א חידוש פון א סגנון וואס איז דא אין די לעצטערע בענדער אין דברי יואל איז צו ענדיגן א תורה, 'ובהקדם כל זה', כמעט ביי יעדע תורה אדער אפילו עטליכע מאהל א תורה, מיר גריצלט עס, און איך האב כמעט נישט געטראפן בדומה לו זוכענדיג אויף אוצר החכמה, בין איך נייגעריג ווער דער בעל מחדש פון דעם לשון איז נאך א הערה, ס'באדערט מיר די תערובות וואז זיי מאכן פון די צוויי קשיות פון מגן אברהם, דאס איז צוויי באזונדערע קשיות, די ערשטע קשיא איז, מ'פסקנט דאך בהלכות נדה דבעינן ו' עונות, דאס איז שיטת ר' יוסי, און לויט דעם בז' סיון ניתנה תורה. קושיא ב', אז מ'איז ארויס פון מצרים דאנערשטיג, און כו"ע מודו בשבת ניתנה תורה, איז דאך געווען מתן תורה ביום נ"א לספירה. דאס איז צוויי באזונדערע קשיות, ולא קרב זה אל זה, נאר געוויסע תירוצים בדרוש פארענטפערן ביידע קשיות, און געוויסע נאר איינע פון די קשיות, דא אין דברי יואל שרייבן זיי מערערע מאהל, ווי אזוי זאג מיר אונז בו' בסיון זמן מתן תורתינו, מ'איז דאך ארויס פון מצרים דאנערשטיג און מתן תורה איז געווען שבת, קומט דאך אויס אז בז' סיון ניתנה תורה, ע"כ. אדער פרעגן זיי פאקערט, אויב מ'פסקנט ווי ר' יוסי בז' בסיון ניתנה תורה, האט מען דאך געגעבען די תורה ביום נ"א לספירה. איך הייב נישט אהן צו פארשטיין ווי אזוי א עורך ספר קען מאכן אזא טעות
בראשית ברא האט געשריבן:לעצם הענין, איבער דער נייער באנד, דער שמחה איז זייער גרויס אז ס'איז ארויסגעקומען נאך א באנד, אבער דאס ווייטאג איז נאר אז מיין ספרים שאפע דארף אוועגעבן האלב פלאץ, פאר נדבות גדולות מפי אלפי יהודי סאטמאר ... קע"ה כן ירבה, א האלבער דיקקייט פון ספר גייט אוועק פאר טענק יו קארדס וואס שטיצן די מוסדות הקדושים. נאכדעם נאך א האלב פאר מפתח הענינים יעדן באנד נאכאמאל. די איבעריגע חלק איז העלפט א חלק סוגיות וואס האט געטראפן דאס פלאץ אין די שבועות באנד, אבער נאר א חלק סוגיות גיי פארשטיי.. בלייב מיר מיט אפאר תורות, וואס מ'מאכט היינט גענוג א גרויסער פאנט גענוג א קליינער סייז פאפיר, און מ'האט א באנד ברוך השם פון 500 זייטן, אההה ישמח לב מבקשי ה'.. וכמעשהו בראשונה כך מעשהו באחרונה, מ'גייט אי"ה קויפן נאך א ספרים שאפע נאר פאר דברי יואל אליינס
איך האב פאר דיר א געניאלען פלאן - רוף אהן דעם מוציא לאור באצאל איהם אלע הוצאות פון דעם קומענדיגען באנד, הכל כאשר לכל, מרישא ועד גמירא, און עס וועט נישט זיין קיין שום אנדערע טענק יו קארד, נאר פאר דיר אליינ'ס.
שטעל דיר פאר ווען מען לייגט נישט אריין די סוגיות, וואלסטו געשפרינגען הלמאי מען האט נישט אריינגעלייגט די סוגיות וכו'.
א מין אומצופרידען פאלק.
איך גלייב שווער אז ווען דו זעסט א ספר וואס איז מיועד לדברי תורה.. נישט דברי יואל נאר אן אנדער ספר.. וואס האט כמעט העלפט נעמען פון נדיבים וואלסטו אין זינען געהאלטן אז דאס איז נארמאל אדער אויסגעהאלטן, ויתעקש המתעקש.
איך כאפ נישט פארוואס מ'דארף שפרינגען אז ס'קומט נישט מיט סוגיות, איך האב סך הכל געזאגט, אז סוכ"ס איז דאך עס נישט קיין באנד פאר סוגיות, און אפילו נישט פאר חציו לשבועות וחציו לסוגיות איך זע נישט אינדרויסן זאל שטיין דברי יואל על סוגיות, ס'איז נאר להשלמת הכרך צוגעקומען טייל סוגיות, איך האב מיך סך הכל געוואונדערט אויף די טיילווייזע הוספה. ס'איז גראדע זיער א גוטע זאך, ס'זאל ארויסקומען געהעריג די סוגיות, און ס'וואלט טאקע נישט געווען שלעכט ווען מ'קען ווען מאכן דער כרך זאל פארמאגן, טאקע שבועות מיט סוגיות בשלימות, אנשטאט די האלבע באנד וואס איז נישט געמאכט ללימוד איך זאג עס נאר אויב איז דא אוזן קשבת פאר נעקסטע מאל, אז ס'דא אידן מבקשי תורת רבינו וואס ס'שטערט, אפשר וועט מען זיך רעכענען און ס'וועט זיין דיבורים לתועלת, אז נישט, איז א שאד יעדעס ווארט, און ס'טאקע בעסער אז מ'זאגט גארנישט
בראשית ברא האט געשריבן:לעצם הענין, איבער דער נייער באנד, דער שמחה איז זייער גרויס אז ס'איז ארויסגעקומען נאך א באנד, אבער דאס ווייטאג איז נאר אז מיין ספרים שאפע דארף אוועגעבן האלב פלאץ, פאר נדבות גדולות מפי אלפי יהודי סאטמאר ... קע"ה כן ירבה, א האלבער דיקקייט פון ספר גייט אוועק פאר טענק יו קארדס וואס שטיצן די מוסדות הקדושים. נאכדעם נאך א האלב פאר מפתח הענינים יעדן באנד נאכאמאל. די איבעריגע חלק איז העלפט א חלק סוגיות וואס האט געטראפן דאס פלאץ אין די שבועות באנד, אבער נאר א חלק סוגיות גיי פארשטיי.. בלייב מיר מיט אפאר תורות, וואס מ'מאכט היינט גענוג א גרויסער פאנט גענוג א קליינער סייז פאפיר, און מ'האט א באנד ברוך השם פון 500 זייטן, אההה ישמח לב מבקשי ה'.. וכמעשהו בראשונה כך מעשהו באחרונה, מ'גייט אי"ה קויפן נאך א ספרים שאפע נאר פאר דברי יואל אליינס
אנטשולדיגט הרב בראשית ברא איר זענט דא איבערגעגאנגען די מאס מיט אייער איבערגעהיצטקייט, אויב האט איר טענות אויף די עורכים נו יעדער איז בארעכטיגט צו האבן טענות, אבער דא רעדט איר סתם איבערמוטיג, יא עס איז טאקע דא מער בלעטער פון לע"נ וכדו' ווי א געווענטליכע ספר, אבער עס נעמט נישט אוועק וויפיל איר שרייבט, און יא די ארבעט קאסט ממון ודמים אז זעהט אויס אז מ'מוז צוקומען צו אזויפיל נדיבים, ווייטער די מפתח הענינים מיט וואס צענדליגע אידן זענען זיך מחי' צו קענען טרעפן איבער א געזוכטן ענין א זאך וואס רוב אהערגעשטעלטע ספרים האבן שוין און איז א מורא'דיגע מעלה נישט קיין חסרון ווי איר שטעלט דאס אוועק, די חלק סוגיות וואס איר אליינס זאגט דאך אז ס'איז נאר א חלק איז אויך זייער ווייט פון העלפט, און די נארמאלע (נישט גרויסע ווי איר שרייבט) קלארע פאנט און נארמאלע סייז פאפיר וואס מאכט געשמאק דאס לערנען דערינען איז ווידער א מעלה און נישט קיין חסרון, בלייבט אונז נאר איבער אויסצופירן ישמח לב מבקשי ה' אויף די געוואלדיגע אוצר בלום און די געוואלדיגע ארבעט וואס די חשוב'ע עורכים האבן אונז אהערגעשטעלט, און דער אייבירשטער זאל זיי ווייטער געבן כח אנצוגיין מיט די מלאכת הקודש און אהערשטעלן נאך פילע ספרים פון מרן רביה"ק זי"ע מזכה צו זיין די אלפי ישראל הצמאים לדבר ה'.
איך ווייס נישט וואו איר זעט היץ.. אפשר אין א אנדערענס תגובה, עכ"פ דא האלטן מיר אז מ'פרובירט עס נאך צו נארמאליזירן מיט דוחקים ווייל ס'קאסט נעבעך געלט, געב מיר א דברי יואל אויף שבועות די תורות אליינס געדרוקט ווי אמאל, וויפיל זייטן גייט עס האבן? דעמאלט וואלט מען געקענט האבן פון אפאר בענדער איינס.. אידאס נארמאל? מסתמא דעקט זיך נישט דער דברי יואל, די נעקסטע תירוץ לכאורה אז ס'גייט נישט אין די געשעפטן. אקעי ווערטלעך אין א זייט געלייגט.. איך ווייס נישט ווי אלט איר זענט, אבער דעם ספר הקדוש דברי יואל האט גארנישט געפעלט ווען ס'האט נאכנישט געהאט די לעצטיגע פאנט, און גרעסערע סייז, אויב עפעס האט זיך עס גרינגער געלערנט. בכל אופן דאס איז נישט דער פראבלעם, לייגט נאר צו צום פעקעדזש פון אויף בלאזן א כרך אין די וועלט אריין.
גערעדט נעכטן מיט א ריזן ת"ח פארשידנס בנוגע דרוקן ספרים, בתוך הדברים איז אריינגעקומען די דברי יואל, זאגט ער מיר ס'האט נישט קיין טעם וריח די נייע וואס קומען ארויס. די אייבירשטער זאל העלפן דער מו"ל זאל קומען צום שכל, אדער איבערגעבן די זכות פאר די וואס האבן.
אין 'דער איד' פרשת קרח איז געווען אן אינטערסאנטער בריוו, וועגן א פארדריסליכען טעות וואס איז געדריקט עטליכע מאל אין דברי יואל פרשת קרח. וואס רבינו הקדוש זי''ע האט גלייך ביים זעהן די כתבים פון רבי נפתלי לעבאוויטש שליט''א אים מעורר געווען אז ער שרייבט נאך זיינע דיבורים גרייזיג