מסכת פורים וכדו'

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זכרון בספר
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 12, 2019 5:20 pm

מסכת פורים וכדו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכרון בספר »

ילמדנו רבינו את האסור ואת המותר
ס'איז כידוע געווען (ווי יעדע זאך) מתירים און אוסרים אויף די סארט ספרים, י"א אז ס'איז מותר אלץ ליצנותא דעבודה זרה וי"א אסור אלץ ליצנות פון גמרא.
ולטעמיך, פון די וואס האלטן אז ס'איז אסור, מן הסתם וואלטן זיי געהאלטן אז די סארט מסכת פלאפון איז אסור, אבער מיין שאלה איז אויף די "פרומע" וואס האבן דאס מפרסם געווען אין זייערע בלעטער, זיי האלטן מן הסתם כשיטת האוסרים, וא"כ מהיכא תיתי אז דאס וואס דיר געפעלט מעג מען און דאס וואס מיר געפעלט טאר מען נישט, מי יימר דדמא דידך סומק טפי ?
ויש ליישב (שלא בדוחק) אז אין הכי נמי, איך מעג און דו טארסט נישט :-(

און אז מ'רעדט שוין, וואלט איך שוין געפרעגט אויך אויף דעם וואס ווערט געשריבן אין ספר ארחות רבינו פון בעל קהילות יעקב (נשמט ממני לע"ע איה מקום כבודו) אז דער סטייפעלער גאון זצ"ל האט געמאכט אמאל אזא בלעטל אויף עניני בטחון לכבוד פורים, האם הוא פוסק כשיטת המתירים ?
אטעטשמענטס
מסכת פלאפאן.jpg
מסכת פלאפאן.jpg (52.34 KiB) געזען 1284 מאל
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

עיין שם ותונעם לך
viewtopic.php?f=54&t=4113
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
זכרון בספר
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 12, 2019 5:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכרון בספר »

יישר כח
איך האב טאקע הנאה געהאט פון וואס דארט ווערט געשריבן, זיי ברענגען דארט דעם מסכת בטחון וואס איך האב דא דערמאנט

אבער מיין שאלה איז בעיקר געווען -און אפשר איז די קעפל נישט ריכטיג- פון וואו נעמט זיך דער היתר (לדעת האוסרים) צו מאכן אזא מסכתא אויף סמארטפאנס, וכדו'. און איך מיין נישט נאר סמארטפאנס, איך מיין אויך די אנדערע מסכתות ווי אין יורין, בחירות, משוגעים וואס זענען דארט געברענגט געווארן, נאר איך פרעג בעיקר אויף סמארטפאנס, ווייל די סארט פרומע מענטשן זענען לכאורה מכת האוסרים, וא"כ מי יימר דדמא דידך סומק טפי ?
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3677
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

ולכאורה יש לתרץ שמסכת פורים וכדו' נכתבו רק לשם ליצנות והוללות, משא''כ כאן שנעשה לאיפרושי מאיסורא, והרי זה כאותו שאמרו ''ומה לעשות שלום בין איש לאשתו אמרה תורה שמי שנכתב בקדושה ימחה וכו'.

ומה שכתבת מאי חזית דדמי וכו', לא הבנתי כלל מה ענין הדם לכאן האם זה דם של ואעבור עליך וכו', או דמו ודם זרעיותיו, ולא זכיתי לעמוד על זה כלל.

נכתב פה על כלי הסמארטפאון,

הק' יואל
שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”