נייער מאסף "הפעמון"

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

isolated
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 03, 2011 10:52 am
לאקאציע: אין גלות צווישען אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך isolated »

msp האט געשריבן:ביזט גערעכט אז עס זענען דא גויים ראסיסטען
די שאלה אויב דאס איז מתיר הרצועה אז דערפאר זאלען מיר אויך זיין ראסיסטען

איך וואלט געזאגט אז די צוויי שורות איז כולל די גאנצע מאמר פון הרוצה בפרסו"ם שמו.
א גוי האט פיינט איינער וואס איז אנדערשט/שוואכער/וכדומה פון אים. א איד נישט.
אין הדבר תלוי אלא בי. / ס'איז מיין אייגען שולד.
אוועטאר
אוהב חכמה
שר חמש מאות
תגובות: 700
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 03, 2011 2:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב חכמה »

לפי הנראה פון די תגובות אויבן, איז דער נידון נישט געווען איבער ראסיזם (וואס איבער דעם איז מען דן דא). כ'בעט מחילה אויב כ'האב שלעכט פארשטאנען.

אבער אפי' ווען יא, וואס איז די שייכות? חכמה בלייבט חכמה, אפגעזעהן ווי פארפיינטעט דער חכם איז. יעדער אנטיסעמיט האלט אויטאמאטיש אז איינשטיינ'ס טעאריעס זענען פאלש?

אויב עפעס, זעה איך בלויז פון דעם חוה"ל א ראי' קעגן דעם מאמר. אויב זענען אידן בעצם נישט אנדערש ווי גויים להבדיל, בלויז דאס אז מיר האבן א תורה, וואס איז די הו"א אז עפעס זאל זיין שלעכט מיט ברענגען מחכמי כל אומה? וואס פארציילט אונז די גמ' אז כל האומר דבר חכמה אפי' באומות העולם נקרא חכם?
אלא מאי, מיר ווייסן דאך אז די אומות זענען פון אן אנדערן טייג געקנאטן, וואלטן מיר געמיינט אז וואס ס'שטאמט פון זיי איז שוין מעצמו פסול און אפגעפרעגט. אויף דעם איז די גמ' מחדש, ניין, מ'דארף דן זיין יעדע זאך לגופו, און אויב איז דאס א דבר חכמה דאן נקרא חכם.
היודע כל החכמות אם אינו אוהב החכמה אינו חכם אלא טפש הוא, אחר שאינו אוהב, כי היא הדעת. אך האוהב אותה ומתאוה אלי' אע"פ שאינו יודע כלום הרי"ז נקרא חכם, שעכ"פ תשיג אל החכמה האמיתית ודעת אלקים תמצא. (רבינו יונה אבות רפ"ד)
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

הרב מש"פ וכל דעימי'.

א טרענירטער בער איז אויס בער? א קלוגער מאלפע איז שוין א מענטש?

א גוי איז א גוי, יא, א חכם קען ער זיין, א וואוילער גוי קען ער אויך זיין, אבער א גוי איז ער געבליבן.

ער איז געבליבן מיט די זעלבע זוהמה פונעם חטא אדה"ר, ער ווערט ווייטער מזוהם דורך זיינע נו"ט וואס ער שטאפט זיך, און לא תחנם איז ווייטער גילטיג ביי אים אויך.

פיינט האבן? לאו דוקא, א וואוילער הונט האסטו פיינט? אפילו א גראזל האט דער אריה"ק נישט אויסגעריסן אומזינסט.

אבער דאס איז יא וויכטיג אלס צו געדענקען אז ער איז א "גוי" און אונז זענען "אידן", דאס איז צוויי אנדערע זאכן, אדער ווי די קדמונים זאגן, ער איז א "מענטש" און אונז זענען "חצי מענטש חצי מלאך". מען קען נישט "ליב האבן" א פרעמדע זאך פונקט ווי קיינער האט נישט "ליב" א שיינע שטיין אדער בוים.

וקצרתי במקום שאמרו להאריך.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

קיינער בעהט דיר נישט אז זאלסט אים ליב האבען, נאר נישט בחנם אים פיינט האבען. צופיל ליב האבען א גוי איז דענדזערעס, גזרו על פתן... ו

איז דען שייך "ליב" צו האבען א שטיין אדער א בוים? מען קען זיי (דער שטיין אדער בוים) אפשר ליב האבען אזוי ווי מען האט ליב געלט

עס זיינען דא "מענטשען" וואס הוגען טרי'ס, אבער פון משוגעים רעדט מען דאך נישט
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
תלמודלערנער
שר מאה
תגובות: 247
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2011 10:11 am
לאקאציע: במקום שהמחשבה נמצא

דער גוי האט פיינט דעם איד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תלמודלערנער »

פארווארט: עס איז מיר נישט אויסגעקומען צו ליינען די אלע הערות און קאמענטס דא, אבער די מאמר אין הפעמון האב איך יא געליינט. איך בין נבהל ונשתומם געווארן, הלמאי איז דען דא א מעגליכקייט נישט פיינט צו האבן דעם גוי. נעמט די פאר סיבות, הלכה הוא בידוע שעשיו שונא ליעקב, וכמים הפנים לפנים, שנאה שפיגלעט זיך אפ. און נאך מער אויב וועט מען ארייקוקן טיף איבער די סיבה פון אנטיסעמיטוזום וועט מען זעהן אז עס איז א וויסטע שנאה פונעם גוי צום איד, כדי מיר זאלן זיך נישט אויסמישן מיט זיי.

א ראי' חותכות, די אלע ערטער ווי אידן האבן נישט געוואוינט, איז נישטא קיין שנאת ישראל, צב"ש כינע ודומיהם. דארט איז נישט געווען די חשש אז אידן וועלן זיך אסלעמירן און זיך אויסמישן מיט זיי, ליינט די קומענדיגע מאמר און איבערצייגט אייך אליין.

מאז היתה ישראל לגוי, פון ווען אידן זענען געווארן א פאלק האבן די גויים באקומען עפעס א וויסטע שנאה צו די אידן, מען קען עס אנרופען "שנאת חנם" א פיינטשאפט אן קיין הסבר. – פאר בערך הונדערט דרייסיג יאר צוריק האט די שנאה באקומען א נאמען אנטי-סעמיטן, איר באדייט איז אנטי- קעגן , סעמיט-שם אידן וואס זענען אייניקלעך פון שם בן נח. (מ'קען נישט באצוען די אידן צו אברהם אבינו ווייל די ישמעאלים \ מוסלמוענער פארופען זיך אויך אלס זיינס א קינד). די נאמען איז געגעבן געווארן דורך אן דייטשע אנטיסעמיט.
פון ווען דער אב המון גויים אונזער זיידע אברהם האט אנגעהויבן צו פארשפרייטן די נאמען פונעם הייליגן באשעפער איבער די וועלט, איז ער שוין אויסגעשטאנען צו רדיפות, נמרוד הרשע האט אים אריינגעשליידעט אין קאלך אויווען.
אזוי אויך אין מצרים, נאכדעם וואס יוסף איז געשטארבן, האט זיך אנגעפאנגן די רדיפות קעגן די אידן, דעמאלטס האבן זיך די עגיפטישע באנוצט מיטן אויסרייד אז די עם ישראל איז רב ועצום א שטארק פאלק. זיי האבן זיך באנוצט מיט יודעפאבי"ע א מיטל וואס ברענגט שנאה מחמת פחד און מיסטעריע.
א כוואליע פון שנאה קעגן די איד האט זיך אראפגעלאזט אויף די וועלט, פון ווען כלל ישראל האט מקבל געווען די תורה ביים בארג סיני. ווי די הייליגע חז"ל זאגן אונז אין מסכת שבת (פט.): מאי הר סיני? שירדה שנאה לאומות העולם! די גוים, די פעלקער האבן אנגעהובין צו באקומען א שנאה פאר כלל ישראל.
בזמן אחשרורוש מצינו במגילת אסתר שאמר המן הרשע: ישנו עם אחד מפוזר ומפורד בין העמים בכל מדינת מלכותך ודתיהם שונות מכל עם. (כמבואר בחז"ל שהעליל על מנהגי ישראל מסגירת השוקים, עד אי שתיית יין).
אין די צייטן פון צווישן די צוויי בתי מקדש איז פארגעקומען די מעשה פון אחשורוש, ווי המן הרשע האט געשאסן וויסטע שנאה קעגן די אידן, מיטן אנקלעבן אויף זיי פארשידענע סטיגמע"ס: ישנו עם אחד מפוזר ומפורד בין העמים בכל מדינת מלכותך, ודתיהם שונות מכל עם, ווי חז"ל שרייבן זיי מאכן צו געשעפטן אין שבת, זיי טרינקן נישט פון קיין וויין וואס א גוי האט אנגערירט. המן הרשע האט זיך באנוצט מיט אן אנדער מיטל מיט וואס די אנטיסעמיטן במשך הדורות האבן זיך באנוצט, אידן זענען אנדערש, זיי ווילן זיך נישט מישן, זייערע מנהגים איז אנדערש, זייער לבוש איז אנדערש.
וואסערע סיבה האבן די גוים אנגעגעבן איבער די שנאת ישראל? טיילמאל ווייל זיי זענען לינקע, טיילמאל ווייל זיי זענען רעכטע, צומאל ווייל זיי זענען קאמיניסטן, צומאל ווייל זיי זענען סאציאליסטן. אנדערע טענה'ן זיי זענען צו צוריקגעבליבן, לעומת איז דא וואס געבן אן די סיבה ווייל זיי זענען צו פארגעשריטן. דא שרייט מען זיי קאנטילירן די עקנאמיע, זיי זענען געלטגייציגע און טוען דורך ריבית אויפעסען די געלט פון די גוים. און צומאל שרייט מען אז זיי לייגן זיך אן אויף די רעגירונגען, זיי ארבעט'ן נישט. די שנאה האלט אן און אלע זמנים, אין גוטע און אין שלעכטע.
שנאה אן קיין טעם – הלכה היא בידוע
נו, ווי איר זעהט איז נישטא קיין אמת'ע סיבה. דער גאון וקדוש רבי מנחם זעמבא הי"ד, וואס האט געשפירט די טעם פון די שנאה ווי ער איז אומגעברענגט געווארן אין די ווארשא געטא בשעת די צווייטע וועלט מלחמה, האט אמאל געגעבן א ערקלערונג דערויף: רבי שמעון בר יוחאי זאגט "הלכה בידוע שעשו שונא ליעקב" (ספרי במדבר סט). א אינטערעסאנטע לשון "הלכה"! די לשון וואלט ווען געדארפט זיין "ידוע שעשו שונא ליעקב" וואס איז דאס די "הלכה"? האט דער גאון רבי מנחם געזאגט, רבי שמעון קומט זאגן, זיך נישט נאך די סיבה, עס איז א הלכה פסוקה אן קיין טעם! רבי שמעון איז דאך דער וואס איז געווענליך דורש טעמא דקרא, ער זוכט אייביג א טעם אויף יעדע מצוה, יעדע דרש, אבער דא קומט ער זאגן, זיך נישט נאך קיין טעמים און קיין הסברים אויף די שנאה וואס די גוי האט אויפן איד, עס איז א מציאות אן קיין טעם.
שנאה וועגן קנאה
אין א ספר התקנות וואס איז ארויסגעקומען אין שפאניע, ברענגט ער פון א בריוו וואס א וויסטע אנטיסעמיט האט געשריבן פארן קעניג פון שפאניע, מיר וועלן ציטירן אייניגע שורות: דער איד, דער בעל גאוה, ער זוכט אייביג צו זיין העכער ווי אנדערע, זיי טראכטן נישט אז זיי זענען אין גלות און פארקנעכטעט, ווי זיי ווערן געשטיפט פון איין לאנדע צום אנדערן. נאר גאר פארקערט, זיי שטעלן זיך אהער ווי הערן און שרים. דערוועגן טוט די שפאנישע פאלק זיי מקנא זיין, און דער חכם האט שוין געזאגט, שנאה וואס קומט פון קנאה האט נישט קיין תקנה קיינמאל וכו'.
ווי ריכטיג האט דער גוי געזאגט, שנאה וואס קומט פון קנאה האט נישט קיין תקנה. לאמיר געבן א בליק וואס דער הייליגער אור החיים הק' שרייבט אין פרשת בחוקתי: די תורה רופט אן די גוים 'אויבים', פיינט. וויבאלד השי"ת ווייסט אז אלע פעלקער האבן פיינט דעם איד צוליב די טבע פון קנאה, און קנאה איז א שנאה יסודית און מ'קען עס נישט ערזעצן. – וכלשונו הק': קרא אותם אויבים לצד שיודע ה' כי כל האומות שונאי ישראל בטבע המתקנא, והיא שנאה יסודית ואין לה תמורה.
[מאמר מחכם אחד: היהודים שנואים לא בשל תכונות מגונות, אלא תולים בהם תכונות מגנונות משום שהם שנואים.]

הן עם לבדד ישכון
למה עשה ה' ככה? פארוואס האט הקב"ה אזוי געמאכט אז דער גוי זאל פיינט האבן דעם איד מיט אזא שטארקע שנאה וואס קומט פון קנאה? די תירוץ איז הקב"ה וויל אז זיינע קינדער די אידן זאלן זיין אינגאנצען אפגעשיידט פון די גוים, זיך נישט אפלערנען פון זייערע מעשים אד"ג. ואבדיל אתכם מן העמים ליהות לי. בלעם הרשע האט שוין געזאגט: הן עם לבדד ישכון ובגוים לא יתחשב. צוליב דעם בשעת מתן תורה האט הקב"ה מיטגעגבון א כוואליע פון שנאה, די גוים האבן אנגפאנגן מקנא צו זיין דעם עם הנבחר. שנאה מחמת קנאה איז די בעסטע מיטל וואס קען האלטן אידן אפגעטיילט פון אנדערע פעלקער.
פארשידענע מצות איז איינגעקריצט אויף די קערפער פונעם איד, וואס צייגט פארן גוי דאס איז א איד, ווי פאות, בארד, מצות מילה, ווי אויך בגדים, א קאפל, ציצית אד"ג..און ווי מיר זעהן אין מדרש איכה אז א איד פארמאגט א אידישע פנים, אדער ווי טייל זאגן אז א איד פארמאגט אן אנדער מין נאז. ווי די מדרש דערציילט איבער צוויי פרויען וואס האבן זיך צושלאגן, און בשעת מעשה האט איינע געזאגט פארן אנדערן : די פארמאגסט א אידישע פנים. שפעטער ווען זיי האבן זיך איבערגעבעטן, האט איין פרוי זיך אנגערופען פארן חברט'ע, אויף אלעם פארגעב איך דיר, אבער אויף דעם וואס די האסט געזאגט אז איך פארמאג א אידיש פנים, אויף דעם פארגעב איך דיר נישט.
אידן זענען אייביג געווען ללעג ולקלס, ווען אימער דער גוי וויל אפמאלן דעם איד אין א חוזק בילד, אדער קאריקיטור, וועט מ'עס מאלן מיט די פאות און מיטן נאז.
וועט איר אודאי מיינען אז אויב וואלטן די אידן זיך אהערגעשטעלט ווי דער גוי, אן די פאות חלילה, אן די אידישע לבוש, וועט דער גוי אים מער ליב באקומען, די היסטאריע צייגט פונקט פארקערט:
רדיפות קעגן די אידן
ווי עס האט זיך אויסגעשטעלט במשך אלע דורות, ווען אימער דער איד האט זיך געוואלט אויסמישן מיטן גוי, זיך צושטעלן צום גוי, מיט די לבוש אדער מיט בילדונג. ווי מער זיי האבן פראבירט אראפציווארפן פון זיך אידישקייט, אלס מער האט עס געהאט אן פארקערטע אפעקט.
מיר דארפן נישט צוריקוקען פאר צו לאנג, בשעת די צווייטע וועלט מלחמה האט מען זיך עס איבערצייגט. דער רשע און צורר היהודים דער ארכי מערדער היטלער ימח שמו וזכרו, האט נישט געקוקט אויף די אויסערליכע איד, ביי די נירונבורג אסיפה איז ארויסגעבן געווארן די באפעל קלאר און דייטליך, דורך די בלוט און ג'ענעטישע פראבעס האבן די דייטשן ימ"ש געוויסט ווער עס איז א איד, זיי זענען צוריקגעגאנגען עטליכע דורות זעהן צו מען פארמאגט נישט אין זיך א שמץ פון די אידישע ראסע. עס האט גאר ווייניג געהאלפן פאר די צוויי טויזענט משומדים וואס האבן זיך געפונען אין געטא, ווען זיי זענען געקומען פלאפען זונטאג אין די קירכע, זיי האבן ערווארטעט אז דער גלח וועט זיי געבן די פריווליגע ארויסצוגיין פון די געטא. אבער זייער גורל איז געווען די זעלבע ווי זייערע ברידער. – דער נביא יחזקא-ל האט שוין געווארענט כלל ישראל (יחזקא-ל כ) :והעלה על רוחכם היו לא תהיה אשר אתם אמרים נהיה כגוים כמשפחות הארצות לשרת עץ ואב, חי אני נאם אדנ' ה' אם לא ביד חזקה ובזרוע נטויה ובחמה שפוכה אמלוך עליכם, והוצאתי אתכם מן העמים וקבצתי אתכם מן הארצות אשר נפוצתם בם ביד חזקה ובזרוע נטויה ובחמה שפוכה , והבאתי אתכם אל מדבר העמים ונשפטתי אתכם שם פנים אל פנים וגו'.
הן עם לבדד ישכון ובגוים לא יתחשב – ואבדיל אתכם מן העמים להיות לי. הקב"ה וויל אז זיין פאלק ישראל זאל זיין אינגאנצן אפגעשיידט פון די גוים. די היסטאריע האט געוויזן ווען אידן האבן עוסק געווען בתורה, זיי זענען געווען אפגעשיידט פון די גוים און גוישקייט, איז קיין מלחמות נישט געווען, מען האט אפגעלאזט דעם איד. אבער ווען די משכילים און זייער'ס גלייכן האבן זיך געוואלט אויסמישן מיט די גוים, אט דאן האבן זיך די אנטיסעמיטן געהויבן דאס קאפ..
צום שלוס איז כדאי צוברענגן די ווערטער פונעם הייליגן גר"א: די אידן זענען צוגעגלעכן צו פייער, בית יעקב אש. די גוים זענען צוגעגליכען צו וואסער, מים רבים לא יוכלו לכבות. ווען פייער און וואסער קומען זיך צוזאם, וועט די וואסער גובר זיין און פארלעשן די פייער. אבער אויב לייגט מען א טאפ אויפן פייער, און אינעם טאפ ליגט וואסער, וועט די וואסער נישט פארלעשן די פייער, פארוואס? ווייל עס איז דא א הפסק דורכ'ן טאפ צווישן די פייער און וואסער. אזוי אויך די אידן קענען זיך נישט מישן מיט די גוים, די וואסער\גוי וועט גובר זיין. מ' דארף האבן א הפסק אינדערמיט. (עי"ש בפרד"י דבזה מבואר מה שאמרו חז"ל בברכות, דהרואה קדירה בחלום יצפה לשלום, ודו"ק.).
התענוג האמיתי הוא תענוג הלימוד, בשאר התענוגים הנפש לא תמלא
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יישר כח תלמודלערנער, אונזער פרישער ידיעות בארייכערער.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

תלמודלערנער האט געשריבן:
הן עם לבדד ישכון ובגוים לא יתחשב – ואבדיל אתכם מן העמים להיות לי. הקב"ה וויל אז זיין פאלק ישראל זאל זיין אינגאנצן אפגעשיידט פון די גוים. די היסטאריע האט געוויזן ווען אידן האבן עוסק געווען בתורה, זיי זענען געווען אפגעשיידט פון די גוים און גוישקייט, איז קיין מלחמות נישט געווען, מען האט אפגעלאזט דעם איד. אבער ווען די משכילים און זייער'ס גלייכן האבן זיך געוואלט אויסמישן מיט די גוים, אט דאן האבן זיך די אנטיסעמיטן געהויבן דאס קאפ..

צו דעם קען מען צולייגען דער פשט וואס איך האב געהערט בשם דער נודה ביהודה

אויב עס איז 'הן עם לבדד ישכון ובגוים' אויב אידען, וואס זיי זענען א פאלק וואס הקב"ה האט געוואלט אז זיי זאלען זיין לבדד ישכון, אבער זיי זענען 'ובגוים' זיי מישען זיך יא אויס און ווילען יא זיין אוויא די גוים, דענמאלטס איז 'לא יתחשב'

ווידער אויב עס איז 'הן עם לבדד ישכון ובגוים לא', זיי מישען זיך טאקע נישט אויס מיט די גוים, דענמאלטס איז יא 'יתחשב'

----------
י"כ תלמודלערנער
the SCY is the limit
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3772
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

אויסערגעווענליך הרב תלמוד לערנער, האלט אן אייער ארבייט, לכבוד ולתפארת בית מדרשינו, עס איז א ריכטיגער עהרע אייך צו פארמאגן דא.

הערה קטנה, דער ווארט פון בית יעקב אש, שטאמט נאך פון מהר"ל אין נצח.
געשטימט פאר ראשעק הול
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

scy4851 האט געשריבן:
תלמודלערנער האט געשריבן:
הן עם לבדד ישכון ובגוים לא יתחשב – ואבדיל אתכם מן העמים להיות לי. הקב"ה וויל אז זיין פאלק ישראל זאל זיין אינגאנצן אפגעשיידט פון די גוים. די היסטאריע האט געוויזן ווען אידן האבן עוסק געווען בתורה, זיי זענען געווען אפגעשיידט פון די גוים און גוישקייט, איז קיין מלחמות נישט געווען, מען האט אפגעלאזט דעם איד. אבער ווען די משכילים און זייער'ס גלייכן האבן זיך געוואלט אויסמישן מיט די גוים, אט דאן האבן זיך די אנטיסעמיטן געהויבן דאס קאפ..

צו דעם קען מען צולייגען דער פשט וואס איך האב געהערט בשם דער נודה ביהודה

אויב עס איז 'הן עם לבדד ישכון ובגוים' אויב אידען, וואס זיי זענען א פאלק וואס הקב"ה האט געוואלט אז זיי זאלען זיין לבדד ישכון, אבער זיי זענען 'ובגוים' זיי מישען זיך יא אויס און ווילען יא זיין אוויא די גוים, דענמאלטס איז 'לא יתחשב'

ווידער אויב עס איז 'הן עם לבדד ישכון ובגוים לא', זיי מישען זיך טאקע נישט אויס מיט די גוים, דענמאלטס איז יא 'יתחשב'

----------
י"כ תלמודלערנער

מיר ליגט אין קאפ אזא ווארט פון'ם בעל שם טוב, בצירוף עפעס א מעשה מיט בני ישמעאל.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

די מעשה פון בעש"ט הק' ווערט געברענגט אין דגל פרשת בלק, אבער דאס איז אן אנדער טייטש
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ישר כחכם הרב לערנער.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
גלעקל
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 24, 2010 3:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלעקל »

צלצול חדש יוצא לאור לכבוד החג.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

גלעקל האט געשריבן:צלצול חדש יוצא לאור לכבוד החג.

תוכן?
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6377
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

יעצט באמערקט די אשכול און ווי אויך תלמוד לערנער ארטיקל
אפשר כדאי מוסיף צו זיין א ווארט וואס כהאב געזעהן שטיין און הגדת ריח דודאים
אז באמת איז דאך נישט דא מיט וואס מקנא צו זיין די אידען, שאיז דאך א שנאת חנם, נאר ע"כ אז עס איז דא א קנאה פון די רוחניתדיגער אוצר וואס א איד פארמאגט, און דער גוי, אע"ג דאיהי לו חזי מזליהו חזי, און ער איז מקנא דעם איד, און מיט דעם טייטשט ער ואני אראה בשנאי, ואני וואס איך בין, מיין חשיבות און מיין גדלות, אראה קען איך זעהן בשונאי, פון דעם וואס זיי האבען מיר פיינט.
כהאב שוין געזעהן דען נקודה נאך א פלאץ אבער כדענק נישט ווי
גלעקל
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 24, 2010 3:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלעקל »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
גלעקל האט געשריבן:צלצול חדש יוצא לאור לכבוד החג.

תוכן?

א גרויס חלק איז מוקדש פאר א מאמר-נפלא "אתה בחרתנו מכל העמים", פון א' ביז ת' בכל הנוגע ליחס בין ישראל ועמים. הערליך געשריבן און געספרינקעלט מיט אינטערסאנטע ידיעות.

הרב ישראל דנדרוביץ - זייער געשמאקע מאמר אלעס ארום די צעטלעך וואס זענען יורד מן השמים. אנגעהויבן מיט "ברוך שאמר" און גע'ענדיגט מיט נ-נח-נחמ-נחמן. צום סוף איז ער דן איבער די סעט רמב"ם (נישט פרנקל) וואס די רמב"ם האט געברעגנט פאר געוויסע רביים.

דער באקאנטער שרייבער הרב אליעזר יהודה בראדט פון ביתר, א קורצע התחלה-מאמר געבויעט אויף כתבי החיד"א.

כי מציון תצא תורה, בעמח"ס אלפא ביתא דשמואל זעירא, רבי יהודה החסיד, און "סגולה", הרב יעקב ישראל סטל פון ירושלים, איז מברר וויאזוי און וואו זרש אשת המן האט געענדיגט און קעריער.

הרב ישעיה איצקאוויטש פארפירט איבער די נארישקייט פון זיכען שווערע סגולות וואס קאסט געלט און צייט, ער איז מציע סגולות וואס ס'איז גרונג און בחינם.

די היסטוריה איידער די אשכנז און ספרד תקופה, דורך מכון דור דור וחכמיו

אביסעל וועגן די תורת השמיטות, וואס די ראשונים האבן געהאט מקובל, המשך איבער דעם אונעם קומענדיגען צלצול (שיופיע בקרוב אי"ה)

הרב יואל אשר לאבין, דאס מאל א שיר. ברענגט ארויס די אינערליכע צובראכענע געפילן פון א מענטש, און עצה'ט וויאזוי צו זעהן די ליכטיקייט וואס שיינט ביים ענדע פון טאנעל.

מיינע שטארעמישע רוחות פראביר איך ארויסצוגעבען אויף פאפיר. איך הייב אן מיט א מעשה פון ר"ר אלימלך, וואס תולדות אברהם יצחק רבי האט פארציילט אין ליזענסק.

בנוגע די הפצה, ווענט זיך אין מישור
קורץ און שארף
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 10, 2011 1:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קורץ און שארף »

גלעקל האט געשריבן:

פשיהא
זעט אויס מוראדיג אינטרעסאנט.

האמיר שוין וואס צו ליינען (לערנען..) חול המועד

ישר כח
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
גלעקל
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 24, 2010 3:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלעקל »

אפשר להשיג באייכלער'ס ובביגעלאייזען (סגור בחול המועד)
המפיץ מישור גם כן סגור בחול המועד, ע"כ ההפצה תהיה אחרי החג.
אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אךשמח »

גלעקל האט געשריבן:אפשר להשיג באייכלער'ס ובביגעלאייזען (סגור בחול המועד)
המפיץ מישור גם כן סגור בחול המועד, ע"כ ההפצה תהיה אחרי החג.

אין וויליאמסבורג?
גלעקל
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 24, 2010 3:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלעקל »

צלצול החמישי גייט צום דרוק אט אט.
ס'איז נאך דא פלאץ פאר גוטע סחורה,
מיין אימעיל [email protected]
גלעקל
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 24, 2010 3:32 pm

הפעמון צלצול חמישי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלעקל »

ברוך שהחיינו, הפעמון צלצול חמישי הופיע.

ס'וועט זיין אין די געשעפטען, אי"ה מארגען (מאנטאג) נאכמיטאג אדער ערב יו"ט (תלוי אינעם מפיץ, מישור).
ס'איז צום האפן אז דער עולם וועט הנאה האבן פון די מאמרים, וואס זענען איינס-ביי-איינס רייך אין תוכן און אין ידיעות.

אבער קודם צוויי הערות:

כל הזכויות שמורות; די וואס זענען מעתיק גאנצע מאמרים פון הפעמון אין די אידישע צייטונגען, זענען ווייט פון "ועשית הישר והטוב". הן כלפי דעם עורך, והן כלפי דעם בעל המאמר. ס'נישט ריכטיג און ס'נישט אידיש'לעך.

צווייטענס. געוויסע ניקים פארבינדען זיך מיט מיר דורך "פרטי", און בהמשך אויך געוואלט אריינלייגן זייערע מאמרים אינעם קובץ, אבער דא מאכט זיך זיי א פראבלעם, אז ס'וועט נתגלה ווערן ווער ס'שטייט אונטער דעם ניק. ע"כ, עצה טובה קמ"ל, אויב ווילט איר זיין פון די הפעמון משפחה, פארבינד אייך צו מיר פון אייער כשר'ע אימייל אדרעססע.

--

רשימת המאמרים – צלצול החמישי

1) לבושות שחורים בכותל המערבי, דורך די באקאנטע ת"ח ר' ישראל דנדרוביץ, מחבר ספר הנחמדים מזהב, און בעל מאמרים רבים בקובצים מפורסמים. די מאמר נעמט צוזאמען פון פארשידענע מקורות, און איז חוקר נאך די מסורה איבער א דמות פון א פרוי אנגעטוהן אין שווארץ, וואס גדולי ישראל האבן געזעהן ביים כותל המערבי. ווער איז זי, צד הקדושה אדער צד הטומאה? פארוועמען איז זי נתגלה געווארן? – די מאמר ציעט זיך לאנג, ביז די עדות פון מענטשען וואס האבן געזען דעם דמות פאר 9 יאר צוריק! מענין לענין וועט איר טרעפן דארט איבער די גילוי פון ירמיה הנביא און כביכול די שכינה הקדושה. – זייער אינטערסאנט, און מקורות'דיג.

2) מספר חדרי הלב - עיון ספרותי, דורך די גאון בתורת חסידי אשכנז, ומחבר ספרים רבים (אלפא ביתא דשמואל זעירא), ר' יעקב ישראל סטל. די מאמר ברענגט צוזאמען פון אומבאקאנטע מקורות, אלעס וואס מ'האט אמאל געמיינט איבער די הארץ פון א מענטש, וויפיל חדרים און פתחים זי פארמאגט. ס'איז מלא וגדוש מיט מראי מקומות פון פרד"ס התורה.

3) חכמים, אל תתייאשו מן הפשט - הרב אליהו סולוביציק, איז דער יושב ראש פון "אגודת מטמני ארץ", צווישען אנדערע איז זייער מטרה צוריקצוברענגען צום וויסען דעם אמאל, כדי בעסער צו פארשטיין דעם אמאל. אין דעם מאמר, באציעט זיך ר' אליהו אויף די דרך לימוד הפשט פון סוגית הגמרא, שקלא וטריא. ער איז מסביר אז דורך פארשטיין ווי אזוי די סוגיא איז געשאפען געווארן בשעתו, ווערט אסאך לייכטער אנצונעמען תירוצים און "נפק"מ'ינס" וואס אמאל זעהן זיי אויס דחוקים.

4) תעלומה ואין קורא לה? - אור חדש בזיהוי מח"ס חמדת ימים. הרב יחיאל גולדהבר. כאטש וואס דער ספר חמדת ימים איז שוין א מדובר פאר יארן לאנג, דאך האט הרב גולדהבר נייעס. – ער ברענגט שטארקע ראיות צום דעם ניי-אלטע השערה אז דער מו"ל פונעם ספר, ר' ישראל יעקב אלגאזי, איז דער מחבר זעלבסט.

5) ההדגשה במקור - על מנהגים שהשתרבבו. געוויסע מנהגים, זענען מיט די צייט אוועק פון זייער מקור, אוועק פון זייער שורש. אמאל צוליב געוויסע אומשטענדען, און אמאל פון און דעם מאמר ווערט אויסגערעכט 10 מנהגים וואס זענען ווי פון זיך אליינס "געשעהן", כאטש מ'האט זיי אוועקגעשטעלט מתחילה מיט אן אנדערע מטרה. געשריבן דורך דעם עורך.

6) סוגי מפרשי התורה - וסיבת צורך פירוש בכלל. זייער אן אינטערסאנטע מאמר אלעס ארום מפרשי התורה ו"הפשט". וואס איז דאס פשט? וואס איז דרש? און פארוואס דארף די תורה ספרים איר מסביר צו זיין, פארוואס איז נישט די תורה גענוג קלאר פון זיך אליינס. געבויט אויף א רמב"ם אין א בריוו, און פון נאך פארשידענע ספרים וסופרים. געשריבן דורך הרב יצחק לעווי, פון ירושלים. מעורכי ספר מיוחד על התורה, וואס איז נאך בעריכה.

7) הערה מחכימה, הרב ישעיה אשר זעליג מיללער פון מאנסי, א באקאנטע נאמען בעולם הקובצים, איז מפנעח די ראשי תיבות פון "בית הכנסת הי"ג" איך נאך ספרים וואס די טעות – און פרישע טעיות געבויט אויף דעם - ערשיינט, און איז נישט פארראכטען געווארן אפילו דורך מגיהים מומחים.

8) אשר בחר בו, או אשר בחרנו בו? 5 תירוצים אויף די קשיא, דורך הרב אליעזר זוסיא פרידמאן, כולל באבוב בארא פארק, וואס איז באקאנט בקרב חבריו מיט ידיעות נפלאות מספרי דרוש וחסידות. ומחבר ספרי נעימות הפרשה, נעימות המגילה.

9) מן הגנזים – א קמיע וואס הרב מתתיהו גרין פון אנטווערפען האט געפונען אין עטליכע מקומות. במקורו ברענגען זיי דאס נאך פון החכם ר' משולם בעש"ט מירושלים. און ווי ס'זעהט אויס איז דאס געווען אן אנגענומע קמיע, וואס ס'איז מותר צו שרייבן אפילו אין שבת.

10) ילמדנו רבינו, א פיוט, געשריבן בלשון שאלה ותשובה, ווי א תלמיד פרעגט א רבי'ן איבער גופים פון אידישע קינדער וואס דרייען זיך ארום אן קיין צייכענעס פון לעבן. זייער פאכמאניש געשריבן, דורך בנש"ק הרב יעקב שפיץ פון מאנסי.

11) פתקא מן שמיא - חסידות של פעם. דער באקאנטע שריפטשטעלער און עסקן, הרב יואל אשר לאבין, טיילט מיטן עולם א חלום וואס ער האט געהאט, ווי כאילו דער בעשה"ק וואלט זיך ווען מגלה געווען, און וואס ער וואלט געזאגט צו די וואס זענען זיך משתמש בשמו הק' פאר ענינים וואס זענען געווען היפך משנתו. געשריבן אין לשון הקודש אין חרוזים.

--

אויב האט איר הערות, ביטע זייט אונז מזכה.
מיין אימיעיל איז [email protected]
גלעקל
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 24, 2010 3:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלעקל »

הפעמון צלצול שישי יופיע אי"ה לחג הפסח הבעעל"ט

גאר אינטערסאנטע נושאים ב"ה.

אויב איינער האט עפעס אריינצוגעבן, א מאמר, שיר, כתב-יד, הערות אויף פריערדיגע מאמרים, זאל ביטע שיקן צו hapaamoin@gmail

ייש"כ
מצפהלישועה
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 11, 2016 1:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצפהלישועה »

כולנו מצפים
גלעקל
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 24, 2010 3:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלעקל »

ענדע פרשת ויקרא.
אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דונש »

וועט זיין צו באקומען אין קר"י?
זוכט איר דוי?
שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”