המקובל רבי אהרן ברכיה ממודינא בעל מעבר יבק והפולמוס אודות ספר גיסו רבי יוסך ידידיה קרמי

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

עתיקות
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 15, 2018 7:43 pm

המקובל רבי אהרן ברכיה ממודינא בעל מעבר יבק והפולמוס אודות ספר גיסו רבי יוסך ידידיה קרמי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עתיקות »

פונעם ספר מעבר יבק האט דאך זיכער יעדער שוין געהערט
וואס איז מיר נתחדש געווארן איצט, איז איבער דעם פולמוס פון זיין שוואגער'ס ספר

(מיין רבי אין חדר האט נישט גערעדט דערפון, און קנקן האט ביזדערווייל נאכנישט געשריבן דערוועגן)

דער גאנצער ענין איז ניי פאר מיר, קען זיין מ'האט שוין געשריבן דערוועגן אינעם קובצים, קען זיין דא אויפ'ן וועלטל, אדרבה, זאל'ן די ידענים צוצייכענען ווי מ'קען זעהן מער איבער דעם.

מיין אינפארמעישן קומט פונעם פסק דין פונעם ספר פון רבי יוסף ידידיה, זיי שרייבן נישט דעם נאמען פונעם מערער, אבער זיי ברענגען צו ראיות פונעם מערער אליין פון זיינער ספרים וואס דאס איז דער מעבר יבק,
http://www.hebrewbooks.org/42428
ווי ער זעהט מיר אויס איז די מעשה אזוי.
ער מיט'ן שוואגער האבן ביידער געוואוינט אינעם זעלבן שטאט, ער איז דארטן געווען א חבורה מעררי השחר, וואס פלעגן זיך צוזאמענמן יעדן אינדערפרי און געזאגט תפילות וכדו' וכו'.
דער מעבר יבק האט פארפאסט תפילות ופיוטים פאר דעם צוועק און געדריקט א ספר אשמורת הבוקר,

אפאר יאר שפעטער האט דער שוואגער אויך פארפאסט א ספר מיט פיוטים און תפילות כדוגמת הראשון, אבער רבי אהרן ברכיה האט מערער געווען אז מ'טאר דאס נישט דריקן,
עפעס זעהט מיר אויס אז ס'האט צוטוען מיט שיטת קבלת הרמ''ק כנגד קבלת האר''י, וועלעכע עס איז אמת (איך ווייס נישט קיין דיטעילס, איך זעה נאר די פסק הרבנים וואס זיי שרייבן דערוועגן)
ער איז געווארן שערוריה, עס איז פארגעלייגט געווארן פאר'ן בית דין, און בית דין האט גע'פסק'נט לטובת דער שוואגער און מ'האט געדריקט דעם ספר כנף רננים.
אטעטשמענטס
כנף רננים פסק הרבנים.PNG
כנף רננים פסק הרבנים.PNG (58.7 KiB) געזען 1480 מאל
כנף רננים פסק 2.PNG
כנף רננים פסק 2.PNG (256.54 KiB) געזען 1480 מאל
אשמורת הבוקר.PNG
אשמורת הבוקר.PNG (77.57 KiB) געזען 1480 מאל
לעצט פארראכטן דורך עתיקות אום מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 8:25 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עתיקות
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 15, 2018 7:43 pm

וידוי של ספר כנף רננים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עתיקות »

דבר בעיתו מה טוב
אינעם ספר האט ער א לענגערן וידוי, מיט אלע פרטים, און א פשט ע''ד הקבלה ווי יעדע זאך איז מרומז, דארטן זאגט ער אז עס איז זייער געפאלן פאר זיין רבי'ן דער רמ''ע מפאנו, און פאר זיין שוואגער רבי אהרן ברכיה.
אטעטשמענטס
כנף רננים.PNG
כנף רננים.PNG (153.28 KiB) געזען 1474 מאל
כנף רננים וידוי.PNG
כנף רננים וידוי.PNG (265.51 KiB) געזען 1474 מאל
עתיקות
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 15, 2018 7:43 pm

פנקס העיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עתיקות »

בפנקס זה אנו מוצאים שניהם ששמשו כרבני העיר
אטעטשמענטס
ברכיה וקרמי.PNG
ברכיה וקרמי.PNG (264.5 KiB) געזען 1361 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”