באנאנא האט געשריבן:גליטשעדיג האט געשריבן:בדרך אגב איז מיר אינטרעסאנט דער נאמען "קדושת ציון" אויף וואס דאס איז געבויט.
געווענליך א נאמען פון א ספר איז געבויעט א פסוק, א משמעת, אדער א מליצה וואס שטייט ערגעץ און ס'איז מרמז אויפן נאמען פונעם מחבר. ווי טרעפט מען אזא אויסדרוק קדושת ציון?
צום ביישפיל דער נאמען "קדושת יום טוב" זאגט מען אין הבדלה פון מוצאי שבת ליום טוב,
"עטרת שלמה" איז געבויט אויפן פסוק שיר השירים ג יא, במלך שלמה בעטרה שעטרה לו אמו.
אפשר צהלי ורוני יושבת ציון כי גדול בקרבך קדוש ישראל, אבער דארט גייט ארויף "קדוש" אויף הקב"ה נישט אויף ציון.
איך האב נישט געווילט אריינרעדן אינעם גאנצן אשכול היות מי אנכי צו אריינרעדן אין אזא הייליג ספר וואס די רב ז"ל האט ארויסגעגעבן.
לגבי די נאמען זאגט דאך די רב ז"ל קלארע דיבורים אין די הקדמה (וואס ער האט געהייסן כמה פעמים מען זאל עס לערנען) ולש"ק:
"
קראתי שם הספר 'קדושת ציון' להזכיר שמו, ושיצתה נשמתו הקדושה על קדושת השם, וגם יש בו זכרון לבנו הב' משה אהרן הי"ד, כי 'קדושת ציון' בגימט' 'זכרן לבנו משה אהרן'".
האסטו שוין צוויי גוטע טעמים אויפן נאמען...
יישר כחכם. איך האב פשוט נישט געהאט צו די האנט דעם ספר, איך האב פארשטאנען אז דער נאמען האט א חשבון.
דער נאמען האט "איין" טעם, און "איין" רמז. דער גמטריא איז נאר א רמז.
דאס אז ציון און ירושלים איז הייליג איז פשוט, נאך איך האב נאכנישט געהאט געטראפן א פסוק דערויף. ווייל די אלע פלעצער וואס שטייט קדוש ביי ציון גייט עס ארויף אויף די שכינה הקדושה וואס רועט אין ציון.
למעשה האב איך שוין יא אינצווישן געטראפן איין פלאץ (דערווייל) אין תהלים (פרק ב ו) וַאֲנִי נָסַכְתִּי מַלְכִּי עַל צִיּוֹן הַר קָדְשִׁי.
אין די עצם שמועס בין איך נישט אזוי באקאנט אין דעם ספר קדושת ציון. אבער עס שמעקט נישט גוט ווען איינער מאכט א אגענדע צו "אויפווייזן" אויף א ספר פון א רבי פון פריערדיגן דור אין וואס טויזנטער אידן לערנען, אזוי ס'איז נאר א ליקוט, אדער סיי וועלכע סטעיטמענט צו נידערן דעם כבוד דערפון.
דאס איז א בחינה פון מלגלג על דברי חכמים, און דער וואס האט עס געטאן, דארף זיך גוט איבערטראכטן ווי אזוי תשובה צו טאן אויף אזא זאך.