לימוד סדר קדשים

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
פר בן בקר
שר חמש מאות
תגובות: 707
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 11:42 pm

לימוד סדר קדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פר בן בקר »

איך האב באקומען חשק צול ערנען סדר קדשים. עס איז ביי מיר פרעמד אינגאנצן (חוץ פון איזהו מקומן קען איך גארנישט).

קענען די חברים מיר ארויס העלפן מיט וועלכע ספרים איז כדי צו לערנען? איך זיך צו לערנען גמרא תוס'.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

פר בן בקר האט געשריבן:איך האב באקומען חשק צול ערנען סדר קדשים. עס איז ביי מיר פרעמד אינגאנצן (חוץ פון איזהו מקומן קען איך גארנישט).

קענען די חברים מיר ארויס העלפן מיט וועלכע ספרים איז כדי צו לערנען? איך זיך צו לערנען גמרא תוס'.

סדר קדשים איז א הערליכער לימוד, פארשטייט זיך אז די היינטיגע "ארטסקראלל/מתיבתא" גמרות זענען די ערשטע אדרעס פאר מתחילים, מיט א פירוש קצר על הדף.

בנוגע ספרים וואס העלפן ארויס, יעדע מסכתא מסדר קדשים האט זיך "זיין ספר" וואס איז גוט לדוגמא "תקנת עזרא" אויף מעילה, אדער די חידושים פון רבי יעקב משה אבי החוו"ד אויף מס' כריתות.

אויף זבחים איז דא פיר בענדער "אוצר הקודש" א ליקוט פון אסאך מפרשים על ספר הדפים, מורא'דיג געשמאק און א שיינער אויסשטעל, אזוי אויך איז דא א ספר "שלום רב" שיין איבערגעדרוקט, זייער גוטע ביאורים על סדר הדפים.

אין די ווילנא ש"סן איז דא אריינגעדרוקט די באקאנטע משפרים; צאן קדשים, ברכת הזבח און חק נתן, ווי אויך דער שיטה מקובצת

לערן פלייסיג, הצלחה רבה
(א "פר בן בקר" גייט לערנען קדשים, וואס וועט בלייבן פון דיר?)
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

אויף מסכת זבחים רעקאמענדעד די נייע עוז והדר גמרא מיטן איבערגעדרוקטן טהרת הקודש צום סוף
דעם ספר 'איזהו מקומן' פון הרב פרידלס, איז א גוטע אנווייזער (מפתח) אויף סיי וועלכע קושיא סי'דער שווער
און חידושי הגרי"ז איז גראדע אויך גוט (די קורצערע שטיקלעך, נישט די לענגערע בריסקע קדשים תורה)
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

אויב פלאנסטו נישט צו לערנען אין די היינטיגע גמרות, דאן איז כדאי צו האבן "יד בנימין" ביי די האנט, ווי אויך איז כדאי אריינצובליקן אין לקוטי הלכות און זבח תודה פון חפץ חיים ביי יעדע סוף סוגיא פאר א קלארקייט און א תמצית.

פון די ספרי הבסיסיים אויף קדשים זענען "קדשי דוד" "מים קדושים" "קרן אורה".

און פאר א גוטע גמרא אויף זבחים, איז מהדורת "חנוך ווגשל" די בעסטע, דאס איז דער ארבייט פון ר' ארז סלע שליט"א פון אוצר החכמה. פאר די אנדערע מסכתות וואס ס'נישטא פון די מהדורה, פארשטייט זיך אז עוז והדר איז די מערסטע מוגה.
"יהיה כן" האט שוין ערווענט חי' הגרי"ז, אבער זיין זונ'ס ספר שיעורי רבי משולם דוד איז זייער געשמאק, ער ברענגט שוין רוב חידושים פון זיין טאטען און ברייטערט עס אויס, ס'איז געשריבן זייער לייכט.

ס'קריטיש וויכטיג צו מאכן א תמצית נאך יעדע נושא, וואס די מסקנת הלימוד איז, וכו', ווייל מ'קען זייער צומישט ווערן און שנעל פארלירן דער אפעטיט פון די אלע לימודים וואס די גמ' ברענגט, און דורך זיך אפשטעלן און מאכן א שטיקל תמצית, געט עס א געפיל אז מ'האט עס אביסל קונה געווען איז ס'איז נישט סתם אן ערבוביא. אויף דעם איז דא היינט גוטע ספרים, תמצית הדף, וכדומה.

"הצלחה רבה"!
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

די ערשטע פרק (ווי אויך נאך אסאך אנדערע בלעטער אין די מסכת) איז דער מהלך הסוגיות ענליך צום די ערשטע פרק אין בבא קמא, דהיינו לימודים אהער לימודים אהין, מה מצינו'ס היקש, גזירה שוה'ס ארויף אראפ, פירכות יוכיח וכו', מען דארף האבן א געשמאק אין די סארט לימוד בי"ג מדות שהתורה נדרשת בהן, און האבן פאר די אויגן די פסוקים וואס די סוגיא ארבעט ארום,
ווי אויך איז גוט צאמצינעמען אלע חילוקים פון שינוי בעלים און שינוי קרבן וכו', דער צווייטער פרק איז גאר געשמאק, אלע פסולי עבודה, דערנאך קומט גאר געשמאקע און ברייטע סוגיות בענין פיגול, זייער פארצווייגט, דערנאך איז פרק איזהו מקומן, כדאי צו מאכן א סך הכל פון אלע קרבנות, דמן למעלה למטה, זמן אכילה וכו', (מען זאגט דאך עס יעדן טאג, נאר מען טראכט דאך נישט, די ווערטער באקומען אן אנדערן באדייט נאכן זיין אויסגעקאכט אין די סוגיות)
די שפעטערע פרקים (סוף מסכת) זענען שוין יעדער פרק א מקצוע פאר זיך, איינס איז קידוש דם חטאת, א צווייטע דיני במה, אא"וו
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

עס איז כדאי צו וויסן בשעת'ן לערנען קדשים (בעיקר זבחים מנחות) מען פילט זיך ווי אין אנדערע פלאנעט, מען ווערט כאילו מנותק פון אלע אנדערע חלקי התורה, די קאפ איז אין די עזרה בין האולם למזבח.....
אוועטאר
פר בן בקר
שר חמש מאות
תגובות: 707
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 11:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פר בן בקר »

יישר כח פאר אלע עצות און די שטופ ארייצוטאנצן אין די אומבאקאנטע מקצוע.

נא, געגאנגען...כל הזבחים שנזבחו שלא לשמן כשרים...
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

איך האב אמאל געזען א גמרא וואס האט געהאט אין בעק די גמרא איבערגעזעצט לויט די הגהות פון שיטמ"ק, כ'קען אייך נישט זאגן וואס דאס מיינט, מ'קען אמאל נישט לערנען דריי ווערטער מיט די אלע ציונים און גרסאות.
כ'קען מיר נישט דערמאנען וועלכע מהדורה דאס איז געווען.
אוועטאר
פר בן בקר
שר חמש מאות
תגובות: 707
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 11:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פר בן בקר »

אויף מסכת בכורות האט עוז והדר אמאל געהאט אזא מהדורא. אבער איך מיין אז היינט האבן זיי עס שוין נישט.
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

דאכט זיך מיר אז ס'איז דא עפעס אן ענין צו פאסטען פאר מ'הייבט אן מסכת זבחים.
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

פילייכט פארמישסטו מיט חולין
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

מיר ליגט אין קאפ זבחים,
אבער מסתם זענט איר גערעכט אז ס'איז מסכתן חולין,
לכאורה טוט מען עס ווייל מ'רעדט דארט פון שחיטה, בין איך גערעכט?
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

די סיבה איז ווייל מען קען ח"ו נכשל ווערן ביים לערנען צו צייגן אויף זיך אן ענין פון שחיטה, איז משום אל תפתח פה וגו' פלעגט מען זיך פאסטן שלא יצא מכשול.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

מיר האבען אדורך געלערענט זבחים בחברותא מיט מיין זוהן....זייער א געשמאקע לימוד.
די צוויי ספרים וואס מיר האבען אסאך געניצט איז
קרן אורה און יד בנימין פון ר' בנימין אלישב שליט"א


גראדע מיין שטארקע חשק צו לערנען קדשים האב איך געקריגען פון הערען ר' יעקב טובי' ווייזער'ס שיעור אויף מסכת פסחים (די פרקים פון תמיד נשחט און ווייטער) און אויך זיין שיעור און מסכת יומא.

אויף די ווערטער פון 'יהיה כן' וואלט איך מוסיף געווען מסכת 'יומא'. מען גייט ארום גאנצע טעג ממש אוויא מען שטייט און די עזרה און מען קוקט צו וויא דער כהן גדול טוט די עבודה..מען גייט מיט מיטען כהן גדול אריין און ק"ק..מען קוקט צו וויא ער טוט די עבודת הקטורת...די עבודת זריקת דם..וכו' וכו'...

יהיה כן האט געשריבן:עס איז כדאי צו וויסן בשעת'ן לערנען קדשים (בעיקר זבחים מנחות) מען פילט זיך ווי אין אנדערע פלאנעט, מען ווערט כאילו מנותק פון אלע אנדערע חלקי התורה, די קאפ איז אין די עזרה בין האולם למזבח.....


און וויא קען איך פארגעסען צו דערמאנען די ספרים 'משמר הלוי' פון הרה"ג ר' משה מרדכי שולזינגער זצ"ל ...
the SCY is the limit
אוועטאר
ישמחו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 348
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישמחו »

פר בן בקר האט געשריבן:אויף מסכת בכורות האט עוז והדר אמאל געהאט אזא מהדורא. אבער איך מיין אז היינט האבן זיי עס שוין נישט.

אויף מס' בכורות האט הגאון רבי שמעי' גרינבוים שליט"א מיט קארגע וואכן צוריק ארויסגעגעבן א נייע "משניות סייעתא דשמיא".
ממש לא נראה כבושם הזה, קלאר און דייטליך מסביר יעדע משנה, גוט צו לערנען סיי פארן לערנען די גמרא, און סיי נאכדעם, אויף לאוקמי גירסא.
א ריכטיגע ביישפיל פאר "לאוקמי גירסא - סייעתא דשמיא"!!
ישמחו - דער עיקר ס'זאל זיין פרייליך ביי אידן, בשמחת עולם על ראשם!
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

פר בן בקר האט געשריבן:אויף מסכת בכורות האט עוז והדר אמאל געהאט אזא מהדורא. אבער איך מיין אז היינט האבן זיי עס שוין נישט.

חבל
לייברערין
שר חמש מאות
תגובות: 527
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 16, 2015 11:47 pm
לאקאציע: און לייברערי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייברערין »

מנחת אברהם פון ר' אברהם גרבוז, איך מיין עס איז דא אויף כמעט אדער אלע מסכתות אויף דעם ישבישען גאנג בעיקר... אז מען זיך אמאל א קלארקייט און דו לומדות..
שארפער21
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2011 2:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שארפער21 »

כ'בין געווען די וואך מוצש"ק און נוי גערסי ביים סיום סדר נזיקין פון חבורות ללמוד תולדות צבי ספינקא ,וואס דאס איז א עקסטערע שמועס ,לויט ווי איך האב געהערט הייבט מען אן לערנען דארטען סדר קדשים ,און כ'מיין עס וואלט געווען כדי צי פארשאפען טעיפס פון דעם מגיד שיעור הרב ר' מרדכי הערש שפיצער שליט"א לויט ווי איך האב געהערט לערנט ער פאר מיט א מוראדיג'ע קלארקייט און געשמאק
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

עס איז פאראן א חיבור "שערי היכל" אויף זבחים,יומא און פסחים. א ביסל מזרחיסטיש ג'שטימט, אבער פארט זייער קלארע הקדמות און סך-הכל'ס פון אלע סוגיות. ווי אויך ווערט צוג'ברענגט כמעט אלע לומדישע יסודות. איינער וואס לערנט דאס דורך וועט נישט האבן אויסגעלאזט קיין שום פרט וואס איז וויכטיג.
עס קען אביסל נערוועז מאכן די בילדער וואס זיי האבן אריינג'שטעלט אבער צומאל איז אפילו אין דעם דא א מעלה.
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

אויף מס' מעילה איז שטארק רעקאמענדירט דעם ספר מעיל אהרן, דער מחבר איז א בארא פארקער אינגערמאן, פון רב פאם'ס תלמידים.

ער ברענגט נישט אלעס, אבער זייער קלאר צו פארשטיין א סוגיא.
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

יאנקעלע קליגער האט געשריבן:מיר ליגט אין קאפ זבחים,
אבער מסתם זענט איר גערעכט אז ס'איז מסכתן חולין,
לכאורה טוט מען עס ווייל מ'רעדט דארט פון שחיטה, בין איך גערעכט?


דאכציכמיר שטייט פון ח"ס עפעס אין די הקדמה צו דרשות ח"ס
אויך אין ישא ברכה עמ"ס חולין בהקדמה האט ער א שמועס דערוועגן
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
חוץ פון דעם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 412
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 10:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוץ פון דעם »

א נקודה ווען די הייבסט אן צו לערנען קדשים, די נייע מהודרא פון עוז והדר אויף קדשים האב'ן ביי אסאך מסכת פשוט אין גראד געטוישט דעם צורת הדף, פון די אלע אנדערע גמרות [אזאך וואס מיר פערזנדליך רעגט געפערליך], איז אויב הייבסט אן קדשים, כדי צו געדענק'ן בעסער לער'ן מיט איין מהודרא, ווייל די צורת הדף וועט ווערן ביי דיר צומישט!
בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1229
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראשית ברא »

חוץ פון דעם האט געשריבן:א נקודה ווען די הייבסט אן צו לערנען קדשים, די נייע מהודרא פון עוז והדר אויף קדשים האב'ן ביי אסאך מסכת פשוט אין גראד געטוישט דעם צורת הדף, פון די אלע אנדערע גמרות [אזאך וואס מיר פערזנדליך רעגט געפערליך], איז אויב הייבסט אן קדשים, כדי צו געדענק'ן בעסער לער'ן מיט איין מהודרא, ווייל די צורת הדף וועט ווערן ביי דיר צומישט!

אפשר צייכנט איר צו וועלכע מסכת און וועלכע דפים זענען געטוישט
פאר א דוגמא
חוץ פון דעם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 412
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 10:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוץ פון דעם »

איך האב געלערנט מסכת תמורה ערכין מעילה. דארט איז ממש יעדער דף געטוישט. גיי אריין אין בית מדרש אין עפען אויף צווי גמרות, די אנדערע מהודרת אין עוז והדר'ס [איך מיין די נייע עוז והדר]
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

חוץ פון דעם האט געשריבן:איך האב געלערנט מסכת תמורה ערכין מעילה. דארט איז ממש יעדער דף געטוישט. גיי אריין אין בית מדרש אין עפען אויף צווי גמרות, די אנדערע מהודרת אין עוז והדר'ס [איך מיין די נייע עוז והדר]

אנשטאט מ'זאל זיך פרייען אז זיי האבן געמאכט אז מ'זאל קענען גרינג לערנען די בלעטער גמרא, האט מען טענות?!

ס'האט געהערט א שטארקע צומישעניש אין די מסכתות קליינע ווערטער/גרויסע ווערטער מפרש/רש"י תוס' וכו' וכו', און זיי האבן געמאכט אביסל סדר.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”