ספרים פון מחברים איבערלעבער פון קריג

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

עם לבבנו
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 21, 2018 11:21 pm

ספרים פון מחברים איבערלעבער פון קריג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עם לבבנו »

ספרים פון מחברים איבערלעבער פון קריג.

איך האב צוזאמענגעשטעלט א שטיקל קליינע ליסטע דאס זענען מער וויינגיער רבנים וואס כ'האב געטראפן זייערע נעמען דא אין אייוועלט. נישט אלע האב איך געדעקנט די ספרים, און קען זיין געוויסע האבן טאקע נישט איבערגעלאזט קיין ספרים. איך האב געשריבן נעמען אפילו איך האב נישט געדענקט קיין ספרים, אויב ליגט מיר אין קאפ עס דארף זיין א ספר פון דעם מענטש. (די טיטלן זענען אן קיין חשבון, און די סדר איז אן קיין חשבון)

ביטע צולייגן ווער עס קען.

--

הרה"ק מסאטמאר (מהר"י) זצ"ל - דברי יואל על התורה, שו"ת, על הגאולה, ויואל משה.
הרה"ק מסאטמאר (מהר"ם) זצ"ל – ברך משה.
הרה"ק מצעהלים זצ"ל – מגדלות מרקחים על התורה, שו"ת
הרה"ק מפאפא זצ"ל – ויחי יוסף על התורה – ויען יוסף שו"ת
הרה"ק מבעלז זצ"ל -
הרה"ק מוויען (מהר"י) זצ"ל – חדשים וגם ישנים ש"ס, מהר"י שטייף שו"ת
הרה"ק מוויען (מהרע"י) זצ"ל –
הרה"ק משאפראן זצ"ל – תורת אלף
הרה"ק מספינקא זצ"ל – תפארת צבי, תולדות צבי, טבא דשמואל על התורה, ש"ס
הרה"ק מקאשוי (מהר"ר) זצ"ל – טל השמים על התורה, ברכות שמים שו"ת, ש"ס
הרה"ק מקאשוי (מהרא"ח) זצ"ל -
הרה"ק מוויזניץ (ב"ב) זצ"ל – ישועת משה
הרה"ק מוויזניץ (מאנסי) זצ"ל –
הרה"ק מבאבוב (מהר"ש) זצ"ל – כרם שלמה, נועם שלמה, דברי שלמה, חכמת שלמה על התורה, דרשות
הרה"ק מצאנז-קלויזנבורג – זצ"ל – שפע חיים על התורה, דברי יציב שו"ת
הרה"ק ממונקאטש שליט"א –
הרה"ק מגורזצ"ל – בית ישראל
הרה"ק מקאלוב זצ"ל - חקל תפוחין
הרה"ק מטאהש זצ"ל - עבודת עבודה על התורה
הרה"ק מתולדות אהרן זצ"ל – דברי אמונה מוסר
הרה"ק מסקולען זצ"ל - נועם אליעזר, קדושת אליעזר
הרה"ק מסקולען שליט"א -
הרה"צ ממונקאטש (מהר"ב) זצ"ל – דברי נבונים, בינת נבונים
הגה"צ הרב וואזנער זצ"ל – שבט הלוי על התורה, שו"ת
הגה"צ גאב"ד ירושלים (הרב ווייס) זצ"ל – מנחת יצחק
הגה"צ גאב"ד ירושלים (רמ"א) זצ"ל – עטרת יהושע על התורה, דרשות, ש"ס, הלכה
הגה"צ רחמ"ד ווייסמאנדל זצ"ל – תורת חמ"ד
הגה"צ מנייטרא זצ"ל - משאת משה
הגה"צ מווייצן שיקאגא זצ"ל – מקדשי השם שו"ת
הגה"צ מאודווארי זצ"ל - דברי שלום על התורה, שו"ת
הגה"צ מאנטעווידעא זצ"ל –
הרה"צ משארמאש (מהרנ"ה) זצ"ל -
הרה"צ קראסנא זצ"ל – כונת הלב
הגה"צ מדעברעצין זצ"ל – באר משה שו"ת
הגה"צ ר' בצלאל שטערן זצ"ל - בצל החכמה שו"ת
הגה"צ מפריימאן זצ"ל – מרפה לנפש
הרה"צ מקאפיש זצ"ל – משנת יעקב
הרה"צ מסאמבאטהעלי זצ"ל –
הרה"צ מוואוידיסלאוו זצ"ל –
הרה"צ מקהל חרדים מאנסי זצ"ל - זכרון שמואל
הגה"צ מסענפעטער זצ"ל - תורת ציון על התורה, אבני ציון שו"ת
הגה"צ ר' יחזקאל'ע מערץ זצ"ל –
הגה"צ מאונגוואר זצ"ל – משנה הלכות שו"ת
הגה"צ ר' פנחס הירשפרונג זצ"ל – אש פנחס
אוועטאר
שקר_הדייעט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 364
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 15, 2007 7:21 pm
לאקאציע: ביים פרידזשידער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שקר_הדייעט »

אנטשולדיג ר' עם-לבבינו, איך שעץ דיין ארבעט און איידיע אהערצושטעלן אזא ליסטע, אבער איך כאפ נישט גענוי די איידיע דערפון.

אין קיין תקופה זינט בריאת העולם איז געווארן אזוי צוגענגליך ארויסצוגעבן ספרים ווי נאך די צווייטע וועלט מלחמה.
ווער אין די לעצטע זעכציג יאר האט דען נישט ארויסגעגעבן קיין ספר?

אדרבה, מאך א ליסטע פון רבנים און רביים קריג-איבערלעבער וואס האבן נישט איבערגעלאזט קיין ספרים.
עם לבבנו
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 21, 2018 11:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עם לבבנו »

ס'איז טאקע גרינג צו דרוקן, אבער די ליסטע פון איבערלעבער מחברי ספרים איז קלענער ווי דו מיינסט. פארגעס נישט אז דאס באמת קענען גרינג דורקן ספרים איז נישט אזוי אלט. ביז 20 30 יא צוריק איז געווען היפש שווער צו דרוקן. און אסאך ספרים וואס מען האט יא געדרוקט איז געווען נישט אייגענע, נאר אלטע ספרים וואס מען האט איבערגעדרוקט.


איך האב אנגעהויבן טראכטן פון דעם, און געכאפט אז די ליסטע איז נישט אזוי גרויס, נאכדעם וואס איינער האט מיר געזאגט אז די ספר טל השמים פון קאשוי רב איז די ערשטע דרוש\חסידיות\אגדה סארט ספר וואס א היימישע רב האט געדרוקט אייגענס נאכן קריג. און דאס איז געווען אין תשי"ח מיין איך.

איך ווייס נישט צו דאס איז ריכטיג, אבער עס גיט אביסל א בילד אז די ליסטע איז נישט אזוי גרויס.
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3143
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

לכאורה דער ערשטע שאלות ותשובות ספר געדרוקט צו ווערן נאכען קריג איז חלקת יעקב, תשי"א, הגם ער האט טאקע נישט מיטגעמאכט די קריג אין די יארן פון תרצ"ח-תש"ה, אבער ער האט שוין געהאט גענונג אויסצושטיין צרות פון די דייטשען אזוי פרי ווי אין יאר תרצ"ג-ד, און מהאי טעמא איז ער אנטלאפען קיין שווייץ, וואס דאס האט אים געראטעוועט פון דער עצם האלאקוסט.
שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”