobke
on yor old comp. you can change your password or add a alternate email address without entering your password

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 07, 2009 7:14 pm
דורך למעלה משבעים
פעסווארט קען ער נישט טוישן ווייל ער דארף וויסן זיין אלטע צו מאכן א נייע, אבער צו לייגן א סעקענדערי אימעיל קען מען יא. פון די קאמפיוטער וואס די ביזט אריין געסיינט דריק דא און קענסט דארט טוישן סיי די אימעיל און סיי קענסט צו לייגן א סעלפון צו באקומען א טעקסט צו ריקאווערן.

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 07, 2009 7:19 pm
דורך bobke
you don't need to have your old password you can answer your security question
https://www.google.com/accounts/EditPasswd

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 07, 2009 7:31 pm
דורך למעלה משבעים
גערעכט, אבער דארט דארף ער געדענקן זיין סעקיורעטי ענטפער.

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 07, 2009 7:37 pm
דורך bobke
גימעל האט געשריבן:די צווייטע אפשען איז אויב כ'האב נישט קיין סעקענדערי אדרעס, קען איך נאך 24 שעה ענטפערן די סעקיוריטי קוועשטאן, ס' שוין אדורך 24 שעה און אויך 48, און ס'שוין מער ווי 2 חדשים אדורך און גארנישט רורט זיך נישט.

looks like he knows the answer

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 08, 2009 12:29 pm
דורך גימעל
א דאנק פאר אלע, איך בין ממש אין שאק צו זען ווי שנעל מען קען דא געהאלפן ווערן, ווי בין איך געווען ביז איצט?!

יעצט צוריק צום ענין, דאס וואס כ'האב געשריבן אז כ'בין אריינגעסיינט אין דזימעיל, איז נישט אין מיין בראויזער, נאר אין מעיל ווי איך באקום מיינע אי-מעיל'ס און איך קען ריפלייען, ווען איך קליק אויף די לינקס וואס איר האט מיר צוגעשטעלט דארף איך מיר געהעריג אריינסיינען, און.... כ'האב נישט מיין פעסווארד.

איך האב בלויז געשריבן אז איך בין אוטאמעטיקלי איינגעסיינט אויף איין קאמפיוטער אין מעיל פאר די אינפארמעישן פון די וואס פרובירן מיר צו העלפן, ווייל אפשר גיבט מיר גוגל נישט די אפשען פון ענטפערן די סעקיוריטי קוועשטאן, ווייל זיי האבן מורא אז א פרעמדער וויל צונעמען די אקאונט, וואס ס'איז אין באנוץ.

מיין שאלה בלייבט, איז דא נאך א וועג וויאזוי צוריק צו באקומען די אקאונט (נאכאמאל, אפילו פאר געלט), אדער ווייסט איינער וואס ס'איז די אפהאלט פון גוגל מיר צו לאזן ענטפערן מיין סעקיורעטי קוועשטאן נאך 24 שעה, און אפשר איז דא א וועג אויסצושפילען די סיסטעם און ענטפערן די קוועשטאן אן דעם וואס זיי זאלן מיר אהין שיקן.

א גרויסע דאנק פאר אלע.

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 08, 2009 1:01 pm
דורך למעלה משבעים
איך האב א פראגרעם וואס הייסט gmail password recovery.exe איך ווייס נאר נישט וואס ער ברענגט צוריק צו אויך פון אויטלאק עקספרעס. קענסט מאכן א סערטש אויף גוגל פאר די פראגרעם, אויף די פראגרעם שטייט די אדרעס http://www.reactive-software.com/ איך ווייס נאר נישט אויב דארט איז א סייט וואס מען קען טראסטן, צו דאס שיקט נישט קיין סחורה וואס מאכט חורבנות אויפן קאמפיוטער (איך האב עס פון אימעצען און איך קען נישט אריין צו יענע סייט).

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 08, 2009 1:21 pm
דורך גימעל
א דאנק למעלה משבעים,
איך וואלט נארמאלערהייט מורא געהאט זיך צו פארטשעפענען מיט א פראגרעם וואס איז נישט פארזיכערט, נאר אזוי ווי איך באנוץ זיך רוב טאג מיט א מעקינטאש, וועלכער האט מיר קיינמאל נישט אנגעפיקעוועט מיט באג'ס אדער ווירוס'ן, האב איך מיר ערלויבט און אויסגעטשעקט דעם סייט. אבער דא שטעקט מיין פראבלעם, די פראגרעם וואס זיי שטעלן צו האבן זיי נאר אין .exe פארמאט, וועלכער ארבעט נאר אויף ווינדאוס און נישט אויף מעק.

עניוועי, א דאנק.

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 08, 2009 1:55 pm
דורך האניג
אויב ס'ריקאווערד פון ג'ימעיל, אפשר זאלסטו עס פרובירן ביי א חבר'ס קאמפיוטער וואס האט ווינדאויס (האט איר חברים יוצאים מן הכלל? נעה!...)

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 08, 2009 1:59 pm
דורך גימעל
איך וואלט זייער געוואלט פרובירן ביי מיין אייגענעם ווינדאוס, נאר למעלה משבעים האט מיר זייער אנגעשראקן, אז ס'דרייען זיך דארט ארום די נישט גוטע.....

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 08, 2009 2:10 pm
דורך האניג
יאפ, כ'האב יעצט געכאפט א בליק דא, און זעט אויס ווי למעלה משבעים איז גערעכט, דאס וועבזייטל איז נישט געמאכט צוצוגיין צו נאנט דערצו.

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 08, 2009 5:12 pm
דורך למעלה משבעים
כבוד הרב האניג, די פראגרעם ריקאווערט נאר אויב מען האט שוין אריין געלייגט איינמאל די יוזער נאמען און די פעסווארד, אדער מען איז אריין געסיינט למשל אין גוגל טאלק וכדו', ממילא האט ער גארנישט פון גיין צו א חבר'ס קאמפיוטער. (חוץ מזה וואס ווי איך האב שוין אויבן ערווענט ווייס איך נישט אויב דאס ריקאווערט פון אויטלאק אויך, צו נאר פון די אינטערנעט בראויזער וכדו').