חמרא האט געשריבן:איינס האט געשריבן:חזון אי"ש על שמו רבי אברהם ישעיהו (ועל משקל הכתוב חזון ישעיהו)
אמאל געהערט אז דער חזון איש האט אמאל געקאמפלעמנט טשעבינער רב אז נאר איהם רופט מען "הגאון מטשעבין" מה שלא נמצא בדורנו מזאל באטיטלען א מענטש בשם "גאון"
אויף דעם האט איהם טשעבינער רב גענטפערט אז לא נמצא בימינו נביא כמו החזו"ן איש
(חאטש די מעשה שטומט נישט פונקט ווייל טשעבינער רב האט געהאט א ברודער וואס האט ארויס געגעבן א ספר חזון נחום)
די וועלט דערציילט די מעשה אנדערש. אז דער חזון איש האט געהאט א טענה צום בריסקער רב פארוואס ער האט געגעבן א נאמען פאר זיין טאטנ׳ס ספר חידושי רבנו חיים הלוי אז דער טיטל ׳רבנו׳ טרעפט מען נאר אויף ראשונים. האט דער בריסקער רב ג׳ענטפערט אז דער לשון ׳חזון׳ טרעפט מען נאר ביי נביאים
דער וועלט זאגט.
בימי נביאים, האבן די ספרים געטראגן בלויז די נעמען פון די נביאים, יהושע, שמואל וכו׳.
אין די צייטן פון די ראשונים האט מען זיך שוין נישטא דערוואגט אזוי, און מען האט בלויז גערופן מיט ר״ת, רשב״א, ריטב״א וכו׳.
אין די צייטן פון די אחרונים, האט מען זיך דאס אויך נישט געוואגט, און מען האט אנגעהויבן מיט רמזים, פני יהושע, מטה אפרים וכו׳.
ביז מען איז אנגעקומען צו די צייטן פון די ליטוואקעס, זיי זענען שוין צוריק צוריק צו די צייטן פון... חי׳ רבינו חיים, חי׳ רבנו שמואל וכו׳.
אזוי שרייבנדיג דערמאן איך מיר אן אנדערע ווערטל בשם ר׳ בערל הלברשטאם פון אנטווערפען:
ווען דער רמב״ם האט געשריבן זיין ספר ״משנה תורה״ איז מען אין הימל געווען זייער בייז, הלמאי, משנה תורה איז חומש דברים - האט מען גע׳פסק׳נט אז מען וועט עס נישט אזוי רופן, און ס׳איז פארבליבן רמב״ם.
דאס זעלבע איז געווען מיט׳ן תורת משה פון אלשיך, מיט׳ן שני לוחות הברית פונ׳ם של״ה, און ער האט צוגעגענדיג מיט צאנזער רבי פונ׳ם קלויזנבורגער...