חוח בין השושנים האט געשריבן:זעענדיג יעצט דעם אשכול צום ערשטן מאל, וועל איך דערציילן מיינע קאשמארן:
כ'האב געלייענט די בוך אלס קינד, און יוי איז עס געווען דראמאטיש, מיינע קישקעס האבן זיך מיר איבערגעקערט.
ס'האט מיר דאס ערשטע מאל געעפנט א פענסטערל צו יענע פינסטערע תקופה.
כ'געדענק ווי ס'האט מיר באנומען:
ווען אלע האבן איבערגעלאזט די פיצלעך קינדער אין גאס געצוואונגענערהייט, וויסנדיג אז מ'וועט זיי מער נישט זען.
זיינע באגעגענישן אויפן וועג קיין פראקאצים, שפעטער אויפן וועג קיין סלאוואקיי און אונגארן.
ווי דאס דעכל האט זיך איבערגעבראכן ווען ער איז אנטלאפן, און שיער אויפגעוועקט די וועכטער.
ווי ער איז פארשלעפט געווארן ווייסעך-וואו אין רומעניע נאכן קריג און שיער אריינגעפאלן אין א לאגער פאר נאציס.
און נאך ענליכע סצענעס. ס'איז א פחד געווען.
ב"ה מיינע דמיונות האבן נאך צוגעשפילט צום דראמא, און כ'האב עס ממש מיטגעלעבט.
ביי מיר אין קאפ האב איך ממש א קלארע ווידעאו (א קאלירטע, נישט שווארץ-ווייס) פון זיין גאנצע מעשה. כ'האב עס אפגעכאפט אלס קינד בשעת'ן לייענען די געשיכטע...
און די בילדער פונעם בוך: זייער שרעקעדיג געווען. כ'פלעג זיך לאנג פארקוקן אויף די טויטע הענט און פיס וואס האבן אראפגעהאנגען פון די וועגעלעך, צו זען אויב עפעס רירט זיך נאך דארט... אפשר קען מען איינעם ארויסראטעווען...
זיין פיקחות, און נאך מער זיין אויסטערלישע סיעתא דשמיא, איז עפעס צו באוואונדערן.
אויך איז צו קאמפלימענטירן זיין רייכער פעדער. צוקער זיס, מיט היבש ביסל הומאר און פוילישע זאפטיגקייט.
גם אני בחלומי, איך האב געליינט די בוך זייענדיג בלויז 9 יאר אלט, איך האב דערווישט די בוך פון העכער מיין זיידע'ס (א קריג איבערלעבער) ספרים שאפע,
ווען איך האב עס צוריק געברענגט האב איך געכאפ אזא פייער'דיגע פסק, אזש מיין פיס האט זיך געשאקלט פאר פחד!
כ'געדענק נאך די רחמנות בליקן פון מיין זיידע, ווען ער האט מיר געזאגט: איך האב מורה העסט נישט קענען איינשלאפן ביינאכט.
איך מוז מודה זיין ס'האט מיר גענומען אפאר טאג ביז איך האב גע'סטאפ'ט קלאצן ווען די רבי האט פארגעלערנט.
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.