חברת מקיצי נרדמים

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35431
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

חברת מקיצי נרדמים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

איטשע האט געשריבן:עי' בס' מס' נדה, ווי די ראם פאמיליע באקאנדט א גאנצע פאק משכילים, ובתוכם שלמה באבער א משכיל פונעם ערשטען קלאס, ועוד...


שלמה באבער, הי' שו"ת אבל מלומד.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

איטשע האט געשריבן:עי' בס' מס' נדה, ווי די ראם פאמיליע באקאנדט א גאנצע פאק משכילים, ובתוכם שלמה באבער א משכיל פונעם ערשטען קלאס, ועוד...


באבער איז געווען א משכיל אבער נישט פון די ערשטע קלאס, ער האט איבערגעארבייט אסך מדרשי חז"ל און זיין ארבייט ווערט גענוצט איבעראל בכל תפוצות ישראל, ער איז געווען א פארגעשריטענער געבילדעטער מענטש און ווי פארשלאפן זאגט איז ער געווען א פולקאמער שומתומ"צ (כמדומני שכבר דברנו אודותיו), און נישט קיין מנגח אדער מסית ומדיח, ער האט באלאנגט צו די 'מקיצי נרדמים' חדר פון שזח"ה און אנדערע מלומדים.
אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2297
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם »

מקיצי נרדמים איז א קנאפע ראיה. שד"ל און ר' מתתיהו שטראטון זענען אויך געווען אין מקיצי נרדמים, כ'גלייב נישט מיללער וואלט אויף זיי אזוי ממליץ טוב געווען.
adlershad.jpg
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

באבער האט געארבעט אין די ווילנא ראם דרוק?

פארוואס הייסט ער א משכיל?
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35431
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מיללער האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:ר' יצחק האלברשטאם מקראקא בעמח"ס שיח יצחק

מבניו הנודעים;
בנו הנ"ל ר' שלמה זלמן חיים האלברשטאם מביליץ - נולד בקראקא כ"ב אדר תקצ"ב, לאחר נישואותו עבר לגור בעיר ביליץ במקום שהי' סוחר נכבד ועשיר, הוא אסף אוצר ספרים וכ"י יקרים וכתב מאמרים רבים והערות שונות בתולדות ישראל וחקירות קדמוניות. גם הו"ל הרבה כת"י אשר באוצרו עם תיקונים והגהות, ביניהם; חי' הריטב"א עמ"ס נדה, ס' העבור לראב"ע, ועוד הרבה. לקח חבל בין 'חברה מקיצי נרדמים' שעסקו בהדפסת כת"י ראשונים וקדמונים.

בשנת תר"ן הו"ל רשימת כתבי יד אשר באוצרו בשם 'קהילות שלמה' שרובם קנו אח"כ מנהלי ספריית מאנטיפיורי אשר ברעמסגעיט, ענגלאנד כמו"כ קנה חלק גדול השופט המפורסם מאיר זאלצבערגער מפילידעלפיא (אוצר ישראל בערכו).

בתו היחידה מרת רויזא פריעד נפטרה עליו בשנת תרנ"ד בעיר ווינא, ר' שזח"ה נפטר בעיר ביליץ ביום כ"ד אדר ב' שנת תר"ס.


תמונת וחתימת ר' שלמה זלמן חיים האלבערשטאם מביליץ
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2297
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם »

מי חכם האט געשריבן:באבער האט געארבעט אין די ווילנא ראם דרוק?

פארוואס הייסט ער א משכיל?

ער האט נישט געארבעט דארט, ראם האט פשוט געדרוקט (טייל פון?) זיינע ספרים.

ער איז געגאנגען אן א קאפל.
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ירוחם האט געשריבן:מקיצי נרדמים איז א קנאפע ראיה. שד"ל און ר' מתתיהו שטראטון זענען אויך געווען אין מקיצי נרדמים, כ'גלייב נישט מיללער וואלט אויף זיי אזוי ממליץ טוב געווען.
adlershad.jpg


איך בין דען ממליץ טוב? מ'ברויך פשוט וויסען אז 'משכיל' איז זייער א ברייטע טערמין, עס נעמט אריין פון מהר"צ חיות ביז (להבדיל) משה דעסויער און אלע אינדערמיט, און אז מגיט א לעיבל משכיל איז גוט צו לייגען יענעם אין פערספעקטיוו.

אגב האט פארשלאפן שוין לאנג געוואלט באשרייבען באבער:
viewtopic.php?p=421769#p421769
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ירוחם האט געשריבן:מקיצי נרדמים איז א קנאפע ראיה. שד"ל און ר' מתתיהו שטראטון זענען אויך געווען אין מקיצי נרדמים, כ'גלייב נישט מיללער וואלט אויף זיי אזוי ממליץ טוב געווען.
די אטעטשמענט adlershad.jpg איז מער נישט דאהי.


אייער ליסטע איז פון די ערטשע יאר, בייגעעלייגט איז א ליסטע פון שנת הכ' (תרס"ד) עס וואלט כדאי געווען צו מאכען א קאמפלעטער ליסטע פון אלע מיטגלידער ווי אויך די היסטאריע פון די חברה, פון ווען ביז ווען האט דאס פונקציאנירט און וועלכע ספרים זיי האבן אלס געדרוקט.

אגב, דער ליסטע קומט פונעם ספרלקט יושר וועלכע איז א ספר למנהגי אשכנז שכתב ע"י ר' יוסף ב"ר משה תלמידו של ר' ישראל בעל תרומת הדשן, דער ספר האט מעתיק געווען מכת"י ר' יעקב פריימאן אב"ד העלישויא וועלכער איז כמדומה לי אויך געווען אקטיוו אין די חברת מקיצי נרדמים (כאטש ער ווערט נישט דערמאנט אויף די ליסטע) ר' יעקב פריימאן האט אן אייניקל אין מאנסי לאויט"א אן ערליכער איד א ת"ח ויודע ספר מיט א טעם זקנים.
אטעטשמענטס
seferid_49439_page_2.jpg
אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2297
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם »

מיללער, אויף דיין ליסטע שטייט "הוקמה מחדש בשנת תרמ"ה". ווען און פארוואס האט זיך עס פארמאכט און ווער האט עס מקים געווען מחדש?
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ירוחם האט געשריבן:מיללער, אויף דיין ליסטע שטייט "הוקמה מחדש בשנת תרמ"ה". ווען און פארוואס האט זיך עס פארמאכט און ווער האט עס מקים געווען מחדש?


דאס איז דאך דער מטרה פון דעם אשכול, דורכצוגיין די הסטאריע דערפון, קודם נאט-אייך דעם וויקיפידיע ערך דערווועגן 0(וועלכע, אין מיינע אויגען, איז נלקה בחסר וביתר), מיר וועלן ווייטער זוכען.
אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2297
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם »

קודם דארט זע איך אז עס האט זיך געגרינדעט אין תרכ"ג דורך אליעזר ליפמאן זילבערמאן דער מייסד און עורך פון "המגיד". די געלט איז געקומען פון משה מאנטיפיארי. און לויט וויקיפידיע זענען ר' מתתיהו שטראשון און אליעזר ראפאפורט (צוויי "אפיציעלע" משכילים) געווען די מיט-גרינדער.
אין מיין אויבענדערמאנטע צעטל זעט מען אז ביז א יאר האבן זיי שוין געהאט א מכובד'דיגע "ראשי החברה".

נאך אן אינטערעסאנטע נקודה: אין תרס"ד איז שוין קיין איינער פון די אריגינעלע ראשי החברה נישט געווען דארט.
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

איין זאך איז זיכער דא עם צו פארדאנקען אז בזכותו האט בעל מאורי גליציה געהאט הונדערטער קאפיס פון בריווען אריינצושטעלען בספרו.

דאכט זיך אז יעדעס יאר איז ארויסגעקומען א באריכט פון די פעולות החברה, א שטיקעל קונקורענץ צו זיי איז געווען די חברת "דובבי שפתי ישנים" בהנהלת ר' דוד פרנקיל מהוסיאטין.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יוסף שרייבער האט געשריבן:איין זאך איז זיכער דא עם צו פארדאנקען אז בזכותו האט בעל מאורי גליציה געהאט הונדערטער קאפיס פון בריווען אריינצושטעלען בספרו.

דאכט זיך אז יעדעס יאר איז ארויסגעקומען א באריכט פון די פעולות החברה, א שטיקעל קונקורענץ צו זיי איז געווען די חברת "דובבי שפתי ישנים" בהנהלת ר' דוד פרנקיל מהוסיאטין.


די באריכט פלעגט הייסען קובץ על יד, עס האט אויך אנטהאלטן אנדערע כתבי-יד וכדו' וואס איז נישט כדאי געווען צו דרוקען אין א באזונדערע חיבור, א סאך פון די חלקי הקובץ געפינען זיך ביי היברו-בוקס, דאס איז זייער ערשטע קובץ פון שנת תרמ"ה:
http://www.hebrewbooks.org/34778

פאלגענד איז א ליסטע פון מיטגלידער אין די חברת מקיצי נרדמים וואס איך האב געזאמעלט פון פארשידענע יארן וכל המוסיף בכמות או באיכות לתולדותיהם יוסיף חיים, איך קלער אז אנדערע מיטגלידער ווי דער שר מאנטיפיורי זענען נאר געווען חברים לכבוד ולפארת אז מ'זאל קענען ארויסרוקען פון זיי געלט און נישט אלע זענען געווען די חוקרים וכותבים.

יחיאל מיכל זקש - בערלין
[ר'] נתן אדלער - לאנדאן [בעל נתינה לגר]
אברהם (דר' אלברט) כהן - פאריז
שמואל דוד לוצאטו [שד"ל] - פאדובה (איטאליע)
יוסף צעדנער - לאנדאן
[ר'] מתתיהו שטראשון - ווילנא (על משפחת שטראשון והרש"ש יש לנו אשכול מיוחד)
אליעזר ליפמאן זילבערמאן - ליק (מייסד עיתון המגיד)
אברהם ברלינער - בערלין
בנימין זאב באכער - בודאפעסט
מרדכי בראנן - ברעסלויא
שלמה באבער - לבוב
דוד גינסבורג - פעטערבורג
אברהם אליהו הרכבי - פעטערבורג (עליו ועל משפחת הארקאווי - הרכבי יש לנו אשכול מיוחד)
צדוק כהן - פאריז
שמואל צבי מרגליות - פירינצי (איטאליע)
דוד סומאנסען - קאפענהאגען
משה מאנטיפיורי - לאנדאן
אליעזר (ד"ר לעווע) הלוי - קרייטאן
יקתואל זלמן כהן-רפפאפורט - מינסק
יוסף דערענבורג - פאריז
[ר'] שלמה זלמן חיים האלבערשטאם - ביליץ (עליו ועל משפחתו יש לנו אשכול מיוחד)
מרדכי יוסטראוו - פילאדעלפיא (ארה"ב)
משה עהרנרייך - רוים (איטאליע)
דוד קויפמאן - בודאפעסט
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3330
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

שלמה באבער איז געווען אן ערשטע קלאסיגע משכיל, נישט יעדער משכיל איז געווען א דוקא'ניק, אבער א משכיל איז ער געווען.
איי מען האט מקבל געווען זיינע ספרים?
עס איז פשוט צופארדאנקען אז דער "כל העולם כולו" האט ערשט אנגעהויבן ארויסצוקומען 100 יאר שפעטער, ווייל גלייב מיר ווען עס וואלט געווען א כה"כ אין יענע תקופה וואלטן אסאך רבנים פון דער אויבען אן אראפגעפלויגן בנשימה אחת.
שלמה באבער איז געגאנגען מיט הוילען קאפ, עי' תמונ בוויקיפדיע, הגם אז אין דייטשלאנד זענען פרומער אויף אויז געגאנגען צ.ב.ש. ר' יעקב רויזנהיים, אבער אין דאליציע איז איינער אן א קאפל געווען אן אויסווארף

שלמה האט געשריבען גוטע זאכן, איך נוץ זיין בוך 'אנשי שם' כמעט טעגליך, אבער א משכיל (אין גאליציע האט עס געהייסען משכיל, און דייטשלאנד רעפארם, און אין אונגארן נעאלאג, עס איז אלעס איינס) איז ער געווען. און א פרומער יוד נישט, און א תנוק שנשבה אויכעט נישט.
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

עס קען זיין עס איז אמת אז ער איז געגאנגען אין הוילן קאפ, אבער אויב די גאנצע מקור איז איין בילד, דעמאלס איז דער ליובאוויטשער רבי אויך געגאנגען אנע קאפל.

ס'ארא קוגל צווישן רעפארמער עוקרי תורה און א איד א ת"ח וואס האט געהאט עטוואס א ברייטערע האריזאנט ווי דער דורכשניטליכער המון עם? (עס איז אלעס איינס?)
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

מען פלעגט ממליץ זיין: היש משכיל דורש את א-לוקים?

עכ"פ היינט קען מען מסתמא אהן א פראבלעמען נוצען די גוטע בא'ארבעטע מדרשים וכדומה
אויך איז דא אין מאורי גליציה אהן א שיעור בריוו פון גדולים וטובים וואס בעהטען זיך ביי באבער צו באקומען בחינם זיינע ווערק....
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מי חכם האט געשריבן:עס קען זיין עס איז אמת אז ער איז געגאנגען אין הוילן קאפ, אבער אויב די גאנצע מקור איז איין בילד, דעמאלס איז דער ליובאוויטשער רבי אויך געגאנגען אנע קאפל.

ס'ארא קוגל צווישן רעפארמער עוקרי תורה און א איד א ת"ח וואס האט געהאט עטוואס א ברייטערע האריזאנט ווי דער דורכשניטליכער המון עם? (עס איז אלעס איינס?)


מער ווי עטוואס, און ת"ח איז נישט קיין טענה ווייל די אריגינעלע משכילים פון פראג און דייטשלאנד זענען אויך געווען תלמידי חכמים, יודעים את רבונם וכו' נאר דא איז די רעדע פון א שומר תורה משא"כ די אפיציעלע רעפארמער און נעאלאגן האבן אראפגעווארפן דעם עול התורה והמצוות.

ל
אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2297
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם »

איטשע האט געשריבן:עס איז פשוט צופארדאנקען אז דער "כל העולם כולו" האט ערשט אנגעהויבן ארויסצוקומען 100 יאר שפעטער, ווייל גלייב מיר ווען עס וואלט געווען א כה"כ אין יענע תקופה וואלטן אסאך רבנים פון דער אויבען אן אראפגעפלויגן בנשימה אחת.

הייסט עס אז אמאל האט מען דן געווען לויטן תוכו און היינט מיטן כל העולם כולו איז מען דן לויטן ברו? נו, אויב אזוי וואס פארפירסטו?
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

א ווייניגער באקאנטע בילד פון שלמה באבער
אטעטשמענטס
14256706.jpg
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

הערצעל האט געהאט א שענערע בארד.....
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

מיללער האט געשריבן:
מי חכם האט געשריבן:עס קען זיין עס איז אמת אז ער איז געגאנגען אין הוילן קאפ, אבער אויב די גאנצע מקור איז איין בילד, דעמאלס איז דער ליובאוויטשער רבי אויך געגאנגען אנע קאפל.

ס'ארא קוגל צווישן רעפארמער עוקרי תורה און א איד א ת"ח וואס האט געהאט עטוואס א ברייטערע האריזאנט ווי דער דורכשניטליכער המון עם? (עס איז אלעס איינס?)


מער ווי עטוואס, און ת"ח איז נישט קיין טענה ווייל די אריגינעלע משכילים פון פראג און דייטשלאנד זענען אויך געווען תלמידי חכמים, יודעים את רבונם וכו' נאר דא איז די רעדע פון א שומר תורה משא"כ די אפיציעלע רעפארמער און נעאלאגן האבן אראפגעווארפן דעם עול התורה והמצוות.

ל


וואס הייסט? וואו שטעקט זיין השכלה? בכלל, שוין צייט איינמאל פאר אלעמאל צו מאכן סדר. ווער הייסט א משכיל? וואס דארף מען טון / האלטן גלייבן / נישט גלייבן כדי צו זיין א משכיל?

געווענליך די "גאליציאנע" משכילים האבן זיך געקריגט מיט די אפיציעלע קהילה, באבער איז געווען א אנגעזעענער איד און פון די פני הקהילה ביי זיך אין די שטאט. האט ער פארארבעט ביי די רעגירונג אויפצושטעלן סעמינארן און גימנאזיומס פארן אלגעמיינעם ציבור? האט ער פרובירט ארויף צו צווינגען השכלה אויפן עולם?

צי האט ער נישט געגלייבט בדברי חז"ל?

רעפארמער און נעלאאגן איז זייער ציל געווען עוקר צו זיין דעם דת, מעיקרו. רעפארמירן, זיך ארום שפילן און ארויס שניידן גאנצעטע שטיקער פון די תוה"ק. דאס האט נישט קיין שום שייכות מיט די השכלה טעאריע, אויך אויב עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז עס איז נישט מעגליך אנצוהאלטן קיין אידישע דורות מיט דעם מהלך. מילא אפילו אפיציעלע משכילים זענען נישט קיין פארגלייך מיט רעפארמער.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35431
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מי חכם, וכי מי לחשך דאס וואס איר האט אראפגעשטעלט אלס א מציאות איבער די גאליציאנע משכילים?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3330
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

א משכיל איז נאר איינער וואס האט מייזעד געווען שולע'ס?

די ערשטע רעפארמער האבן אויסגעזעהן גענוי ויי די ערשטע משכילים, די משכילים האבן פשוט אנגעהויבען אביסל שפעטער.

עס זענען געווען רעפארמער מיט בארד און פאות און מאמינים בה' ובתורתו
און עס זענען געווען משכילים, מומרים לכל התורה כולה להכעיס

באבער איז געווען א א משכיל, זין טאע איז געגאנגען א קאפעל און ערשט נישט! ביי אונז הייסט אזא יונגאטש א "שייגעץ" - דער שאלה וויפיל שגץ ער איז געווען.

ער האט געלערנט
ער האט אפשר געדאווענט
ער איז געווען פון דער פני הקהלה - וועלכע?
ער האט געדרוקט ספרים

אבער ער איז נאך אלץ געווען א משכיל
ער איז נאך אלץ געגאנגען אין הוילן קאפ
און דעריבער איז ער געווען א שגץ

אפשר א געשמאקער שגץ, אבער א שגץ
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3330
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

המגיד, ינואר 08, 1862

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

מיללער האט געשריבן:יחיאל מיכל זקש - בערלין
[ר'] נתן אדלער - לאנדאן [בעל נתינה לגר]
אברהם (דר' אלברט) כהן - פאריז
שמואל דוד לוצאטו [שד"ל] - פאדובה (איטאליע)
יוסף צעדנער - לאנדאן
[ר'] מתתיהו שטראשון - ווילנא (על משפחת שטראשון והרש"ש יש לנו אשכול מיוחד) - ליק (מייסד עיתון המגיד)
אברהם ברלינער - בערלין
בנימין זאב באכער - בודאפעסט
מרדכי בראנן - ברעסלויא
שלמה באבער - לבוב
דוד גינסבורג - פעטערבורג
אברהם אליהו הרכבי - פעטערבורג (עליו ועל משפחת הארקאווי - הרכבי יש לנו אשכול מיוחד)
צדוק כהן - פאריז
שמואל צבי מרגליות - פירינצי (איטאליע)
דוד סומאנסען - קאפענהאגען
משה מאנטיפיורי - לאנדאן
אליעזר (ד"ר לעווע) הלוי - קרייטאן
יקתואל זלמן כהן-רפפאפורט - מינסק
יוסף דערענבורג - פאריז
[ר'] שלמה זלמן חיים האלבערשטאם - ביליץ (עליו ועל משפחתו יש לנו אשכול מיוחד)
מרדכי יוסטראוו - פילאדעלפיא (ארה"ב)
משה עהרנרייך - רוים (איטאליע)
דוד קויפמאן - בודאפעסט


עס זענען געווען נאך: ובתוכם... הג"ר אברהם בנימין קלוגער!!! בן מהרש"ק - בראד
אטעטשמענטס
1.gif
אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2297
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם »

איטשע האט געשריבן:
עס זענען געווען נאך: ובתוכם... הג"ר אברהם בנימין קלוגער!!! בן מהרש"ק - בראד

אוי וויי! ווי קומט דאס צו אים זיך מתחבר צו זיין מיט אזויפיל משכילים?

אגב, איז מרדכי יוסטראוו דער באקאנטער מארקוס דזשעסטראו?
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער
שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”