רבי בערל שווארץ ע"ה - בעל ארצות החיים, משיב דברים, ועוד

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

רבי בערל שווארץ ע"ה - בעל ארצות החיים, משיב דברים, ועוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

היינט ה' אייר תש"פ איז געקומען די בשורה איבער די פטירה פון דער באקאנטער ספרא רבא וידען נפלא הרה"ח רבי דוב בער (בערל) שווארץ ע"ה פון וויליאמסבורג, בעל מחבר ספרים ארצות החיים, משיב דברים, ועוד.

אויפן פארשלאג פון די חשוב'ע חברים עפן איך אויף א שטיבל לכבודו דא במדור 'ועל פליטת בית סופריהם'. מנהלים, ביטע שלעפט אריין אהער די תגובות פונעם צענטראלן 'ברוך דיין האמת' אשכול.

nmi האט געשריבן:בד"ה ר' בערל שווארטץ דער שרייבער

בד"ה!

רבי דוב בער ב"ר משה דוד יהודה שווארץ ע"ה איז געווען אן אייגנארטיגער פארצייטישער בעה"ב. א חסידישער איד און א תלמוד חכם; דאס "אמאליגקייט" און פארצייטישע חן איז געווען אויסגעגאסן אויף זיין גאנצע באנעמונג. ער האט עוסק געווען אין חוקר זיין די היסטאריע פון רבנים וקהילות. מיט יארן צוריק פלעגט ער לויפן א קאלום אין 'די צייטונג' ווי ער פלעגט צווישן אנדערע באשרייבן און ציטירן פון אמאליגע פנקסי הקהילות.

ער האט ארויסגעגעבן פארשידענע חיבורים:
ארצות החיים - שם הגדולים לגדולי ארצות הברית
משיב דברים, ב' חלקים - מכתבים און אפהאנדלונגען, מיינסטענס איבער עניני השקפה, אידישע היסטאריע והמסתעף
זמירות ישראל - די היסטאריע פון אידישע נגינה וחזנות
אמרי דבש - פתגמין, שיחות, מנהגים, וסיפורי צדיקים

רבי בערל האט געהאט א באבע, א פארצייטישע אידענע פון קליינווארדיין, מרת אסתר בלאזנשטיין. ער האט מיר דערציילט אז אלץ בחור פלעגט זי אים ארומשיקן מיט פארשידענע פריוואטע שליחות ופעולות לטובת הדת. איין יאר בעפאר די ימים נוראים האט זי אים געשיקט מיט פערזענליכע מכתבים אדרעסירט צו 3 גדולי ישראל; רביה"ק מסאטמאר זצ"ל, אב"ד קראסנא זצ"ל, (דער דריטע רב געדענק איך נישט). אינעם בריוו האט זי זיך מתמרמר געווען אויפן מצב הצניעות אין די עזרת נשים, און זי האט געבעטן די רבנים אז זיי זאלן מעורר זיין איבער דעם ענין ביי זייערע דרשות. שפעטער האט זי צוריקגעקערט אז דער קראסנא רב האט טאקע געזאגט ביי זיין דרשת שבת שובה אז א אידענע האט אים מעורר געווען אז די צניעות ברויך א תיקון. פארשטייט זיך אז זי האט זיך מחי' געווען... און עס האט איר געגעבן חיזוק אויף ווייטערדיגע פעולות.

יהא זכרו ברוך.
לעצט פארראכטן דורך מונאוויטש אום דאנערשטאג אפריל 30, 2020 12:30 am, פארראכטן געווארן 3 מאל.
שואל ומשיב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 1:49 pm

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואל ומשיב »

אוי וויי ידידי היקר הרה''ח ר' בערל שווארץ איז שוין אויך נישט דא? מיט וועם גיימיר צום טיש?

מען דארף זיך אביסל מצמצם זיין די מחשבות און עפענן א אשכול אויף דעם אדם דגול ורב הגוונים ווי אלע וואס האבען הנאה געהאט פון עם בחייו רבי המעש זאלען קעען אבגעבן כבוד האחרון כראוי.
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2005
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא לנו »

די וועכנטליכע רעקלאמע פון ר'בערל ע"ה נאך די וואך אינעם "צייטונג"
אטעטשמענטס
Untitled.png
Untitled.png (243.61 KiB) געזען 4813 מאל
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

לא לנו האט געשריבן:די וועכנטליכע רעקלאמע פון ר'בערל ע"ה נאך די וואך אינעם "צייטונג"

נאכן זעהן דעם רעקלאמע כאפ איך טאקע אז רבי בערל ע"ה איז געווען דער מסדר פונעם "תולדות המחבר" אין מערערע ספרים.
לעצט פארראכטן דורך מונאוויטש אום מיטוואך אפריל 29, 2020 2:01 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
זכרונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 19, 2018 12:26 pm

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכרונות »

שמעלקא טויב האט געשריבן:
קאץ און מויז האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:בד"ה ר' (בערל?) שווארטץ דער שרייבער


מ'כאפט זיך נישט וואס און וועם מ'פארלירט דא אלס. א פחד!

ר' בערל קען האבן א אשכול ביי על פליטת בית סופריהם. א ספרא רבא ממש, א ידען עד להפליא.

תנצב"ה

בד"ה

דאס הארץ רייסט, א פערזענליכע ידיד, אזא גוטע מענטש עטץ קענט זיך נישט פארשטעלן. פארגינען יעדן, און יעדן מיט הארץ צופרידנגעשטעלט. צו אלעס פארשטאנען און זיך אראפ געלאזט צו יעדן, ווען ער אליין איז געווען פון די געלונגענסטע מענטשן וואס איך האב נאר געקענט, סיי געהאט אויסטערלישע געלונגענע הענט און נאך מער א אויסטערלישע געלונגענע קאפ. אלעס האט ער געוויסט. ארויס געהאט אידישע היסטאריע און תולדות גדולי ישראל מיט אלע קנייטשן, ארויס געהאט אלע תקופות מיט אלע גדולי ישראל מיט א אויסטערליישע קלארקייט וואס איז ממש א זעלטענהייט! ער לאזט נישט איבער זיינס גלייכן, ער איז געווען יוניק און דאס איז מילד גערעדט, און דער חלל וועט זיך שטארק שפירן.

איך האב נאך געהאט גרויסע פלענער ווי ער "און נאר ער" וואלט מיר געקענט העלפן. פאר מיר איז עס א פערזענליכע פארלוס, אזוי פיל געלערענט פון אים. און פאר כלל ישראל איז עס אויך א אויסטערלישע פארלוס (אפילו פאר די וואס האבן אים נישט געקענט) וחבל על דאבדין.

איך וואלט געזאגט אז מיט זיין גיין האט זיך גע'ענדיגט די פאר די מלחמה דור און די ערשט האנטיגע ידענים און חוקרים וואס האבן חוץ זייער געוואלדיגע ידיעות אויך געהאט די ריכטיגע וואגשאל און טיפע פארשטאנד און פארשטאנען (און נאך מער "געקענט מסביר זיין") ווי איין און ווי אויס. פון היינט און ווייטער וועט שוין נישט זיין די זעלבע, רוב ידיעות האב איך מורא וועלן שוין זיין סעקענד הענד און נאך שוואכער.

עס ענדיגט זיך מיט אים א גאנצע תקופה, ער איז געווען א תמים בדרכיו און צדיק במעשיו. מיינס א וועג ווייזער ביזטו געווען, אייביג געהאט די וועלט צייט פאר מיר, ארויפגעקוקט און געשעצט ביזטו געווען ביי אלע וואס האבן דיר געקענט. דו האסט אויסטערלישע זכותים וואס דו האסט זיך געשאפן אין דיינע 77 לעכטיגע יארן וואס האסט באדינט כלל ישראל מיט אזא איבעגעגעבענקייט און געטריישאפט.

עס איז מיר שווער זיך צו שיידן פון דיר, קשה עלי פרידתכם.

הכותב בדמעה, דיין ידיד וואס האט גענאסן פון דיין גוטסקייט און איז דיר שטארק מכיר טובה און וועט דיר קיינמאל נישט פארגעסן.

חבל על דאבדין ולא משתכחין, יהא זכרו ברוך
לעצט פארראכטן דורך זכרונות אום מיטוואך אפריל 29, 2020 6:46 pm, פארראכטן געווארן 4 מאל.
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

.
לעצט פארראכטן דורך מונאוויטש אום מיטוואך אפריל 29, 2020 6:05 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
שפע רב
שר האלף
תגובות: 1663
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 06, 2018 11:20 am

Re: רבי בערל שווארץ ע"ה - בעל ארצות החיים, משיב דברים, ועוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפע רב »

בינעך געווען ביי אים אפאר יאר צוריק פאר א שרייב ארבעט, ער האט געארבעט ווי אין דער אלטער היים, נישט גורס געווען א קאמפיוטער, אלעס אפגעשריבען אויף פאפיר, נאכדעם האסטו געדארפט טרעפן א זעצער עס צי טייפן.

דאכצעך ער האט געשריבען די תולדות פון הרה"ק ר יחזקאל'ע מערץ. ער האט געהאט זייער א לייכטע שפראך, זיין לשה"ק האט זיך געליינט ווי אידיש.
שה אחד
שר חמש מאות
תגובות: 808
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 4:05 pm

Re: רבי בערל שווארץ ע"ה - בעל ארצות החיים, משיב דברים, ועוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שה אחד »

די תולדות פון רבי יחזקאל'ע מערץ זי"ע האט נישט ער געשריבן, דאס האט געשריבן רבי מאיר משה שפיטצער ז"ל.
מעגליך אז אין די 2'טע דרוק האט ר' בערל צוגעלייגט הוספות.
וואסערפאל
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:27 pm

Re: רבי בערל שווארץ ע"ה - בעל ארצות החיים, משיב דברים, ועוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואסערפאל »

באשריבן די היסטאריע פון חזנים אין די שפעטע ני'ן יארן אין 'די צייטונג', געווען אזוי הערליך אין קלאסיש, ס'איז יעדע וואך געליינט געווארן מיט דורשט. יהא זכרו ברוך.
על מי מנוחות ינהלנו
אוועטאר
יסוד ארי
שר חמש מאות
תגובות: 517
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 9:48 pm
לאקאציע: אין וואלד

Re: רבי בערל שווארץ ע"ה - בעל ארצות החיים, משיב דברים, ועוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יסוד ארי »

20200429_102554.jpg
20200429_102554.jpg (335.19 KiB) געזען 4201 מאל
shalsheles
שר האלף
תגובות: 1487
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

Re: רבי בערל שווארץ ע"ה - בעל ארצות החיים, משיב דברים, ועוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shalsheles »

ווי להאי שופרא דבלי בארעא.
נישט געקענט פערזענליך, אבער זייער הנאה געהאט פון זיין ארבעט, סיי אויף אידיש אין ״די צייטונג״ אין סיי די תולדות מיט וואס ער האט באשיינט צענדליגע ספרים, ווי אויך די ארצות החיים, אלעס געשריבן מיט א לייכטע נישט געקונצעלטע לשון הקודש.
המקום ינחם די צובראכענע משפחה בתוך שאר אבילי ציון וירושלים.
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2005
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

Re: רבי בערל שווארץ ע"ה - בעל ארצות החיים, משיב דברים, ועוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא לנו »

דער גרעסטער חידוש איז לכאורה די פאסט, ער האט זיך נישט באנוצט אפילו מיט'ן פעקס (וצ"ע פארוואס)
איינער האט מיר לעצטנס דערציילט אז ער האט באשטעלט א חתונה בריוול און ווי אייביג איז געווען הגהות און פארשידנס, און מ'האט זיך געשיקט הין און צוריק מיט פאסט,
שואל ומשיב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 1:49 pm

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואל ומשיב »

מונאוויטש האט געשריבן:
לא לנו האט געשריבן:די וועכנטליכע רעקלאמע פון ר'בערל ע"ה נאך די וואך אינעם "צייטונג"

נאכן זעהן דעם רעקלאמע כאפ איך טאקע אז רבי בערל ע"ה איז געווען דער מסדר פונעם "תולדות המחבר" אין מערערע ספרים.

אוודאי געוויס געשריבן צענדליגע הקדמות וכתבי יוחסין במשך פון אפשר 60 יאר.
אוועטאר
יום אחד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 11:17 am

Re: רבי בערל שווארץ ע"ה - בעל ארצות החיים, משיב דברים, ועוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יום אחד »

ער האט מיר געזאגט נישט לאנג צירוק אז ער האט ארויסגעגעבן א ספר אויף תולדות ר'יעקב פיש מקאלב ז''ל איינער וויסט ווי אזוי ס'הייסט?
אי אפשר שתקרא עבודת עבד, אלא כשגוף הדבר זר בעיניו. :שם משמואל
שואל ומשיב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 1:49 pm

Re: רבי בערל שווארץ ע"ה - בעל ארצות החיים, משיב דברים, ועוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואל ומשיב »

לגבי די פאסט: האט עס גראדע א פשוטע הסבר. ער האט מיר מסביר געווען מיט זיין לשן למודים אז טאמער האט ער ווען א פעקס מאשין וואלט עם די האלבע וועלט געשיקט ארבייט אבער די געלט וואלט ער געדארפט נאכלויפן כנהוג... אבער אזוי אז אלעס איז פנים אל פנים איז נישט דא דער חשש.

מען האט דערמאנט זיינע גאלדעע קינצליכע הענט. איך האב אליינס געזעהן ווי ער קריצט איין צענדליגע חתן וכלה מתנות און בפשטות האט ער במשך די יארן געקריצט שווערע טויזענטער אזלעכעס, און פארשטייט זיך ער האט נישט גערעכנט עקסטער פארען מאכן די נוסח און אייביג מייעץ געווען און מעיר געווען אזוי איידעלערהייט וואס די צוגעפאסטע נוסח דארף צוזיין.
פראהביטש
שר האלף
תגובות: 1893
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 7:01 pm

Re: רבי בערל שווארץ ע"ה - בעל ארצות החיים, משיב דברים, ועוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראהביטש »

מונאוויטש האט געשריבן:היינט ה' אייר תש"פ איז געקומען די בשורה איבער די פטירה פון דער באקאנטער ספרא רבא וידען נפלא הרה"ח רבי דוב בער (בערל) שווארץ ע"ה פון וויליאמסבורג, בעל מחבר ספרים ארצות החיים, משיב דברים, ועוד.

אויפן פארשלאג פון די חשוב'ע חברים עפן איך אויף א שטיבל לכבודו דא במדור 'ועל פליטת בית סופריהם'. מנהלים, ביטע שלעפט אריין אהער די תגובות פונעם צענטראלן 'ברוך דיין האמת' אשכול.

nmi האט געשריבן:בד"ה ר' בערל שווארטץ דער שרייבער

בד"ה!

רבי דוב בער ב"ר משה דוד שווארץ ע"ה איז געווען אן אייגנארטיגער פארצייטישער בעה"ב. א חסידישער איד און א תלמוד חכם; דאס "אמאליגקייט" און פארצייטישע חן איז געווען אויסגעגאסן אויף זיין גאנצע באנעמונג. ער האט עוסק געווען אין חוקר זיין די היסטאריע פון רבנים וקהילות. מיט יארן צוריק פלעגט ער לויפן א קאלום אין 'די צייטונג' ווי ער פלעגט צווישן אנדערע באשרייבן און ציטירן פון אמאליגע פנקסי הקהילות.

ער האט ארויסגעגעבן פארשידענע חיבורים:
ארצות החיים - שם הגדולים לגדולי ארצות הברית
משיב דברים, ב' חלקים - מכתבים און אפהאנדלונגען, מיינסטענס איבער עניני השקפה, אידישע היסטאריע והמסתעף
זמירות ישראל - די היסטאריע פון אידישע נגינה וחזנות
אמרי דבש - פתגמין, שיחות, מנהגים, וסיפורי צדיקים

רבי בערל האט געהאט א באבע, א פארצייטישע אידענע פון קליינווארדיין, מרת אסתר בלאזנשטיין. ער האט מיר דערציילט אז אלץ בחור פלעגט זי אים ארומשיקן מיט פארשידענע פריוואטע שליחות ופעולות לטובת הדת. איין יאר בעפאר די ימים נוראים האט זי אים געשיקט מיט פערזענליכע מכתבים אדרעסירט צו 3 גדולי ישראל; רביה"ק מסאטמאר זצ"ל, אב"ד קראסנא זצ"ל, (דער דריטע רב געדענק איך נישט). אינעם בריוו האט זי זיך מתמרמר געווען אויפן מצב הצניעות אין די עזרת נשים, און זי האט געבעטן די רבנים אז זיי זאלן מעורר זיין איבער דעם ענין ביי זייערע דרשות. שפעטער האט זי צוריקגעקערט אז דער קראסנא רב האט טאקע געזאגט ביי זיין דרשת שבת שובה אז א אידענע האט אים מעורר געווען אז די צניעות ברויך א תיקון. פארשטייט זיך אז זי האט זיך מחי' געווען... און עס האט איר געגעבן חיזוק אויף ווייטערדיגע פעולות.

יהא זכרו ברוך.

זיין טאטע האט אויך געהייסן יהודה?
זכרונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 19, 2018 12:26 pm

Re: רבי בערל שווארץ ע"ה - בעל ארצות החיים, משיב דברים, ועוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכרונות »

שואל ומשיב האט געשריבן:לגבי די פאסט: האט עס גראדע א פשוטע הסבר. ער האט מיר מסביר געווען מיט זיין לשן למודים אז טאמער האט ער ווען א פעקס מאשין וואלט עם די האלבע וועלט געשיקט ארבייט אבער די געלט וואלט ער געדארפט נאכלויפן כנהוג... אבער אזוי אז אלעס איז פנים אל פנים איז נישט דא דער חשש.

מען האט דערמאנט זיינע גאלדעע קינצליכע הענט. איך האב אליינס געזעהן ווי ער קריצט איין צענדליגע חתן וכלה מתנות און בפשטות האט ער במשך די יארן געקריצט שווערע טויזענטער אזלעכעס, און פארשטייט זיך ער האט נישט גערעכנט עקסטער פארען מאכן די נוסח און אייביג מייעץ געווען און מעיר געווען אזוי איידעלערהייט וואס די צוגעפאסטע נוסח דארף צוזיין.

עס איז מיר אויך אויס געקומען צו זעהן ווי ער קריצט. איין מאל איז עס געווען א טאץ, און כ'האב אים מפליא געווען ווי ער האט געקענט זיך נעמען קריצן דער טייערסטע חפץ פון זילבער אדער גאלד אן צו אנצייכענען ווי ער גייט קריצען, און מיט אזא געניטקייט און זיכערקייט. איין מאל איז עס געווען א גרויסע טאץ מיט א סאך געקריצעכץ מיט א סאך פרטים און עס איז ארויס געקומען הערליך שיין און פינקטליך. ער האט מיר געזאגט אז ער גלייכט נישט צו טוהן דער זעלבע זאך א גאנצע טאג, איז טוהט ער פארשידענס. אבער אין יעדן זאך געווען א מומחה און געהאט הלל הזקן'ס געדולד.

זיין כתיבה איז אויך געווען הפליא'ידיג. ער האט געהאט וואס מען רופט א "דזאן הענקאק" כתב, להבדיל יעדער אות געוואויגן און געמאסטן און קולע אל השערה.
שואל ומשיב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 1:49 pm

Re: רבי בערל שווארץ ע"ה - בעל ארצות החיים, משיב דברים, ועוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואל ומשיב »

איך פראביר און פראביר נאכאמאל זיך מצמצם צו זיין די מחשבה צו קענען שרייבן אביסל דברי הערכה אויף ידידי היקר באנשים ר' בערל ע''ה אבער די וואנד איז צו פריש און עס גייט מיר נישט בשם אופן.

דערווייל האב איך שוין איבערגעליינט צעהן מאל די שורות פון ר' זכרנות וואס ברענגט אזוי פאסיג ארויס די הרגשים פון זיינע ידידים ותלמידים, איך ליין און וויין, וויין און ליין איבער.
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2281
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: רבי בערל שווארץ ע"ה - בעל ארצות החיים, משיב דברים, ועוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראק דרייווער »

איינמאל אים אנגערופן געבעטן עפעס א טובה אז ער זאל מיר שרייבן עפעס, געדענק איך ווי ער האט זיך אראפגעלאזט צו מיר מיט א זעלטענע געשמאק און געשמועסט מיט מיר ווי א פערזענליכע חבר, יעדעס ווארט איז געווען צוקער זיס און תוכנדיג.

אבער ברוך השם הניח בנים כמותו.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
j718
שר חמש מאות
תגובות: 888
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 18, 2016 3:14 pm
לאקאציע: אין בוידעם

Re: רבי בערל שווארץ ע"ה - בעל ארצות החיים, משיב דברים, ועוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך j718 »

איך געדענק ווי אלץ קינד בין איך געגאנגען אויסקריצן א טאשן זייגער ביי אים. ער האט זיך אזוי זיס געווערטלט און מיר געמאכט גוט פילן.
איש יהודי בשושן האט געשריבן: מאנטאג מאי 09, 2022 5:36 pm


שרגי געשטעטנער האט געזאגט קוק אריין און מיינע אויגן…
די אויגן האבן שוין נישט געזעהן קיין איין ראיה אסורה פאר איבער פינעף יאר!!



ל"נ שרגא אליהו בן חיים אליעזר דוד
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

Re: רבי בערל שווארץ ע"ה - בעל ארצות החיים, משיב דברים, ועוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

פראהביטש האט געשריבן:בד"ה!
רבי דוב בער ב"ר משה דוד שווארץ ע"ה
זיין טאטע האט אויך געהייסן יהודה?

ריכטיג. פארראכטן.


זכרונות האט געשריבן:זיין כתיבה איז אויך געווען הפליא'ידיג. ער האט געהאט וואס מען רופט א "דזאן הענקאק" כתב, להבדיל. יעדער אות געוואויגן און געמאסטן און קולע אל השערה.

רבי בערל און זיינע ברודער האבן גע'ירש'נט דעם הערליכן טאלאנטפולער כתב פון זייער פאטער.
איך וועל פרובירן צו פארשאפן א דוגמא.
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: רבי בערל שווארץ ע"ה - בעל ארצות החיים, משיב דברים, ועוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

יסוד ארי האט געשריבן:
20200429_102554.jpg


WOW
גוט.....!
(איך קען מיך פארשטעלן לכאורה פון וועלכע מערכה מען רעדט...)
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
מוכר ספרים
שר חמש מאות
תגובות: 622
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 2:12 pm

Re: רבי בערל שווארץ ע"ה - בעל ארצות החיים, משיב דברים, ועוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוכר ספרים »

א בילדל פון אים איז דא?
אוועטאר
יסוד ארי
שר חמש מאות
תגובות: 517
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 9:48 pm
לאקאציע: אין וואלד

Re: רבי בערל שווארץ ע"ה - בעל ארצות החיים, משיב דברים, ועוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יסוד ארי »

מוכר ספרים האט געשריבן:א בילדל פון אים איז דא?


IMG-20200429-WA0017.jpg
IMG-20200429-WA0017.jpg (77.03 KiB) געזען 3464 מאל
אוועטאר
יסוד ארי
שר חמש מאות
תגובות: 517
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 9:48 pm
לאקאציע: אין וואלד

Re: רבי בערל שווארץ ע"ה - בעל ארצות החיים, משיב דברים, ועוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יסוד ארי »

20200430_121016.jpg
20200430_121016.jpg (161.47 KiB) געזען 3462 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”