בוך: פעסקא פרידמאן - גייען פאראויס

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

רבבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 20, 2010 11:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבבה »

ס'איז נישט געווען בלויז דאס שארפקייט אורייתא היא דקא מרחתא בי' פין מנח''א ז''ל דאס ארעמקייט איז געווען ממש מען קען זעך נישט פארשטעלען . ממילא א בחור אדער א מיידעל
האט נישט געזעהן קיין צוקונפט . א בחור א בן תורה האט נישט געהאט קיין חשיבות . ממילא האט מען געזוכטטטט . אין מען האט אליין נישט געוואסט וואס מען זיכט . אין ממילא
האט מען זעך באפריינדעט מיט רעזעווניסטען ציוניסטען קאמאניסטען בולשאוויסטען אין וואס נישט .אין וועהר סיא ווייסט זענען יודען געווען דיא הויפט פין דיא אלע איסטען . א טאטע
האט ליידער נישט געקענט זאגען א סאך ווייל עהר האט פשוט נישט געקענט שפייזען זיין הויז געזונט .דיא משפחה .ממילא האט עהר נישט געהאט קיין ווארט . אין דיא גויים האבען
אויך אונערדריקט אין דערביטערעט דאס לעבין . אין גיין אין מיליטער איז געווען חוק ולא יעבור .ממילא וואס האט מען געקענט פארלאנגען פין דעם יוגענט . מען האט דאך נישט
געגעבן קיין אלטארנעטיוו ...דרכא אחרינא ....דיא יוגענט האט געוואלט אנטלויפען. וווויאא . וויא ס'לאזט זעך .
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3030
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

הרב רבבה!
האסט אנגעהויעבן מיט איין זאך און גענדיגט מיט א צווייטע זאך,
איך האב נישט געלייקנט אז דער רעבעצן יוטא די זווג שני פונעם פארצעווע רבי אמה של פעסקא ור' ברוך האט געהאט פראבלעמען, איך האב עס איידעלערהייט ארויס געברענעט אז קיין שלום איז דארט נישט געוועהן די צוויי פארקערטע מענטשן האבן נישט געארבעט צוזאמען, סאו וואס קומט איר אזוי גראב מסביר זיין אז זי האט זיךל גע'גט מזווג ראשון, איר ווילט אפשר אריין קריכן אין דעם נושא אויך? וועגן איר ערשטע מאן?

שנית ווי קומט אהער מונקאטש צו ס'איז געוועהן מאדערן צו נישט, מונקאטש האט אויסגעזעהן פונקט ווי אלע גרויסע שטעט, גארנישט הינטערשטעלונג פון יעדע גרויסע שטאט ווי עס האבן געוואוינט מער ווי אפאר טויזנט משפחות, איינער לייקנט די פאקטן אז אין מונקאטש איז געוועהן א געמענאזיע?
ווי קומט דאס אהער מיט דעם ביך?
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
רבבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 20, 2010 11:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבבה »

ידידי חביבי ש''ץ מ''ץ שיחי' נצח
איך האב נאר געוואלט ארויס ברענגען אז עהר איז נישט געווען דער פראבלעם אדרבא . עהר האט בעסער פארשטאנען וויא ציא סאלווען דעם פראבלעם . אין הלוואי וואלט מען אין
אזא שטאט וויא מונקאטש געטרייט ציא סאלווען . איך קום פין דארט איך קען דיא קראנקהייט פין אינסייד .אין אגב אז מען רעדט שוין לדעתי האסטו גענומען איין צד א קעגען דעם
פארצעווען רבי'ן בתוך השורות .וואס איז געווען א גרויסער בעל מעלה .
פיבער מעסטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 12:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיבער מעסטער »

ווער איז געווען דער פארציווער רבי'ס רעבעצינ'ס ערשטע מאן? (פארשטאנען די קשיא?)
רבבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 20, 2010 11:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבבה »

פיבער מעסטער האט געשריבן:ווער איז געווען דער פארציווער רבי'ס רעבעצינ'ס ערשטע מאן? (פארשטאנען די קשיא?)

בייטשער רב'ס זהין זיין טאטע איז געווען איין זין פין אמרי נועם אין זיין מאמע א טאכטער פין דברי חיים ומנו''כ של אביו בקאשוי
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3030
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

רבבה האט געשריבן:אין אגב אז מען רעדט שוין לדעתי האסטו גענומען איין צד א קעגען דעם
פארצעווען רבי'ן בתוך השורות .וואס איז געווען א גרויסער בעל מעלה .


איר לייגט אריין ווערטער אין מיינע שורות וואס איך האב אפי' נישט במחשבה, איך האב קיין ווארט נישט גע'חלום'ט קעגן אים, איך האב סך הכל ארויס געברענגט אז ער האט גוט פארשטאנען דער מצב (בעסער ווי זיין רעבעצן) און פארשטאנען ווי מ'דארף לייגן א דגוש און ווי נישט, איך האב בכלל נישט מכוון געוועהן עפעס קעגן אים,
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
נזר הנבונים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 302
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 01, 2020 1:36 am

Re: בוך: פעסקא פרידמאן - גייען פאראויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נזר הנבונים »

פארציווא רבי האט נישט מקפיד געווען אויף מאדעס: וואס זענען די מאדעס אויף וואס ער האט נישט מקפיד געווען? זי ברענגט דוגמאות אינעם בוך, למשל 'קנעפלעך אויף די העמעד' (אזויוווי מיר גייען היינט, אמאהל איז מען געגאנגען מיט 'בענדלעך' במקום קנעפלעך) און אויך די נייע ווארימע שטיוועל וואס צירייסט זיך נישט. זי שרייבט קלאר אז ער האט מקפיד געווען אויף צניעות, א זאך וואס איז געווען צניעות'דיג נאר ס'איז געווען ניי, האט ער נישט געווארט ביז ס'וועט ווערן אויס ניי...

זוו"ר של הרבנית מפארציווא: קוקט גיט אינעם בוך וועט עטס זעען וויאזוי די שידוך פון הרבנית מפארציווא בזוו"ר איז צושטאנד געקומען, זיי זענען ביידע געווען קליינע קינדער וואס האבן נישט געהאט קיין אהנונג וואס טוט זיך מיט זיך, ווען זי איז עלטער געווארן האט זי פארפירט אז זי וויל נישט דעם שידוך אבער דער גארליצער זיידע האט געזאגט אז זי זאל צו ווארטן, אין עס איז טאקע געבוירן געווארן פון דעם זיווג בנה הרה"צ רבי חיים שלמה מסטריזוב זצ"ל.

לגבי איר צדקות קוק ווייטער אינעם בוך איר אויפפירונג בעת די מלחמה, אירע השגות נאר צו בלייבן מיט די ספרי תורה וכד' וכו' [אגב איז אינטערעסאנט אז פון די געציילטע זאכן וואס זי האט מיטגענימען מיט זיך איז געווען א ספר 'שער יששכר' פון איר ערשטע קאזין הרה"ק ממונקאטש]
נזר הנבונים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 302
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 01, 2020 1:36 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נזר הנבונים »

יהיה כן האט געשריבן:אלס א מונקאטשער פון דערהיים בין איך נישט אטנגאנצן מסכים מיטן פיבער מעסטער
מונקאטש איז געגאנגען א גאנג תיכף נאך די פטירה פון מנח״א, הלא דבר הוא, ומי היה האב״ד אז? אחיה של פעסקא פר״מ

נו שוין, וואס דארף מען רעדן?

וועלעכע חלק פון מונקאטש איז געגאנגען א גאנג, די ישיבה וואס האט זיך געדאפלט? אדער די שטארקע שלום אטמעספערע וואס האט געהערשט ציווישן די קהילות אין שטאט?
נזר הנבונים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 302
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 01, 2020 1:36 am

Re: בוך: פעסקא פרידמאן - גייען פאראויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נזר הנבונים »

נאך אן אינטערעסאנטע זאך איבער די השגות פון הרבה"צ מפארציווא: אויף אירע בריעוו פלעגט זי טוישן איר נאמען צו 'איטא' ווייל 'יוטא' איז גימטריא שם הוי"ה
אוועטאר
ישראל אהרן
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 14, 2020 3:53 pm

בוך: פעסקא פרידמאן - גייען פאראויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל אהרן »

דרך אגב איר יום הצלה פון אונטער די נאצישע לאפעס איז געווען ביום כ"א כסלו תש"ה דורך א באן וואס איז אנגעקומען קיין שווייץ באותו יום
מ'האמער היינט געליינט די חשובע ביכל "גייען פאראויס" לכבוד היום
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8389
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: בוך: פעסקא פרידמאן - גייען פאראויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

איך בין אמאל געווען ביי איר באזוכן, מען האט ארום גערעדט איבער מונקאטש, אוי האט זי זיך גערעגט, "די מונקאטשע משוגעים האבן נישט פארשטאנען צו מיין ברודער!"
בני יששכר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 02, 2009 9:54 am

Re: בוך: פעסקא פרידמאן - גייען פאראויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני יששכר »

ישראל אהרן האט געשריבן:
דרך אגב איר יום הצלה פון אונטער די נאצישע לאפעס איז געווען ביום כ"א כסלו תש"ה דורך א באן וואס איז אנגעקומען קיין שווייץ באותו יום
מ'האמער היינט געליינט די חשובע ביכל "גייען פאראויס" לכבוד היום
איז נאך דא צי באקימען דאס ביכל
אוועטאר
מקובל אלוקי
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 10:12 pm

Re: בוך: פעסקא פרידמאן - גייען פאראויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקובל אלוקי »

מיין פריוואטע עפיניען אויפן בוך:
אסאך נישט אמת'ע זאכן געשריבען,
בפרט וויאזוי איר טאטע'ס שטוב האט אויסגעקוקט,
(קוק וואסארע ערוואקסענע שמועסען ס'געווען דא אמאל!)
זיכסט א ספר, רבי, חברותה, מראה מקום, אין לימוד הקבלה? איך קען אייך אפשר העלפן! אין אישי!
loyodea
שר האלפיים
תגובות: 2010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: בוך: פעסקא פרידמאן - גייען פאראויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך loyodea »

ווער איז געווען פעסקא'ס מאן ?
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8389
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: בוך: פעסקא פרידמאן - גייען פאראויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

loyodea האט געשריבן:
ווער איז געווען פעסקא'ס מאן ?
ר' וואלף פריעדמאן ע"ה, ער ווערט באשריבן באריכות אינעם ביכל.
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8389
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: בוך: פעסקא פרידמאן - גייען פאראויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

מקובל אלוקי האט געשריבן:
מיין פריוואטע עפיניען אויפן בוך:
אסאך נישט אמת'ע זאכן געשריבען,
בפרט וויאזוי איר טאטע'ס שטוב האט אויסגעקוקט,
(קוק וואסארע ערוואקסענע שמועסען ס'געווען דא אמאל!)
ס'איז לכאורה נישט קיין ליגנט, ס'איז אביסל אויפגעבלאזן, פון וואס א קליין מיידל קען געדענקען פון איר טאטע'ס שטוב, בפרט אז איר שוועסטער האט איר געהאלפן געדענקען וואס זיי האבן געוואלט...

זי לייגט אראפ איר טאטע היבש ליבעראל, לכאורה איז ער נישט געווען אזוי ליבעראל ווי זי ליגט עס אראפ, אבער איך גלייב נישט אז זי האט געבאקן זאכן.
אוועטאר
מקובל אלוקי
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 10:12 pm

Re: בוך: פעסקא פרידמאן - גייען פאראויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקובל אלוקי »

תרמב האט געשריבן:
מקובל אלוקי האט געשריבן:
מיין פריוואטע עפיניען אויפן בוך:
אסאך נישט אמת'ע זאכן געשריבען,
בפרט וויאזוי איר טאטע'ס שטוב האט אויסגעקוקט,
(קוק וואסארע ערוואקסענע שמועסען ס'געווען דא אמאל!)
ס'איז לכאורה נישט קיין ליגנט, ס'איז אביסל אויפגעבלאזן, פון וואס א קליין מיידל קען געדענקען פון איר טאטע'ס שטוב, בפרט אז איר שוועסטער האט איר געהאלפן געדענקען וואס זיי האבן געוואלט...

זי לייגט אראפ איר טאטע היבש ליבעראל, לכאורה איז ער נישט געווען אזוי ליבעראל ווי זי ליגט עס אראפ, אבער איך גלייב נישט אז זי האט געבאקן זאכן.
זי האט נישט געשריבען סתם משיח לפי תומה א ביכל,
קוקט אויס צווישען די שורות,
ווי זי האט געוואלט איבער שרייבען היסטאריע...
זיכסט א ספר, רבי, חברותה, מראה מקום, אין לימוד הקבלה? איך קען אייך אפשר העלפן! אין אישי!
loyodea
שר האלפיים
תגובות: 2010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: בוך: פעסקא פרידמאן - גייען פאראויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך loyodea »

תרמב האט געשריבן:
loyodea האט געשריבן:
ווער איז געווען פעסקא'ס מאן ?
ר' וואלף פריעדמאן ע"ה, ער ווערט באשריבן באריכות אינעם ביכל.
יישר כח
איז דער ר' וואלף פרידמאן געווען א איידעם ערגעץ אינדערהיים בזיווג ראשון, עפעס האב איך אמאל געהערט, איך קען מיך נישט דערמאנן.
בערגשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2022 3:16 pm

Re: בוך: פעסקא פרידמאן - גייען פאראויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערגשטיין »

בערגשטיין האט געשריבן:
מיינע פאר סענטס.
א שרייבער קען נעמען אמתע פאקטן און דאס דרייען זיין וועג וואס מאכט א גאר אנדערע משמעות ווי די אמתע מציעות איז געווען
די אמתע פאקטן דארף מען הערן ערשט האנטיג פון מענטשן אן נגיעות וד״ל


פיינע אשקול, אינפארמאטיוו(און קאנטרעווערשעל). שכוח פארן ארויפברענגן.
אנטלויף נישט פונעם מציאות, קוק עס אין פנים און פארמעסט זיך דערמיט
שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”