הספה"ק חובת הלבבות - מפרשי הספר

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

הספה"ק חובת הלבבות - מפרשי הספר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

דער ספר הקדוש חובת הלבבות דארף נישט קיין שום אריינפיר
יעדער בר בי רב דחד יומא, ווייסט אז אזא ספר קדוש עקזעסטירט, און רוב יודען האבן א תקופה מחייהם געלערנט חובת הלבבות,
חובת הלבבות איז נישט קיין לייכט ספר, צוליב דעם עפען איך דעם אשכול, אדורך צו שמועסען וואס פארא פירושים עס איז פארהאן אויף דעם ספר,
וזה החלי
דער ערשטע מפרש איז דער מנוח הלבבות, וואס לעצטענס האט מען דאס איבערגדרוקט מיט די אנדערע דריי באקאנטע פירושים, מיט ליקוטים מדברי החתם סופר
נאכדעם איז פארהאן די דריי באקאנטע מפרשים, געדרוקט צוזאמען אין כמה דריקען
טוב הלבנון
פת לחם
מרפא לנפש

עס זענען דא נאך דריי זייער נוצליכע פירושים, וואס מאיזה סיבה לא נתפרסמו כל כך
פי' ר' צדוק מזאסלאב זולצבאך תנ"א
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =1&hilite=

נאדר בקודש, געדרוקט אין הוראדנא תק"נ, (עס איז דא אויף אוצר החכמה),
אפאר יאר צוריק האט איינער געדרוקט א סעמפעל פון שער התשובה, מיט אן אייגענעם פירוש, מיט דעם נאדר בקודש איינער לאבענשטיין פון בני ברק האט עס געדרוקט, ער האט דארט אויך געדריקט
גליונות מכת"י ר' יצחק יהושע פרימו
נאך א פירוש געדרוקט אין לבוב תקנ"א, מיט גרויסע הסכמות, מען ווייסט נישט קיין אינפארמאציע אויף דעם מחבר http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 0%22%d7%90
עיין כאן
אבער ער האט גרויסע הסכמות
דא איז עס
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =1&hilite=

עס איז דא פארשטייט זיך לב טוב, בשתי מהדורות, דער לאנגע און דער קורצע

אויף יודיש איז אויך דא עטליכע פירושים,
דער מפרש אויף יידיש אין דפוס ווארשא, איז געווען אנגענומען אלס א גוטע פירוש
עס איז דא פון היברו פאבלישינג א פירוש פון איינעם אגוז (איך נעם נישט קיין אחריות, כמדומה אז פעלדהיים'ס פירוש אויף ענגליש, האט פון אים גענאשט)
http://www.hebrewbooks.org/41642
און לב ישראל, פון ר' אהרן ישראל קאהן

עס איז דא עטליכע קיצורים, וואס זענען בייהילפיג
מרגליות טובה
קיצור פון בעל צדה לדרך
און קיצור געדרוקט בסוף השל"ה

עס זענען דא נאך צוויי איבערזעצונגען פון אראביש
איינס פון ש ירושלמי
איינס פון קאפח (כידוע יש איסור על חלק מחיבוריו)

ר' יעקב עמדין אין מגדל עוז איז מעתיק עטליכע שערים, און לפעמים זאגט ער אין איינגערינגעלט א ווארט וואס העלפט צום פשט

אויף איינצעלע שערים איז דא נאך חיבורים
אויף שער היחוד איז דא די צוויי חיבורים, מיט זעלטענע הסכמות
http://hebrewbooks.org/23954

פון היינטיגע איז דא אויף שער הבטחון, לב הארי (רב פישער)
אויף שער חשבון הנפש, פון ר' שמעון זאב מייזליש

איך גלייב אז עס איז דא נאך, אדרבא ואדרבא
לעצט פארראכטן דורך והוא פלאי אום דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:22 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

אויף שער הבחינה איז ארויסגעקומען לעצטענס א הערליכע באנד אויף אידיש מיטן פירוש אור אביגדור פון רבי אביגדור מיללער זצ"ל
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35243
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

והוא פלאי האט געשריבן:און לב ישראל, פון ר' אהרן ישראל קאהן

געדרוקט מיט א פירוש מלוקט מדברי הג' ר' אביגדור מיללער, שטארק צום דבר און באלערנד.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35243
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ס'ליגט מיר און קאפ אז ס'פארהאן עפעס א פארשטופט פי' אויפן חובת הלבבות ע"ד הנסתר.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האנטעך »

דער קאמארנער איז מסביר דעם שער היחוד עפ"י קבלה אין נתיב מצוותיך
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

פון עקספיריענס, אז איינער וויל נישט לערנען דעם ספר פאר שיעור עיון, נאר פאר א מוסר שיעור, זאל מען נישט לערנען קיין מפרשים, נאר לב טוב פשוט צו פארשטיין די שפראך. נאך בעסער איז ווען מען ווערט רגיל בלשונו הצח און מען קען עס לערנען אינעווייניג געהעריג, און אינדערזייט נאך האבן א שטיקל הנאה פון די געשמאקע לשון לימודים.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

לב טוב אויך נישט
נאר לשון המתרגם הזך
און אדער נוצען דער ווארשע-ווילנא מפרש אויף יודיש ע"פ מרפא לנפש
אדער מנוח הלבבות
אדער דער לבוב אדער זולצבאך פי' די אלע האבן געגעבען ממש א. מינומום
דער לב טוב פארוואסערט שוין
א דאנק אים האבן עס אנגעהויבן לערנען טויזענטער יודען אויב נישט רבבות
עכ"ז זאג איך מי שאפשר בלאו הכי איז בעסער
למה זה תשאל לשמי...
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

איך שרייב דאס דאך אויך, אבער ביז מ'לערנט זיך אויס דעם לשון, צי מתוך הספר אדער פון עוסק זיין אין אנדערע ספרים מהתקופה, האט לב טוב די מעלה אז מ'דארף אים נישט לערנען ווי א פירוש נאר מען קען קוקן א גאנצער פאראגראף צי נאך מער אין איין צי, משא"כ ווען מען דארף האלטן איין פינגער אויבן און איינס אונטן און נאך יעדע 2'טע ווארט אריין קוקן אינעם פירוש, פארלירט עס די געשמאקע, דער המשך און בעיקר די התפעלות הנפש.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
ידידי נאמן
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 29, 2015 4:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידידי נאמן »

והוא פלאי האט געשריבן:פון היינטיגע איז דא אויף שער הבטחון, לב הארי (רב פישער)


וואס איז דער חיבור אזוי ווי דער חיבור פון הרב מייזליש אדער אן אנדערע סארט
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

כמדומה עס איז בעומק דיני הבטחון, צוגשעטעלט צו די אנדערע ראשונים,
נישט קיין לייכטע ביאור
למה זה תשאל לשמי...
גימפעל
שר חמש מאות
תגובות: 503
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 15, 2016 11:05 am

חובת הלבבות ע"פ בנין שמעון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גימפעל »

מהרה"ח ר' שמעון זאב מייזליש.

יצא על שער חשבון הנפש,
האם ידוע על שאר חלקי הספר, האם מתעתד להוציא ?
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

מיינס דאס?
אטעטשמענטס
חובת הלבבות בנין שמעון.jpg
חובת הלבבות בנין שמעון.jpg (21.85 KiB) געזען 6184 מאל
גימפעל
שר חמש מאות
תגובות: 503
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 15, 2016 11:05 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גימפעל »

לכאורה, כן.
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

ער האט ארויסגעגעבען נאך א ספר זינט דאן, נישט אויפן חובת הלבבות, נאר א בנין שמעון - חג השבועות.
גימפעל
שר חמש מאות
תגובות: 503
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 15, 2016 11:05 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גימפעל »

על חובת הלבבות יהיו עוד חלקים ?
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

חובות הלבבות נפש חיה
אטעטשמענטס
20190613_185312.jpg
20190613_185312.jpg (130.55 KiB) געזען 4495 מאל
20190613_185327.jpg
20190613_185327.jpg (73.99 KiB) געזען 4495 מאל
אוועטאר
שפע רב
שר האלף
תגובות: 1663
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 06, 2018 11:20 am

Re: הספה"ק חובת הלבבות - מפרשי הספר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפע רב »

אויב איינער ווייסט, איך זוך אינפא. אויפן מחבר פון פירוש הנפלא 'לב טוב'. מה היתה טובו, און אין וועלכע קרייזן האט ער זיך געדרייט?
אוועטאר
עימוד
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 07, 2019 3:04 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עימוד »

יוראפ האט געשריבן:אויף שער הבחינה איז ארויסגעקומען לעצטענס א הערליכע באנד אויף אידיש מיטן פירוש אור אביגדור פון רבי אביגדור מיללער זצ"ל

ערווארטעט בקרוב ארויסצוקומען א פרישן באנד אויף שער הבטחון.
שוטה
שר האלף
תגובות: 1253
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

Re: הספה"ק חובת הלבבות - מפרשי הספר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוטה »

והוא פלאי האט געשריבן:פון היינטיגע איז דא אויף שער הבטחון, לב הארי (רב פישער)
אטעטשמענטס
Hnet.com-image.jpg
Hnet.com-image.jpg (268.16 KiB) געזען 2274 מאל
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: הספה"ק חובת הלבבות - מפרשי הספר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

שפע רב האט געשריבן:אויב איינער ווייסט, איך זוך אינפא. אויפן מחבר פון פירוש הנפלא 'לב טוב'. מה היתה טובו, און אין וועלכע קרייזן האט ער זיך געדרייט?

איז ער נישט פון ארץ ישראל?
ערגעץ איז ער געווען באשריבן מיין איך.
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10695
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

Re: הספה"ק חובת הלבבות - מפרשי הספר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

איך זוך די טעקס פון שער הבטחון פון חובת הלבבות, קען עס מיר ביטע איינער שיקן ?
--
באקומען אין אימעיל דורך איינעם ׁ(ווייס איך נישט ווערׂ..)
א גרויסן שכח
#מ'דארף נאר האבן בטחון און מ'באקומט עס...
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
יצחק טובי'
שר האלף
תגובות: 1348
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 01, 2021 8:45 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק טובי' »

והוא פלאי האט געשריבן:לב טוב אויך נישט
נאר לשון המתרגם הזך
און אדער נוצען דער ווארשע-ווילנא מפרש אויף יודיש ע"פ מרפא לנפש
אדער מנוח הלבבות
אדער דער לבוב אדער זולצבאך פי' די אלע האבן געגעבען ממש א. מינומום
דער לב טוב פארוואסערט שוין
א דאנק אים האבן עס אנגעהויבן לערנען טויזענטער יודען אויב נישט רבבות
עכ"ז זאג איך מי שאפשר בלאו הכי איז בעסער

מעודי האב איך קיינמאל נישט געגליכן קיין ספרי עזר, דעריבער איז מיר קיינמאל נישט אויסגעקומען אריינצוקוקן אין דעם לב טוב, לעצטנס האב איך אריינגעבליקט דערין [נאכן זיך מתווכח זיין מיט א חבר מיינס איבער ספרי עזר] און כ'האב זיך ממש נישט געקענט גלייבן ווי שטארק מ'קען משחית זיין די שיינקייט פון א שפראך.
באר מים
שר מאה
תגובות: 114
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 7:14 am

Re: הספה"ק חובת הלבבות - מפרשי הספר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באר מים »

יש ספר פירוש על חובת הלבבות שער הבטחון , מאת הגרי"ד דאמב זצ"ל
קולי
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 7:24 pm

Re: הספה"ק חובת הלבבות - מפרשי הספר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קולי »

למעשה ווען איינער וויל לערנען די ספה"ק חובת הלבבות, היינט צו טאגס, מיט וועלכן פירוש זאל ער עס לערנען? אדער איז עס בכלל שייך צו לערנען אן עפעס א פירוש?

אויך האב איך אמאל געהערט פונעם באקאנטן מגיד הרה"ג ר' יחזקאל ווייס שליט"א אויף געוויסע שערים אינ'ם ספר וואס מ'האט ביי אונז נישט געלערנט, אדער ווייל עס איז חקירה, אדער סתם צו שווער צו פארשטיין, איינער ווייסט וועלכע ער רעדט וועגן?
אוועטאר
ליטווישער
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 04, 2023 12:05 am

Re: הספה"ק חובת הלבבות - מפרשי הספר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליטווישער »

קולי האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 12:02 am
למעשה ווען איינער וויל לערנען די ספה"ק חובת הלבבות, היינט צו טאגס, מיט וועלכן פירוש זאל ער עס לערנען? אדער איז עס בכלל שייך צו לערנען אן עפעס א פירוש?

אויך האב איך אמאל געהערט פונעם באקאנטן מגיד הרה"ג ר' יחזקאל ווייס שליט"א אויף געוויסע שערים אינ'ם ספר וואס מ'האט ביי אונז נישט געלערנט, אדער ווייל עס איז חקירה, אדער סתם צו שווער צו פארשטיין, איינער ווייסט וועלכע ער רעדט וועגן?
ער רעדט פון שער היחוד, וועגן חקירה, סתם אזוי ר' יחזקאל האט שיעורים אין חובת הלבבות?
פון אמעריקע האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2024 8:52 am
איך בין נישט קיין פאליטישע חסיד, פינטל.
שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”