יגרסהדותא האט געשריבן:*
איך דענק נאר אז אמאל האט ר' יודל [רז"ב, מנהל בית האופה ומחנה רב טוב] דערמאנט אין לאנטש רום וועגן א שרעקליכן ביכל "דאס קול פון בלוט". ער האט אפי' דערציילט פון דארט א מעשה אז [נישט ליינען ווייטער נאר אויב אייער פאטער רופט אריין..] די דייטשן האבן אמאל צוגעבינדן איין פיס צו איין בוים, און ס'צווייטע צו א צווייטע, און דערנאך אויסגעריסן איין בוים און נעבעך צוטיילט דעם איד און צווייען פון אינטן ארויף השם ינקום דמם במהרה.
אקיצור, דעם ביכל "דאס קול פון בלוט" האב איך געהערט פון עלטערע מענטשן אז זיי האבן עס שוין אמאל געזען ס'איז נישט פאר קיין קינדער און בחורים. ווייסט איינער עפעס דערפון.
איך פארשטיי נישט קיינער ווייסט נישט פון די ביכל צו זאגן????????????????