ר' אביגדור מילער און אונזערע רבי'ס

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

ר' אביגדור מילער און אונזערע רבי'ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

דעם אשכול איז אוועקגעשטעלט צו דיסקאסן ר' אביגדור מילער'ס שיטות, מהלכים און פערזענליכע שייכות צו אונזערע רבי'ס. ווי אויך מימרא'ס וכדו פון אונזערע רבי'ס לעומתו.
לעצט פארראכטן דורך היימישער הייקער אום מאנטאג מארטש 01, 2021 8:33 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

האבעך געטראפן אויף אין וויקיפידיע דעם שטיקלע. העכטס אונטערסאנט. בינעך נייגעריג אויב דעם שטיקעל פון ר' סענדער איז טאקע קראנט"

"ר' אביגדור האט געהאט א שטארקע נטיה צו חסידות, ער האט שטארק שטארק חשוב געהאלטן אלע סארט חסידישע אידן, אבער מער פון יעדען האט ער ליב געהאט די חסידות "סאטמאר, ער האט זיך שטענדיג אויסדרוקט מיט טרערן אין די אויגן, און מיט א קוויטשעדיגער קול, אז ווען ער זעהט אין זיין געגענט אויף קינגס הייוועי די גאלדן פלאו טראק דערמאנט ער זיך צוריק וואסערע נס אידישיקייט האט געהאט מיטן סאטמארער אריבערפלאנצונג אין אמעריקע. ער האט געזאגט די גרויסע ווערטער חלב ישראל אויף א מאשין אן קיין בושה איז א זאך וואס מאכט דעם היינטיגן עולם נישט פארשטיין די נסיון פון אמעריקע וואס ער און זיין דור האבן געהאט. ער האט אסאך מאל געזאגט אז ער פארעכענט סאטמאר רב אלס דער מציל אין דעם הינזיכט, ווייל ער האט אויפעגעשטעלט א פמליה של הקב"ה וואס האבן דעפנירט דעם אמעריקאנעם לוקסוס לעבנסשטייגער און זיך אנגעפיפען אינעם סיסטעם סאטמאר רב האט באוויזען אויך אויפצושטעלן עשירים אדירים מיט פיאות פולער בארד בלויז אידיש שפראך און שווארצע לאנגע רעקלעך גענוי ווי אין אייראפע. מיט דעם האט מען ענדגילטיג געטוישט היסטאריע דאס האט געוויזן אז דער ארגינעלער תורה האט יא א מקום אין דעם טמא'נעם לאנד.[10]

ער פארציילט אז די שטאלץ פון אידישקייט וואס סאטמאר האט אריינגעברענגט איז אים פערזענליך אויך צוניץ געקומען, ווייל אלס רב פלעגט ער זיך פירן מיט די שווארצע טראגע און פולן בארד, וואס אין יענע צייטן איז דאס געווען א בחינה פון זיך רייצן מיט די גוים, געווען אזעלכע וואס האט אים געזאגט אז דאס גיין אזוי טוט אויסרופן אנטיסעמיטיזם. איינמאל ווען ער איז געווען יונג האט גאר א אידענע אים אנגעשפיגן אויף א סאבוועי מיינענדיג אז ער איז א סאטמארער האט זי געשריגן אויף אים איהר סאטמארער האבן גורם געווען היטלער מיט ענקער אנדערשטיגער פיראכץ און לבוש. ער האט איר אנגעכאפט ביי די האר און ארויפגעשלעפט צו דער גאס ביז פאליציי איז אנגעקומען און אפגעשריבן פאר איר א טיקעט פארן שפייען...[10]

מיט פאטעס פלעגט ער זאגן אז מען קען מיינען אז היטלער האט געמאכט א חילוק צווישן די דייטשע און עסטרייכישע אידן, און צווישן די פולישע חסידים, ער פלעגט זאגן אז מען זעהט אז די פיינטשאפט פון היטלער און די נאציס זענען נישט געווען דירעקט אויף חסידישע אידן, פונקט פארקערט דער עיקר מיט וואס זיי האבן אויפגערייצט די מאסן איז געווען ווייל יידן האבן זיך געמישט און די אונערוויזטעטען און דאקטויערן און לויערס און פינאנציעלע אינסטיטוציעס.

בעיקר פארוואס ער האט אזוי זיך פארליבט אין סאטמאר איז ווייל דער געבורט ראטע פער פאמיליע אין וויליאמסבורג איז געווען דאס העכסטע, צו האבן אסאך קינדער האט ער געזען א נקמה אויף היטלער, און אויך די ערשטע מצוה אין דער תורה פון פרו ורבו,[10] און אויך ווייל אנדערשט ווי די ליטוויקעס און רוב חסידים האבן זיי געשטופט דעם עולם צו גיין ארבייטען און נישט מאכן א קאריערע פון כוללים,

ער האט געלאזט בצוואה פאר זיינע קינדער געשריבן אז ער באפעלט נישט אבער ווער עס וויל אים טאן א נחת רוח פאר זיין נשמה נאכן טויט זאל זיך אנגעהערן און באפריינדען צו חסידים וואס דאווענען בנוסח ספרד און הויפטזעכליך מחסידי סאטמאר.[11]

איין אייניקל וואס איז זעלבסט א גרויסער באקאנטער רב אין לעיקוואוד, ר' שמחה בונם קאהן, פארט יערליך אויף שבת נחמו קיין קרית יואל שוין זעקס יאר זינט די פטירה פון זיין זיידן און שטייט איין ביי ר' דוד עקשטיין.[12]

ער פלעגט זיך כסדר בארימען מיט זיין אייניקל ר' שמחה בונם אלס איינער וואס האט געברענגט די סאטמאר השקפה פון ארבייטען און אז בעלי בתים זענען פונקט אזוי חשוב ווי כולל אינגעלייט קיין לעיקוואוד, אין דאס איז די סוד פון זיין הצלחה אז אלע עשירים און פראפעשענעלס און בעלי בתים פון לעיקוואד האבן געטראפן א רב וואס האט זיי געמאכט האבן שיעורים ביידערנאכט און געמאכט פילן אלס חשובע אידן ער האט אראפגענומען פון זיי די שאנדע וואס הערשט ביי די אמעריקאנער און אידן וואס שטאמען פון ליטע אז מ'קוקט אראפ א בעל הבית.[13]

דער אייניקל הרב שמחה בונם קאהן איז טאקע געווען זיין נאנטסטער אייניקל,[3] וואס איז געווען א גבאי ביי ר' משה פיינשטיין און אים איבערגעלאזט אויפן הסכמה פון ר' משה און זיך אנגעהויבן צו דרייען ביי ר' מילער נאך פאר ער איז געווארן זיין אייניקל.[14]

ער פלעגט שטענדיג וויינען מיט התרגשות ביי זיינע דרשות אז טייל מאל כאפט זיך אים אן א רייץ צו נעמען א טעקסי בלויז דורכפארן בעדפארד ענוועניו אין וויליאמסבורג צו זעהן די סאטמאר בא'חנ'טע אינגעלעך מיט זייער לבוש און זיי בלויז זיי בענטשן פון טיפן הארץ.[10]

א חשובער איד פון וויליאמסבורג א.ז. (פון די בני יואל קרייזן) פארציילט אז ער איז געווען א שליח פון ר' אביגדור פאר איבער צוואנציג יאר צו טראגן יעדן ערב פסח קמחא דפסחא געלט פאר א צאל משפחות וואס זיי דרייען זיך דווקא אין סאטמאר און וואונען דווקא אין וויליאמסבורג האבן מער ווי זעקס קינדער. און דער סכום האט יערלך באטראפן מער ווי פופצען טויזענט דאלער. ער האט דערביי אנגעווארענט יענעם נישט צו פארציילן פאר קיינעם. יענער האט עובר געווען אויף דעם ציווי בלויז נאכדעם וואס ר' אביגדור איז שוין פארשטארבן.[15]

ער האט אמאל פארציילט אז ער האט שפאצירט א וועג פון 6 שעה פון זיין וואונונג אין בראנסוויל צו וויליאמסבורג אין יום טוב שמחת תורה בלויז קענען מיט צוהאלטן די הקפות אין סאטמאר ראדני. און ווען ער איז אנגעקומען אין ראדני האט ער געזען דער אלטער רבי רבינו יואל טאנצן מיט אזא התלבות אז אין זיין דמיון האט זיך מצייר געווען א מלאך וואס טאנצט דא מיט די תורה האט ער אויך מיט געטאנצט מיט אזא התלהבות אז די פוס האבן אים וויי געטאן פאר חדשים נאכדעם.[10]

ר' סענדער דייטש פארציילט אין זיין ספר בוצינא קדישא אז רבי יואל טייטלבוים פלעגט אים לאזן רופן שטענדיג ווען ער האט געוואלט מודיע זיין פאר די וועלט אז אידן זענען קעגן מדינת ישראל. ר' סענדער זאגט אז דער סאטמארער רבי האט געהאלטן אז ער איז דער גרעסטער ירא שמים צווישן די ליטווישע גדולים וואס קימערן זיך צו מוסרן אידן אויפן ענגלישן שפראך, דערפאר איז בלויז ער דער שליח דאס צו טאן אין ענגליש, און ר' סענדער פארציילט אז ר' אביגדור פלעגט מיט אים זיצן אין א זייטיגן צימער פאר שעות און שעות, און דער רבי ר' יואל פלעגט זיך קאכן און אויפהייטערן קעגן די ציונים, שרייען און קאכן אלייןס אין צימער, אזוי ווייט אז זיי האבן פשוט מורא געהאט דארטן צו בלייבן, פון אנדערן צימער האבן זיי אפגעשריבן א סקעטש, און יעדע האלבע שעה געקומען ווייזן דעם רבין צו ער איז מסכים צום נוסח, דער רבי האט געהייסן טוישן און טוישן און געשריגן אויף ביידע פארוואס זיי פארשטייען אים נישט. ר' אביגדור כאטשיג וואס ער איז געווען א פרעמדער רב וואס האט נישט געהאט קיין שייכות צו ר' יואל, האט נאך מער געציטערט פון ר' סענדער פון ר' יואל, ווייל ער האט מער פארשטאנען צו די הייליגע רוגזא אז דאס איז ווי א געטליכער פייער, ווי ר' סענדער וואס ער זאגט אויף זיך אז ער האט דא נישט אזוי שטארק משיג געווען.

ר' אביגדור האט קיין איינמאל נישט פארציילט פאר קיינעם דערוועגן. און אויך נישט געגעבן פאר ר' סענדער רשות דאס צו באשרייבן דערוועגן אין זיין ספר, ער האט קיינמאל נישט גערעדט פון די דאזיגע טראסט און חיבה יתירה וואס ר' יואל האט אים ארויסגעוויזן, אחוץ איינמאל ווען ער האט גערעדט פון אמונת צדיקים, האט ער בלויז געזאגט אז ווען מען האט אים אמאל געלאזט רופן פון סאטמאר רבס שטוב, אז דער רבי רופט האט ער נישט געקענט שלאפן פון גרויס פחד... (ער האט נישט פארציילט אז דאס איז געווען א רעגולארע זאך ווי ר' סענדער האט געזאגט), ער זאגט אז ער האט זיך געשפירט ווי די אידן פאר קבלת התורה.

ער פלעגט זיך טענה'ען מיט די בני יואל אידן וואס אפאר פון זיי זענען געווען זיינע אנהענגער, און האבן צו אים געזאגט אז ווען סאטמאר רב ר' יואל איז אוועק קען מען נישט מאכן קיין פאסענדער מנהיג, אז זיי זענען די ערגסטע סכנה פארן יהדות. ווען זיי פלעגן אים זאגן אז ער איז זייער מנהיג, האט ער זיי געזאגט אז ער איז זיי נישט מקבל אלס תלמידים נאר זיי ברויכן זיך אונטערווארפן דעם ברך משהס הנהגה, און ער האט געהאלטן ווארט און זיי אויפגעהערט צו ענטפערן אויף אפילו פריוואטע שאלות, אבער טראץ זיין עקשנות זיי צו פארטרייבן, און טראץ וואס זיי האבן אים נישט געפאלגט, האט ער זיי ווייטער מכבד זיין און אפילו זיי אנרופן פערזענליך שואל עצה צו זיין און זיך דורכרעדן איבער זיי בנוגע א סאטמאר'ע אישו וואס ער האט געוואלט פארשטיין על בריה. אין פאקט זענען געווען אסאך בני יואל אידן וואס האבן זיך געדרייעט ביי אים, און האבן געלערנט פון אים זייער אסאך.
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: ר' אביגדור מילער און אינזערע רבי'ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

היטלער האט טאקע נישט געמאכט קיין חילוק צווישן מאדערנע מערב אייראפע'אישע אידן און די פארהאסטע א.ג. "אסט יודן", ווייל ער האט גע'טענה'ט אז די מאדערנע אידן זענען בלויז פארשטעלט ווי מ'זאגט. היטלער אליינס שרייבט אז זיין שנאה צו אידן האט זיך אנגעהויבן נאכן זיך אנטרעפן מיט א פארצייטישער סארט איד. אין די מעמוארן פון די נאצי'ס און עס עס ליינט מען אז ווען זיי זענען אריין אין פוילן און זיך באגעגנט מיט די ארטיגע ארימע אידישע מאסן האט דאס געדינט ווי א באשטעטיגונג צו אלע היטלער'ס העצערייען קעגן אידן (הגם אויך בעפאר האבן זיי זיך נישט צוריק געהאלטן פון פייניגן און דעפארטירן די מאדערנע דייטשע אידן). דערפאר זעהט מען אלס אין די בילדער די ספעציעלע סאדיסטישע הנאה וואס די נאצי'ס האבן געשפירט פאר וויכטיג צו דאקומענטירן ווי אזוי זיי איזדיעקעווען זיך אויף אלטע אידן מיט לאנגע בערד און לאנגע קאפאטע'ס.

אויף וויפיל - אויב בכלל - די נאצי'שע וויסטע שנאה צו אלטמאדישע אידן דארף אינפארמירן אונזערע היינטצייטיגע באשלוסן, בפרט ווען די וועלט איז גענצליך אנדערש היינט א דאנק די ליבעראלע טאלעראנץ רעוואלוציע אין די זעכציגער יארן וועלכע האט ערלויבט אונזערע זיידע'ס זיך צו לאזן וואקסן די בערד און אנטון שטריימלעך, איז א שמועס פאר זיך, אבער די פאקטן קען מען נישט טוישן.
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

היימישער הייקער האט געשריבן:...........

ער האט אמאל פארציילט אז ער האט שפאצירט א וועג פון 6 שעה פון זיין וואונונג אין בראנסוויל צו וויליאמסבורג אין יום טוב שמחת תורה בלויז קענען מיט צוהאלטן די הקפות אין סאטמאר ראדני. און ווען ער איז אנגעקומען אין ראדני האט ער געזען דער אלטער רבי רבינו יואל טאנצן מיט אזא התלבות אז אין זיין דמיון האט זיך מצייר געווען א מלאך וואס טאנצט דא מיט די תורה האט ער אויך מיט געטאנצט מיט אזא התלהבות אז די פוס האבן אים וויי געטאן פאר חדשים נאכדעם]

ר' סענדער דייטש פארציילט אין זיין ספר בוצינא קדישא אז רבי יואל טייטלבוים פלעגט אים לאזן רופן שטענדיג ווען ער האט געוואלט מודיע זיין פאר די וועלט אז אידן זענען קעגן מדינת ישראל. ר' סענדער זאגט אז דער סאטמארער רבי האט געהאלטן אז ער איז דער גרעסטער ירא שמים צווישן די ליטווישע גדולים וואס קימערן זיך צו מוסרן אידן אויפן ענגלישן שפראך, דערפאר איז בלויז ער דער שליח דאס צו טאן אין ענגליש, און ר' סענדער פארציילט אז ר' אביגדור פלעגט מיט אים זיצן אין א זייטיגן צימער פאר שעות און שעות, און דער רבי ר' יואל פלעגט זיך קאכן און אויפהייטערן קעגן די ציונים, שרייען און קאכן אלייןס אין צימער, אזוי ווייט אז זיי האבן פשוט מורא געהאט דארטן צו בלייבן, פון אנדערן צימער האבן זיי אפגעשריבן א סקעטש, און יעדע האלבע שעה געקומען ווייזן דעם רבין צו ער איז מסכים צום נוסח, דער רבי האט געהייסן טוישן און טוישן און געשריגן אויף ביידע פארוואס זיי פארשטייען אים נישט. ר' אביגדור כאטשיג וואס ער איז געווען א פרעמדער רב וואס האט נישט געהאט קיין שייכות צו ר' יואל, האט נאך מער געציטערט פון ר' סענדער פון ר' יואל, ווייל ער האט מער פארשטאנען צו די הייליגע רוגזא אז דאס איז ווי א געטליכער פייער, ווי ר' סענדער וואס ער זאגט אויף זיך אז ער האט דא נישט אזוי שטארק משיג געווען..........


ר'אביגדור זצ"ל האט דערצציילט אז ער איז איינמאל געווען ביי מרן מהרי"ב הושענא רבה
Of course, let’s say they all come together and see the Rebbe making Hoshanos. I once went to see the Satmar Rav, the old Satmar Rav zichrono livracha on Hoshana Rabbah. The place was packed, it was jam packed with people and the Hoshanos were four hours! Kiddush Hashem, a great crowd of people, kiddush Hashem! You don’t have to be a philosopher only learning sefarim. Just seeing so many frum Jews for hours and hours is enough to have a profound influence.
https://torasavigdor.org/shavuos-togeth ... tape-e-12/


איך האב געליינט אז מרן זי"ע האט גערופען ר' אביגדור זי"ע ער זאל שרייבען א מודעה פון מחאה אז די ציונים ימ"ד רעפרעזענטירען נישט ערליכע אויף
ענגליש אריינלייגען אין NY TIMES עס האט געדויערט א גאנצע נאכט פלוס
איך האב יעצט נישט דעם בוך פון ר' אביגדור'ס ביאגראפיע

א פאר קטעים פון הרב אביגדור'ס שמיעסען
https://torasavigdor.org/rav-avigdor-mi ... -miracles/
https://torasavigdor.org/rav-avigdor-mi ... rer-rebbe/
https://torasavigdor.org/rav-avigdor-mi ... aas-torah/
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

היימישער הייקער האט געשריבן: ........איין אייניקל וואס איז זעלבסט א גרויסער באקאנטער רב אין לעיקוואוד, ר' שמחה בונם קאהן, פארט יערליך אויף שבת נחמו קיין קרית יואל שוין זעקס יאר זינט די פטירה פון זיין זיידן און שטייט איין ביי ר' דוד עקשטיין.[12]

ער פלעגט זיך כסדר בארימען מיט זיין אייניקל ר' שמחה בונם אלס איינער וואס האט געברענגט די סאטמאר השקפה פון ארבייטען און אז בעלי בתים זענען פונקט אזוי חשוב ווי כולל אינגעלייט קיין לעיקוואוד, אין דאס איז די סוד פון זיין הצלחה אז אלע עשירים און פראפעשענעלס און בעלי בתים פון לעיקוואד האבן געטראפן א רב וואס האט זיי געמאכט האבן שיעורים ביידערנאכט און געמאכט פילן אלס חשובע אידן ער האט אראפגענומען פון זיי די שאנדע וואס הערשט ביי די אמעריקאנער און אידן וואס שטאמען פון ליטע אז מ'קוקט אראפ א בעל הבית.[13]

דער אייניקל הרב שמחה בונם קאהן איז טאקע געווען זיין נאנטסטער אייניקל,[3] וואס איז געווען א גבאי ביי ר' משה פיינשטיין און אים איבערגעלאזט אויפן הסכמה פון ר' משה און זיך אנגעהויבן צו דרייען ביי ר' מילער נאך פאר ער איז געווארן זיין אייניקל ..........


הרב שמחה בונם קאהן שליט"א איז דער זון פון ר' משה קאהן איידעם פון הרהגה"צ ר שמוא' עהרפעלד אבד"ק מאטערסדארף זי"ע
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

איך זוך אויך עפעס סחורה פון אונזערע רבנים'ס בליק/באציונג צום אלטער פון סלאבאדקע. וואס ר' אביגדור איז דאך מתלמידי תלמידו, און בויט זיך אויף זיין מהלך.
אויב איינער קען ציווייזן עפעס, וועט עס זיין זייער עפרישיעטעד.
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

Re: ר' אביגדור מילער און אונזערע רבי'ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

אפגעטיילט פון דעם אשכול
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: ר' אביגדור מילער און אונזערע רבי'ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

ר' אביגדור ענטפערט 158.PNG
ר' אביגדור ענטפערט 158.PNG (227.34 KiB) געזען 2797 מאל

פונעם לעצטן גליון "ר' אביגדור ענטפערט".

דאס איז גאר שטארקע ווערטער פון אן עד ראיה. איך בין נאר נייגעריג למען ההיסטאריע וואס אנדערע ווייסן צו פארציילן.

איך ווייס אז די יונגט אין פוילן און אין ליטע איז געווען אנגעפיקעוועט מיט ציונות און קאמוניזם, דאס רוב פון בחורים און יונגעלייט זענען געווען פורקי עול. אבער זענען דען נישט געווען גענוג ערליכע אידן און רבנים? איך האב לעצטנס געליינט איבער דער מירער ישיבה וועלכע איז געווען אין ווילנע אין זייער לאנגן וואנדערוועג ביים קריג, ווי די ארטיגע בעלי בתים האבן זיי מכבד געווען און געשעצט, בוכשטעבליך אוועקגעגעבן דאס ביסן פון מויל.

אין אונגארן איז טאקע דאס רוב געווען רעפארמער, אבער די ארטאדאקסן האבן געהאט שיינע קהילות אין אלע שטעט מיט ערליכע רבנים אין שפיץ.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35241
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: ר' אביגדור מילער און אונזערע רבי'ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אלעס שטימט אויסער די זאץ איבער אונגארן.

דער אונגארישע המון איז געווען פיל געהארכזאמער וכו' און די ארטאדאקסן האבן געהאט א כח.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: ר' אביגדור מילער און אונזערע רבי'ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

farshlufen האט געשריבן:אלעס שטימט אויסער די זאץ איבער אונגארן.

דער אונגארישע המון איז געווען פיל געהארכזאמער וכו' און די ארטאדאקסן האבן געהאט א כח.

כ'ווייס נישט וועגן רעפארמער. אבער ציוניזם האט געבושעוועט אין אונגארן פארן קריג אויף א געפערליכן פארנעם, און האט חרוב געלייגט גאנצעטע שטעט.
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: ר' אביגדור מילער און אונזערע רבי'ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

farshlufen האט געשריבן:אלעס שטימט אויסער די זאץ איבער אונגארן.

דער אונגארישע המון איז געווען פיל געהארכזאמער וכו' און די ארטאדאקסן האבן געהאט א כח.


ריכטיג.

באמת, אין די אנדערע פלעצער איז ער אליין געווען, קען ער פארציילן ערשט האנטיג. משא"כ אין אונגארן איז ער נישט געווען, על כן איז מיין זיידע מער נאמן צו פארציילן וואס דארט האט פאסירט.
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: ר' אביגדור מילער און אונזערע רבי'ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

ממוצע האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:אלעס שטימט אויסער די זאץ איבער אונגארן.

דער אונגארישע המון איז געווען פיל געהארכזאמער וכו' און די ארטאדאקסן האבן געהאט א כח.

כ'ווייס נישט וועגן רעפארמער. אבער ציוניזם האט געבושעוועט אין אונגארן פארן קריג אויף א געפערליכן פארנעם, און האט חרוב געלייגט גאנצעטע שטעט.


קאן זיין, אבער ווייט ווייט ווי דאס וואס האט זיך אפגעשפילט אין פוילן - גאליציע
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: ר' אביגדור מילער און אונזערע רבי'ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

farshlufen האט געשריבן:אלעס שטימט אויסער די זאץ איבער אונגארן.

דער אונגארישע המון איז געווען פיל געהארכזאמער וכו' און די ארטאדאקסן האבן געהאט א כח.

איך האב געוואלט שרייבן די זעלבע אבער כהאב מיך צוריקגעהאלטן מחמת כבודו

לכאורה האט זיך הגאון ר' אביגדור זצ"ל די ערשטע מאל באקענט מיט דעם אונגארישער איד ווען דער רבי ז"ל האט איבערגעפלאנצט אידישקייט אין וויליאמסבורג
ער האט עס בפשטות קיינמאל נישט געזעהן פון דער נאנט בעפאר דעם
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: ר' אביגדור מילער און אונזערע רבי'ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

ממוצע האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:אלעס שטימט אויסער די זאץ איבער אונגארן.

דער אונגארישע המון איז געווען פיל געהארכזאמער וכו' און די ארטאדאקסן האבן געהאט א כח.

כ'ווייס נישט וועגן רעפארמער. אבער ציוניזם האט געבושעוועט אין אונגארן פארן קריג אויף א געפערליכן פארנעם, און האט חרוב געלייגט גאנצעטע שטעט.

נישט אמת, ע"פ רוב

אחוץ אויב די דעמאלטסדיגע אגודה איז ביי דיר ווי די היינטיגע ציונות
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: ר' אביגדור מילער און אונזערע רבי'ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

אוודאי איז געווען ציונות אין אונגארן. מ'רעדט אבער וואס דער גרויסער המון עם איז געווען.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אבדזשעקטיוו
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 29, 2019 5:35 pm

Re: ר' אביגדור מילער און אינזערע רבי'ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבדזשעקטיוו »

Programming האט געשריבן:היטלער האט טאקע נישט געמאכט קיין חילוק צווישן מאדערנע מערב אייראפע'אישע אידן און די פארהאסטע א.ג. "אסט יודן", ווייל ער האט גע'טענה'ט אז די מאדערנע אידן זענען בלויז פארשטעלט ווי מ'זאגט. היטלער אליינס שרייבט אז זיין שנאה צו אידן האט זיך אנגעהויבן נאכן זיך אנטרעפן מיט א פארצייטישער סארט איד. אין די מעמוארן פון די נאצי'ס און עס עס ליינט מען אז ווען זיי זענען אריין אין פוילן און זיך באגעגנט מיט די ארטיגע ארימע אידישע מאסן האט דאס געדינט ווי א באשטעטיגונג צו אלע היטלער'ס העצערייען קעגן אידן (הגם אויך בעפאר האבן זיי זיך נישט צוריק געהאלטן פון פייניגן און דעפארטירן די מאדערנע דייטשע אידן). דערפאר זעהט מען אלס אין די בילדער די ספעציעלע סאדיסטישע הנאה וואס די נאצי'ס האבן געשפירט פאר וויכטיג צו דאקומענטירן ווי אזוי זיי איזדיעקעווען זיך אויף אלטע אידן מיט לאנגע בערד און לאנגע קאפאטע'ס.

אויף וויפיל - אויב בכלל - די נאצי'שע וויסטע שנאה צו אלטמאדישע אידן דארף אינפארמירן אונזערע היינטצייטיגע באשלוסן, בפרט ווען די וועלט איז גענצליך אנדערש היינט א דאנק די ליבעראלע טאלעראנץ רעוואלוציע אין די זעכציגער יארן וועלכע האט ערלויבט אונזערע זיידע'ס זיך צו לאזן וואקסן די בערד און אנטון שטריימלעך, איז א שמועס פאר זיך, אבער די פאקטן קען מען נישט טוישן.


רבי אביגדור זצ"ל רעדט פון די סיבה וואס האט געברענגט די שנאה
און דו ברענגסט א ראיה פון די מעטאד וואס דער ימ"שניק האט געניצט צו מארקעטן זיין וויסטע העצע איידיע
עס איז א פאקט: "אז דער עיקר מיט וואס זיי האבן אויפגערייצט די מאסן איז געווען ווייל יידן האבן זיך געמישט און די אונערוויזטעטען און דאקטויערן און לויערס און פינאנציעלע אינסטיטוציעס"
אוועטאר
טעארעטישע פאקטן
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 5:43 pm
לאקאציע: צװישן טעאריע און פאקט

Re: ר' אביגדור מילער און אונזערע רבי'ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעארעטישע פאקטן »

אז מ׳רעדט שױן ס׳װאונדערט מיר שױן לאנג,
װער קען מסביר זײן די סיבה פון די פאפולאריטעט פון ר׳ אביגדור׳ס זאכן?
װאס איז די סוד אז דוקא זײנע זאכן זענען מתגברים והולכים אפי׳ הײנט 20 יאר פון די פטירה, װס. אנדערע משפיעים װאס זענען פאפולער פאר א תקופה, און נאכדעם שלאפט עס אײן, און א צװײטער נעמט איבער,
װאס איז די סוד דא?
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט
אינטואציע איז א העכערע מתנה, שכל איז איר באדינער. אונזער געזעלשאפט איז מחשיב דעם באדינער, און פארגעסט פונעם מתנה (אלבערט אײנשטײן)
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

Re: ר' אביגדור מילער און אונזערע רבי'ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

רוב משפיעים רעדן צום הארץ, עס אויפצופלאקערן און אויפוועקען. צו אויפוועקן די הרגשים דארף מען כסדר עפעס פריש.
ר' אביגדור זצ"ל רעדט צום שכל, פאר די וואס האבן דאס ליב, וועפט עס קיינמאל נישט אויס. ער איז מסביר לאגיש אונזער ריינע מסורה.

מיין צוויי סענט
אוועטאר
טעארעטישע פאקטן
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 5:43 pm
לאקאציע: צװישן טעאריע און פאקט

Re: ר' אביגדור מילער און אונזערע רבי'ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעארעטישע פאקטן »

היימישער הייקער האט געשריבן:רוב משפיעים רעדן צום הארץ, עס אויפצופלאקערן און אויפוועקען. צו אויפוועקן די הרגשים דארף מען כסדר עפעס פריש.
ר' אביגדור זצ"ל רעדט צום שכל, פאר די וואס האבן דאס ליב, וועפט עס קיינמאל נישט אויס. ער איז מסביר לאגיש אונזער ריינע מסורה.

מיין צוויי סענט

שטארקע סברא, ס׳איז לכאורה די סיבה פארװאס ס׳האט געכאפט בײ מיר,
מיר האט אױך זײער געכאט די ״הוא היה אומר״ װאס מ׳זעהט בײ אים אױף א מורא׳דיגע אופן, ספעציעל נאכן דורלײנען די לעצטנס ערשינענע בוך "His life And his revolution" איבער זײן ביאגראפיע, א מורא׳דיגע מוסטער פון א איד!!!, ער האט נישט נאר ״גערעדט״, ער האט באמת ״געלעבט״ אזױ!!!,
כ׳רעקאמענדיר שטארק פאר יעדער װאס ליינט ־ הערט אים , אדורכצולײנען די בוך, זײן מהות באקומט אן אנדערע צורה,
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט
אינטואציע איז א העכערע מתנה, שכל איז איר באדינער. אונזער געזעלשאפט איז מחשיב דעם באדינער, און פארגעסט פונעם מתנה (אלבערט אײנשטײן)
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

Re: ר' אביגדור מילער און אונזערע רבי'ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

קען מען עס ליינען ווי די קעניג גייט אליין, אדער האט עס תורה?
אוועטאר
טעארעטישע פאקטן
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 5:43 pm
לאקאציע: צװישן טעאריע און פאקט

Re: ר' אביגדור מילער און אונזערע רבי'ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעארעטישע פאקטן »

כ׳בין נישט א פוסק, כ׳װײס נישט, די שאלה איז אױב עפעס וואס מ׳לײנט פאר א מוסר השכל אױב מ׳מעג,
קוק עס דורך און פרעג א מורה הוראה,
איך פערזענליך האב נישט, װײל כ׳האב עפעס נישט געפילט באקװעם... א איד װאס כ׳לערן זײנע תורות זיך אפצולערנען אין אזא מקום.
אבער פרעג פאר דיר און לאז די עולם װיסן לזכות את הרבים
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט
אינטואציע איז א העכערע מתנה, שכל איז איר באדינער. אונזער געזעלשאפט איז מחשיב דעם באדינער, און פארגעסט פונעם מתנה (אלבערט אײנשטײן)
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4352
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

Re: ר' אביגדור מילער און אונזערע רבי'ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

געהערט אמאל א הסבר פון ר' שלמה רובין שליט'א פארוואס אונזערע רבי'ס האבן נישט אזויפיל גערעדט פון זיין הויפט נושא. הכרת הטוב פאר די בריאה וכו'

ער זאגט ס'פלעגט עם אלס באדערן
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: ר' אביגדור מילער און אונזערע רבי'ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

טעארעטישע פאקטן האט געשריבן:אז מ׳רעדט שױן ס׳װאונדערט מיר שױן לאנג,
װער קען מסביר זײן די סיבה פון די פאפולאריטעט פון ר׳ אביגדור׳ס זאכן?
װאס איז די סוד אז דוקא זײנע זאכן זענען מתגברים והולכים אפי׳ הײנט 20 יאר פון די פטירה, װס. אנדערע משפיעים װאס זענען פאפולער פאר א תקופה, און נאכדעם שלאפט עס אײן, און א צװײטער נעמט איבער,
װאס איז די סוד דא?

איך מיין, זיין אמתע ריינקייט

א מגושם קען טאקע פונקט אזוי רעדן און באצויבערן זיינע צוהערער, אבער נאר רוחניות איז א דבר המתקיים
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

Re: ר' אביגדור מילער און אונזערע רבי'ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

געהערט פון הרב צבי הירש פיש שליט"א אז ער ווייסט נישט פארוואס עס זענען דא מענטשן וואס לאזן אויס שער הבחינה פונעם חובות הלבבות. מען רעדט זיך איין אז שער עבודת אלוקים וכדו' זענען מער 'עבודה'סדיג'. אבער אין אמת'ן איז עס פונקט אזא וויכטיגע נושא ווי אלע אנדערע שערים.
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: ר' אביגדור מילער און אונזערע רבי'ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

היימישער הייקער האט געשריבן:געהערט פון הרב צבי הירש פיש שליט"א אז ער ווייסט נישט פארוואס עס זענען דא מענטשן וואס לאזן אויס שער הבחינה פונעם חובות הלבבות. מען רעדט זיך איין אז שער עבודת אלוקים וכדו' זענען מער 'עבודה'סדיג'. אבער אין אמת'ן איז עס פונקט אזא וויכטיגע נושא ווי אלע אנדערע שערים.

איך האב געהאט א זיידע וואס איז אוועק נאך פארן קריג ער האט איבערגעלאזט צוואה פאר די קינדער אז מזאל אסאך לערנען און חזר'ן די שער הבחינה פון חובת הלבבות, ווייל אלעס וואס מיר זענען מחיוב אין אידישקייט איז געבויט אויף די הכרת הטוב וואס מיר זענען שילדיג פארן אויבערשטן
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”