גערעכט, איך האב דאס נישט באמערקט דא שטייט אז ר' אברהם קאליסקער איז נפטר געווארן ביום ד' שבט תק''ע, קומט אויס אז דער ספר האט מען געדרוקט אנהויב ווינטער תק''ע
מה ידידות האט געשריבן:גערעכט, איך האב דאס נישט באמערקט דא שטייט אז ר' אברהם קאליסקער איז נפטר געווארן ביום ד' שבט תק''ע, קומט אויס אז דער ספר האט מען געדרוקט אנהויב ווינטער תק''ע
מעגליך אז מ'האט עס געדרוקט געציילטע יארן שפעטער, און די דרוקערס האבן נישט געוואוסט פונעם קאליסקער'ס פטירה, ממילא האבן זיי נאכגעדרוקט פון א פריערדיגע דרוק ככתבו וכלשונו.
סתם לידיעה בעלמא צו די חשובע ציבור: איך האב געזוכט אין געטראפן די ערשטע דרוק פין אגרת הקודש, דארט איז נאך נישט געוועהן די חלק פין דברים נחמדים, דארט איז נאך נישט דא פין די הייליגע בארדישטובער רב זי"ע, אין יענע דרוק איז געוועהן בשנת תקנ"ד לויט די חשבון פין די גימטריא ביי די שער פין ספר
רבותי, ענק זוכן נישט אופ'ן ריכטיג'ן זייט... די ספר איז זיכער א אמטלעכע ספר - טאקע לכאורא בשנת תק"ע. אויב מ'דארף עפעס דא גראבן איז דאס די עניין פון די עצם החתימה.
אגב, לכאורא די שו"ב וואס זיין חתימה איז מופיע און די פלאץ וואס היינט חתמ'נען רוב מענשטן מיינט לכאורא צו זאגן בסה"כ אז ער האט געהאט די ספר פאר די ערטשע רב וממילא האט ער גע'חתמ'עט ערשט. איברא - אויב וויא זיי האבן מפרסם געוועהן אז מ'האט דאס געטראפן און די דארף וויא ער האט געוואיינט - הייבט דאס שוין אן צו ווערן א שטיקל הערה, ווייל דאס מיינט אז ער האט דאס געהאט נאכ'ן ערשטע בעלזע רב, דערווייל וואס לפי המסתבר וואלט געדארפט זיין פאקערט. אבער, מ'קעהן דאס פארענפערן אז א מאהל איז נישט געוועהן נהוג צו חתמ'נען דייקא די לינקע זייט פונ'ם ספר. ויל"ע טובא.
יידישע קהילות האט געשריבן:קען איך פארשטיין די ביג דיל דא? עס איז נישט א תשובה להלכה, נישט עפעס א נייע דבר תורה. גארנישט מיט נישט. א חתימה וזהו. וואס וואלטן פריערדיגע רבי'ס ורבנים געזאגט צו אזא זאך? מיר ווערן אוועקגעפירט פון די היינטיגע ווינטן. פארצייטישע יידן האבן נישט ג'מאכט קיין שום עסק פון אזוינע זאכן.
dovidal האט געשריבן:על ידי סוחר עתיקות בעיר לוטוביסקא שליד העיר בעלזא פלא
די חלק פון די מעשה גלייב איך די ווייניגסטע... כידוע אצל סוחרי העתיקות טאר מען קיינמאל נישט פארציילן פון וואו מען האט עס דערווישט. ס'אייביג בעסער להרחיק עדיו.
קודם כל הער איך אז דער ספר דרייט זיך שוין א יאר און דערווייל לא קפצו עליו זביני.
עס ארבייט פארקערט, וויבאלד דער ספר האט א סטעמפל פון א שוחט אין לוטוביסק מאכט מען א מעשה אז מען האט עס דארט געטראפן.
איך בין מיט בעלזער רב שליט''א, עס פארלאנט זיך גאר אסאך זהירות פאר מען איז מאשר אזא זאך.
פערזענליך דעתי נוטה אז דאס האט גארנישט מיט מרן מהר''ש אויב נישט א Outright זיוף, ווייל לויט ווי איך הער מאחורי פרגוד שטאמט עס פון מקורות מפוקפקים ודי.
גראדע האט מיר איינער געזאגט אז איינער מיטן נאמן ר' ירמי' כהן מלפנים אב"ד פאריז האט עס אפגעקויפט פאר אסאך געלט..
יידישע קהילות האט געשריבן:קען איך פארשטיין די ביג דיל דא? עס איז נישט א תשובה להלכה, נישט עפעס א נייע דבר תורה. גארנישט מיט נישט. א חתימה וזהו. וואס וואלטן פריערדיגע רבי'ס ורבנים געזאגט צו אזא זאך? מיר ווערן אוועקגעפירט פון די היינטיגע ווינטן. פארצייטישע יידן האבן נישט ג'מאכט קיין שום עסק פון אזוינע זאכן.
במח"כ ס'איז אסאך אינטערסאנטער פון א שיינע'ם טייל פונ'ם ציבור מעהר פון פאליטישע נייעס, דאס איז די אסאך חשוב'ערע נייעס. שטעלט'ס דאס קעגן די וועלטליכע נייעס און שפעטער פרעגט'ס וואס איז אינטרעסאנטער...
אי"ה וועט די חודש - אלול, ארויס קומען א ערילכע מאמר איבער די גאנצע חתימה און איבער די גאנצע נושא - א מאמר און קובץ 'אור הצפון' בעלזא, עיי"ש ואי"ה תמצאו נחת.
ראיתי הקובץ אור הצפון החדש ושם כתוב שהשוו החתימה לחתימה אחרת מכ"ק מרן מהר"ש מבעלזא זי"ע שחתם על הספר 'שב שמעתתא' [דפוס לעמערג תקע"ט] הק' שלום בחתימה הזהה לספר אגרת הקודש. הספר שב שמעתתא כתוב עליו ג"כ בכתב יד הספר הלז קיבלתי מירושת זקני הרה"ק מוהרר"ש מבעלזא זצללה"ה, הק' יחיאל מיכל בהרב הקדוש זצלה"ה. מדובר בבנו של הרה"ק ר' שלמה מסאסוב בן הרה"ק ה"לב שמח" מאלעסק זי"ע. וכן מופיע בדפי הספר כמה פעמים חותמת הרב הצ' מסאסוב וכן חותמת של הק' שלמה מאיר מסאסוב בהרב הקדוש זצלה"ה.