ספרים המדברים מענין דיבוקים ורוחות

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

יחיאל חילמאן
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 30, 2020 10:13 pm

Re: ספרים המדברים מענין דיבוקים ורוחות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחיאל חילמאן »

לא לנו האט געשריבן:דער סאטמארע רבי שליט"א מהר"א האט ביי די הנרות זאת חנוכה געזאגט אז דעם לעצטן דיבוק וואס מ'ווייסט איז געווען ביים שינאווע רב זי"ע

לכאורה האט ער געמיינט צו זאגן אין אונזער געגענט. ווייל די דיבוקים פון ר' יהודה פתיה איז פון סאך שפעטער.
אויך די מעשה פונעם קודינובער איז געווען פיל שפעטער.
אוועטאר
הבעש''ט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4108
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

Re: ספרים המדברים מענין דיבוקים ורוחות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבעש''ט »

אין א בריוו פון הרה"ק ר' אלעזר ליזענסקער זי"ע צו הרה"ק ר"ר מענדל מרימנוב זי"ע ברענגט ער דארט באריכות א מעשה מיט א דיבוק
אוועטאר
ביציקל
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 4:47 pm

Re: ספרים המדברים מענין דיבוקים ורוחות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביציקל »

הבעש''ט האט געשריבן:אין א בריוו פון הרה"ק ר' אלעזר ליזענסקער זי"ע צו הרה"ק ר"ר מענדל מרימנוב זי"ע ברענגט ער דארט באריכות א מעשה מיט א דיבוק

ווי איז דא דער בריוו?
אוועטאר
ביציקל
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 4:47 pm

Re: ספרים המדברים מענין דיבוקים ורוחות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביציקל »

אין די הקדמה פון שבחי הבעש''ט רעדט דער מחבר איבער דעם וואס אין זיינע אינגע יארן איז געווען א דיבוק און רוח א מער אפטע זאך,
און ער דערציילט א מעשה וואס ער האט אליין מיטגעהאלטן:

"וגם בימי היו משוגעים שהיו מכים את עצמם באבנים בשעת קריאת התורה, והיו מגלים לאנשים חטאים ומכוונים האמת, וגם על עצמם היו אומרים על איזה חטא הם נידונים בכף הקלע.

נהירנא טובא שבימי בחרותי למדתי בכפר אצל מלמד והביאו עניים אל בית המלמד שלמדנו שם ונתנו להם אוכל, והיה ביניהם אשה שהיה בה רוח רעה ולא הכירו בה, וכשהתחיל המלמד ללמוד עם הילדים הסדר חומש, לא הספיק ללמוד רק כמו שנים או שלשה פסוקים הפיל הרוח את האשה בכח לארץ, ובא בעלה וביקש מהמלמד שיפסיק מלימודו, כי הרוח טמא שבה אינו יכול לסבול שום דבר שבקדושה, וכשפסק ללמוד קמה האשה וישבה על מושבה.

ומחמת אלו הדברים היו רבים חוזרים בתשובה והאמונה היה מתחזק בלב כל איש מישראל".
אוועטאר
הבעש''ט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4108
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

Re: ספרים המדברים מענין דיבוקים ורוחות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבעש''ט »

ביציקל האט געשריבן:
הבעש''ט האט געשריבן:אין א בריוו פון הרה"ק ר' אלעזר ליזענסקער זי"ע צו הרה"ק ר"ר מענדל מרימנוב זי"ע ברענגט ער דארט באריכות א מעשה מיט א דיבוק

ווי איז דא דער בריוו?

ביים סוף פון עטליכע ספרי נוע"א (נישט אין אלע דריקן) ווי אויך סוף פון ספר אהל אלימלך און אין ספר עשר צחצחות מערכת מוהרר"א אגרת הב'.
איישישאק
שר חמש מאות
תגובות: 573
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:27 pm

Re: ספרים המדברים מענין דיבוקים ורוחות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איישישאק »

די מעשה מיט דער דיבוק ביים חפץ חיים איז ברייט באקאנט.
אינטרעסאנט איז אבער וואס זיין זון ר' לייב ברענגט אין דער בעק פון די דריי בענדיגע 'כל כתבי חפץ חיים'. עס איז פון א הספד פון איינער בעילום שם 'מחר הלוי'. הרב לייב שרייבט אז ער קען אים נישט פערזענליך, אבער עס איז קענטיג אז ער ווייסט וואס ער רעדט.

אוצר החכמה_5826.jpg
אוצר החכמה_5826.jpg (87.06 KiB) געזען 588 מאל

ומי יבא בסוד קדושים. ווייל עס איז באקאנט אז דער חפץ חיים פלעגט שיקן צו אנדערע אויף ברכות, און ער פלעגט דערנאך פאסטן פאר דער מבקש, מרצון להעלים הנהגותיו בקודש.
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber
שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”