על הספר עולמו של אבא ומחברו

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

ראש הקהל
שר האלף
תגובות: 1027
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש הקהל »

farshlufen האט געשריבן:איר האט שוין ווידעראום אפיר גענומען אייערע צדקות מעסטן כלים?


ניין. כ'האב געשריבען דער זעלבע זאך וואס דו האסט געשריבען אויף אן אנדערע אופן לשבר את האוזן. שם לשם, וספר לספר.
און ס'קוקט מיר אויס, ווי מ'האט פארשטאנען בעסער דער וועג.

צירוק צום ספר, ס'איז א וואונדעברע געבענטשע ספר פאר אונז, און פאר דו מלקטים וואס זענען זיך מחיה מיט זיינע תורה'לעך און מעשיות.
אגב, אני כשלעצמי בין איך זיך מחיה מיט זיינע אייגענע ספרים, ספריו ושו"ת
און מיט זיינע הגהות מחכימות צום גבעת פנחס עה"ת להגאה"צ פנחס הלוי ביליצצער מסערענטש זצ"ל
אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1955
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאל ער קומען »

איך האלט גראדע ווי מי יודע האט געשריבן אז די סיפורים פונעם ספר איז יא אמת, אבער איך וועל צולייגן אפאר נקודות:

1. לגבי די שאלה אז דער פעטרעזשאנער רב האט געוואוינט אין רומעניע און האט נישט געקענט האבן קיין גרויסע באקאנטשאפט איבער די אונגארישע רבנים, איז כדאי צו וויסן איז פעטרוזשאן איז געווען א קור-ארט וואו אסאך אונגארישע רבנים פלעגן קומען יעדן זומער זיך אויסקורן, און ביי אזעלכע געלעגנהייטן האט ער זיי לערן געקענט.

2. לגבי די לשון הרע'לעך וואס ווערן דערמאנט אין ספר, האב איך געהערט פון א זקן חשוב - וועלכער האט גראדע אויך דורכגעמישט דעם גאנצן ספר מדאשקע לדאשקע - אז אט אזוי האבן אויסגעקוקט די פערזענליכע שמועסן מיט רבנים אינדעהיים. פון יעדן רב וואס זיי האבן גערעדט האבן זיי געוואוסט נאכצוזאגן א דבר תורה, א ווארט, א חידוש'ל, א מעשה'לע, און אויך האט זיך געקענט אריינ'גנב'ענען א לשה"ר'לע. און אזוי האט דער מחבר גערעדט צו זיין זון אויך, (און ווארשיינליך האט ער זיך מער ערלויבט צו רעדן, סאיז דאך געווען זיין זון…). דאס מיינט אבער נישט אז ס'איז ליגענט, אדער אז האט געוואלט דערנידערן די גרויסע און גרויס מאכן די קליינע אדער אנדערע נארישקייטן.

3. אזויווי ביי אלע לשה"ר זענען פארהאן מענטשן און אפילו גאנצע משפחות וואס שפירן זיך בא'עולה'ט, פארשעמט אדער געטשעפעט פון די מעשיות און דעריבער איז דא אסאך אידן מיט אגענדעס צו באשטימען אז דער ספר איז כל כולו שקר און נגיעות און חשבונות, מחלוקת און פאשקעווילן וכו'. אבער ווי געזאגט האבן זיי געטריבענע חשבונות דערצו.

4. קען זיין אז מ'דארף מחלק צווישן די סיפורים וואס ער שרייבט אז ער האט עס אליין געהערט אדער געזען צווישן די סיפורים וואס ער אליין זאגט אז ער דערציילט זיי נאר נאך ווי פונעם בעל נודע ביהודה און בעל שאגת אריה וכדומה וואס ער האט געהערט פון מערערע מקורות מוסמכות און פארקערט און ס'האט געקענט אריינפאלן טעותים וגוזמאות לרוב, אבער דאס מיינט נישט אז ער איז געווען א שקרן און פאליטיקאנט, נאר א גוטער נאכ-דערציילער. וא"כ אין די סיפורים וואו ער האט געוואוסט ערשט-האנטיג איז נישטא קיין סיבה (אויסער נגיעות) צו באשטימען אז ס'איז ליגנט.

5. ווי שוין ערווענט דא, איז דא חילוק צווישן דעם מחבר וועלכער איז געווען א גדול בכמה מכמני תורה און געשריבן אין אסאך מקצועות ופסקי דינים ווי מ'זעט אין די מערערע ספרים וואס זענען ארויסגעקומען פון אים, און צווישן זיין זון דער שרייבער פון דעם ספר וועלכער האט געהאט א היבשע נטוי' צו די מדינה - ווי ס'קוקט אויס, און ממילא איז נישט קיין סתירה אז אין די הקדמה שרייבט ער אז דער מחבר האט גענייגט צו די שיטה פון הרב מסאטמאר, אבער אין ספר האט ער - דער זון - געשריבן פארקערט. (און דאס שרייב איך אויך נאר ווייל איך האב א נגיעה… זייענדיג א סאטמארער, שטייצעך…).
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8744
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

מענין לענין באותו בנין, דעם יו"ט האב איך געהאט א לענגערע שמועס מיט א עלטערן איד וואס האט מיר דערציילט אסאך זאפטיגע זכרונות פון אמאל, דער איד האט אין די יונגע יארן אסאך מיטגעלעבט און ס'איז געווען וואס צו הערן פון אים, בתוה"ד זאגט ער מיר, ....(א געוויסער כותב קורות הדורות) האט מיר געוואלט אינטערוויוען, האב איך אים געזאגט מיט איין תנאי, אז דו דרוקסט אלעס וואס איך דערצייל, און ער זאגט מיר, איך קען אלע מעשיות וואס קיינער וואגט זיך נישט צו דרוקן, ממילא איז א שאד מיר צו אינטערוויוען.

פארשטייט איר, מעשיות וואס מען קען נישט דרוקן האט זיך נישט אנגעהויבן דא אין אמעריקא, ס'איז אלעמאל געווען, דער בן עולמו של אבא האט נאר באשלאסן צו מאכן היסטאריע און יא דרוקן די סארט מעשיות, לקיים מה שנאמר ולפעמים להיפך
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2011 11:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילוויסן »

דער בן המחבר האט זיך אפגערעדט אז די מוסד וואס האט געדרוקט האט ברצותם מקצר ומאריך געווען, געשניטן שטיקלעך, און צוגעלייגט אויך. וא"א להאריך.
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

מתחילה לא רציתי להגיב,
אבל בראותי לאן הרוחות נושבות, אמרתי לומר גם מה שיש לי לומר

אין מיין יוגענט האט מיר מיין טאטע זז"ג מיר געגעבן דאס ספר'ל צו איבערגיין פון דעקל צו דעקל, און איך בין דאס שוין כמה פעמים אדורך, (און ביי מיר אין שטוב פארמאג איך דאס אויך כמובן, און מיינע קינדער ליינען דאס)

אין קורצן, בין איך איינשטימיט מיט "זאל ער קומען"


זאל ער קומען האט געשריבן:איך האלט גראדע ווי מי יודע האט געשריבן אז די סיפורים פונעם ספר איז יא אמת, אבער איך וועל צולייגן אפאר נקודות:

1. לגבי די שאלה אז דער פעטרעזשאנער רב האט געוואוינט אין רומעניע און האט נישט געקענט האבן קיין גרויסע באקאנטשאפט איבער די אונגארישע רבנים, איז כדאי צו וויסן איז פעטרוזשאן איז געווען א קור-ארט וואו אסאך אונגארישע רבנים פלעגן קומען יעדן זומער זיך אויסקורן, און ביי אזעלכע געלעגנהייטן האט ער זיי לערן געקענט.

2. לגבי די לשון הרע'לעך וואס ווערן דערמאנט אין ספר, האב איך געהערט פון א זקן חשוב - וועלכער האט גראדע אויך דורכגעמישט דעם גאנצן ספר מדאשקע לדאשקע - אז אט אזוי האבן אויסגעקוקט די פערזענליכע שמועסן מיט רבנים אינדעהיים. פון יעדן רב וואס זיי האבן גערעדט האבן זיי געוואוסט נאכצוזאגן א דבר תורה, א ווארט, א חידוש'ל, א מעשה'לע, און אויך האט זיך געקענט אריינ'גנב'ענען א לשה"ר'לע. און אזוי האט דער מחבר גערעדט צו זיין זון אויך, (און ווארשיינליך האט ער זיך מער ערלויבט צו רעדן, סאיז דאך געווען זיין זון…). דאס מיינט אבער נישט אז ס'איז ליגענט, אדער אז האט געוואלט דערנידערן די גרויסע און גרויס מאכן די קליינע אדער אנדערע נארישקייטן.

3. אזויווי ביי אלע לשה"ר זענען פארהאן מענטשן און אפילו גאנצע משפחות וואס שפירן זיך בא'עולה'ט, פארשעמט אדער געטשעפעט פון די מעשיות און דעריבער איז דא אסאך אידן מיט אגענדעס צו באשטימען אז דער ספר איז כל כולו שקר און נגיעות און חשבונות, מחלוקת און פאשקעווילן וכו'. אבער ווי געזאגט האבן זיי געטריבענע חשבונות דערצו.

4. קען זיין אז מ'דארף מחלק צווישן די סיפורים וואס ער שרייבט אז ער האט עס אליין געהערט אדער געזען צווישן די סיפורים וואס ער אליין זאגט אז ער דערציילט זיי נאר נאך ווי פונעם בעל נודע ביהודה און בעל שאגת אריה וכדומה וואס ער האט געהערט פון מערערע מקורות מוסמכות און פארקערט און ס'האט געקענט אריינפאלן טעותים וגוזמאות לרוב, אבער דאס מיינט נישט אז ער איז געווען א שקרן און פאליטיקאנט, נאר א גוטער נאכ-דערציילער. וא"כ אין די סיפורים וואו ער האט געוואוסט ערשט-האנטיג איז נישטא קיין סיבה (אויסער נגיעות) צו באשטימען אז ס'איז ליגנט.

5. ווי שוין ערווענט דא, איז דא חילוק צווישן דעם מחבר וועלכער איז געווען א גדול בכמה מכמני תורה און געשריבן אין אסאך מקצועות ופסקי דינים ווי מ'זעט אין די מערערע ספרים וואס זענען ארויסגעקומען פון אים, און צווישן זיין זון דער שרייבער פון דעם ספר וועלכער האט געהאט א היבשע נטוי' צו די מדינה - ווי ס'קוקט אויס, און ממילא איז נישט קיין סתירה אז אין די הקדמה שרייבט ער אז דער מחבר האט גענייגט צו די שיטה פון הרב מסאטמאר, אבער אין ספר האט ער - דער זון - געשריבן פארקערט. (און דאס שרייב איך אויך נאר ווייל איך האב א נגיעה… זייענדיג א סאטמארער, שטייצעך…).


נאר איין נקודה וועל איך צולייגן, וואס מיין טאטע האט מיר שוין פון לאנג געזאגט

אז די מעלה פון דעם מחבר איז, אז ער האט זייער גוט אפגעמאלן א מענטש,

כלומר (איך בעט אלע וואס האבן הויכע בלוט דרוק זאלן נישט ליינען ווייטער)

הרה"ק מסאטמאר זי"ע איז געווען באקאנט אלס א לוחם מלחמת ה' צבקות, אבער ס'אויך דא מעשיות ווי מענטשן האבן געכאפט על לא עוול בכפם (די מעשה פון הרב ש. ח. פ. ז"ל ביים סדר נאכט וכדו') קען א מענטש חלילה טראכטן אז סאטמאר רב האט יענעם אריין געפליקט ווייל ער איז געווען א פליקער (אזוי ווי אסאך ציונישע קרייזן פראבירן איהם אראפצומאלן)
אבער דער עולמו של אבא באשרייבט זייער שיין אז סאטמאר רב איז געווען א חריף, און האט דאס גענוצט לצורך, נאר לפעמים האט איינער זיך געקענט פארפלאנטערן מיטן אש קודש, וואס דאן האט סאטמאר רב יענעם זייער שיין איבער געבעטן

כהמעשה שהיה מיט דעם הייליגן חפץ חיים'ס זון, וואס האט זיך אפגערעט צו זיין טאטן, אז ווי ער קומט פארקויפן דעם ספר, קויפן דאס נאר די חסידים, אבער ווען ער שמועסט מיט זיי כאפט ער פון זיי וועגן די מתנגדים און ליטוויקעס,
האט אים זיין טאטע געזאגט, קינד לעב! פארשטיי זיי, זיי זענען פארנומען מיט א מלחמת חרמה קעגן די משכילים, איז אמאל מחמת ריתכא כאפן מיר אויך, מ'ברויך זיי מוחל זיין, ווייל אונז מיט די איידלקייט האט זיך די השכלה אריין געכאפט, און זיי מיט די ווילדקייט טרייבן זיי ארויס די השכלה

כמו"כ לענינינו

(אויך דער הייליגער מנח"א האט אויף זיך געזאגט כעין זה, אז לפעמים אינו מבחין ודי).


יעצט ליין איבער דעם ספר, וועסטו זעהן אז וואס ער זאגט אויף נאסוד'ער רב איז נאר לשבחו, שלא יבואו לזלזל בו מחמת חריפותו דו"ק ותשכח
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8744
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

זייער שיין צולייגט הרב 'שמו'
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
ראש הקהל
שר האלף
תגובות: 1027
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש הקהל »

ס'איז א נעבעך צוצוקוקען ווי מ'איז דן א ספר, און דאס גאנצע ווענט זיך, ווי אזוי ער מאלט אראפ סאטמאר רב. אזוי צו אזוי.
און דאס דארף לכאורה זיין דער בליק איבערן גאנצע ספר. אה, מ'האט פאר ענטפערט אז ער זוכט נישט אוועק צו מאכען סאטמאר רב,
אקעי, יעצט איז ער גוט.

עטס זענע פאני, און זייער נישט שכל'דיג
באהאנדלט דער ספר כמו שהוא, ס'איז וואונדערבארע, דברים כהוויתן, און נישט דברים כמחשבתן.
ער האט אראפ געלייגער דער היסטוריה, ווי אזוי ס'איז געוועהן, געפעלט דיר יא צו נישט,
נישט ווי אזוי געוויסע פארטייען ווילן אראפמאלען דער מצב. והבן.

רבותי לייגטס אוועק ענקערע אדזשענדעס נגיות און פניות.
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

ראש הקהל טייערע איי מאסט טעלל יא איך בין אין שאק, איך האב סך הכל געוואלט וויסן פון ווי דער מו"ל פון דעם בוך האט גע'גנבט די שטיקל וועגן סיגוט, (וואס איז ניכר אז ס'איז געשריבן דורך א סיגוט-סאטמארער שרייבער, הן צוליב שרייבן "מרן" אויפן קדיו"ט, און הן צוליב רופן ד"ר דאנציג בוגר הסמינר הריפורמי ווען ער איז געווען א בוגר ישיבת פרשבורג) איך האב פארשטאנען ס'איז דא בהמות וואס גלייבן יעדע געדריקטע בוך, אבער דו ביסט א דייקן און א דענקער, דו ביסט גאר צופרידען פון די מעשהליך? אפילו ווען די אליינס זאגסט אז דער מחבר "אדער זיינע קינדער" האבן אגענדעס.

דו נוצט גאר ליסקע גזע צו מוכיח זיין די אוטענטישקייט (די רבנות אין לופען), וואונדערליך, דו דארפסט דאך צו קענען די ליסקע-קערעסטור גזע, און האסט גארנישט באמערקט עס הייבט נישט אן צו שטומען, ער שרייבט די שווער איז געפארען קיין לופען בשליחות פונעם טל חיים דער לופעני רב'ס שווער, וואס האט נישט געקענט פארן צוליב וואס ער איז נישט געווען בקו הבריאות, ווען טל חיים איז גאר נפטר געווארן תרס"ד און דער לופענער רב איז געווארן רב אין לופעני תרס"ז, דריי יאר נאך זיין שווערס פטירה.... (אין עמוד קמב פארציילט ער אז ער איז גאר געווען אויף די לויה פון טל חיים).

דאס וואס דו פרובירסט צו פארענטפערן דעם צווייטן פלאף פון שרייבען אז ער האט געקענט ר' הערשעלע ליסקער, (וואס איז נפטר געווארן 8 יאר פאר ער איז געבוירען) מיטן שרייבן ער האט געמיינט צו זאגען דעם ר' הירשעלע ליסקער השני, שוואכע מיישעס, ווייל ער שרייבט אז ער האט אים זיך באקענט ווען ער איז געקומען קיין טאפאלטשאן ווען ער האט געלערנט און ישיבה דארט, ווי געזאגט איז דער טל חיים נפטר געווארן תרס"ד, און ר' אנשיל מיללער האט שוין חתונה געהאט תרס"ג, און האט אינצווישן שוין נאך טאפאלשען געלערנט אין פרעשבורגער ישיבה, ממילא האט דער ר' הירשלע השני נאך נישט געקענט זיין דעמאלטס ליסקא רבי. (דאס איז אויסער די עצם דורכפאל אז א מענטש וועם ער האט געזאלט גוט קענען זייענדיג זיין שווערס נאנטער חבר און ער ווייסט נישט אפילו צו מחלק זיין)

במשך די יארן איז מיר אונטערגעקומען נאך פיל הוכחות. א גרויס חלק געבויט אויף שו"ת חיי אשר פון דעם פעטראשאנער רב. דו שרייבסט דאך אז דו לערנסט און זעהסט זיין גאונות פון זיין תשובות ספר, אבער די גראבע סתירות צווישן זיין תשובות ספר און דער עולמו של באבע בוך האסטו נישט באמערקט... איי דער זוהן? דער ספר חיי אשר האט דער זוהן נישט געהאט, ווייל דער כתב יד איז נעלם געווארן (ביז תשנ"א) ממילא האט אים געפעלט די אלע אינפארמאציע וואס נאר זיין טאטע האט געקענט וויסן. כ'וועל ברענגען דא טייל פון זיי:

1) אין עולמו של אבא שטייט עטליכע מאל אז ער איז געווארן רב אין פעטראשאן אין תרס"ח, און אין זיין שו"ת ספר חיי אשר איז נאך דא א תשובה (סימן כ"א) פון תרס"ט פון טיסאלוץ, וואו ער דערמאנט אז ער דארף זיך פאקן פעקלעך יעצט און זיך ציען קיין פעטראשאן! (די סיבה פון דעם טעות איז זייער פשוט, זיין טאטע איז געווען רב 49 יאר אין פעטראשאן. בנוהג שבעולם אז ווען מ'רעדט פון אזא מספר באציהט מען זיך צו דעם ווי פופציג יאר. און אזוי שטייט אין די הקדמות פון ספר קרבן אשר וכו'. דאס האט גורם געווען אז דער זוהן וואס האט נישט געוואוסט קיין פונקטליכע זאך האט אליינס קובע געווען דעם יאר אויף תרס"ח).

2) אין זיין ספר חיי אשר (סימן פ"ז) האט ער א תשובה צו מ'מעג צושיקן ימים נוראים צום עמוד א געוויסן ר"פ פון פעטראשאן, מצד אחד איז ער געווען אמאל א שו"ב אין א רעפארם קהלה, און מצד שני האט ער געהאט מסירות נפש ממש (פארלוירן פרנסה און כמעט געגאנגען אין תפיסה) אויפצושטעלן די ארטאדאקסישע קהלה אין פעטראשאן (ער פסק'נט לקולא, ווייל דאס מס"נ איז בגדר תשובה כמו שאמרו חז"ל ילך למקום שאין מכירין אותו ויחזיר אבידה וכו'). פארוואס ווערט דער ר"פ נישט דערמאנט אין עולמו של אבא? הן מצד די שאלה והן מצד די מסירות נפש זיינע פאר די קהלה?

3) אויף עמוד ס"ז דערציילט ער אז דעם חת"ם סופר'ס טאכטער מרת שמחה לעהמאן איז געווען זיין מומע, ווייל זי איז געווען א שנור ביי זיין פעטער ר' עקיבא יוסף לעהמאן (איידעם ביי זיין זיידען ר' ישראל מילער. אגב וואלט דאס נישט געווען קיין מומע נאר א פירסט קאזין). באמת איז דאס פארקערט, זי איז געווען די מאמע פון זיין פעטער ר' עקיבא יוסף (כלומר א מחותנת'טע מיט זיין זיידען), כמבואר בעמוד י'. גאנץ א שווערע טעות צו מאכן פאר איינעם וואס קען די מענטשן פערזענליך (די נעקסטע פאר עמודים רופט ער איר געהעריג "דודה שמחה" און ער האט אפילו געמאכט א מי שברך פאר די מומע ביים ליינען...)

4) אין עמוד רצו שרייבט ער אז דער טשעקא'ר רב מהרא"צ בריסק האט געעפנט אין אראד זיין ישיבה בעזרת ר' משה ראזען דער רב הראשי פון ראמעניא. דער אמת אז דער טשעקער רב האט געפירט א ישיבה אין אראד נאך אין שנת תש"ד פאר ר' משה ראזען איז געווארן רב הראשי אין שנת תש"ח, דורכאויס די גאנצע מלחמה איז די ישיבה אין אראד אנגעגאנגען ווי עס דערציילן די תלמידים וואס זענען נאך מיט אונז לאויט"א. ר' משה ראזען האט מעגליך געהאלפן צום קיום הישיבה אין די קורצע תקופה פון ווען ער איז געווארן רב הראשי (אינמיטן תש"ח) ביז ווען דער טשעקאר רב איז אוועקגעפארן קיין ארץ ישראל (אנפאנג תש"י).

5) ער לייגט אראפ דראמאטיש ווי אור ליום כ"ג אב תרע"ו און שרייבט אויך דעם ענגלישען דאטום 8/27/1916 האט אויפגעפלאצט א באמבע און פעטראשאן, ארויסגייענדיג פון שטוב האט ער געהערט מענטשן שרייען מלחמה, די ערשטע וועלט מלחמה האט דעמאלטס אויסגעבראכען, וואונדערליך די איינציגסטע דאטום אונעם גאנצן בוך! דער מחבר צייכנט נישט אן דעם דאטום ווען ער איז געבוירן, ווען ער האט בר מצוה געהאט, ווען ער האט חתונה געהאט, אא"וו, נאר די אויסברוך פון די ערשטע וועלט מלחמה אין טראנסילוואניע! באט ס'קלעבט נישט, אין אוגוסט דעם 27סטען האט טאקע רומעניא דעקלערט קריג קעגן עסטרייך אונגארן, אבער אין אידישן לוח איז עס כ"ח אב נישט כ"ג אב.... (פארוואס ווייסט ער דווקא די גוישע דאטום און איז צומישט מיט די אידישע? ווייל דער זוהן האט דאך נישט געדענקט די אלע זאכן, ער האט עס נאר געהערט אין סקול אלס קינד, מיטן גוישען דאטום פארשטייט זיך, און אליינס פרובירט אויסרעכענען די יודישע).

6) אין דף קלג-קלד בתוך זיין אריכות בנוגע פרשת חיטשע און די אייניקלעך וואס האבן געוואוינט אין טשעטשאוויץ און כלומרשט גערודפט די רבנים, שטייט דארט א מעשה אז זיין זיידע דער טשעטשאוויצער רב, אלס פרישער רב אין טשעטשאוויץ, פארן סדר -שוין זיצענדיג מיט הייליגע מלבושים וואס ער האט געירשנט פון זיין שווער דער מנוחת אשר און זיין טאטע - האט אים א געוויסער חיטשער אייניקל געפרעגט א שאלה אז מ'האט פארגעסן צו טובל'ן די כוסות, און "בתור רב צעיר לא ידע מה להורות וכו' לא היה לו מושג איפה דין זה נמצא", פלוצלינג האט ער איינגעדרימלט און זיין "טאטע" (בעל דברי רנ"ף) איז אים געקומען אין חלום און אנגעצייכנט וועלכע סימן אין שו"ע צו קוקן.

די מעשה אזוי ווי ער לייגט עס אראפ דארף מען זיין א שוטה צו גלייבן, איר הערט א רב א גאון בקי בש"ס בזקנותו, האט אלט זייענדיג קרוב צו פופציג (געבוירן אין תקפ"ג, און געווארן רב אין טשעטשאוויץ לערך תרל"א) ווען ער איז שוין געווארן רב אין די צווייטע שטאט (נאך באלקאן) און נאך דערצו א מכובד'יגע שטאט איבערנעמענדיג דעם פאסטן פון חשוב'ע רבנים, האט נאך אפילו נישט געוואוסט און כנראה פון די מעשה קיינמאל נישט געלערנט א הלכה וואס שטייט דריי מאל אין שולחן ערוך (אין יעדע פלאץ וואס ס'איז שייך צו דערמאנט ווערן), אין או"ח הלכות שבת (רס"א טו"ז ס"ק א', שכ"ג סעיף ז'), אין הלכות יום טוב (סימן תק"ט סעיף ז' צייכנט צו צו סימן שכ"ג הנ"ל), און אין יו"ד הלכות טבילת כלים (סימן ק"כ סעיף ט"ז).

די מעשה שטייט אבער אין די תולדות פון מנוחת אשר געדרוקט אין ספר מנוחת אשר אונטערן נאמען בית אשר אהל שרה, מיט אסאך גרויסע שינויים. דער מספר דארט איז ר' לוי יצחק מילער, דעם פעטראשאנער רב'ס עלטערער זוהן, בשם זיין טאטען. די מעשה איז געשען אין באלקאן (אלס פרישער רב ממש), נישט אין טשעטשאוויץ. נישט אז ער האט נישט געהאט קיין אהנונג, נאר פון נערוועזקייט האט ער זיך נישט געקענט דערמאנען קיין זאך. און אין חלום איז געקומען זיין שווער דער מנוחת אשר (וועלכער האט נאך געלעבט!), און צוליב דעם מופת פלעגט ער רופען זיין שווער "דער הייליגער שווער". (מובן אויך אז די דראמאטישע פתיחה צו די מעשה אין עולמו של אבא, אז ער איז געזעצן דעמאלס ביים סדר מיט בגדים וואס ער האט גע"ירשנט" פון זייט טאטען און שווער, איז נישט אמת, ווייל זיי האבן נאך געלעבט. אזוי אויך האבן די חיטשער אייניקלעך אין טשעטשאוויץ נישט געפרעגט קיין שאלות פארן סדר איר באלקאני פופציג מייל אוועק...)

7) אפילו אלס קור-ארט, איז פשוט אז אונגארישע רבנים זענען נישט אהין געפארן נאך תרע"ה, דהיינו נאך וואס די געגנט איז געווארן א מלחמה זאנע און דערנאך געווארן אריבער די גרעניץ. ד"ה אז דאס גאנצע באקאנטשאפט מיט אונגארישע רבנים איז געווען צווישן תרס"ט-תרע"ה. נאך תרע"ט האט ער זיך נאר געקענט מיט טראנסילוואנישע רבנים און ראמענישע רבנים. און יעצט נאכאמאל, ראמעניא שטעלט זיך נישט אפ אין טראנסילוואניע, און א רב אין טראנסילוואניע וואס האט געמוזט פארן קיין בוקארעסט און זיך באקענט מיט די רבנים פון ראמעניא און בעסאראביע האט אויך געוואוסט ווער ס'איז רב אין שאץ, יאס, פאלטישאן, גאלאץ, ראמען, קעשינוב, טשערנאוויץ וכו'. מאיזה סיבה איז זיין ידיעה משונה'דיג מצומצם איבער ראמעניא תרע"ח-תש"ה (די יארן וואס דער זוהן קען נישט וויסן צו פיהל...)

אזוי אויך איז א פלא, דער פעטראשאנער רב האט געהערט כל מיני מעשות און פאליטיקס פון ידידים און קאזינס וכדומה, און געקענט יעדן רב אין יעדן שטעטל אין אונגארין. ער האט געהאט א שוועסטער און שוואגער אין גאלאץ (ראמעניא) מיט וועם ער האט זיך געשריבן בדברי תורה (שו"ת חיי אשר סימן מ"ב בשנת תרצ"ט, און סימן קפ"ו בשנת תרצ"א), און ער ווייסט גארנישט צו פארציילן ווער איז געווען רב און ווער איז געווען שוחט, און צו מ'האט געמעגט עסן פון די שחיטה אין די רומענישע שטאט גאלאץ?

בכלל ווערט נישט דערמאנט זיינע ברודער און שוועסטער, אין חיי אשר איז דא תשובות צו עטליכע שוואגערס (שוועסטערס מענער) און ברודערס. אין עולמו של אבא רעדט ער נאר פון די שוואגערס פון זיין רביצינ'ס צד, און קיין ווארט פון די אלע אייגענע שוואגערס (נאר אגב ביים אנטלויפן ביי די ערשטע וועלט מלחמה אז ער האט זיך באזעצט אין סארוואש ביי זיין שוועסטער קליין).

8) שוין דערמאנט זיין טעות מיט רעדן פון סקולענער רבינ'ס ארויספארן פון ראמעניא וואס איז נאך בשעת דעם אנגעבליכען צייט פון שרייבן דעם חיבור געווען א דבר שלא בא לעולם. מ'דארף צולייגן צו דעם דאס דערמאנען דרך אגב פון דעם וואסלויער רב האלפערט אלס איינער וואס האט פרובירט טוהן פאר יודישקייט אין ראמעניע נאך די מלחמה, און נישט דערמאנען קיין ווארט אז באותה שעה (תשי"ח) איז ער שוין געזעצן דריי יאר אין ראמענישע תפיסה פאר דעם דאזיגן חטא (און איז געזעצט נאך דריי יאר סך הכל זעקס יאר).

9) זיינע ידיעות וואס ער ווייסט יא זענען בכלל ארויס פון די פראפארצן פון זיין סוג אונגארישע רבנים. וועלכע רב אין מארמאראש אדער ראמעניא האט געוואוסט בדיוק ווער איז געווען רבי שמשון רפאל הירש'ס ממלא מקום, און אז רי"א הלוי איז געווען פון די גרינדערס פון אגודת ישראל, אדער אפילו געהערט פון רי"א הלוי מיט זיין "דורות הראשונים" (עמוד צא). און נישט פארגעסן מ'רעדט דא פון א רב וואס האט נישט געוואוסט אפילו אז ש"ס מינכען איז א כתב יד נישט א געוויסע דרוק פון ש"ס (לחם אשר לחנוכה עמוד כ"ז)

10) פארוואס מאלט ער (ר' פנחס מילר בכבודו ובעצמו כדמוכח פון די חתימה אויף יעדן בילד פמ) בילדער פון רבנים, נאכגעמאלן פון פאטאגראפיעס? צו פארדעקן דעם פאקט אז אלע בילדער זענען פון אברהם פוקס'ענס בוך ישיבות הונגריה (וואס איז ארויסגעקומען בערך א יאר פאר עולמו של אבא)! וליתר שאת, אין דף רי"א רעדט ער פון רבני סערדאהעל, שרייבט ער אויף רבי הלל בן רבי שמאל לוי וויינבערגער "שהיה יהודי אשכנזי שחבש קולפעק". קודם כל די אייניקלעך זאגן אז ער איז נאר געגאנגען מיט א קולפיק ביים שיעור, ווייל אזוי האט דער חתם סופר געטוהן. צווייטענס, דאס איז די גאנצע וואס ער ווייסט פון אים? דריטענס ס'איז דא בילדער פון אים אן א קאלפיק! דער תירוץ, אברהם פוקס אין ישיבות הונגריה באשרייבט אים נישט געהעריג און לייגט אריין נאר איין בילד, די בילד מיטן קאלפיק (אין הספר ישיבות הונגריה תחת ידי כעת, אבער אזוי געדענק איך פון יארן צוריק).

11) ואגב, אויף יענעם עמוד רעדט ער פון רבי אהרן שמואל אסאד זייער ווייניג, דער רושם איז אז אז ער ווייסט נישט קיין סאך פון אים, ס'איז אבער דא אין חיי אשר סימן קל"ט א מכתב תורה צו אים מיט א יישר כח פאר די דרשה געשאנק וואס ער האט אים געשיקט בצירוף דברי תורה אויף זיין חתונה (תרס"ג), ווי אויך אין סימן ק"ע א בריוו מיט הערות אויף שו"ת מהר"י אסאד געשריבן אין תרס"ד.

12) פארוואס דארף דער פעטראשאנער רב אין דף תפח-תפט דערציילן פאר זיין זוהן פנחס דברי תורה פון "בני פנחס"?

דאס וואס מ'טענה'ט אז אזוי האבן אויסגעזעהן שמועסן פון רבנים פארן קריג. סארי, איך ווייס נישט ווער דער חולם חלום איז. רבנים היינט רעדן פונקט ווי רבנים אמאל, רבי'לעך וואס קענען נאר מעשיות אדער תורה'לעך דערציילן מעשות אדער תורה'לעך, רבנים וואס קענען הלכה ואגדה אדער פלפול שמועסן בהלכה ואגדה ופלפול. וואס איז דער פשט אז א חשוב'ער רב, בקי בפלפול ובהלכה, ווי ס'איז ניכר אין זיינע הגהות אויף גבעת פנחס און אין זיין ספר חיי אשר, טרעפט זיך מיט פארשידענע רבנים, און האט נישט נאכצוזאגן פון זיי נאר ווערטעלעך און שוואכע תורה'לעך? (זעה אויך ר' יקותיאל יודא גרינוואלד'ס ווערטער אין זיין בוך אויף רבי יונתן אייבשיץ "צר לי מאד לראות ששני תלמידי חכמים כשפגשו יחד עסקו בלשון הרע, לא כן עשו רבותי…" בקיצור דער אויפגעקלערטער גרינוואלד קענענדיג די אונגארישע רבנים גייט אויך נישט אריין אין קאפ אזא זאך).

צוריק צו די היסטארישע חלק, ס'איז קלאר בולט פון דעם גאנצן ביכל אז די ידיעות פון דעם שרייבער זענען נישט ערשטהאנטיגע ידיעות פון דעם אנגעבליכען שרייבער, נאר ידיעה'לעך וואס איינער האט געהערט זעיר פה וזעיר שם פון אים. אדער בעסער געזאגט, יעדע נושא וואס מ'קען לייענען וועגן דעם ווייסט ער בפרטי פרטיות, און יעדע זאך וואס דער פעטראשאנער רב פערזענליך דארף זיין קלאר, קומט ארויס שוואך און צומישט.

דעם לעצטען געווער אז יעדער וויל נעבעך פשוט אפווישען דעם אומשילדיגען עולמו של אבא צוליב אלע סארט נגיעות. סארי, איך האב נישט קיין שום נגיעה, אין דעם גאנצען ביכל איז נישט דא גארנישט קעגן קיינעם פון מיינע זיידעס. מעגסט אבער אין באטראכט נעמען די נגיעות פון די וואס ווילן פאר יעדן פרייז פארענטפערן דעם ביכל, ווייל איינער האט זיי איינגערעדט אז אזוי איז מען אויפגעקלערט. נעבעך, איך האב מיטלייד מיט זיי, אבער ס'איז שוין צייט אז זיי זאלן ווערן אמת'דיג אויפגעקלערט, און זיך אויסלערנען אביסל הבחנה בין אמת לשקר.

סיכום הדברים, דער בוך עולמו של אבא שטעלט זיך פאר אלץ א ספר זכרונות פון א הונגארישן רב וואס האט משמש געווען ברבנות איבער 50 יאר, און דערציילט פורסט הענד לשון הרע מיט רכילות וואס ער האט אליינס בייגעוואינט, און שטעלט פאר זיין רבנישער בליק אויף יעדע מחלוקה'לע. דאס איז אנגעבליך געשריבן געווארן "מלה במלה" בשעת ער האט דערציילט פאר זיין זוהן במשך א פאר וואכן (הקדמה עמוד ד').
סך הכל שטעלט זיך ארויס אז דאס איז עולמו של הבן, דאס איז נישט רבי אשר אנשיל מיללער פעטראשאנער רב, נאר ר' פנחס מיללער, און מער ווייניגער מקוה מעשה'ליך, טיילוויז קראנט וואס ער האט געהערט פון זיין טאטען במשך די יארן (ווי יעדער זוהן הערט פון זיין טאטען, אבער וויבאלד מ'הערט די סארט זאכן בדרך אגב אין פארשידענע געלעגנהייטן), טיילוויז אויפגעבאקן, און די בליק מיט די השקפת עולמו פון א רב מטעם אין נצרת עילית
.
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

ראש הקהל
ריכטיג געזאגט
פיין געזאגט
אמת געזאגט


פארגעס אבער נישט אז אין דעם וועלטל דרייען זיך אסאך סאטמאר'ער
וואס אלעס ווענדט זיך ווי אזוי מ'מאלט אראפ דעם הייליגן סאטמאר רב (אזוי ווי יעדע קרייז קוקט צו ערשט ווי אזוי מ'לערנט אפ זיינע רבי'ס)

און אז דער שמועס איז דא צופארן אויף סאטמאר, רעדט מען פון סאטמאר וה"ה לגבי די אנדערע צדיקים ואדמורי"ם

איך אישית'דיג האב אסאך הנאה געהאט פון זיינע תוכנ'דיגע מעשיות און תורות וואס ער האט אפגעשריבן

למשל איז דארט פאראן א תורה פון ר' חיים מאיר'ל פון ויזניץ וואס איז א ווארט וואס מוז זיין אז דער ויזניצ'ער רבי האט דאס געזאגט, אבער ס'איז אין ערגעץ נישט געדריקט נאר דארט (שוין געהערט מזקני חסידי ויזניץ אז די ווארט איז כשר אמת)

אזוי אויך צולייגט ער גאנץ ראמעניע מיט אלע זייערע רבנים און אדמורי"ם, אז די פאר לשה"ר (וואס מיר היינט אין די מקוואת און קאווע שטיבלעך רעדן 100 מאל מער) וואס פאלן אריין, זענען מיר איהם מוחל. (ובמאמר המוסגר, זיך פיין מחיה דערמיט)
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:סיכום הדברים, דער בוך עולמו של אבא שטעלט זיך פאר אלץ א ספר זכרונות פון א הונגארישן רב וואס האט משמש געווען ברבנות איבער 50 יאר, און דערציילט פורסט הענד לשון הרע מיט רכילות וואס ער האט אליינס בייגעוואינט, און שטעלט פאר זיין רבנישער בליק אויף יעדע מחלוקה'לע. דאס איז אנגעבליך געשריבן געווארן "מלה במלה" בשעת ער האט דערציילט פאר זיין זוהן במשך א פאר וואכן (הקדמה עמוד ד').

כלשונו:
מספר שבועות לפני הנסיעה להארץ הקודש וכו', נעתר אבי ז"ל בקשתי וסיפר לי על תולדות חייו ועל דברי ימי הרבים וכו', הכל כתבתי מלה במלה ורשמתי במחברת שנשארה אצלי



דערווייל האב איך געטראפן דאס ביכל "מעשה שהיה" וואס דער זעלבער פנחס מילר האט געשריבן און ארויסגעגעבן, מעשיות און תולדות פון רבנים. א גרויס חלק פון דעם בוך איז פשוט ווארט פאר ווארט פון עולמו של אבא.
איז דא דארט א פאר עמודים אויף זיין פאטער. צום סוף שרייבט ער דארט, אז ער איז געפארן זיך געזעגענען פון זיין טאטען "איין וואך" פאר דער טאטע איז געפארן קיין ארץ ישראל. אויך שרייבט ער, אז זיין טאטע האט דעמאלס נישט געהאט קיין צייט, נאר ער האט געלערנט שעות לאנג פרובירנדיג צו ענדיגן רוב סוגיות הש"ס פאר'ן פארן קיין ארץ ישראל....

יעצט בלייבט נאר פאר די מענטשן אן אגענדעס ווייטער צו קויפן אלע באבקעס פאר גיט געלט.
אטעטשמענטס
מעשה שהיה (640x620).jpg
.
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

הרב וויליאמסבורג

איך בין נישט מחולק מיט אייער אויסלאז אז דאס איז פול מיט השפעה פון דעם קינד און נישט דעם טאטן. איך מיין אז קיינער קוקט דאס נישט אן ווי א היסטאריע ביכל אדער אויטאביאגראפיע ווי פאקטן אדער דאטומס דארפן זיין מער וויינעגער פונקטליך, נאר דאס איז סה"כ א בוך ווי א קינד פארציילט נאך פון טאטן זיינע מעשיות וואס ער האט פון אים געהערט מן הזכרון. און נישט פארגעסן אז רוב מעשיות זענען ביי דיזיין נישט הערשהאנטיג. קוקנדיג מיט דעם בליק זענען אלע אייערע קשיות במח"כ איבערגעטריבן.

די עיקר חשיבות (אזוי צו זאגן) פון געם בוך איז אז ס'איז אומצענזורירט און "אויף ווי ווייט מ'זעהט" אן קיין אגענדעס צו פושן א גזע אדער א שטרעמונג אין אידישקייט. איך מיין אז 50 יאר ארום טאמער די גוא"צ קומט נישט חלילה וועט זיין זייער אינטערעסאנט פאר אונזערע אייניקלעך א ביך וואס באשרייבט למשל וויליאמסבורג בשנות מ-ס. אזא בוך למשל (אפילו ס'איז נאר אין דעם פארמאט פון זכרונות וואס איינעמס זון פארציילט מיט די אלע אומנפונקטליכקייטן) גיט א אומשאצבארע בליק אויף דאס לעבן און די די פערזענליכקייט פון די מענטשן אין דעם דור.
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2011 11:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילוויסן »

כ'ווייס אז מ'האט דירעקט יא געשטופט א גזע, ס'איז צוגעקומען פרקים נישט מתחת ידו של המילרס.
און ס'איז אויך אראפ.
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

ווילוויסן האט געשריבן:כ'ווייס אז מ'האט דירעקט יא געשטופט א גזע, ס'איז צוגעקומען פרקים נישט מתחת ידו של המילרס.
און ס'איז אויך אראפ.

אהער דערמיט....
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2011 11:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילוויסן »

נישט שייך
ראש הקהל
שר האלף
תגובות: 1027
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש הקהל »

גרויסע שכויח אלד וויליאמסבורג,
גוט צונומען. געוואלדיג ארויסגעברענגט.
נהניתי מהברירור,
פארדעם אליינס האט זיך געלוינט מיין שרייבעריי, ס'זאל דיר ארויסנעמען פון דו כלים, און זאלסט שרייבען דיין בירור...

אבער ס'איז נאך א גוט ביכל מ'זאל האבען א בערך'דיגע בליק פון דו וועלט פון אמאל און יענע גלילות'ן.
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

.
דור ודורשיו
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 29, 2015 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דור ודורשיו »

עוד מהסתירות וטעותים בספר עולמו של אבא

א) אויף דף י' באשרייבט ער זיין זיידן ר' ישראל מילר אבי אביו ר' חיים "לר' ישראל מילר הי' שלוש בנות ובן אחד" אינטערעסאנט אז איין דף פריער ביים אילן היחוס פון ר' ישראל האט ער נאך דריי זוהן

ב)אינעם זעלבן פאראגראף שרייבט ער אז זיין פעטער ר' עקיבא יוסף לעהמאן איז געווען אן אייניקל פונעם חת"ם סופר זצ"ל אין אויף דף סז שרייבט ער אז ער איז געווען א מחותן מיטן חתם סופר.. עס ווערט מער קאמפלאצירט אויף דף עט ווי ער שרייבט סיפר לי דודי ר' עקיבא לעהמאן נכדו של החתם סופר שפעם ביקר אצל גיסו ה"ה זלמן שפיצער ז"ל וואס איז א סתירה מיניה וביה לכאורה ר זלמן איז דאך געווען אן איידעם ביים חתם סופר איז ר עקיבא געווען אן אייניקל אדער מחותן אדער גאר אן איידעם ביים חתם סופר??

ג)אויף דף נא ברענגט ער צוויי הלצות פון ר' לייב גרוס גבאי פון די מענזע בישיבת פרשבורג אויף דף סב איז ער מעתיק מלה במלה די זעלבע צוויי הלצות בשם די שמש בביהמ"ד הגדול בפרעשבורג

ד) אויף דף נח פארציילט ער אז בנו של ר' עקיבא פישר מיינק איז געווארן רב אין טשיקאגא וואס איז טעות ווייל ר עקיבא פישר האט געהאט צוויי אייניקלעך רבנים אין טשיקאגא בני ר עמרם בן ר עקיבא הנ"ל

ה)אינעם אילן היחוס פון משפחת ר פישל סופר מפרשבורג איז דא צוויי טעותים
1. הרה"ג בעל בית שערים זצ"ל איז געווען א זוהן פון ר יצחק יעקב בלום דומ"ץ קרולע און האט אויך געהאט א זוהן יצחק יעקב ע"ש אביו (הוא כותב ששם הבן הי' יעקב יצחק אבל על מציבת אשתו בהאלאש כתוב יצחק יעקב ויש לי תמונה מזה) וועלעכער איז געווען אן איידעם ביי ר' א"ז סופר בעל ילקוט אליעזר אין שו"ת בית שערים איז דא צענדליגער תשובות ווי ער רופט ר' א"ז סופר מחותני אבער אינעם אילן היחוס שרייבט ער אז די פאטער פונעם בית שערים איז געווען אן איידעם ביי ר' א"ז סופר און דער בית שערים איז גאר אן אייניקל פון ר' א"ז סופר...
2. ר' חיים סופר אב"ד אראד איז געווען א זוהן פון ר' יעקב שלום בעל תורת חיים בן המחנה חיים זצ"ל און איז געווען אן איידעם ביי זיין קוזין ר' יהודה סופר בן ר' א"ז סופר אבער אינעם אילן היחוס איז ער בן ר' יהודה סופר

ו)אין דף קצ"ז שרייבט ער ר' יהודה גאלדשטיין בנו של ר' יעקב שלום מטפלשוין וחתנו של ר' משה סופר מטיסאפירעד. ר' יעקב שלום מטפלשוין האט געהייסן סופר בן לר' אפרים פישל ווי קומט אים א זוהן גאלדשטיין וועלעכער איז גאר אויך זיין אייניקל ווייל ר משה סופר איז דאך געווען א זוהן פון ר' יעקב שלום מטפלשוין

ז)דף שי"ז באשרייבט ער ר' מנחם סופר הי"ד בן ר' פישל אב"ד שארוואר נכד ר' א"ז סופר אבער ער ווייסט אז הוא למד בישיבת דודו ר' א"ז סופר ז"ל בפאקש...
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:3) אויף עמוד ס"ז דערציילט ער אז דעם חת"ם סופר'ס טאכטער מרת שמחה לעהמאן איז געווען זיין מומע, ווייל זי איז געווען א שנור ביי זיין פעטער ר' עקיבא יוסף לעהמאן (איידעם ביי זיין זיידען ר' ישראל מילער. אגב וואלט דאס נישט געווען קיין מומע נאר א פירסט קאזין). באמת איז דאס פארקערט, זי איז געווען די מאמע פון זיין פעטער ר' עקיבא יוסף (כלומר א מחותנת'טע מיט זיין זיידען), כמבואר בעמוד י'. גאנץ א שווערע טעות צו מאכן פאר איינעם וואס קען די מענטשן פערזענליך (די נעקסטע פאר עמודים רופט ער איר געהעריג "דודה שמחה" און ער האט אפילו געמאכט א מי שברך פאר די מומע ביים ליינען...)


סתם באמערקט ער שרייבט אויף דף ע', "לאחר שהדודה שמחה הלכה לעולמה מצאתי עוד אדם בפרעשבורג שהכיר מקרוב את מרן החתם סופר היה זה השמש שלו שהתגורר במושב זקנים...", הרבנית שמחה איז נפטר געווארן בסוף שנת תרע"א, אסאך יאר נאך וואס ער האט פארלאזט פרעשבורג, און איז שוין געווען רב אין פעטראשאן
.
אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעאבאכטער »

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:סיכום הדברים, דער בוך עולמו של אבא שטעלט זיך פאר אלץ א ספר זכרונות פון א הונגארישן רב וואס האט משמש געווען ברבנות איבער 50 יאר, און דערציילט פורסט הענד לשון הרע מיט רכילות וואס ער האט אליינס בייגעוואינט, און שטעלט פאר זיין רבנישער בליק אויף יעדע מחלוקה'לע. דאס איז אנגעבליך געשריבן געווארן "מלה במלה" בשעת ער האט דערציילט פאר זיין זוהן במשך א פאר וואכן (הקדמה עמוד ד').


דערווייל האב איך געטראפן דאס ביכל "מעשה שהיה" וואס דער זעלבער פנחס מילר האט געשריבן און ארויסגעגעבן, מעשיות און תולדות פון רבנים. א גרויס חלק פון דעם בוך איז פשוט ווארט פאר ווארט פון עולמו של אבא.

יעצט בלייבט נאר פאר די מענטשן אן אגענדעס ווייטער צו קויפן אלע באבקעס פאר גיט געלט.

זיך היצט אנגעשטויסן אין דעם "מעשה שהיה" בוך,
אין צוגאב וואס א גרויס טייל איז - כדבריכם - נאכגעפלוידערט דאס "באבע ביכל", איז געפירקלט דארט פיל פרעכע שקרים (קענטיג געטריבן דורך זיין אגענדע).
El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך El Rushbo »

פאר איינעם וואס זוכט קראנטע היסטאריע איבער געוויסע פערזענליכקייטן איז מעגליך אז ס'איז א צווייפעלהאפטיגע מקור.

אבער פאר איינער וואס זוכט א כלליותדיגע בילד איבער יענע צייטן איז עס א הערליכע ארבעט. עגרי ?


נ.ב. איך האלט עס נאך אינמיטן לייענען
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

עוֹלָמוֹ שֶל אֲבָּא הַמְנוּקָד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

שטארק בולט, כמעט ווארט פאר ווארט.
אטעטשמענטס
sample 1.jpg
sample 2.jpg
.
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

זהו עולמו של באבא...
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
לייפציק
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייפציק »

נא_שכל האט געשריבן:זהו עולמו של באבא...

נו, דרך ארץ פאר א רב א תלמוד חכם.
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבחי צדק »

לייפציק האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:זהו עולמו של באבא...

נו, דרך ארץ פאר א רב א תלמוד חכם.


קודם זאל דער הייליגער בעל 'עולמו של באבא' האבן דרך ארץ פאר די גדולים אויף וועמען ער שרייבט....
לייפציק
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייפציק »

זבחי צדק האט געשריבן:
לייפציק האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:זהו עולמו של באבא...

נו, דרך ארץ פאר א רב א תלמוד חכם.


קודם זאל דער הייליגער בעל 'עולמו של באבא' האבן דרך ארץ פאר די גדולים אויף וועמען ער שרייבט....

אנטשלדיגט אבער ביי אידן איז דאס נישט קיין היתר.
שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”